'עוף בראקל' שערוריא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך מנוחה ושלוה » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 10:23 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זאלען זיי מברר זיין.

זיי האבן עס געטון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביזדערווייל האבען זיי גארנישט געזאגט. א בריוו, נישט קיין תשובה פון הרב וואזנר

זיי האבן יא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הרה"צ וכו׳ איז קיין פוסק נישט, און מ׳ווארט צו הערען עפעס א דבר תורה פון איהם.



מער ווערד ווי א קורצער ראק א מגולח
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:37 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 11:02 pm

ליטוואק

הער אויף מיט דיינע מעשיות. איך האב אויפגעוויזן אין א תגובה ווי די פארסט פין איין שיטה צו די אנדערע, די טוישט מיינונגען מיט יעדער תגובה, און די באשולדיגסט מיר אלץ אלעס וואס די ווילסט, בו בזמן וואס די ביסט שוין מערערע מאל אויפגעוויזן געווארן אלץ א שקרן וואס ברענגט זאכן וואס שטייען נישט, ובתוכם דא ווען די האסט געזאגט אז אין טריפות שטייט גארנישט וועגען א טריפות אהן א נקב, איך האב דיר געברענגט א פרי מגדים האסטו געספינד אז פרי מגדים איז נישט שולחן ערוך.

און איך וואלט נישט געוועהן סופרייזד אז דער מהר"ם שיק וואס די הענגסט דיך אהן איז לא היה ולא נברא. אין חתם סופר זעהט נישט אויס ער זאל מקיל זיין ווען א עוף טמא מיט א עוף טהור זענען זיך משדך.

און די האסט חוצפה ווי א שוטה ווען דיין תירוץ אויף דער וואסער אין די בני מעיים איז געוועהן אז זיי ווייסען דערוועגען און לכאורה מיינסטו צו זאגען אז זיי זענען בודק, און דאס איז א שקר גס.

אלזא, הער אויף מיט דיין דעמאגאגיע, ווייל לעת עתה פין דיין בלינדע עקשנות און פאלשער תירוצים אויף דער כשרות פין דער עוף, פלוס דיין עם הארצות אין יעדעס פרט פין די הלכה, הן טומאה, הן טריפות, א דורס, וואס אין יעדעס פרט פין די הלכות האסטו געשריבן עם הארצות ממש, און זיך געהאלטען ביי דיין עקשנות דורך טוישען דיין שיטה מיט יעדעס תגובה


איך ווארט נאך צו הערען פין אייך אפאר תירוצים

א. חשש טריפות. סיי דער הארץ. סיי דער בני מעיים.

ב. מורכב מעוף טמא. ווען דער שבט הלוי און רב פישער זאגען כשר בדיעבד, זאגט קאקער ליטוואק כשר לכתחילה, מיט א תירוץ אז א ספק ספיקא (וואס דער חתם סופר ווייסט נישט) איז לכתחילה.

ג. אז קאק פייטינג איז זיכער נישט דורס. און דאס איז נישט אלעס ,ווי אזוי ווייסטו אז דער קארניש איז נישט א רעכטער דורס, האסט בודק געוועהן? האט א צווייטער בודק געוועהן? עס איז באקאנט די מעשה מיט דער תרנגולתא דאגמא וואס מען האט געגעסן, און שפעטער אויסגעפינען אז עס איז א דורס, און דאס איז דער סיבה פין דער מנהג אז מען עסט נאר במסורת.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 12:15 am

אישתישבי:למה אכניס את ראשי בין שני הרים. איך האב נאך א פאר פסוקים וואס פאסן ווי הודו צו קיש. אבער איך האב איין בקשה צו דיר. אנא ממך. ביטע נעם נישט די גאנצע סומאטאכע אזוי ערנסט. און זיי נישט אזוי שטארק צוהיצט עד כדי צו רופן א צווייטן מענטש נעמען און כינויים...! פאר מיר ליגט די גאנצע סוגיא פונ'ם בראקקאלי עוף אין די לינקע פיאה. איך האב א רב, א מורה הוראה. און וואס ער וועט מיר הייסן דאס וועלל איך טון, בלי"נ. אלע איבריגע זאכן קענמען אראפפלאשן...! ס'איז גוט פאר א דיסקוסיע אין קאווע שטיבל. אדער אין די הוידו נאנאשער מקוה. מער פון דעם נישט...! ס'איז נישט כדאי אז די בלוט פרעשור זאלל ארופגיין צוליעב א נארישן הינדל וואס מ'גייט עניוועי שעכטן פריער אדער שפעטער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:25 am

אישתשבי, דו זאגסט נאכאנאנד איין לשיטתיה, הגם דו שפרינגסט טענות.

דיין לשיטתיה איז אז תורה איז זייער פלאטשיג און איין זייטיג. ווען איינער שרייבט אסור, איז די גאנצע באדייט פון זיין ווערטער איז אז ס׳איז אסור. לדאבונינו איז דיין מחלה א שטארק פארשפרייטע, ביי א סאך אונגארישע פוסקים היינט טרעפט מען עס.

דער אמת איז, אז די פוסקים פאסען אריין אין א גאנצע בנין פון א סוגיא און סברות, און א חידוש פון א פמ"ג דארף דארט אריינפאסען. איינער וואס ליינט עס כפשוטו איז ער פארזיכערט טועה צו זיין. אזוי ביסטו אנגעקומען צו א מסקנא אז ער האט אויפגעמאכט א נייעם טריפה פון ׳שוואכער הארץ׳. איינער וואס ווייסט אז די פוסקים מאכען נישט קיין נייע טריפות, און ווען זיי אסר׳ן עפעס, הייסט עס אז ס׳מוז אריינפאסען אין די אלטע טריפות, ווייסט אז ער האט נישט די גאנצע בילד. ווען מ׳קוקט נאך די ציונים וואס דער פמ"ג ברענגט, זעט מען קלאר וואס ער מיינט. דער פר"ח האט א לאנגע שטיקל אויף די שאלה, און ס׳איז אלץ ארום די חשש ניקב און נישט מער. סימן מ׳ רעדט פון גארנישט אחוץ ניקב, און די נושאי כלים האבען נישט ממציא געווען קיין נייעם טריפה.

און דאס איז ביי דורס אויך. קאק-פייטינג איז נישט דורס, און עטץ האבען נישט קיין מראה מקומות אז יא. די פוסקים אויף דורס גייען אויף איין גאנג, ווען נישט איין שיטה, און די חילוקים זענען ארום די נקודה וויאזוי ער עסט בעלי חי.

מנוחה ושלוה - אין זאמד קעסטל אין חדר רעדט מען אזוי. ׳ער האט יא׳ איז נישט קיין מראה מקום. וואס הרב וואזנר האט געשריבען אין חלק י׳ איז נישט קיין תשובה לדינא, ווייל ער זאגט נישט קיין הלכות דארט. דער אבן ישראל ברענגט נישט קיין מקור צו אסר׳ן קויפען פון א פארם טשיקענס וואס זענען אויסגעמישט.
טאמער דו האסט אנדערע מראה מקומות, ברענגטס אפיר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:43 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8589
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:00 am

דא זעהט מען דיין ספין. איך האב אמאהל געזאגט אז א שוואכע הארץ איז איינס פין די ח"י טריפות? איך האב געזאגט אז א עוף וואס האט א שוואכע הארץ האט א חשש טריפה. פארוואס? ווייל עס איז זיכער דא דארט אנדערע זאכען וואס זענען אסור על פי הלכה. אלץ א דוגמא האב איך דיר געוויזען א פרי מגדים וואס זאגט אז וואסער אין הארץ איז אסור.

און די ווייסט דאס, און כדי צו מאכען דיין ספין (כלשון קדשך) וועט איר איבערזאגן טויזענט מאל "שוואכע הארץ" איז נישט קיין טריפה, מיט דער האפענונג אז איך וועל אריינפאלן אין דיין נעץ, און אנהייבן דיפענדען כאילו א "שוואכע הארץ" איז איינס פין די ח"י טריפות, און דארט האפסטו מיר צו געווינען.

ממילא לידיעתך, "שוואכע הארץ" איז נישט א סלאגאן וואס די קענסט רייטען דערויף און בלייבען גערעכט. דער עוף האט געזונט פראבלעמען, און ממילא האט עס פארשידענע חשש טריפות, און עס וואלט גלייכער געוועהן ווי זיך אריין לאזען אין אלע שאלות אז מען זאל נישט עסען דער עוף. פארוואס? ווייל איך בין זיכער (און אסאך אנדערע בקיאים בדבר) אז טאמער מען זאל אנהייבן בודק זיין די עופות וועט נישט זיין קיין רוב כשר'ע.

יעצט גיי ווייטער מיט דיין אומוויסענדע דעמאגאגיע.

און לגבי דורס האט איר זיך פעסט ארויסגעוויזן מיט אייערע עמעראצות, סא פליז, טרעט אפ פין דער נושא ביז די ווייזט נישט אויך אז די האסט לכל הפחות נאך געקוקט די שיטות אין די ראשונים. און דעמאלס וועסטו זעהן אז ווען א עוף לייגט נאר ארויף די נעגעלעך אויף אן אנדערע בעל חי, נישט קיין חילוק צו ער הרג'ט צו ער עסט איז א חשש דורס.

יעצט גייסטו אנהייבן מיט דיינע ספיקות מכשיר זיין דער שרץ.

און להשלמת הענין קען יעדער זעהן א ווידעא פין קאק פייטינג, ווי זיי טרעטען איינער אויף די אנדערע

https://youtu.be/nGzBm7pLUCU

און יאכלו ענוים וישבעו. אבער פין די עופות עסט מען מיט היתירים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:42 am

דאס איז שקר. ווייז ערגעץ אז א שוואכער הארץ איז א טריפה, ווי דו האסט פריער געזאגט, צו א חשש טריפה, ווי דו זאגסט יעצט (פארשטייט זיך תוך כדי באשולדיגען יענעם מיט ספין).

דו האסט געזאגט שוואכע הארץ, נישט איך. און דאס האט זיך אויסגעלאזט אלץ נאנסענס. און דער פמ"ג איז קיין דוגמא נישט אויף גארנישט. ער זאגט אז וואסער קומט פון ערגעץ, און מ׳דארף פרעגען פון וואנעטנ עס קומט, ווייל דאס קען זיין א לאך, וואס איז א טריפה. דאס מיינט גארנישט וועגען אנדערע פראבלעמען וואס פארשידענע גאס יונגען קומען ארויף דערמיט, חדשים לבקרים.

קיינער זאגט נישט אז ׳געזונט פראבלעמען׳ איז א חשש טריפה, אויב עפעס, זאגט יענער פר"ח פארקערט בתוך דבריו.

ווייז מיר א מראה מקום אז קאק פייטינג איז א דורס. נישט קיין ווידאו׳ס צו נערישקייטען. א מראה מקום להלכה אז עופות וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט זיך צו שלאגען איינער מיט די צווייטע ווערען פלוצלונג א מין טמא. מ׳קען דיר נישט טראסטען מיט פוסטע ווערטער ווי ׳פוסקים׳, ווייל אדער ביסטו א פלעינער שקרן אדער האסטו ערנסטע reading comprehension פראבלעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8589
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

הודעהדורך מנוחה ושלוה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:09 pm

תשובת הרב וואזנער.pdf
(87.47 KiB) אראפגעלאדנט 57 מאל
בייגעלייגטע פיילס
כולל חזון איש בלעדי.pdf
(42.99 KiB) אראפגעלאדנט 61 מאל
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:37 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 4:13 pm

א נישט געחתמ׳טע בריוו, וועגען א זייטיגע נושא, איז נאך ווייניגער ווי א נישט געחתמ׳טער טשעק

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8589
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

הודעהדורך מנוחה ושלוה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:00 pm

הגאון ר' ישראל יצחק
בייגעלייגטע פיילס
זעקת אש קודש קאלמאנאויץ.pdf
(106.58 KiB) אראפגעלאדנט 77 מאל
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:37 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:27 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז שקר. ווייז ערגעץ אז א שוואכער הארץ איז א טריפה, ווי דו האסט פריער געזאגט, צו א חשש טריפה, ווי דו זאגסט יעצט (פארשטייט זיך תוך כדי באשולדיגען יענעם מיט ספין).

דו האסט געזאגט שוואכע הארץ, נישט איך. און דאס האט זיך אויסגעלאזט אלץ נאנסענס. און דער פמ"ג איז קיין דוגמא נישט אויף גארנישט. ער זאגט אז וואסער קומט פון ערגעץ, און מ׳דארף פרעגען פון וואנעטנ עס קומט, ווייל דאס קען זיין א לאך, וואס איז א טריפה. דאס מיינט גארנישט וועגען אנדערע פראבלעמען וואס פארשידענע גאס יונגען קומען ארויף דערמיט, חדשים לבקרים.

קיינער זאגט נישט אז ׳געזונט פראבלעמען׳ איז א חשש טריפה, אויב עפעס, זאגט יענער פר"ח פארקערט בתוך דבריו.

ווייז מיר א מראה מקום אז קאק פייטינג איז א דורס. נישט קיין ווידאו׳ס צו נערישקייטען. א מראה מקום להלכה אז עופות וואס מ׳האט זיי אויסגעלערנט זיך צו שלאגען איינער מיט די צווייטע ווערען פלוצלונג א מין טמא. מ׳קען דיר נישט טראסטען מיט פוסטע ווערטער ווי ׳פוסקים׳, ווייל אדער ביסטו א פלעינער שקרן אדער האסטו ערנסטע reading comprehension פראבלעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



יא, איך האב געזאגט, אבער קיינמאל נישט געזאגט אז א שוואכע הארץ מאכט טריפה אלץ איינער פין די י"ח טריפות, אדרבה טרעף עס.

לכאורה האסטו שלעכט פארשטאנען צוליב דיינע שוואכע ידיעות אין דער תחום.

ועוד, אפילו איך האב יא געזאגט, מיינט עס נישט אז דערפאר איז דער עוף כשר. סא איך זעה נישט דיין פוינט.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:56 pm

הייסט עס אז ס׳איז דא א טריפה וואס איז נישט אין די י"ח.....

און דו ביסט גאר דער קענער.......

מעגליך אז אסאך זאכען קענסטו, אבער לערנען הלכה איז נישט איינער פון זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8589
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 11:43 pm

בקשה צו אישתשבי,
מצידי קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט און וויאזוי דו ווילסט און אנטקעגן וועם דו ווילסט (אנטקעגן מיר אויך, נתינת רשות בלב שלם). אבער ביטע לטובת האתר, דיינע קינדערגארטן אטאקעס (נישט מיין לשון, עיין להלן) פארעקלט נארמאלע ניקס זיך צו דרייען דא, ספעציעל ווען עס איז ניכר דיין פערזענליכע שנאת ע"ה לת"ח צו ליטוואק פון בודאפעסט, דו האסט נאך קיינמאל נישט געפירט קיין ויכוח מיט איהם אויף א נארמאלע טאן, אלעמאל איהם פערזענליך אנגעגריפן מיט כל מיני לשונות וואס עס לאזט זיך גארנישט זאגן.

איך גיי דא ארויפשטעלן פון מיין אישי קעסטל א חלק פון א שמועס וואס איך האב געהאט א צייט צוריק מיט א ניק, בתוך הדברים האט מען ארומגערעדט פארוואס ער איז מער נישט אקטיוו דא, ער האט זיך אפגערעדט אויף די קטנות און גענוצט פאר א משל דיינע קינדערגארטן אטאקעס אטאקעס אנטקעגן ליטוואק.

ער האט מיר בשעתו געגיבן רשות - ווי מען קען זעהן אינעם סקרינשאט - דאס מפרסם צו זיין שלא בשמו, ובשעתו נמנעתי מכמה סיבות, ודומני שכעת הגיע הזמן. (איך האב פארמעקט געוויסע פרטים, וויבאלד ער האט זיך טועה געווען לכתחילה מיט א צווייטע נאמען)
בייגעלייגטע פיילס
PhotoEditor-1505145801123.jpg
PhotoEditor-1505146015795.jpg
PhotoEditor-1505146257177.jpg
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:07 pm

ריכטיג איזה אהנגעקומען, שלום עליכם!!!

יעדער וואס קען לערנען ווייסט אז איך בין גערעכט. ליטוואק ענווייראמענט שלא מן הענין, פארדרייט די הבנה פין מיינע תגובות, און ענטפערט לויט דער פארדרייטע הבנה, עס מאכט עס גאר שווער צו דיקוסיסרען.

וואס די שרייבסט אז איך אטאקיר אים, אדרבה קען יעדער איבערקוקען דער אשכול און זיך אליין איבערצייגן וויפיל מאל ליטוואק האט מיר אטאקירט, און איך האב גארנישט גענטפערט אויף דעם.

די האסט א חשבון ישן פין דער עגונה אשכול, ווי אויך ליטוואק ווי ענק זענען אויפגעוויזן געווארן פאר פאלשער ציטירער פין ספרים און הלכה.

אין דעם אשכול ווארט איך אויך פאר זיינע ציטוטים, ווי למשל א תשובה אין מהר"ם שיק וואס ער ברענגט נישט ועוד.

אין זיין לעצטע תגובה איז עס ניכר ווי ער שרייבט אז איך בין "מודה" אז עס איז דא טריפות ואס זענען נישט בכלל די ח"י טריפות (אגב, ליטוואקעס עמעראצות כאילו עס איז דא ח"י טריפות ביי א עוף) ווען דאס איז בכלל נישט די כוונה פין דער תגובה.

סא ריכטיג, איך האב הנאה פין דיין זכרון, קענסט מיר נישט מוחל זיין אז איך האב דיר דארט צוגעפיקסט ביסטו אנגעקומען דא לגבות את חובך.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:13 pm

מיין לייק פאר אישתישבי איז נישט צוליב דעם וואס איך נעם א שטעלונג אין די נושא צווישן די צוויי תורה ריזן ווי אישתישבי און ליטוואק. נאר אדאנק די זינלאזע תגובה פון ריכטיג.

אגב, אזעלכע תגובות ווי ריכטיג טרייבן אוועק מער מענטשן פון שטיבל ווי א נארמאלע דיסקוסיע פון צוויי ת"ח, הגם עס גייט צומאל אויף העכערע טענער און נידריגערע דיבורים...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2061
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1273 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:01 am

diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:44 pm

יעצט טוט זיך שוין ווייטער
איבער די לעגהארן טשיקן אין אמעריקא.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך חתן בחור » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:47 pm

וואס גייט פאר?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

הודעהדורך גוט געזאגט 1976 » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:31 am

איש את רעהו האט געשריבן:יעצט טוט זיך שוין ווייטער
איבער די לעגהארן טשיקן אין אמעריקא.

סאיז די זעלבע חברה , זיי האבן געהאט א דורכפאל מיטן בראקל טשיקען האבן זיי געמוזט איינפירן א נייע עוף,זיי רופן דאס לעגהארן כאטשיג סהאט עכ״פ ספק סימני טומאה פו חולק רגליו שתי אצבעות לכאן ושתים לכאן און סאיז הודו כפות במקצת עכ״פ לויט ווי איך הער פון א קראנטע פלאץ איז דא פופציג רבנים וואס זענען קעגן דעם נייעם טשיקן פון התאחדות הרבנים, דער מומחה פון ........ האט געשריבן אין קובץ עץ חיים ניסן תשע״ו אז לעגהארן איז א מישלינג פון כאטשיג זעקס מפוקפוק׳דיגע עופות אדער בלי מסורדיגע אין אינעם זעלבן קובץ ניסן תשע״ט איז ער מאשר צו עסען די בשר ווייל לדעתו החדש סהאט מסורה ווען אין קובץ תשע״ו איז אויסגעקומען אז סאיז אוממעגליך אז סהאט א מסורה צוליב זעקס בלי מסורהדיגע מישלינגען
גוט געזאגט 1976
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:35 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:21 pm

עס איז דא וואס גייען עקסטרים אז די אייער זאל מען נעמען נאר פון הייליין לעגהארן.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט