'עוף בראקל' שערוריא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:09 pm

א פעיקע טשיקען סתם צו מאכען פיקטשערס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 6:16 pm

דאס איז דאך אין די לעגענדארע ''צאנזער פארעם'' אנגעפירט דורך הרב פראטיווין ווערט געזעהן אויף די בילד.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1834
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1027 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:17 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אבן ישראל האט גארנישט צוטוהן מיט למעשה.
דער איסור לבטל איסור לכתחילה איז נישט אויפ׳ן גוי וואס מאכט דער הכלאה, ט׳וואס איז דער איסור צו קויפען אזעלכע טשיקענס פון דער גוי?

און דער חוששין לזרע האב, אפילו פאר זוז"ג, איז נאר א ספק כמבואר ברמב"ם. אויב אזוי רעדט זיך בביטול ספק איסור. ועוד, אז די ׳עוף טמא׳ וואס מ׳רעדט, כפי הנראה, איז נאר אן עוף וואס האט נישט קיין מסורת, וואס דאס איז נאר א ספק אויף וואס מ׳מוז מחמיר זיין.

אלזא, ווייס איך נישט וואס זיי ווילען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קוקט דעם שטיקל
ב...jpg
ב...jpg (29.94 KiB) געזען געווארן 1969 מאל

אויב איז די פראבלעים אינעם נקבה זענען די תולדות אויף צרות, ווי די היינטיגע מצב זעהט אויס דארף מען ווי פריער א תיקון, אדער נעמט מעקסיקאנער בהמה פאר האלב פרייז.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך אדונינו » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:10 pm

יהושע חיים האט געשריבן:בילד

וועלכע עוף איז דאס?

ר' ז"ל קוקט ווי א האן אינעם בני אדם...
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:50 pm

אדונינו: וואס זאגט דער האן...? תרנגול מה הוא אומר. (דער האן איז בעצם א ספרדי'שער. נאר ער רעדט אידיש בהברה אשכנזית/ליטאית)...איך האב ב"ה געהאט די זכייה עולה צו זיין על שולחן מלכים. מאן מלכי רבנן. ספעציעל אזעלכע 2 גרויסע און חשוב'ע תלמידי חכמים ווי מהר"א שליט"א און דער דיין פון קרית יואל הרב געצל בערגער, וואס ער איז לעצטנס געווען איבעראל נאר נישט אין קרית יואל. אין לאנדאן יצ"ו. און אין ירושלים תובב"א. נאר הרב געציל בערגער שליט"א האטציך געמוזט צורייקקערן קיין קר"י באופן דחוף. ווייל מ'האט געדארפט מברר זיין אויב איך און מיין משפחה זענען עופות כשרים אדער נישט. און אצינד האביך די זכייה צו באגעגענען הרה"צ (הגאון הקדוש האמיר פארגעסן)...מוהר"ר זלמן לייב טייטלבוים שליט"א. איך האב שוין געווארט פאר גאר א לאנגע צייט צו הערן חוות דעת קדשו. ביז יעצט האט ער זיך נישט געקענט קאנצענטרירן זיינע מחשבות און מעיין זיין אין פוסקים וואס מיין סטאטוס איז. ווייל ער איז געווען שטארק פארנומען מיט 2 גרויסע געשעענישן (וואו דער ברודער זז"ג האטציך נישט געמישט. און נישט אנטייל גענומען) וועלכע האבן אויפגערודערט די גאנצע ערליכע אידישע וועלט. ערשטנס. אז די ציונים (ימ"ש) שטייען אין די גאסן און זיי שיסן ישיבה בחורים. און זיי ברענגען גאנצע טרעילארס און לייגן אריין אין זיי ישיבה בחורים. ספעציעל די בחורים פון הרב אויערבאך'ס ישיבה און שליידערן זיי אריין אין פינסטערע קעלערן וועלכע הייסן מיליטערישע תפיסות, רח"ל. די צווייטע וועלט'ס געשעעניש איז. אז אונז מוז מיר ראטעווען די ילדי פראנקרייך אז זיי זאללן ח"ו נישט עולה זיין קיין מדינת ישראל. ב"ה אז מיין מחותן הרב מלכיאל קאטלער שליט"א שטייט מיר צו די רעכטע האנט. האביך מיך געקענט באפרייען און מעיין זיין אין פת ושותקים. און איך בין געקומען צו די מסקנא אז ס'איז דא וואס פיהרן זיך אזוי. און ס'איז דא וואס פיהרן זיך אזוי. אין מיין בוטשער סטאר אויף 82 ליע. עוו. וועט מען יא קענען פארקויפן די בראקקאלי עופות. אבער אין די בני יואל בוטשער סטאר וועט מען עס נישט פארקויפן...!...! יעצט לאמיר אנהייבן ... בני אדם יושבי חושך וצלמות אסירי עני וברזל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:54 pm

דער ברודער האטציך שוין אפ פאטאגראפירט מיטן בראקקאלי טשיקן. נו אויף וואס ווארט מהרז"ל שליט"א. זיכער מוז ער זיך אויך פאטאגראפירן מיט'ן טשיקן...וואדען...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 5:37 pm

הגאון רי"י קאלמאנאוויץ האט מפרסם געווען דעתו וועגן די עופות.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:01 pm

אזוי צו דער זאך ווי דער אבן-גבירול ישראל? אדער עפעס בעסער?

ווייל דארט שטייט נאכאלץ גארנישט. דער מצוה להביא עופות אלו צו אלו האט נישט מיט קיין הלכה. און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז. טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8875
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:18 pm

באמת? וואס גייט מיר אהן דער מאמע?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך מנוחה ושלוה » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 11:31 pm

די נייעס פון תשע"ז איז בלי ספק די בלאנק טשעק
וואס די פירמעס וואס מישן עופות האבן געקריגן צו טון וואס זיי ווילן
דער טשעק איז געחתמט ביי גרויסע פירמעס וואס ווילן נישט אפהאקען זייער ביזנעס מיט די ברוילערס טשיקן

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז.
טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

@ליטוואק פון בודאפעסט די הלכה דערפון קענסטו אדער סתם אבי געשריבן,
אין די מציאות האסטו זיכער נישט באקאנטשאפט.
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:37 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:50 am

און אז די גבירים וועלען נישט לעקען א ביינדל אויף אונזער געטריישאפט צו אידישקייט. וכן היה בבלומינבורג
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:21 am

איך ווארט נאר אז איינער זאל מסביר זיין וואס איז די פראבלעם מיט ׳הכלאה׳. ביזדערווייל האב איך גארנישט געזע׳ען צו געהערט. איינער האט געזאגט אז די טשיקען איז א ממזר. איך וויל נישט אריינרעדען אין די וואס ליידען שטארק פון. א שידוכים קריזיס, אבער איך זוך ב"ה נישט קיין שידוך, און איך קען קיינער וואס ס׳איז איהם אזוי ענג אז ער וויל נעמען א טשיקען, נאר ער וויל וויסען צו ס׳איז א ממזר אדער אן עמוני ומואבי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8875
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל

הודעהדורך Gimpel » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:07 am

זה וזה גורם
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:29 pm

אקעי ליטוואק,

נאך דיין חוזק, די טשיקענס זענען פין א כשר'ע מאמע און א טמא'נע טאטע, פארגעס הכלאה, כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט.

גענוג פאר דיין קאפ?

אויב נישט, נאדיר נאך עפעס, די טשיקענס ווערען גרויס אין אכט וואכען, און קענען לכאורה נישט לעבען צופיל לענגער.

גענוג פאר דיין קאפ?

אויב נישט, נאדיר נאך עפעס, די טשיקענס האבען גאר אסאך הארץ פראבלעמען, און דרייסיג פראצענט ציען זיך אויס און שטארבן, קענען נישט וואקען נארמאל, און אפילו די וואס לעבען יא אדורך זענען ספק טריפה.

גענוג פאר דיר ליטוואק?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:31 pm

לויט וואס איך האב געליינט פון א"י, האבען זיי נישט קיין טמא׳נעם טאטע, נאר ארום געשפילט מיט די אייער און אריינגעשטופט גענעטישע מאטעריאל פון עופות טמאות. דאס איז נישט קיין טאטע און איך האב נאך נישט געהערט פארוואס דאס דארף זיין אסור.

א טאטע אן א מסורה מיט א מאמע מיט א מסורה, האט דער מהר"ם שיק געזאגט אז ס׳איז א ס"ס, וואס איז מותר. און אפילו ווען ס׳איז יא א טמא׳נעם עוף, איז עס זוז"ג וואס איז געפסקנ׳ט להיתר.

אכצען טריפות האט מען הללמ"ס, וועלכע פון זיי איז ׳קען נישט לעבען לענגער׳?

וכן לענין הארץ ווייטאג.

בקיצור, איך ווארט נאך צו הערען א שאלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8875
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:15 pm

פארגעס פין דער פראבלעם מיט גענעטישער טוישונגען, דאס איז נאר אין ארץ־ישׂראל, דא אין אמעריקע איז דאס נישטא.

בקיצור דער מהר"ם שיק פסק'נט, און ביי דעם בלייבט עס.

און די ווייסט שוין אז דער קארניש איז דער פראבלעם נאר א מסורה פראבלעם, און זה וזה גורם וכו', און עס איז כשר למהדרין מן המהדרין, אפילו מען ווייסט אפילו נישט זיכער היינט אז דער מאמע איז כשר, אבער מן הסתם איז עס כשר, ווייל פארוואס נישט? און אונז האבען הללמ"ס ח"י טריפות ביי אן עוף, ווייל ליטוואק האט מקבל געווען איש מפי פיש פין די מעתיקי השמועה אליין.

אבער צוריק צו דיינע ח"י טריפות ביי א עוף, קודם קוק נאך אין יורה דעה סי' מ', און דערנאך קוק נאך ווי אזוי מענטשען לייגען אראפ דער הארץ פין דער עוף, וועסטו זעהן אז מען רעדט פין א חשש טריפות ממש.

און אפילו אויב מיט דיין גרויסע גאונות וועסטו אויסטרעפן אז ניין, דער הארץ פראבלעם און דער פיס פראבלעם פין די עופות איז נישט פין די ח"י טריפות ביי א עוף, ביסטו אויך נישט גערעכט, פארוואס?

לעיקר הענין איז דא א מושג פין בשר מזוהם, עסען פלייש פין א בהמה וואס מען האט געוויסט ער גייט אט אט שטארבן. תן לליטוואק ויתוואטוועק עוד.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:19 pm

איך האלט אין איין פרעגען וואס דא טוט זיך ווייל איך ווייס נישט. נאר אישתשבי האט עפעס אן ענין צו אטאקירען. קבלה קבלנו אז דער וואס דארף אטאקירען מיינטנעס אז א צווייטע זאך שטערט איהם, נישט די הלכה.

עכ"פ איך ווארט נאר פאר א מקור פאר איינער פון די פראבלעמען אויף די מציאות וואס איך האב געליינט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8875
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:48 pm

פאר דער וואס וויל זיך באמיען נאכצוקוקען אישתשבי׳ס מקורות, מוטשעט זיך נישט, ס׳איז שקר. סימן מ׳ רעדט פון א מחט אין הארץ צו א לאך. א ׳שוואכער הארץ׳ ווערט נישט דערמאנט.

און דער שטערבליכע טשיקען, עי׳ סימן י"ז וועסטו טרעפען אז קראנק ווערט נישט דערמאנט מיט דער מסוכנת, וואס איז אויך נאר א מדת חסידות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8875
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

הודעהדורך טרויבן88 » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:12 am

אדונינו האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:בילד

וועלכע עוף איז דאס?

ר' ז"ל קוקט ווי א האן אינעם בני אדם...

זאלי איז נעבעך די ערשטע מאל געגאנגען אין א טיער-גארטן און ער זעט נעבעך אויס אינגאנצן צישפילט... קוקט אויס ווי פון די לבנה אראפ... דעס זענען אונזערע רבנים, מענטשן וואס האבן נישט קיין אהנונג איבער וואס טוט זיך אויסער זייערע 'ד אמות' און זיי טיילן אונז אַן וואס צי טוען... ווען איך גיי אין טיער-גארטן זע איך נישט אויס אזוי... אפשר זאל מען עם טראגן אויף א געהעריגע אויספלוג וועט ער ווערן א נארמאלע מענטש
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 364 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 586 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:19 am

פ"וו זאגסטו ער טיילט איין
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:40 pm

געהערט אז נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג ביי א חשובן דיין אין וויליאמסבורג ווי מ'האט גובע עדות געווען פון צוויי לאנגיעריגע שוחטים (איינער פון קרית יואל און איינער פון בארא פארק) וואס האבן נאך געשאכטן באנאזאם מיט שוחטים פון דערהיים נאכן קריג, אז זיי האבן געשאכטן דעם קארניש עוף און ס'האט א מסורה, אשר ע"כ דארף מען נישט מער צוקומען צו בירורים אויף מ'מישט עס מיט א נקיבה אדער זכר קארניש און צו מ'גייט נאכן זרע האב צו נישט, ווייל אין ערגסטן פאל איז דאס א געמיש פון צוויי עופות טהורות און איז כשר לכל הדיעות.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:51 pm

אדונינו: דו האסט מיר אויסגעכאפט דאס ווערטל. דעם פארגאנגענעם שבת האביך געהערט אין ביהמ"ד ווי 2 לצים שמועסן צווישן זיך. און איינער זאגט פאר זיין חבר אז אויפ'ן פיקטשער פון מהרז"ל מיט'ן בראקל עוף זעהט די רבי אויס אז ער קוקט ווי א האן אין בני אדם...איך נעם נישט קיין אחריות פאר די ווערטער. איך זאג נאר נאך וואס כ'האב געהערט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:05 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:געהערט אז נעכטן איז פארגעקומען א זיצונג ביי א חשובן דיין אין וויליאמסבורג ווי מ'האט גובע עדות געווען פון צוויי לאנגיעריגע שוחטים (איינער פון קרית יואל און איינער פון בארא פארק) וואס האבן נאך געשאכטן באנאזאם מיט שוחטים פון דערהיים נאכן קריג, אז זיי האבן געשאכטן דעם קארניש עוף און ס'האט א מסורה, אשר ע"כ דארף מען נישט מער צוקומען צו בירורים אויף מ'מישט עס מיט א נקיבה אדער זכר קארניש און צו מ'גייט נאכן זרע האב צו נישט, ווייל אין ערגסטן פאל איז דאס א געמיש פון צוויי עופות טהורות און איז כשר לכל הדיעות.


צוזאמען מיט דער מסורה פין צוויי מארמאראשע בודקים אז מען עסט חלב.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:07 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
. נאר אישתשבי האט עפעס אן ענין צו אטאקירען. קבלה קבלנו אז דער וואס דארף אטאקירען מיינטנעס אז א צווייטע זאך שטערט איהם, נישט די הלכה.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דיין ליצנות פין א חשש עוף טמא, און א חשש טריפות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:16 pm

https://ufile.io/aubcd

דיסקלעימער, איך נעם נישט אחריות אויף יעדעס זאך וואס שטייט אין דעם קונטרס, עס איז קלאר דא זאכען וואס זענען נישט מדויק.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט