Take ownership of yourself - מיינדפולנעס - אכטזאמקייט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4221
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

Take ownership of yourself - מיינדפולנעס - אכטזאמקייט

שליחה דורך טאמבל סאס »

[center]מיינדפולנעס - אכטזאמקייט[/center]
[center]ווי אזוי צו נעמען בעלות פון זיך אליינס[/center]


פיהל מאל, ווען מיר הויבן אן צו לייענען אן ארטיקל, דויערט א וויילע אויסצוגעפונען וואס דער שרייבער וויל און וואו ער ציהלט. יא, דער קעפל זאגט אויס אביסל, אבער אין מיינסטנס פעלער דארף מען דורכלייענען א היבשע שטיק צו זעהן זיין אגענדע. איך וויל שפארן די לייענער צייט און אז דער נושא רעדט נישט צו דיר, זוך איך נישט אבי צו באווייזן אז כאטש א טאלאנט צו שרייבן פארמאג איך; דערפאר וויל איך תיכף אין אנהויב קלארמאכן וואס מיין ארגומענט איז, ווי אזוי איז עס רעלעוואנט צו דיר און וואס דו דארפסט טוהן אויב זאלסטו אננעמען מיין ראט.

ארגומענט
1. איך גיי אין דער אפהאנדלונג טענה'ן אז עס איז פארהאן א געוויסע פארעם פון התבוננות וואס א מענטש קען ערפארן (experience); א געוויסע סטעיט אף מיינד אין וועלכער א מענטש קען זיך געפינען, נישט קודש און נישט חול, וואס אנדערש פון אלע אנדערע סארט מצבים יום יום, גיט דאס פאר א מענטשן דאס בעסטע די געלעגנהייט זיך צו קענען-לערנען און ארויסהאבן.

רעלעוואנץ צו דיר
2. נאך וועל איך באהויפטן, אז עס איז פארהאן א געוויסע טעכניק צו פראקטעצירן דער פארעם פון התבננות און און אז צען מינוט א טאג אראפנעמען, פאר דער אקטיוויטעט, כדי אריינצוברענגען זיך אין דער סטעיט אף מיינד; צו עקספיריענסן דער צושטאנד, א זאך וואס דו האסט נאך ווארשיינליך נישט געטוהן בעפאר, קען דיר ברענגען געוואלדיגע בענעפיטן. ד.ה. אין סיי וועלכע פסיכילאגישע מצב דו ביסט אצינד, וואס אימער עס זענען די יעצטיגע אומשטענדן פון דיין לעבן, וועסטו שפירן א פארבעסערונג.

טעכניק
3. די טעכניק איז גאר א פשוטע, איז אוועילעבל צו יעדעם און פארלאנגט נישט מכשירים וואס דו האסט נישט. אין פאקט, עס פארלאנגט גארנישט. עס פארלאנגט א מענטש פריי פון שטערונגען און א מח פריי פון מחשבות אבער דוקא ווען דו וועסט אויפהערן פארלאנגען דוקא דאן וועסטו וויסן אז דו האסט דער טעכניק געמייסטערט כראוי, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן.

ווי אזוי?
4. עס איז ליגט נישט דערין קיין woo woo, מיסטיציזם, סתרי תורה אדער פון יענע זייט חלילה. עס איז פשוט און פראסט א געוויסע עקסערסייז, א געוויסע איבונג, וואס וויפיהל ארבעט מען לייגט אריין אזויפיהל נעמט מען ארויס. ווי מענטשן זאגן 'אז מען ארבעט געשעהט און אז מען לערנט קען מען.' עס לייגט זיך ע"פ רוב אויפ'ן שכל און עס איז ווי יעדער לימוד, יעדער פארשטייט לפי שכלו השגתו ושקידתו. לאמיך אויך באטאנען אז וואס איך זאג איז געבויעט אויף פערזענליכע עקספיריענס - נעם גארנישט אן אלס 'אני מאמין' - פרוביר עס אויס אליינס.

5. כאטש וואס איך קען נישט ערקלערן גענוי פארוואס עס ארבעט אזוי, דער אונטערליגנדע אורזאך, פארוואס למשל אונזער עקזיסטענץ פאדערט דער טעכניק, (דאס איז דער ביסל וואס לייגט זיך נישט אויף דער שכל..) ווייל איך אליינס ווייס נישט, איז עס אזוי ווי אסאך זאכן בעולמנו. 'איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס ארבעט.' און אפשר איז 'פארוואס' — נישט די פאסיגע פראגע.


איך וועל אצינד די אקארשט אויסגערעכנטע אביסל מער באריכות אויסשמועסן מיט די הילף פון די פאלגנדע פונקטן. צוערשט, וועל איך קאנצערטרירן אויף למעשה און דערנאך וועל איך פארברייטערן אין טעאריע, כדי איינצושפארן פאר די וואס 'למעשה' איז זיי גענוג.

a. צוערשטנס הויב איך אן מיט דער טענה אז דו ביסט קיינמאל נישט מיט דיך אליינס, ד.ה. אפילו ווען דו ביסט פיזיש אליינס, איז דיין קאפ אויך רובא פארנומען מיט אויסערליכע געשעהענישן, די עבר, און די עתיד און דערפאר נישט עכט אין בארירונג מיט דיר אליינס. (אויסער ווען דו שלאפסט אבער דאן ביסטו נישט וואך, ובכן אויך נישט באוואוסטזיניג.)

b. נאך אלעמען, דאס וואס געפינט זיך ביי א מענטש אין קאפ, דאס מאכט דעם מענטש. מיט זיי אינדעטיפיצירט ער זיך, לויט זיי פיהלט ער, לויט זיי טראכט ער און לויט זיי מאכט ער החלטות.

c. דאס ברענגט צו די אויספיהר אז א לעבנ'ס התנהגות דעסקרייבד אין a. מיינט אז דער לעבן פון אזא איינער ווערט דיקטירט דורך א 'קאפ' וואס איז נישט עכט זיינס. עס איז איז owned (באזעסן) ביי די אלע אויסערליכע ישיות, די אלע חוצניות'דיגע וועזנס, וואס פיהלן איר אן, זענען שטענדיג דארט און מיט וועמען זי אידענטיפיצירט זיך.

ביז אהער איז געווען מיין ארגומענט. יעצט, ווי אזוי איז עס רעלעוואנט צו דיר? אט הערט:

d. אין א לעבן וואס דער מענטש שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ טראכטן, "איין מינוט, ווער בין איך?" איז שווער פאר דער מענטש צו וויסען וואספארא זאכן פאסירן צו אים וועגן ער איז אזוי געבוירן - דאס איז זיין נאטור, וואספארא זאכן פאסירן צוליב וואס די אומשטענדן ארום האבן אזוי צוגעפירט, און וואספארא זאכן זענען צוליב דער מענטשנ'ס דעמאלטיגע מעשים און האלטונג – אין רעאקציע צו די געשעהענישן ארום. די זעלביגע ווייסט ער נישט וואספארא פלענער ער קען אויף אן אמת אויספירן און וואספארא לאסטן ער האט איבעריג גענומען אויף זיך – וועגן אנדערע מענטשן אדער סיבות ארום; און אזוי ווייטער און ווייטער אויף טריט און שריט. ער מאכט כסדר טעותים און לעבט א חיים מלא חרטה.

e. די סיבה פארוואס אזא סארט מענטש איז פיהל ווייניגער אין קאנטראל פון זיין לעבן איז ווייל די אלע זאכן אין זיין קאפ מיט וואס ער אידענטיפיצירט זיך — ווען באטראכטענדיג זיך אין די עבר, הוה אדער עתיד — און מושפע פון נאטור, ערציאונג אדער סביבה, האבן יעדערער א מאס קאנטראל איבער אים; און ס'איז לא ימלט אז אלעס זאל שטענדיג קלאפן, זאכן זאלן נישט גיין ראנג. אלזא די שטארקער א מענטש אידענטיפיצירט זיך מיט עפעס, די מער טוט עס אים וויי ווען דער 'עפעס' פונקציאנירט נישט ווי עס דארף צוזיין.

אקעי, לאמיר זאגן איך נעם אן וואס דו זאגסט ביז אהער. וואס איז דיין ראט, ווי אזוי נעמט דער מענטש צוריק קאנטראל?

די וועג ווי אזוי צו אמת'דיג זיך באקענען מיט זיך און פארברענגען מיט זיך אליינס איז פאר א מענטש אראפצונעמען אביסל צייט, צען פופצן מינוט יעדן טאג, כדי אין דער צייט צו קענען לערנען זיין סעלף און געוואויר ווערן, ווי א זייגער מאכער וואס צונעמט א זייגער, "וואס מאכט מיך קלאפן?" אין די צען, פופצן מינוטיגע סעסיעס טוט דער מענטש פראקטאצירן א געוויסער פשוטער טעכניק, די אונסטרוקציעס פונוואס וועלן אין קורצן אויסגעשמועסט ווערן, וואס העלפט אים זיין מיט זיך אליינס און קלארער קענען לערנען די אינערליכע קאמפלעקציטעטן און פאנקציאנירונגען פון דער מענטשליכער פסיכיק. א פראקטיס וואס אויב אויסגעפאלגט מיט א קביעות'דיקע דיסציפלין לאורך א באדייטנדע תקופה טוט עס כמעט אהן אויסנאם ברענגען אויסטערלישע בענעפיטן.

פאלגענד רעכן איך אויס עטליכע אייגענשאפטן אין א רייע אויף וואס מען איז ערווארטעט צו ארבעטן דורכאויס די סעסיעס און פון דעם וועט פאר דער וואס איז פאראינטרעסירט דערין פארשטענדליך ווערן וואס איז דער ציהל וואס דער סאבדזשעקט (דער וואס מאכט דער עקסערסייז) דארף האלטן פאר די אויגן צו דערגרייכן, אין דער לאנגער טערמין. די לאנגע טערמיניגע ציהל דארף זיין — א שטרעבן צו ארבעטן אויף די פאלגנדע אייגענשאפטן, און אז מען פאלגט דאס אויס וועט אין רעזולטאט, דער עקסערסייז זעלבסט, אויטאמאטיש גורם זיין די נאכפאלגנדע ערפארונגען (מעגליך שוין אין די גאר ערשטע סעסיעס):

[*]צוערשט קודם כל, אנטוויקלען די פעאיהקייט צו בארוהיקן די קערפער

[*]איינמאל מען איז גענוג רוהיג צו אראפזיצן א וויילע אהן דארפן נאכאנאנד די גלידער באוועגן, קען מען ארבעטן אויפצובויען קאנצערטראציע

[*]דערנאך אין די רייע איז אויסדויער (ענדיורענץ): אויסהאלטן אומבאקוועמליכקייט אויב איז עס אויפ'ן חשבון פון קאנצערטראציע. ענדיורענץ איז גאר א וויכטיגע באשטאנדטייל צו דער פראצעס

[*]אז קאנצערטרירונג איז שטארק פאלט מען אויטאמאטיש אריין אין א סטעיט פון אבזעווירן, אין א בליק, אין א פארבייפליענדער מאמענט — דער באוואוסטזיין (אן עקספירינעס וואס קיינער דארף נישט מעיד זיין אויב דו ערפארסט. ווען דו ביסט אין יענער מאמענט ווייסטו עס בלי צל ספק.)

[*]אז מען שפירט מען איז שוין אין א דבקות סטעיט וועלכער קען באצייכנט ווערן "flow" (פלוס) קען מען זיך ערלויבן צו נאכלאזן פון קאנצערטרירן און אנשטאט איבערזיכטן די קערפער און געדאנק פאר אלע ערליי עמאשענס און קענען לערנען די (אפטמאל שטארקע) עמפינדונגען און געפיהלן וואס די ספעציפישע עמאשענס - אסאציאירט מיט זייערע מידות (ווי למשל כעס, קנאה און פחד) - ברענגען ארויף אין ספעציפישע לאקאציעס אין די קערפער. אבזעווירן און אקצעפטירן זיי ווי אזוי עס איז. (אקצעפטירן הייסט, זיי נישט אוועקשטיפן אדער ווילן פאררעכטן. אנדערש ווי אין ריעל לייף - נישט מורא האבן זיי פולערהייט צו ערפארן, אויסקוקן און אבזעווירן – ווי זיי נעמען דיך ארום – און שטיין מיט זיי ביז מען קומט ארויס פון די אנדערע זייט

[*]נאך א בענעפיט פון קאנצערטראציע האנט ביי האנט מיט רילעקסעישן איז, א באדייטנדע פאזעטיווע דיפערענץ צו הארץ-רעיט און מסתמא נאך א צאל העלט בענעפיטן: מיט די צייט נעמט די הארץ-ביעט איבער דער אטעם און איר אנוועזנהייט פוהלט אן דעם קערפער. דאס ערלויבט אצינד צו פאוקעסן אויף דער הארץ ביעט אנשטאט דער אטעם, אזוי ארום גיבענדיג די מעגליכקייט צו רעגולירן דער אטעם און סינקראניזירן עס אין איינקלאנג צו דער הארץ-ביעט

[*]פארלענגערטע, אנהאלטנדע און נאכאנאנדע פראקטיס האנט ביי האנט מיט א סטאאיק לעבנס-שטייגער קען ערלויבן צו ערפארן א צושטאנד פון תוכן'לאזע עקזיסטענץ, א מצב אין וועלכער בלויז דער הוה און נאר דער עקספיריענס פון דער הוה, פיהלט אן דער מציאות

וויאזוי צו אונסטרומענטן אין פראקטיס:

[*]אנשטעלן א זייגער אדער טעלעפאן מיט אן אלארם עס זאל קלונגען נאך 10-15 מינוט (איך האב אנגעהויבן די ערשטע מאל מיט 30 מינוט - און שוין געשפירט אן עפעקט)

[*]זיך אראפזיצן אין א צימער שטיל – אויף א בענקל, מיט די האנט פלאכן אויף די קניען – אדער אויף דער ערד, מיט די פיס צוזאמענגעלייגט און די הענט אנגעלעהנט אויף זיי

[*]לייגן דער טעלעפאן אויף סיילענט, אויסשאלטערן זיך פון אלע אפאראטן און מעגליכע שטערונגען (אויערן שטאפערס איז ראטזאם)

[*]זיכער מאכן מען איז פארהעלטעניסמעסיג באקוועם, מיט א גראדן רוקן. נישט אנגעלעהנט אזוי מען זאל נישט אנטשלאפן ווערן אבער אויך נישט צו אומבאקוועם אז מען זאל זיך דארפן כסדר ארומרוקן

[*]בארוהיקן דער קערפער, צומאכן די אויגן און לאנגזאם אריינאטעמען און ארויסאטעמען פון די נאז

[*]פאוקעס דיין אויפמערקזאמקייט (אטענשאן) אויף דער אטעם, אריין און ארויס, אזוי ווי דו זאלסט ווען קוקן און קאנצערטרירן אויף די אטעם, אין די זעלבע צייט

[*]ווי נאר דו באמערקסט אז דיין מיינד האט אוועקגעוואנדערט און פארנומען געווארן מיט געדאנקען און מחשבות ווי למשל פאנטאזיע, דעבאטע מיט זיך אליינס, געשעהענישן פון טאג אדער פלענער אויף דער עתיד, ברענג דער מיינד צוריק צו דער אויפגאבע, דורכן איינפאך צוריקקערן דיין מיינד און אויפדאסניי אבזעווירן דער אטעם

[*]נאך א צייט, איינמאל פעאיגקייט צו בארוהיקן פיזיש און קאנצערטרירן גייסטיש איז אנטוויקלט, זאלסטו פיהלן ווי דיין פאוקוס טוישט זיך מיטאמאל פון נאך-אויסן צו נאך-אינען. דו וועסט מערקן אז דו ברויכסט מער נישט אזויפיהל אנשטרענגונג אנווענדן נישט אריינצולאזן אינפוט (סטימוליי וואס קומט פונדרויסן אריין) אבער אנשטאט, קענסטו אבזעווירן דיך אליינס: דיינע עמשאנס, דיין אמת'ע סעלף און אפילו דיין באוואוסטזיין אליינס. ד.מ. אז דו ביסט באוואוסטזיניג אז דו ביסט באוואוסטזיניג.

[*]וויכטיג אנצומערקן, קאנצערטרירן זיך אויף דער אטעם איז נאר א מיטל צו סוויטשן פון נאכאנאנדע וואכזאמקייט צו אינפוט - צו וואס מיר זענען אזוי צוגעוואוינט - צו אבזערוון זיך אינערליך. איינמאל דער סוויטש איז געשעהן קענסטו שוין נאכלאזן פון דער פאוקעס אויף דער אטעם (כאטש מען קען אלעמאל גיין טיפער); און וואס אן אמת וועסטו באמערקן איז שוין יעצט לייכטער ווי פריער צו אנהאלטן די פאוקוס פון די אויפמערקזאמקייט אויף דער אטעם. די סיבה: וויבאלד די מיינד איז פריי פון מחשבות – איז דערפאר די אלגעמיינע אבזעווירונג פעהיגקייט געווארן שטארקער און דערפאר מער סענסעטיוו – צו עקספירינעס. דער באוואוסטזיין האט אצינד א לייכטערע ארבעט אבזעווירן סיי וואספארא עמאשנס אדער עקספיריענס, אין די יעצטיגע מאמענט, כולל דער אטעם.

יעצט וועסטו מיר פרעגן, וואספארא בענעפיטן וועל איך האבן דערפון? 'מער קאנטראל'‾'קענען לערנען זיך אליינס', איז אלץ פיינע טערמינען אבער קענסטו מיר ערקלערן אין עפעקט, מער ספעציפיש, ווי אזוי דאס וועט באאיינפלוסן מיין התנהגות?

היות יעדער האט זיך זיינע תחומים אין וועלכע ער זוכט צו באקומען א קלארקייט ווי אזוי זיין סעלף אינטערעקט מיט דער וועלט אנבאלאנגט יענער תחום כדי אזוי ארום צו קענען בעסער פארוואלטן דער יחס צווישן אים און דער וועלט ווען די צוויי קומען זיך צוזאם אין דער תחום, קען איך נאר רעדן פון אייגענע עקספיריענס און דער לייענער זאל מחליט זיין אויב די רעזולטאטן וואס איך אילוסטריר זענען שטארציק גענוג, אז ער זאל פרובירן דער עקסערסייז אליינס. (מען זאל דאס נישט פארשטיין ווי דער חסידיש ספר וואס רעדט פון די גרויסקייט פון א צדיק, ווייל ווי אויבן געשמועסט איז דאס פתוח לכול און אזויפיהל וויפיהל מען לייגט אריין אזויפיהל נעמט מען ארויס. די לענגער מען הערט אויף, די מער מען רעגרעססעד.)

פאלגענד איז א רייע פון ביישפיהלן פון מדות, דבר והיפיכו, וואס א צוזאמענשטעל פון א פארבעסערונג אין זיי אלע איז ביכולת צו פארבן א בילד, ווי אזוי א תקופה פון פראקטאצירן דער עקסערסייז (לאמיר עס אנרופן התבוננות), קען האבן א פאזעטיווע ווירקונג אויף די אלגעמיינע גייסט און באנעמונג.

דער שליסל וואס דו דארפסט וויסען איז: פראקטאצירן התבוננות פארשטארקערט די סענסעטיוויטעט צו ערפארונג און העלפט דער באוואוסטזיין (א מענטשן) זיך אבשאקלען פון כל מיני מחיצות און שטערונגען וועלכע פארדרעהען עקספיריענס.

דאס קלאפט אויס למוטב אין א רייע אויסדרוקן: פון אונרעסט צו געלאסנהייט און רוהיגקייט; פון הסחת הדעת צו קאנצערטראציע; פון אימפולסיוויטעט צו פארזיכטיגקייט און אויסגערעכנטקייט; פון ווייניג זעלבסט-ווערט, זעלבסט-צופרידנהייט און איבעריגע סעלף קאנטשעסנעס צו א געזונטע אקצעפטירונג פון דער 'סעלף', א זיכערקייט מיט זיך און א 'ווייס דיינע גרעניצן' זאנע; פון זיין אנגעהאנגען אין אנדערנ'ס מיינונג אדער הסכמה – צו זעלבסטשענדיגקייט; פון עגאיזם צו ענווה, צו פארשטענדעניש און מיטגעפיהל צו אנדערע; פון גריד און תאווה צו התתפקות און אססעטיסיזם; פון א געיעג נאך מער הנאה צו א פארשטייגערונג פון אפנים נישטיקע הנאות. פון קנאה צו פארגינונג; פון עגמת נפש און אנגסט - צו צופרידנהייט; פון כעס און אירעטעישן צו סבלנות און אויפגעלייגטהייט; פון נקמה צו פארגעבונג; פון אדיקשאן צו אינדיפערענץ; פון פוילקייט צו מאטיוואציע; פון ייאוש - צו האפענונג און אויסוידער; בעיקרון, נישט פיהל אנדערש פון וואס די תורה בעהט פון אונז.

ביז דא איז מער ווייניגער געווען וואס איז וויכטיק אויף 'למעשה'. אצינד וועל איך זיך ווענדן צו טעאריע און פרובירן מער אריינגיין בתוך העינינים צו ערקלערן אויף וואספארא ארגומענטן איך באזיר מיין ארגומענט און פארוואס ע"פ שכל דער עקסערסייז ארבעט. פאר מיר זענען ממשיך אבער, לאמיך מאכן א הפסק א רגע כדי בעסער צו ערקלערן אפאר נקודות וואס איך האב פריער דערמאנט.

איך האב פריער, אין פאראגראף c. גערעדט פון 'אידענטיפיקאציע'. וואס מיינט דאס?

א מענטש מאכט פשט פון זיך און פון אלעס ארום אים מיט די הילף פון אומצאליגע לעיבלס. אז דו ביסט א חכם, אידענטיפיצירסטו זיך מיט דיין חכמה און מיט דער ידיעה אז דו ביסט א חכם, דו האסט עררייכט די חכמה און דער חכמה איז דיר – קיינער קען דיר דאס נישט אוועקנעמען. די זעלבע אן עושר, א שיינער אדער א מאכטפולער. עס איז נישט קיין חילוק צו עס איז עפעס וואס לאזט זיך לייכטער אויסמשל'ען ווי אזוי מ'קען דאס צונעמען. קודם ווייל יעדער זאך קען מען צונעמען; א חכם באקומט אלצהיימערס און ער ווייסט מער נישט בחייכון. און ווייטער, אז דער עושר פארלירט דאס געלט, איז ער אן עני - ווידער א לעיבל - אצינד א פארקערטע לעיבל. די נעגעישן (שלילה) פון די פריערדיגע לעיבל. די גאנצע לעבן איז א מגילה פון לעיבלס צוגענייעט איינע צו דאס אנדערע. "איך קום פון אזא שטוב, אזא חינוך, אזא שטעלע, אזא פארטנער, וואוין אין אזא געגנט און פארברענג מיט אזא געזעלשאפטליכע קלאס, דאס זענען מיינע האביס (תחביבים), דאס זענען מיינע מעגליכקייטן און דאס זענען מיינע גבולים ביז וואו איך קען אנקומען." און יעדע לעיבל איז צוזאמגעשטעלט פון מיליאנע מיקרו לעיבלס וואס דער מענטש האט ערצייגט און דערנאך ערפולט אין א נבואה המגשימה את עצמה. עס איז זעהר שווער זיך צו זעהן א בריה אהן זיין צוגעטשעפעט צו עפעס. עס איז אלעמאל אין באציאונג אדער פארגלייך צו עפעס, צו עמיצער, צו דיר אליינס, צו א מינוט צוריק, צו א מינוט ארום, צו מקום און צו זמן.

איך האב פריער אין פאראגראף d. גערעדט פון 'נישט זיין אין קאנטראל', וואס מיין איך דערמיט?

טראכט פון א בחור'ל וואס קען קיינמאל נישט מאכן אן החלטה בעפאר ער פרעגט די מאמע ווייל זיין מאמע איז מער באלעבאס אויף זיין מח ווי ער אליינס. ער האט ווילענדיג איבערגעגעבן אויטאריטעט פאר זיין מאמע.

שטעל דיך פאר א מענטש וועלכער איז צוגעבינדן צו זיין סמארטפאון, אויף אלע ערליי גרופעס צו צענדליגע מענטשן. באטראכט זיין טאג, עס איז קרעים קרעים. ער האט א דראנג צו קוקן אויף די טעלעפאן יעדע פאר מינוט און דאס שטערט אים אויסצופירן פשוטע פונקציעס פון טאג.

רעקארדיר דיך מוצאי יום הקדוש ווי אזוי דו פאסט אויס, דו וועסט זיין איבערראשט צו זעהן ווי אפנזיכטיק די בעסיק אינסטינקטן אויף וואס דו עקסט, ווייזן זיך ארויס אויף דיר, אסאך מער ווי א געווענליכע פרישטאג. ווייל עסן האט אין א געוויסער זין א שטענדיגע קאנטראל אויף די באשעפעניש, ממילא איז אין א צייט פון הונגער דער קאנטראל שטארקער און עס איז דערפאר פיהל שווערער אין אזא סיטואציע אינזינען צו האבן אזעלכע זאכן ווי א קאנקעיוו גופל אין די לינקע האנט און א מעסער אין די רעכטע. טראכט פון דער קאקעין אדיקט וואס איז צעשטרייעט און אגיטירט ווען עס פעהלט אים זיין דראג, נאר דא איז עס אויף א פיהל קלענערע פארנעם, אבער היות די שיקולים אין דיין מח בעפאר דיינע החלטות יום יומי זענען אויך אינפינטעסימאלי קליינטשיק, זענען קאנטראלן און השפעות פון 'א פיהל קלענערן פארנעם' (אזעלכע וואס דו ביסט נישט באוואוסטזיניג פון) אפשר אויך בכח צו עקסערסייזן א באדייטנדע איינפלוס איבער די התלבטיות און אין תור די החלטות וואס דו נעמסט למעשה. (נאכוואס דו האסט דיינע התלבטיות פושר געווען איין וועג אדער אן אנדערע.)

המשך יבוא
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר