מיינדפולנעס - אכטזאמקייט (צווייטער טייל)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4225
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

מיינדפולנעס - אכטזאמקייט (צווייטער טייל)

שליחה דורך טאמבל סאס »

[center]צווייטער טייל

טעאריע[/center]


דא איז א לינק צו די ערשטע טייל

ארגומענט

נחזור לשורה: ווען מיר באטראכטן די פרייע צייט אונזערע, אינדרויסן פון ארבעטן און אנדערע פראקטיקאלע פונקציעס וועלכע מיר ברויכן אויספירן טעגליך, זענען מיר הויפטזעכליך באקאנט מיט צוויי מעגליכקייטן וויאזוי מיר קענען פארברענגען די דאזיגע צייט, וויאזוי מיר קענען ספענדן אונזער לעזשור טיים. אדער קענען מיר פארברענגען מיט אנדערע אדער קענען מיר זיין אליינס און פארברענגען מיט זיך. וואס וואלט געווען ווען איך זאג דיך אז עס איז דא א דריטע מעגליכקייט? וויאזוי וואלסטו ראגירט ווען איך זאג דיר אז ווען דו מיינסט אז דו פארברענגסט מיט זיך אליינס, כדרך בני אדם לומר 'איי ניד סאם טיים טו ספענד וויט מייסעלף', איז עס א טעות, און אינ'אמת'ן פארברענגט 'עפעס' אן אנדערע וועזן — מיט דיך; דו ביסט אינגאנצן נישט מיט דיר, וואס אן אמת האסטו נאכנישט פארלאזט די קאמפאניע פון וועלכען דו זוכסט זיך צו באפרייען.

לאמיר צוריקגיין אביסל. ווען דו זיצט למשל מיט א חבר און דו שמועסט מיט אים, דארף איך דיר נישט איבערווייזן אז דער אקטיוועטי שליסט איין (involves) אינפוט (אינגאנג) פון דרויסענדיקע (עקסטערנעל) מעסידזשעס/סטימוליי וועלכער קומט אריין צו דיין ברעין און באאיינפלוסט וואס דו טוטסט אדער ענטפערסט. אויך פאסירט פארקערט: אוטפוט (אויסגאנג) פון אינערליכע (אינטערנעל) מעסידזשעס, ארויס פון דיר, אריין צו דיין חבר'ס ברעין און באוואוסטזיניג צו זיין באוואוסטזיין, וועלכער אין תור, איז משפיע אויף ווי אזוי ער וועט רעאגירן אדער נישט רעאגירן. מען רופט דאס דייאד אינטערעקשאן. אן אויסטויש צווישן צוויי אינדיווידואלן. (ניתן לטעון, אז די 'אינהאלט' פון דיין ענטפער צו אים איז ערגעצוואו אויך אמאל געווען 'אינפוט' ווייל עס איז באזירט אויף דרויסענדיקע געלערנטע אינפארמאציע.)

לו יצוייר, אינמיטן די שמועס מאכט דיין חבר א קאממענט וואס רעגט דיך אויף, רודערט אויף דיינע עמאשאנס, עד כדי כך אז דו ספאנטאניש זאגסט אים צוריק אין פנים מיט א קענטליכע אויפרעגונג, איז פשט אז עפעס עקסטערנעלי, ככל הנראה ארויס פון דיין קאנטראל (דיין חבר'ס בחירה) איז בכח געווען צו אויסאיבן אזא השפעה אויף דיר, אז ס'האט געקענט גורם זיין דאס דיין געווענליכע רוהיגע געמיט וועלכער איז נארמאלווייז אונטער 'דיין' קאנטראל (בניגוד צו – עמיצן אנדערשנ'ס) זאל ווערן צושטערט. דיינע געפיהלן זענען אזוי שטארק אונטערגעהיצט געווארן אז זיי האבן געדרייווט דיין באוואוסזיין צו דער הנחה אז דיין חבר האט דיך ווילענדיג אויפגערעגט, באפעהלענדיג דיין מח צו פארמירן צוריק א סטעיטמענט וועלכער וועט רעפלעקטירן דיין אויפרעגעניש, וועלכער זעלבסט רעפלעקטירט די בייסיגקייט פון דיין חבר'ס קאממענט. ביז דא קוקט אויס צוזיין פארשטענדליך, איא?

גיימיר ווייטער: סטימיוליי פון די עקסטערנעל וועלט, פליסט אריין צו דיר אין קאפ אומאויפהערליך, יעדע רגע פון יעדער מינוט פון יעדער טאג, נישט נאר ווען עס איז אן אנדערע קאנטשענס יומען ביאינג מיט וועמען דו אינטערעקסט. אויך ווען דו ביסט אליינס אין א צימער. אפשר איז עס די ווינט וואס מאכט א גערודער אינדריסן. א קאר וואס פארט אדורך. א בלעטעל וואס שאקלט זיך אויף די בוים.

אבער אפילו אויב גארנישט רוקט זיך ארום דיר, איז וואס אימער דיין מח איז פארנומען מיט, נאכאלס עקסטערנל אינפוט. אינפארמאציע קומט אריין צו דיין ברעין און דו רעאגירסט צו דעם. איינער ראגירט דורכ'ן אנאלאזירן, א צווייטער ראגירט דורכ'ן עמאציאנאליזירן. דו אליינס, אמאל איז דיין רעאקציע לאגיק, אמאל איז עס אימפולס און אמאל איז עס אויסגערעכנטע/איבערגעטראכטע קערפער באוועגונג. (די זעלבע פארקערט, אמאל קען עס זיין א מחשבה וואס האלט דיך צוריק פון עקטן אויף אן אימפולס, צוליב א שטיקל אינפארמאציע וואס דו האסט אין דיין קאפ וואס דער מקור פון דער אינפארמאציע, צו ס'איז ריכטיג אדער נישט, איז עקסטערנעל.) דאס איז אלעס ווי כאילו געצייג אין א טול-באקס וואס מען נוצט אין פארשידענע דיפערענט געלעגנהייטן, געוואנדן לויט געוואוינהייט. (דרך אגב, אמאל זעט מען א מענטש וואס נוצט מער לאגיק, מיינט נישט דוקא אז דער מענטש 'איז' מער לאגיק ווי למשל 'געפיהל'. עס מיינט אז פון צווישן די טולס אין זיין טול-באקס, באנוצט ער זיך מערער מיט 'לאגיק'. און דער חילוק וועט אויסמאכן צו ער טוט דאס באוואוסטזיניג, וואס קען צומאל זיין בעסער ווי נישט ווייל דאן איז פשט אז 'ער' איז באלעבאס אויף די טול און נישט פארקערט. (און אנדערע מאלן פאדערט זיך אימפולס - דאס פארקערטע פון איבערטראכטן).

אז דו טראכסט-איבער דיין 'איינקויפן אין געשעפט' היינט צופרי, אויב עס האט זיך דיר געלוינט, נוצטו די לאגיק טול, אויסצורעכענען די געלט פער די וואג למשל. אז דו טראכסט-איבער דער בייסיגער אויבן-דערמאנטע קאממענט וואס דיין חבר האט געמאכט, ערוועקט דאס אין דיר דאס באנוץ פון דער עמאציאנעלער טול. ווידעראום ווען דו טראכסט 'וואס' אים צוריקצוענטפערן, וועגסטו אפ איינס קעגן אנדערען, ווי שטארק קענסטו אים צוריקענטפערן אז זיין ווידערהאל זאל נישט זיין נאך ערגער ווי דער פריערדיגער, וואס דעמאלס וועסטו זיך נאר שאפן מער עגמ"נ, אבער זאל פונדעסטוועגן אפשפיגלען גענוג דיין רוגזה, נעמענדיג אין באטראכט אז דיין חבר פארמאגט אויך די טולס צו זיין באנוץ, כאטש נישט אין די זעלבע כמיות.

אבער וויכטיג צו באטאנען, דער 'טראכטן' וואס איך דעסקרייב איז נישט טייטש אז דו טוסט באטראכטן די געשעהענישן און אקצעפטירן ווי אזוי זיי האבן פאסירט. דאס וואס דו טוסט אצינד, איז אקטיוולי אנגאזשירן מיט זיי. אין א געוויסער זין, זענען זיי דער דרייווער און דו ביסט די פאסאנזשיר אנשטאט ס'זאל זיין פארקערט. זיי, די מחשבות, פירן דיך אין א געוויסער ריכטונג. יא, דו טוסט עס ווילענדיג אבער דו קענסט זיי (די מחשבות) נישט באטראכטן ווי דיין עסענץ. דו קענסט נישט טענה'ן אז זיי זענען 'דיר' און עפעס אנדערש פונדעם איז נישטא. דו מוזט פארבלייבן מיט די אנערקענונג אז זיי זענען נאר דער דרייווער און ס'דארף זיין די מעגליכקייט דו זאלסט קענען נעמען א פויזע פון די רייד, אויב זאלסטו וועלן. דו האסט באשטעלט דער דרייווער און דערפאר 'נוצטו' אים, נישט ער נוצט דיך.

עס איז וויכטיג נישט צו ווערן צו שטארק באהאפטן אדער אנגעהאנגען אין דער דרייווער. דער דרייווער קען זיין זעהר פריינטליך אבער ער איז א באזונדערע ישות פאר זיך. ער קען זיך אויך האבן זיינע מאמענטן, און אויב דו דארפסט צוקומען צו אים ער זאל דיך פירן אוואו דו דארפסט אנקומען, מוזטו אובאכט געבן און פארשטיין דיין באציהאונג צו דער דרייווער. דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו מוצא חן זיין דעם דרייווער, אבער אסאך וויכטיגער ווילסטו וויסן ווי אזוי נישט צו ווערן אויפגערעגט פון דער דרייווער'ס התנהגות. עס איז וויכטיג צו קענען לערנען דעם דרייווער, אבער עס איז פיהל מער וויכטיג צו קודם קענען לערנען זיך אליינס. אבער ווער איז 'זיך' דען?

בעפאר איך פרוביר צו ענטפערן די פראגע, לאמיך צוערשט ממחיש זיין: אויב איז דער דרייווער א עכטער יומען ביאינג איז שייך פארצושטעלן זיך: "איך וועל שוין אכטונג געבן ער זאל נישט ווערן באליידיקט.‾איך וועל זיין באזונדער שיין צו אים." אדער "איך וועל שטיין אויף אים ער זאל נישט מבולבל ווערן און מיך פירן פאלש." ‾ "אויב ווערט ער באליידיקט בלי סיבה אדער אויב פארפירט ער מיך פון גראדן וועג וועל איך אים שטעלן אויפ'ן פלאץ" אבער ווען דער דרייווער'ס צעמישעניש איז ארויס פון דיין קאנטראל און דיין פארזוכן אים מפייס צו זיין – באדייטונגסלאז, דאן איז די עצה, צו פארשטיין ווי אזוי דו, דיין עכטער סעלף, דיין עסענץ, ווערט אפעקטירט פון דער דרייווער. ובכן ווען דער דרייווער איז – די שלאגנדע ידיעה יענעם צופרי פון די טריבע וועטער אינדרויסן, און דאס איז וואס מאכט דיר אויפגערעגט, איז די עצה ענדישער, צו אבזעווירן און דורכדעם פארשטיין, וויאזוי 'דו' רעאגירסט צו א שלעכטע וועטער.

דיין רעאקציע איז נישט די מאמענט פון 'אבזעווירונג' ווייל דעמאלס געשעט שוין דער עפעקט, צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט. דער עפעקט – ד.ה. דיין רעאקציע, איז שוין ענטשלאסן ביי דיין איינגעוואוינטער הרגל, פון אזויפיהל מאל רעאגירן צו אזא סיטואציע וועלכע מעגליך זעהט אויס צוזיין א אנדערע סינאריום יעדעס מאל, אבער בשורשו ערוועקט אן עמאשען וואס ברענגט אויף די זעלבע געפיהלן און עמפינדונגען יעדעס מאל ווען עפעס פאסירט וואס איז פארבינדן צו דער עמאשען, א שטייגער ווי 'אויפרעגונג' למשל. היות די סיטואציעס חזר'ן זיך איבער אומצאליגע מאל אין לעבן אונטער כל מיני לבושים, האסטו שוין איינגעלערנט אזא סארט סיסטעמאטיק צוגאנג פראגראמירט אין דיין מח, ווי אזוי צו רעאגירן יעדעס מאל צו אזא פאל — אין אונזער פאל — דאס אויפוועקן זיך צו א שלעכטער וועטער. דעמאלס, ווען דו רעאגירסט שוין, איז נישט א צייט וואס דו שטייסט מן הצד און דו אבזערווירסט דיך אליינס. דעמאלס איז שוין צו שפעט. די אבזעווירונג ברויך זיך אנהויבן פריער, פון זיך אליין און באוואוסטזיניג; ווי א ריפלעקס: דהיינו אז ווען די מינוט קומט, דו וועקסטיך אויף צו א שלעכטער וועטער, זאלסטו פלוצלונג ווערן באוואוסטזיניג רגעים איידער דו ווערסט אויפגערעגט, ווי כאילו א גלימפס, א שיין אריין אין געדאנק: אה, דער אויפרעגנדע עמאשען איז אויף די שוועל פון מיך איבערנעמען און מיך מאכן פיהלן דערביטערט און אויפגערעגט. און דאן, דאס אליינס אז דו ביסט באוואוסטזיניג (aware), פארמינערט א געוואלד די אפעקט וואס די עמאשען האט אויף דיר, די עקסטענט ביז וויפיהל די אויפרעגונג דרייווט דיך, ווייל דו אידענטיפיצירסטיך מער נישט 'איינס' מיט די אויפרעגונג. א משל ווי דו זאלסט אבזעווירן א צווייטער מענטש ווערן אויפגערעגט. אבער כדי דאס זאל פאסירן, דארפסטו נאטורליך שוין האבן געארבעט דער געוואוינהייט צו ענדערן, דורכן אים אבזעווירן איינמאל און נאכאמאל אין א כמו-פאלשע איבונג, א טרענירונג סעסיע; א קונצליך געמאכטע (ארטיפישעל) איבערשפיהל פון אויפרעגענדע עמאשנס וואס דראהען דיך איבערצונעמען און אן אויפבוי פון דיין מדריגה פון כישרון צו ווידערשטיין או נישט נשלט ווערן דורכדעם וואס דיין באוואוסטזיין לערנט זיך ווי אזוי צו האנדלען און אקצעפטירן די עמאשנס, ענדישער ווי זיי דערשטיקן אדער רעאגירן בלינדערהייט צו זיי. (אינ'אמת'ן ווערט א מענטש שוין געבוירן מיט א היבשע פארציע 'אינסטינקט' אבער דורכאויס א לייף-טיים, אז מען לאזט זיך נאכשלעפן, פלעגט מען איר.)

למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס פארט אויף די הייוועי ווען פלוצים קומט דער טראפיק צו אן אפשטעל. ווען דו ביסט א טייל פון דער טראפיק איז שווער נישט צו ווערן אויפגערעגט. די עצה איז, ארויסצוטרעטן פון די אויטא, זעצן זיך אין די זייט פון די גאס און 'אבזעווירן' די טראפיק ווי כאילו דער מענטש איז מער נישט א חלק דערפון.

מען קען עס נעמען אפילו א ווייטערדיגע שטאפל. אפילו נימא די דרייווער איז יא א יומען ביאינג וואס האט דיך אויפגערעגט. אבער לויט אונזער שמועס, אויב ער האט דיך אויפגערעגט אויך נאר צוליב וואס א 'דרייווער' האט 'אים' געשטופט צו א מעשה (רעאקציע), הייסטעס אז נישט בלויז זענען זיינע הענט געווען געבונדן נאר ער איז אפילו נישט באוואוסטזיניג געווען אז א דרייווער האט אים געשטופט. פארוואס דען איז ער צופיהל אנדערש ווי דער שלעכטער וועטער? פונקט ווי דו קענסט ווערן באוואוסטזיניג, א מיליסעקאנד בעפאר וואס די צארן וואס קומט מחמת א שלעכטער וועטער – נעמט דיך ארום – אז אט אט און דו וועסט ווערן אויפגערעגט. קענסטו די זעלביגע אויך ווערן באוואוסטזיניג, א מיליסעקאנד נאכוואס דיין חבר האט געמאכט דער בייסיגער קאממענט, אבער א מיליסעקאנד איידער דו רעאגירסט דערצו (געדענק, די רעאקציע איז שוין אין גאנג תיכף ווען דו פיהלסט אויפגערעגט. עס פאנגט זיך נישט אן הערשט ווען זאגסט אים צוריק אין פנים) אז "העי, אט איז א נאטורליכע פענאמענאן, דיין חבר מאכענדיג דער קאממענט [וואס איז גענצליך ארויס פון סיי וועמענ'ס קאנטראל], וואס גייט מיך מאכן פיהלן אויפגערעגט אין א רגע ארום."‾"אינטרעסאנט, איך קען עס זעהן קומען. לאמיך עס באטראכטן א מינוט. ווי אזוי פיהל איך עבאוט איט?" אט דאס איז 'אבזעווירונג'. (נ.ב. נישט ממש די זעלבע ווי די וועטער ווייל א מענטש איז סענטיענט. נאר אזויפיל אז דער מענטש ברויך אויך ארבעטן א וויילע פריער צו באשטימען ווי אזוי א רעזאלט אסאך שפעטער וועט אויסקומען אזוי ווי דער וועטער איז א לאנגע קייט פון איווענטס)

דער פעאיהקייט (יכולת), פון קענען 'קוקן פאראויס', בעפאר דו רעאגירסט צו סיי וועלכע פענאמענאן, איז א כישרון, א סקילל, וואס גיבט דיך אן אויסערליכע עדווענטיזש אין לעבן. עס גיבט דיר שטענדיג אן עטליכע מאמענט-פענצטער צו אריענטירן זיך אויף וואס קומט כדי צו קענען רעאגירן דערצו אין א וועג וואס לוינט זיך פאר דיר בעסער און פונוואס דו וועסט נישט חרטה האבן.


וואס איז נישט גענוג מיט סתם זיצן אליינס?

אויב דו זיצט שטיל אין א צימער, רוהיק, און דו ביסט בלויז פארנומען טראכטן איז עס ווייטער מחשבות וועלכע פארנעמען דיין געדאנק. עס קען זיך דיר אפשר דוכטן אז דו ביסט אינגאנצן אליינס און אז דו קריגסט די געלעגנהייט זיך קענען צו לערנען, אבער ס'איז נישט אזוי. דיין ברעין איז נאכאנאנד פארנומען טראכטן. מחשבות, זכרונות, קאנצעפטן און פלענער קומען נאכאנאנד צו דיין באווואסטזיין און דו ביסט זיי נאכאנאנד שוקל: 'וואס האלט איך איבער דעם? ווי אזוי פיהל איך מחמת דעם?'

יעצט אזוי ווי אין די פריערדיגע עקזאמפל, האט דיין חבר'ס קאממענט ערוועקט אן עמאשען ביי דיר, און אפילו מצליח געווען דו זאלסט רעאגירן דערויף, אפילו אומדורכגעטראכט (איך בין זיכער דו האסט שוין ערפארן, זיך רעגן א מינוט שפעטער אויף דיך אליינס, פארוואס דו ביסט אזוי אויסער קאנטראל געווארן), די זעלבע ווען דו ביסט אליינס מיט דיר, טוען אלע סארט געדאנקען וואס קומען אין דיין מח, ערוועקן כל מיני געפיהלן ביי דיר. אלמא, דאס איז די צייט ווען מענטשן געווענליך מאכן זיך א חשבון הנפש; החלטות אויף להבא אדער על העבר. וואס מען גייט טוהן באלד אדער מארגן. נישט בלויז אזעלכע החלטות הנוגעים למעשה, וואס שטאמען פון געפיהלן אדער פשוט פון זיין מחובר מיט וואס דארף געטוהן ווערן אין די עכטע מציאות'דיקער וועלט, כגון צו טוישן חברותא, פאררעכטן די דאך ווייל ס'רעגנט אריין אדער לאזן פריי די חרטה וועגן א דערדרוקנדע טעות וואס דו האסט נישט לאנג צוריק געמאכט, נאר אויך החלטות במחשבה: וואס איז דער ענטפער צו דער מאטעמאטישער פראבלעם וואס האט דיך געפלאגט אין קלאס אדער וואס דו האלטסט איבער דער פרעזידענט דאנעלד טראמפ - באזירט אויף די שמועס וואס דו האסט געהאט מיט גרונם - היינט צופרי אין שוהל.

אלעס פיין און וואויל, אבער 'וואו ביסטו אין דער זיצונג?' 'וואו טרעף איך דיר?' - פרעג איך. וואס הייסט?, זאגסטו: איך בין אליינס אין א צימער, קיין שום שטערונג פון די דרויסנדיגע וועלט, איך האב 'באמת' מנוחת הדעת פאר זעלבסט-בעאבאכטונג און א געלעגנהייט 'זיך' צו קענען-לערנען. וועסט מיר אפילו זאגן אז נאך א שעה צוויי ווערסטו אויך נישט לאנגווייליג פון זיין מיט דיך אליינס און 'טראכטן'. 'פשי, באמת אן אינטראווערט. דו ווייסט וואס דו גלייכסט און וואס איז גוט פאר דיר...' אבער זעסטו, דאס איז די פראבלעם, זאג איך דיר: 'טראכטן'. פארוואס טראכסטו? מה הועילו חכמים? מיט וואס איז דאס אנדערש פון ווען דו זיצט מיט דיין חבר גרונם, און ער טוט די 'טראכטן' פאר דיר. זיי דיך מצייר גרונם דזשענערעיטן געדאנקען, גענוי די געדאנקען וואס דיין מח דזשענערעיט אין די לעצטע שעה צוויי, און ער גיבט דיר איבער פולע אויטאריטעט זיך ארומצושפיהלן מיט די געדאנקען, אנאלאזירן, ווערן איבערגענומען, פלאנען און אפילו פיזיש נשפע ווערן פון זיי; מיט וואס ביסטו מער אליינס פאר זיך, יעצט אז גרונם איז נישטא, און איין טייל פון דיך האט איבערגענומען זיין ראלע פון אויפברענגען/דזשענערעיטן, בשעת די אנדערע טייל פון דיך שפיהלט די ראלע פון דן זיין און שוקל זיין? דיין קאנטשעס איז מציע 'זאכן - נושאים' צו דיין באוואוסטזיין (awareness) וועלכער ווערט נשפע און רעאגירט אין תור. קוקט דיר עס נישט אויס ווי סתם א שפיהל, אוואו דו שפיהלסט צוויי מענטשן. פארוואס קוקט רעדן צו זיך אליינס אויס קאמיש בניגוד צו טראכטן צו זיך אליינס? אין ביידע מקרים האסטו א דיאלאג מיט דיר אליינס. עס איז נאר אז ווען אנדערע מענטשן הערן שעמסטו זיך צו רעדן. ווען דו ביסט אליינס, ברויכסטו נישט רעדן ווייל דו קענסט זיך הערן אינערליך.

אקעי, 'יעצט קלונגסטו שוין באמת נישט צום זאך,' לייען איך דיינע מחשבות. דו פרעגסט: 'וואס דען איז 'איך'? דו האסט א בעסערע אלטערנאטיוו? דו האסט שוין אמאל געזען א מענטש נישט טראכטן און דאך זיין באוואוסטזיניג? וואס איז דיין עמפיריקאל ראיה אז דער 'איך' איז נישט דאס וואס איך טראכט און פיהל לפי דעם? נאך מער, רוב מסתמא וועלן דא זיך אפשטעלן און פרעגן: "וואס גייט עס מיך אן, פארוואס זאל איך אינטרעסירט זיין צו זיין מיט מיך מער פון וויפיהל איך בין מיט די תוכן פונוואס איך בין באוואוסטזיניג?" אקעי, לאמיך אייך נישט צולאנג נערווירן, וויאזוי טאקע בין איך מתאר א מצב רוח אין וועלכע דו ביסט גענצליך מיט זיך אליינס, אדער מער גענוי, די מערסטע [וואס שייך] מיט זיך אליינס? אט הערט:

דיין מח מיט זיך אליינס איז נאר פלעין 'באוואוסטזיין'. א קאנטשעס וואס איז נישט פארנומען מיט גארנישט. א באוואוסטזיין וואס בלויז ערפארט. עס איז אווער, עס איז באוואוסטזיניג צו אלצדינג וואס שפיהלט זיך אפ ארום, אהן אידענטיפיצירן זיך מיט זיי; אהן שפירן צוגעטשעפעט צו זיי. רויע באוואוסטזיין. א באוואוסטזיין וואס איז נישט געפירט פון גארנישט אונערגעץ. א באוואוסטזיין נישט געטריבן דורך סיי-וואס. אויב איז עס געטריבן דורך סיי-וואס אדער עס דזשענערעיט מחשבות איז עס מער נישט דיר. ווייל 'דיר' איז עס נאר נאר ווען דיין באוואוסטזיין דזשענערעיט מער נישט. עס איז מער נישט באאיינפלוסד ביי דרויסענדיגע געשעהענישן, קאנצעפטן אדער מציאותער. יא, א קאנצעפט, אפילו אז עס ווערט געבוירן אין קאפ, רוף איך עס נאכאלס אן א דרויסענדיגער דרייוו, ווייל דער קאנצפעט פערנעמט דיין וועזן, עס איז נישט דיין וועזן מיט זיך אליינס.



איך באקום קאפווייטאג. איין מינוט, גיי לאנגזאם, וואס מיינט דאס?

וואס וועל איך פארדינען פון אזא סטעיט אף מיינד, אויב איז א מח פארנומען מיט גארנישט, ווי אזוי קענסטו אזא עקספירינעס בכלל אנרופן 'קענען לערנען זיך אליינס'? וואס איז דא דארט קענען צולערנען? האבן מיר נישט פריערט געשמועסט אז אלצדינג וואס פארנעמט מיין מח איז אינפוט פונדרויסן וועלכער באיינפלוסד 'מיך' וואס דאס איז גורם איך זאל רעאגירן באיזה אופן שהוא? אויב צו קענען לערנען עפעס, וועל איך אפנים נאר קענען לערנען דאס וואס דרייט זיך ביי מיר אין קאפ, וואס איז דאך [לפי טענתך] בעצם נישט מיר?!

והנה, געדענקסט אין די עקזאמפל אויבן, האב איך מתאר געווען א היכי תמצא וואו דו ביסט באוואוסטזיניג אז אן עמאשען פון אויפרעגונג איז בעפארשטייענד אט-אט דיך איבערצונעמען? א געפיהל וואס יעדער מסתמא האט שוין געשפירט אמאל (ווען עס האט דיך אפגעהאלטן פון רעאגירן אין א וועג וואס וואלט געווען לגמרי אומאקצעפטירבאר צו די מענטשן ארום דיר אדער אפילו צו דיר אליינס - לויט ווי דו אליינס האסט זיך געקענט ביז דאן - "גאטעניו, איך האב נישט געוואוסט איך בין אומשטאנד שיער זיך אזוי צופארלירן"). יענע רגע וואס דו ביסט באוואוסטזיניג, די רגע איידער דו האסט זיך שיער פארלוירן – דאס איז דיך, דאס איז דיין רויע קאנטשעס 'באוואוסטזיניג פון זיך אליינס – דער סעלף' ערלעבן אן ערפארונג; דורכלעבן דער הוה. אבער דאס דויערט נאר פאר א קורצע וויילע. אפאר רגעים דערנאך האסטו שוין ממשיך געווען. אדער האסטו רעאגירט – און זיך אויפגערעגט אדער האסטו רעאגירט – און זיך נישט אויפגערעגט, דאס וועט זיין געוואנדן לפי דיין בעלות איבער דיינע דרייווערס (אויב 'עס איז' א דרייווער. וואס אויב דאס 'איז' די ריכטיגע רעספאנס? דעמאלס באזייטיג דער נעגאטיווע קאנאנטעישאן - 'אויפרעגונג' און ערזעץ מיט א פאזעטיווע טערמין: 'נאטורליכע רעאקציע' אדער 'עפעקט'. מל' סיבה ותוצאה. און די מציאות וועט זיין אז דו וועסט טאקע נישט פיהלן אויפגערעגט), דיין איינזעהעניש מיט די געפיהלן פון די מענטש מיט וועם די אינטערעקסט און לפי וואס איז בעסט פאר דיר אין יענע סיטואציע. (די שאלה איז וואס 'דיר' נעמט אלץ אריין. איז 'דיר' בלויז דער 'סעלף'? אבער דאס איז א שמועס פאר זיך, אפשר אויף אן אנדערע געלעגנהייט). די נקודה איז, סיי וועלכער פון די דריי עס איז, וועט דיין זיין באוואוסטזיניג' בעפאר, פארזיכערן אז דו ביסט אין קאנטראל און אז דו ווייסט וואס איז דער ריכטיגער האנדלונג.



טעכניק - די מעקאניזם

באטראכט א רוישיגער גלעזל וואסער. אזוי לאנג ווי דער גלעזל איז נישט סטאביל וועט זיין שווער אדורכצוקוקן די וואסער. איינמאל די וואסער איז גענצליך רוהיג, מיטאמאל איז די וואסער דורכזיכטיג און לויטער און מען קען אדורכזעהן פון איין זייט גלעזל צו דער אנדערער, אדורכקוקן די וואסער זעלבסט און אפילו זיך זעלבסט אפשפיגלען דערינען. אראפצוזיצן זיך און מחליט זיין נישט צו טראכטן פון עפעס איז גאר שווער. נאך שווערער איז נישט צו טראכטן פון גארנישט. ממש אוממעגליך. אבער דאס ווייסט אפילו א בחור'ל: אויב דו ווילסט אויפהערן צו טראכטן פון א געוויסע מחשבה, טראכט פון אן אנדערע מחשבה און דער ערשטער מחשבה איז נישטא מער. דו צווינגסט אים אוועק. צו זיין מער פונקטליך: קאנצערטיר דיך אויף אן אנדערע מחשבה. אין אונזער פאל אבער, איז דאך קאנצערטרירן אויף א צווייטער מחשבה קיין אויפטוה. האסט אויפגעטוישט שיינדל פאר בריינדל. וואס אבער אויב אנשטאט קאנצערטרירן אויף א אנדערע מחשבה, קאנצערטרירט מען אויף אן ערפארונג, דער אטעם? און דוקא אן ערפארונג וואס סתם אזוי, רעגולירט זיך אליינס לכאורה, אבער ווען געגיבן אויפמערקזאמקייט דערצו, לאזט זיך, צו אונזער איבערראשונג, רעגולירן? דער אויפטוה פונדעם איז, איינס: צו פאוקעסן אויף אן ערפארונג דארפסטו זיין נישט מער ווי 'באוואוסטזיניג' פון דער ערפארונג. צוויי: דאס לערנט דיך אז יעדע ערפארונג איז האנדלבאר און קאנטראלירבאר.

דא קומט דער אינטרעסאנטסטער טייל. משום איזה סיבה, נאך א וויילע קאנצערטרירן אויף דער אטעם, וועלכער איז א מהותיות'דיק צו עקזיסטענץ, לעשט דער באוואוסטזיין אויס איר וואכזאמקייט צו דער אויסערליכע וועלט און אנשטאט פארקירעוועט איר אנטענע צו דער אינערליכעס. עס הערט אויף ווערן באאיינפלוסט פון אינפארמאציע און אנשטאט הויבט אן באטראכטן געפיהלן. עס הערט אויף אנאלאזירן און הויבט אן ערפארן. אבער אין ארדונג פאר דאס צו פאסירן דארף 1) די פעאיהקייט צו אפהאקן זיך פון אלצדינג ארום 2) די פעאיהקייט צו פיזיש זיך בארוהיקן, און 3) די פעאיהקייט צו גייסטיש קאנצערטרירן די אויפמערקזאמקייט (אטענשאן) אויף עפעס, שוין זיין אנטוויקלט . אנדערש, זענען די שאנסן פון אויפגיבן גיך פיהל העכער. למה הדבר דומה. צו א מענטש וואס קומט ארבעטן אויף 'זאפארטיגע באפרידיגונג', ד.ה. ער ליידט אויף א שוואכקייט אז ער קען נישט אויסווארטן א צייט צו באקומען א שכר, ער מוז יעדע באלוינונג קריגן תיכף און ער וויל ארבעטן דערויף, אז ער זאל זיין בכח צו 'פארשפעטיגן באפרידיגונג'. אזא איינער האט א פראבלעם: תיכף אין אנהויב דארף ער שוין האבן עטוואס עקספיריענס אין שולט זיין אויף דער דראנג פון 'זאפארטיגע באפרידיגונג', ווייל אז נישט וועט ער נישט מסכים אריינצולייגן די ארבעט ווייל "וואו איז שוין די באפרידיגונג?", דהיינו 'די שכר'? עס איז א קעטש 22. ווי אן ארבעטער וואס זוכט צו באקומען [באצאלטע] ערפארונג אין א ראלע וואס ארבעטסגעבער אפערן נאר פאר עמיצער וואס האט שוין עקספיריענס. די עצה איז 'וואלונטירליכע עקספיריענס'. מען דארף זיין וויליג אריינצולייגן די ארבעט קודם בלי תשלום, אהן תיכף זעהן רעזאלץ.

דערפאר, מענטשן וואס אין אלגעמיין איבן זייערע כח המעצר/אויסדויער קאפעציטעט, קאנצערטרירן זיך סייווי אויף א בסיס יומי, און פראקטאצירן פיזישע בארוהיקונג (בעפארן איינשלאפן למשל) האבן א בעסערע טשאנס צו דערגרייכן דער סוויטש גיכער. (פאר יוצאי ת"ת וישיבה זענען די ערשטע צוויי מסתמא היבש אנטוויקלט.) אבער דאס צולערנען איז קיינמאל צו שפעט. און אפשר איז 'התבננות' א גוטע געלעגנהייט צו ארבעטן אויף זיי.

אלזא כדי עס ווידער צופאראיינפאכן וויל איך איבערחזר'ן וואס איז נוגע למעשה אין פשוטע שפראך און דאס איז אלצדינג וואס דו אלס מתחיל דארפסט אינאמת'ן וויסען: אויב ווילסטו אויספרובירען דער טעכניק דארפסטו פינף, צען מינוט א טאג (מיט די מטרה צו פארלענגערן ברבות הימים ווי דיין פעאיהקייט אימפראוויזירט) זיך אראפזעצן, אויספלאגן פון די ארום, צומאכן די אויגן, אטעמען פון די נאז, פאקעסן דיין אויפמערקזאמקייט אויף די אטעם. און בעאבאכטן וואס געשעהט. בעאבאכטן וואס געשעהט תיכף אין יענער סעסיע און בעאבאכטן וואס געשעהט נאך א תקופה טוהן דער טעכניק. ביידע, וואס געשעהען אין די סעסיעס בשעת התבננות און ווי אזוי דער פראקטיס אפעקטירט דיין אלגעמיינע לעבן.

יעצט לאמיר מסכם זיין. ווערן דיינע פראגעס פארענטפערט? וואס איז איך? 'איך' איז דער באוואוסטזיין וואס טראכט נישט אבער פיהלט; איז גלאט באוואוסטזיניג. וואס איז מיין עמפיריקאל ראיה דערצו? עס דארף נישט זיין עמפיריקאל, עס דארף זיין סוביעקטיוולי אמת. און א ראיה אז ס'איז סוביעקטיוולי אמת איז אז אפילו אין חיי יום יומי האסטו פון צייט צו צייט די מעגליכקייט פון זיין באוואוסטזיניג אז דו ביסט באוואוסטזיניג; א ראיה אז ס'איז סוביעקטיוולי אמת איז אז דו קענסט ערפארן אויך אהן טראכטן, איז מוכרח אז דער מציאות עקזעסטירט. און אויב איז דאס נישט גענוג דיך איבערצוצייגן און דו ביסט פונדעסטוועגן נייגעריג זיך איבערצוווייזן, וועסטו דארפן טוהן די עקסערסייז געוואויר צו ווערן למפרע אז דאס איז די קעיס. וואס וועסטו פארדינען פון זיך קענען-לערנען דורכ'ן זיך אריינברענגען אין אזא סטעיט אף מיינד, אויב דארט איז גארנישט דא קענען צו לערנען, און אויב איז דער 'איך' נאר דאס וואס 'דרייט' זיך אריין און ארויס ביי דיר אין קאפ? ווייסטו וואס, איך וועל דיר גערעכט געבן, עס איז גארנישט דא דארט קענען צו-לערנען, און עס איז מער נישטא קיין איך. אבער איז נישט טאקע דאס זעלבסט די ווערטפולסטע לעהרע וואס א מענטש קען זיך וואונטשן צו באקומען? דו ברויכסט נישט מער פארנומען זיין מיט די 'איך', מהיום והלאה 'ביסטו' דער איך, דער 'איך' ערפארט, 'ער' איז אין טאטש מיט זיינע עקספיריענסעס, און אנשטאט פארנומען זיין אפלערנען דעם 'איך' קענסטו אויסנוצן די צייט זיך אפצוגעבן מיט די דרויסענדיגע פענאמענאנס מיט וועמען דו אונטערעקסט און זיי פולשטענדיג ערפארן ווייל דיין באוואוסטזיין איז אצינד בעסער באוואוסטזיניג; ווייל דער 'איך' קען זיך 'אינסייד אאוט'. אט דער לעהרע לערנט מען דורך און בשעת 'התבננות'.

לאמיך פרובירן פון א צווייטע זוית: אנשטאט צו זיין דער סטודענט וואס לערנט אפ דער מאשין, ביסטו דער מאשין זעלבסט. הני מילי ווען דער מאשין קען נישט זיין באוואוסטזיניג פון זיך אליינס, אבער ווען דער מאשין 'איז' פלוצלונג באוואוסטזיניג פון זיך זעלבסט, קען ער איינשפארן אומזיסטיגע ארבעט און פלאג פאר דער תלמיד (און דער תלמיד איז דו זעלבסט). און אויב דאס איז נישט גענוג לאמיך זעהן אויב איך קען ברענגען אן אנעקדאט וואס זאל מיך קומען צוהילף אין עס מגשים זיין. מען זאגט אז די מענטשן וואס פראקטאצירן דער טעכניק דורכאויס א לייף-טיים, אויף דער עלטער, אויב באפאלט זיי 'אלצהיימערס', לעבן זיי דערמיט פיהל לייכטער ווי די וואס נישט. און די סיבה: ווייל זיי האבן זיך אזוי איינגעוואוינט צו אקצעפטירן דער סעלף אהן די אלע לעיבלס אז זיי זענען שטענדיג באוואוסטזיניג דאס זיי זענען נאר דער באוואוסטזיין און גארנישט מער. אין אנדערע ווערטער: זיי לעבן און האבן אייביג געלעבט גענצליך אין די הוה אהן גארנישט אנגעקלעבט דערצו. א הוה וואס איז תלוי אין גארנישט. דערפאר, ווען זיי פארלירן אלצדינג האבן זיי אינאמת'ן גארנישט פארלוירן. זיי האבן דער זעלביגער סטעיט אף מיינד אזוי פיהל ערפארט אין לעבן אז דאס איז נישט ניי פאר זיי. דאס באדראעהט נישט גענצליך זייער עקזיסטענץ, אדרבה זיי זענען פולקאם אין פרידנס מיט זיך.


[center]***[/center]


מצד דער טעכניק איז דער באהאנדלונג מיינער פארטיג און דו קענסט אויפהערן לייענען תיכף ווען דער פאראגראף איז געגענדיגט. און נישט נאר דו קענסט, נאר איך רעקאמענדיר דו זאלסט. אבער אויב דו האסט אנגענומען מיין עדווייס, און אוועקגעגאנגען עקסערסייזן דער טעכניק פאר זעקס חדשים; אויב ביסטו נאך נישט זיכער דאן צו דו ביסט אויף די ריכטיגע שינע. קום צוריק און ענדיג לייענען דער סוף.

ובכן האלטן מיר אז די שטאפלען וואס האבן שוין פאסירט זענען: דער ארום איז שוין שטיהל, דער קאפ איז שטיהל, דער אויפמערקזאמקייט איז אנגעשטעלט אויף דער אטעם און דער סוויטש האט פאסירט. דו ביסט יעצט אין דער שטאפל אין וואס: דער פאוקעס איז אצינד אויסגעדרייט (turned) נאך-אינען. ד.ה. דער שטאפל צו וואס דער סוויטש האט דיך צוגעברענגט. יעצט היות דו ביסט פולשטענדיג באוואוסטזיניג און דיין סענסעטיוויטעט צו ערפארונג איז פילפאכיגע שטארקער, וועסטו זעהן אז מיטאמאל קומען א רייע געפיהלן אויף דיר פון וואס דו ביסט נישט באוואוסטזיניג געווען בעפאר. געפיהלן קענען קומען מחמת א געשעהעניש (עס קען זיין עפעס וואס האט פאסירט צו דיר יענער טאג, א וואך פריער אדער א צענערלינג אד"ג) פונוואס דיין באוואוסטזיין ווערט פלוצלונג באוואוסטזיניג (אלעס אין די סטעיט פון 'flow' - און דו קענסט וויסען אויב דו ביסט אין דער סטעיט, דורכן באטראכטן צו דער געשעהעניש שלעפט דיר אוועק אדער פשוט מאכט דיך ערפארן עמאשנס. די לעצטע זאל זיין באווייז אז דו ביסט אין די סטעיט פון 'flow'. נאך א וועג צו אויספרואוון איז צו זעהן אויב א לייכטע הפרעה איז מצליח אוועקצושלעפן דיין אויפמערקזאמקייט און איבערהאקן דער המשכיות/רצף פון זיין באוואוסטזיניג - being aware), אדער קענען געפיהלן אויפקומען אין פארשידענע טיילן פון דיין קערפער, צוליבן זיין פארבינדן מיט יענע חלקים אדער פאר סיבות וואס זענען נישט באקאנט צו מיר. געפיהלן קענען אויך אויפקומען אין דער פוינט פון קאנצערטרעישאן, אין קאפ, אדער פון זיין פלוצלונג באוואוסטזיניג פון א געוויסע מדה. ד.ה. די אבסטראקט באוואוסטזיניקייט פון די מדה קען ערוועקן א געפיהל אין א טייל אדער אויפ'ן גאנצן חלק פון קערפער. די טעכניק איז דאן צו פולערהייט לאזן די געפיהל דיך ארומנעמען. נישט קיין חילוק צו ס'איז א גוטער געפיהל אדער פארקערט, צו עס איז מבייש אדער מזזע. באטראכטן און אבזערוון די עמאשען ביז דער וואל (wave) גייט אדורך. נישט פרובירן צו אנטלויפן דערפון דורכן איגנארירן און אויך נישט פרובירן זיך צו זאגן: 'אוי, דאס דארף א תיקון, אדער 'אה, דער עמאשען דארף איך אנהאלטן לענגער'. אויך נישט פרובירן צו אנאלאזירן דער עמאשען ווייל דו ווילסט נישט אנגאזשירן דיין באוואוסטזיין מיט קיין געצייג כדי צו פארשטיין ערפארונגען. דו ווילסט נישט אריינשטעלן א מידיום, א מחיצה, צווישן דער מרגיש און דער רגש. דו ווילסט נישט ווידער פארקרימען ערפארונג. דו ווילסט עקספיריענסן פוירסט הענד.

די געדאנק פון דער עקסערסייז איז, אז דער באוואוסטזיין פאר זיך אליינס איז פאר יעדעם די זעלבע און עס ווייסט אביעקטיוולי וואס איז גוט, וואס איז שלעכט (גוט און שלעכט בלשוננו) וואס איז הילפבאר, וואס נישט. אין ריעל לייף, ווען אינפוט קומט אריין, איז די באוואוסטזיין דאופט (מסומם), און די חושים נישט גענוג סענסעטיוו צו פיטערן די באוואוסטזיין קראנטע לעבעדיקע פידבעק איבער די עמאשנס וואס זיי דערשפירן איידער דער מענטש עקט/רעאגירט. ד.ה. די באוואוסטזיין ווערט נאכגעשלעפט נאך אימריכטיגע סענסארי אינפוט. אז דער מענטש באקענט זיך מיט די ערפארונגען אויף א וואַכער קלארע באוואוסטזיין, האט ער א געלעגנהייט צו באקענען כל מיני עמאשנס אויף א צוגעגנליכע שלב, ווען צייט איז נישט אויפ'ן וואגשאהל, און אזוי ארום באקומט ער א שאנס צו לערנען ווי זיך אומצוגיין מיט זיי, ווען זיי ענטשטייען נאכאמאל אין ריעל לייף, ווען צייט איז 'עט סטעיק'.

צום שלוס וויל איך דיעלן מיט נאך צוויי פונקטן וואס זענען פארבונדן אחד בשני אבער וואס איך האב געטראכט מתאים צו באפאסן זיך מיט - אין די ענדע פון די באהאנדלונג.

איך האב אין נומער 5. דערמאנט אז פרעגן 'פארוואס דאס ארבעט?' איז מעגליך נישט דער פאסיגער פראגע אין אונזער פאל. וואס איך מיין, איז דער באקאנטער משל פון עמיצער וואס כאפט א שאס אין די פיס; גייט ער נישט אצינד אנהויבן אנאלאזירן פון וועלכער ריכטונג דער קויל איז געקומען, ווער עס איז דער שיסער, וואס זיינע מאטיוון זענען און ווי אזוי דער מעכאניזם פון א שיסער און דער קויל איז ערצייגט אז עס איז ביכולת אנמאכן אזעלכע יסורים און שאדן אין דער מענטשליכער קערפער? ער שפרינגט פון ווייטאג און יאגט זיך תיכף נאך א פראקטישע לעזונג. דער פראגע ווילאנג דער גורם עקזעסטירט שוין און וואס איז געווען זיין גורם איז נישט רעלעוואנט אנבאלאנגט דער לערנונג פון דער טעכניק. די טעכניק העלפט און פארטיג. אבער עס איז נאכמער, דאס אנאלאזירן זעלבסט איז א חלק פון דער פראבלעם; א חלק פון דער גורם. דער רויע באוואוסטזיין פרעגט נישט, ער עקספיריענסד. די מינוט וואס דו פרעגסט 'פארוואס' ווייסטו אז דו ביסט שוין מער נישט 'באוואוסטזיין אליינס'. (נישט חלילה אז עס איז א פראבלעם צו פרעגן אבער וואס נוגע דער לעזונג איז 'אנאלאזירן' דירעקט א טייל פון דער פראבלעם וואס דו זוכסט אצינד צו לעזן.)

און דאס איז אויך די סיבה פארוואס דער לערנונג איז עפעס וואס רוב מענטשן וואס הערן דערפון צוערשט וועלן נישט זיין אינטרעסירט דערין אדער אויפגעבן זייער שנעל. ווייל רוב באגעגענען זיך דערמיט נאכדעם וואס זיי זענען עס געגאנגען זוכן. (חוץ מזה זאל מען נישט אונטערשאצן די טשאללענדזש פון 'אויסשאלטערן זיך און קאנצערטרירן'.) ווייניג זענען די וואס זענען פערצופאל אנטקעגן-געקומען דער לערנונג און פרובירן עס אויס מחמת אן ענטוזיאזם און אפענקייט צו נייע ערפארונגען. רובא, האט א שטארקע צער זיי געמאכט באוואוסטזיניק פון די מציאות פון די 'דרייווערס' און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דער פתרון צו ווערן פריי פון זייערע דרייווערס. אבער פארוואס דארפן אזויפיל אדורכמאכן ביזן זיך ווענדן צו דער לערנונג נאר ווייל מען האט שוין נישט וואס צופארלירן? די דרייווערס קענען ווערן אזוי שטארק דאס מען איז מער נישט באוואוסטזיניק בכלל אז מען איז דריווען און דאן זעהט דער מענטש אויס צו זיינע ארומיגע ווי דער פויגל וואס פליהט אריין אין די פענצטער נאכאמאהל און נאכאמאהל. וועסטו פרעגן וואס איז אזוי גיפערליך גענצליך זיך אונטערצוגיבן צום דרייווער, נאר פאוקעסן אויף די עקסטערנעל, אויב איז מען מער נישט באוואוסטזיניק? די עקסטערנעל איז פונדאמענטאל א צאל נאטורליכע כוחות און עווענטועל וועסטו אלס א נאטורליכע כוח צוזאמענשטויסן זיך מיט א צווייטע נאטורליכע כוח. אויב ווילסטו זיין מער פון די תוכן פונוואס דו ביסט באוואוסטזיניג, מער פון סתם א נאטורליכע כח, איז 'התבננות' א סטעפ אין די ריכטיגע דירעקציע.

הדבר הקולע ביותר שנאמר בעניין זה הוא מה שהוא אמר בתלים (תהלים, ס"ה, ב') לְךָ דֻמִיָּה תְהִלָּה שפירושו: לגביך השתיקה היא השבח. זה ביטוי קולע מאוד למשמעות זאת, שהרי כל דבר שנאמר מתוך כוונה לרומם ולפאר בו, נמצא בו פגיעה כלשהי בו ונראה בו חסרון כלשהו. לכן ראוי יותר לשתוק ולהצטמצם בתפישת השכל, כפי שציוו השלמים ואמרו: אמרו בלבבכם על משכבכם ודמו סלה ( תהלים, ד', ה'). מו"נ ח"א פ"נט
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר