'עוף בראקל' שערוריא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק שרייבט מיט א גרויס בקיאות כדרכו, און דער בעל עגלה טאנצט נאך, געווענליך פירט ער, אבער דא איז ליטוואק געווארן דער בעל עגלה.....
צו ליטוואק,
זייער שיין האסט נאכגעקוקט און געלערנט סעיף א', יעצט לערן סעיף ב'!!!!!!!!!
צו בעל עגלה,
אשר על כן? האסט א מוראדיגער הצעה, ווילסט אפשר אנרופען די פארמערס און פארקויפען די עצה? העי, אויב עס ארבעט זיך אויס בין איך א שותף!!!!!
און צום ענין, אמאהל איז דא וואס די קאמענטס זענען אזוי אראפ פין די גלייזען, אז מען מוז ענטפערן סארקאסטיש.
טריפות איז א זאך וואס איז זייער האקעל. נעם למשל צומת הגידין וואס די טשיקענס האבען לעצטענס אסאך, ליטוואק וואלט מכשיר געוועהן דער שרץ אויך, ווייל די טשיקענס זענען פשוט קראנק, זיי קענען קוים וואקען כידוע, די גידין האבען סך הכל א שינוי, און מען ווארפט עס פאר טריפה, און בעל עגלה וואלט מייעץ געוועהן גיין צום דאקטער!!!
דער ענד ריזאלט איז אז די טשיקענס זענען כשר אבער מיט שטארקע בדיעבדס און עס ברויך א תיקון, א רבי איז מכריז אז "זיינע" טשיקענס זענען כשר למהדרין ווייל צוואנציג יאר צוריק האט ער געשיקט פאלאטשעק. און דערווייל האט זיך דער מציאות געטוישט אין די לעצטע צוואנציג יאר, און צוואנציג יאר צוריק איז אויך געווען גרויסע פראבלעמען.
און דער אמת איז, מען קען נישט בלעימען די רבנים, עס איז באמת שווער צו טוישען די עופות, עס מיינט טייערע פרייזען, און שווערער צו באקומען וכו', אבער צו מאכען א כשר למהדרין פין א בדיעבד שבדיעבד איז א טאטאלע ראנג.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ב"ה, געברענגט די מקוה רייד פון קר"י.
צומת הגידין מיינט נישט ׳צו שוואך׳, דאס מיינט ווען די חלק פון די פיס איז אפגעהאקט. טריפות איז נישט קיין מעדיצין, ס'איז הלכות, געמאסטען לויט גדרי הלכה. א שוואכע הארץ שטייט נישט אין סעיף א' און נישט אין סעיף ב'.
באמערקטס אז אישתשבי דרייט מיט גרויסע קנאות וועגן דער 'ליצנות פון טריפות', אבער קיין טריפה נישט טראפען. דאס איז ליצנות געמאכט פון הלכות טריפות.
מיט זינלאזע שפראך פון 'גרויסע בדיעבדס' און פוסטע באשולדיגען ווערט גארנישט אסור. זאל ער אונז זאגען קלאר וואס איז דא די איסור, און ער וועט נישט געצווינגען ווערען צו מאכען ליצנות, עפעס וואס ער וויל עכט נישט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: ס'האט גענומען אכט בלעטער און צענדליגער תגובות פאר דיר צו כאפן אז מיינע ענטפערס אויף דעם סאבדזשעקט זענען אלע סארקאסטיש...!
די פראבלעים איז, אז דו נעמסט די גאנצע סומאטאכע זייער ערנסט. צו ערנסט. און כ'האב מורא אז נישט דער בראקקאלי האן וועט דארפן הארץ פיללן. נאר עפעס א חשוב'ער איד...!
די גאנצע סומאטאכע אדער שערוריה ארום דעם בראקל האן איז אן אויפגעבלאזענע מעשה. און א יעדער מאן דאמר דא האט אן אנדערע אגענדא. ער וויל עפעס אנדערש ארויסנעמען פון די גאנצע מעשה. איינער וויל ווייזן זיין כח התורה. און דער עולם זאלל איהם אנקוקן וי א איד א בר אוריין. א חשוב'ער איד. א צווייטער האט א פאליטישע אגענדא. און א דריטער מיינט דא גאר געלט. און איך לאך מיך אויס פון די גאנצע מעשה. דאס כשרות און דאס גאנצע אידישקייט ליגט נישט ...!אויף מיינע שוואכע פלייצעס. אויך וויל איך נישט צוהעלפן כביכול פאר'ן באשעפער צו פיהרן די וועלט
די פראבלעים איז, אז דו נעמסט די גאנצע סומאטאכע זייער ערנסט. צו ערנסט. און כ'האב מורא אז נישט דער בראקקאלי האן וועט דארפן הארץ פיללן. נאר עפעס א חשוב'ער איד...!
די גאנצע סומאטאכע אדער שערוריה ארום דעם בראקל האן איז אן אויפגעבלאזענע מעשה. און א יעדער מאן דאמר דא האט אן אנדערע אגענדא. ער וויל עפעס אנדערש ארויסנעמען פון די גאנצע מעשה. איינער וויל ווייזן זיין כח התורה. און דער עולם זאלל איהם אנקוקן וי א איד א בר אוריין. א חשוב'ער איד. א צווייטער האט א פאליטישע אגענדא. און א דריטער מיינט דא גאר געלט. און איך לאך מיך אויס פון די גאנצע מעשה. דאס כשרות און דאס גאנצע אידישקייט ליגט נישט ...!אויף מיינע שוואכע פלייצעס. אויך וויל איך נישט צוהעלפן כביכול פאר'ן באשעפער צו פיהרן די וועלט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב"ה, געברענגט די מקוה רייד פון קר"י.
צומת הגידין מיינט נישט ׳צו שוואך׳, דאס מיינט ווען די חלק פון די פיס איז אפגעהאקט. טריפות איז נישט קיין מעדיצין, ס׳איז הלכות, געמאסטען לויט גדרי הלכה. א שוואכע הארץ שטייט נישט אין סעיף א׳ און נישט אין סעיף ב׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווי געוויינליך ווייסטו גאר ווייניג וואס דו רעדסט, אוודאי איז דער טריפות פין צומת הגידין ווען איינער פין די גידין זענען אפגעהאקט, אבער נישט דאס איז די שאלה ביי די עופות, די עופות האבען א שינוי אין די גידין, כלומר א אינפעקשען צו א בלאזעכץ פין וואסער צו א אנדערע שינוי, און ווען מען זעהט דאס ווארפט מען דער עוף פאר טריפה.
און די זעלבע ביי די הארץ, ווען דער הארץ איז פיל מיט וואסער ארום, וואלט מען געברויכט טרפ'נן דער עוף ווייל עס איז נישט געזונט, קוק נאך אין אנדערע סעיפים וועסטו זעהן נאך הלכות.
ר' ליטוואק, האסט געלערנט אפשר אפאר קצות'ן און ר' חיים'ס און ר' שמעון'ס און אביסל משנה ברורה, אבער טריפות ווייסטו נישט בחייכון, ווי אויך אביסל טריקענע מציאות בנוגע די עופות, און די רעדסט מיט א זיכערקייט כאילו די ווייסט אלעס, כ'בין שטארק נתפעל פין דיין קאנפידענץ, אבער פליז, די ווייסט נישט בחייכון.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: ס'האט גענומען אכט בלעטער און צענדליגער תגובות פאר דיר צו כאפן אז מיינע ענטפערס אויף דעם סאבדזשעקט זענען אלע סארקאסטיש...!
די פראבלעים איז, אז דו נעמסט די גאנצע סומאטאכע זייער ערנסט. צו ערנסט. און כ'האב מורא אז נישט דער בראקקאלי האן וועט דארפן הארץ פיללן. נאר עפעס א חשוב'ער איד...!
די גאנצע סומאטאכע אדער שערוריה ארום דעם בראקל האן איז אן אויפגעבלאזענע מעשה. און א יעדער מאן דאמר דא האט אן אנדערע אגענדא. ער וויל עפעס אנדערש ארויסנעמען פון די גאנצע מעשה. איינער וויל ווייזן זיין כח התורה. און דער עולם זאלל איהם אנקוקן וי א איד א בר אוריין. א חשוב'ער איד. א צווייטער האט א פאליטישע אגענדא. און א דריטער מיינט דא גאר געלט. און איך לאך מיך אויס פון די גאנצע מעשה. דאס כשרות און דאס גאנצע אידישקייט ליגט נישט ...!אויף מיינע שוואכע פלייצעס. אויך וויל איך נישט צוהעלפן כביכול פאר'ן באשעפער צו פיהרן די וועלט
און דיר באדערט נישט צו עסען פלייש וואס איז ספק טמא ספק טריפה? וואס וועסטו ענטפערן אויף יענער וועלט? פלייצעס? אוי וועט מען דיר ווייזען וואסערע פלייצעס די האסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ליטוואק - ביסט אן עם הארץ
עס הייסט אזוי, דיין חוצפה פין שרייבען אז עס איז נישטא וואס נאכצוקוקען אין סי' מ', ווייל דארט רעדט מען נאר פין א לאך אין הארץ, קען מען נאך דערליידען, סוף כל סוף איז דאס דיין דרך אין עבדות השם, אוועק מאכען מיט א מחי יד, און קיינמאל נישט צוריקציען אפילו מען ווייזט דיר אויף שווארץ אויף ווייס, אז די האסט געמאכט א טעות.
אבער דא רעדט מען פין א ערענסער זאך, מאכיל זיין ספק טריפות פאר כלל ישראל, מען פארנעמט די צייט מיט צומת הגידין, און קיינער רעדט נישט וועגען די כשרות פין קארניש, צו פין די געזונטהייט פין די עופות.
און ליטוואק, האסט אפילו נישט געקוקט אין סעיף א'.
אבער דא רעדט מען פין א ערענסער זאך, מאכיל זיין ספק טריפות פאר כלל ישראל, מען פארנעמט די צייט מיט צומת הגידין, און קיינער רעדט נישט וועגען די כשרות פין קארניש, צו פין די געזונטהייט פין די עופות.
און ליטוואק, האסט אפילו נישט געקוקט אין סעיף א'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ענדליך געברענגט א מראה מקום. אבער נאך א מראה מקום! ווער? כ"ק אדמו"ר ר' מ' שליט"א. מ'ווארפט עס ארויס, און דאס איז שוין א הלכה!
צומת הגידין וואס די תורה אסר'ט, איז אפגעהאקט. אינפעקשען איז נישט דאס. און אזוי אויך א 'שוואכע הארץ'.
דיין מראה מקום, לויט ווי ס'זעט אויס, איז נישט אין שו"ע, נאר אין פמ"ג, וואס ברענגט בתוך דבריו גענוי וואס איז די חשש. ס'איז נישט א יאמעריי פון מאכיל זיין אידען, נישט קראנקייטען און נישט שוואכקייטען. ס'איז א חשש ניקב ערגעץ.
ביסט גערעכט, איך האב נישט געלערנט הלכות טריפות. דעריבער האב איך געבעטען א מראה מקום, און איך ווארט נאך אויף עפעס. ביזדערווייל האסטו געשימפט און געשריגען, אבער קיין מראה מקום (אחוץ מ') נישט געברענגט.
צומת הגידין וואס די תורה אסר'ט, איז אפגעהאקט. אינפעקשען איז נישט דאס. און אזוי אויך א 'שוואכע הארץ'.
דיין מראה מקום, לויט ווי ס'זעט אויס, איז נישט אין שו"ע, נאר אין פמ"ג, וואס ברענגט בתוך דבריו גענוי וואס איז די חשש. ס'איז נישט א יאמעריי פון מאכיל זיין אידען, נישט קראנקייטען און נישט שוואכקייטען. ס'איז א חשש ניקב ערגעץ.
ביסט גערעכט, איך האב נישט געלערנט הלכות טריפות. דעריבער האב איך געבעטען א מראה מקום, און איך ווארט נאך אויף עפעס. ביזדערווייל האסטו געשימפט און געשריגען, אבער קיין מראה מקום (אחוץ מ') נישט געברענגט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
חשש ניקב? ווי זעהסטו דאס אין פמ"ג. ער זאגט אז מען דארף בודק זיין אלע איברים הפנימיים, און הערשט דעמאלטס איז עס מותר בהפסד מרובה. און נישט ער זאגט עס, דער ב"ח זאגט עס.
אויף דעם וואס די זאגסט אז פמ"ג איז נישט שו"ע, ביסט סתם א ליטוואק וואס ווייסט ניטאמאל וואס שו"ע איז, אבער לידעתך פמ"ג איז שולחן ערוך.
אויף דעם וואס די זאגסט אז פמ"ג איז נישט שו"ע, ביסט סתם א ליטוואק וואס ווייסט ניטאמאל וואס שו"ע איז, אבער לידעתך פמ"ג איז שולחן ערוך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
A broiler’s heart may fail trying to pump blood to a rapidly growing body. The failing heart enlarges, and straw-colored fluid fills up the abdomen and lungs; this fluid build-up is called ascites. Birds with ascites may pant, even in cool weather, and their combs may have a bluish tinge
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: מיך באדערט יא צו עסן טריפות, ח"ו. דערפאר האב איך א רב וואס איז אויכעט אן אדמו"ר און א גרויסער ת"ח און ער האט אויפגענומען דיינים אין זיין קהילה. און וואס דער רב/רבי און די דיינים זאגן דאס פרוביר איך בעז"ה מקיים צו זיין. די אלע איבריגע פילפולים של הבל קענמען נעמען און אראפפלאשן, עס פאאר עז איי עם קאנסוירנ'ד. יא. אנצופילן די פאפיר פון די פעידזשעס אויף קאווע שטיבל איז עס זייער גוט. וואדען 'עט מען שרייבן..? וויאזוי די יענקיס האבן אריינגעבאכעט די בעיסבאלל און ס'איז אוועקגעפלויגן און ס'איז ב"ה געווארן א האום ראן און זיי האבן געווינען דעם געים. אדער אז טאם ברעידי האט אין די לעצטע רגע פונ'ם סופערבאול פארמעסט אריינגעפליקט א טאטשדאון און די ניו אינגלענד פעיטריאטס האבן געוואונען דעם פארמעסט...? זיכער איז דאס אויכעט אינטרעסאנט. אבער ס'איז א סאך בעסער אז מ'איז זיך מפלפל צו דער בראקקאלי טשיקן איז א ספק עוף אדער ספק וועדזשעטעיבל. און וואספארא ברכה מ'מאכט אויף דעים. (אזוי האביך געמיינט אין אנהייב אז דער טשיקן האט עפעס צו טון מיט בראקקאלי. וואס איז, בדרך אגב זייער א געזונטע וועדזשטעיבל...! לחיים...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
הייסט׳ס ביסט שוין מסכים אז א שוואכער הארץ איז נישט קיין טריפה, נאר א חשש, אויף וואס מ׳קען בודק זיין? וואס איז מען בודק? וואס זוכט מען? צו ס׳איז דא א לאך ערגעץ אין אן אבר. די וואסער וכו׳ מאכט א ריעותא אז ס׳איז דא א לאך וואס לאזט אריין וואסער דארט. דאס איז נישט קיין נייע טריפות, נישט קיין נייעם פראבלעם, נאר א חשש אויף אן אלטע פראבלעם.
וואס האט דאס אלץ מיט א ׳שוואכע הארץ׳?
וואס האט דאס אלץ מיט א ׳שוואכע הארץ׳?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ביסט א לאסט קעיס. ווען איך בין דיר, שעם איך מיר צו שרייבן נאך א שורה, מען קען דיר אויפווייזן אז די ביסט א איגנארענט צודרייטע, און די שרייבסט ווייטער כאילו לא היה, און די כאפסט דיר אהן אויף א דקה מן הדקה כאילו עס איז א גרויסע חילוק אויב איז עס א חשש ניקב אדער וודאי ניקב. עס איז דא א גרויסע פראבלעם ודי בזה.
זיי מיר געזונט ר' ליטוואק.
אה, כ'בין מודה אז זיך טענה'ן מיט דיר איז ווערטלאז.
און צו דער ר' בערל, כ'האב נייעס פאר דיר, דיין רב דיין מורה הוראה שטייט נישט אין די תורה, ווען די ווייסט אז עפעס איז אסור, און די עסט מיט דער סאטמארער תירוץ אז מען וועט שמייסען די טייטלבויםס אבער די וועסט זיצען אין גן עדן אויף דיין תחתון, וועט מען אפיר ברעגנן דו בלעטלעך פין קאווע שטיבל וואס דו האסט געליינט און דערפאר געוויסט אז די טשיקענס האבען א פראבלעם, און טאקע נאכען שמייסען דיר אויף דעם ליצנות, וועסטו באצאלן אויף יעדעס כזית.
זיי מיר געזונט ר' ליטוואק.
אה, כ'בין מודה אז זיך טענה'ן מיט דיר איז ווערטלאז.
און צו דער ר' בערל, כ'האב נייעס פאר דיר, דיין רב דיין מורה הוראה שטייט נישט אין די תורה, ווען די ווייסט אז עפעס איז אסור, און די עסט מיט דער סאטמארער תירוץ אז מען וועט שמייסען די טייטלבויםס אבער די וועסט זיצען אין גן עדן אויף דיין תחתון, וועט מען אפיר ברעגנן דו בלעטלעך פין קאווע שטיבל וואס דו האסט געליינט און דערפאר געוויסט אז די טשיקענס האבען א פראבלעם, און טאקע נאכען שמייסען דיר אויף דעם ליצנות, וועסטו באצאלן אויף יעדעס כזית.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
באמת, ווען אישתשבי וואלט געבאדערט די טריפות, וואלט ער זיך געפרייט צו הערען אז ס׳איז נישט אסור. נאר וויבאלד עפעס אנדערש איז דא די נושא, רעגט ער זיך מער צו הערען אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם, ודו"ק.
אלזא אידען, דער וואס האט עפעס קראנטע אינפארמאציע וואס איז גענוי די פראבלעם פון די אלגעמיינע טשיקענס וואס מיר עסען, עפ"י הלכה נישט פאליטיק און נישט תורת ׳מע׳, ווערט געבעטען צו ברענגען אפיר.
ב"ה דער דרייקאפ האט זיך ארויסגעלאזט פון שמועס און ער וועט שוין נישט פארדרייען די קאפ מיט ׳שוואכער הערצער׳ וכדו׳, און ס׳איז אפען פאר יעדער וואס האט עפעס זאכליך צוצולייגעו.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אביסל צו איבערגיין דער ליטוואק פארשוין, וואס האט א מהלך פין שרייבען אהן נעמען קיין שום פאראנטווארטליכקייט אויף זיינע תגובות, און אפילו ווען מען ווייזט אים אויף שווארץ אויף ווייס, העי, האסט געמאכט א מיסטעיק, גייט ער ווייטער כאילו לא היה.
דא איז ער סתם אומוויסענד, וואס איז די פראבלעם מיט "הכלאה", ער פארשטייט נעבעך נישט אז מען רעדט פין א טשיקען וואס די טאטע איז א עוף טמא. ער גייט נאך ווייטער מיט זיין אומוויסענדקייט, און שרייבט אזוי
העלא???? איר זענט אפשר שטאט אין קאפ? שרייבסט בשורה אחת טאמער עופות זענען טהור, און וואס גייט מיר אהן הכלאה? אויב מאכט מען הכלאה ווערט עס אפשר אויס עוף טהור, ער מאכט דאך ממש נישט קיין סענס.
אבער לאמיר אים געבען די בענעפיט פין א ספק, אפשר מיינט ער עפעס. שוין פראביר איר צו שרייבען מיט דרך ארץ, נישט נאר איך, נאר א צווייטע שרייבער שרייבט
און ליטוואק??? אין קול ואין עונה, ער ענטפערט נישט אויף זאכליכע תגובות. פארוואס? ער ברויך נישט.
איך פראביר צו שרייבען
אפשר וועט עס אריין גיין אין זיין שוואכע קאפ פאר ער שיסט אויס נאך א איגנארענט תגובה, אבער פארגעס, עקספעקט נישט ליטוואק זאל דאס טוהן.
וואס שרייבט ער יא?
ווידער א דאבעל מיסטעיק, ווייל נאר אין ארץ ישראל איז בנוסף צו דער טמא'נער טאטע, ווייסט מען נישט צו זיי שפיל גענעטיש, וואס דאס איז א באזונדערע שאלה, נאר אין ארץ ישראל. און נאך אים דאס שרייבען,
מען ערווארט צו הערען פין דעם ליטוואק עפעס זאכליך, אבער דערווייל, וואס שרייבט ער????
ער שרייבט ער ווייסט נישט די מציאות, גוט מארגען גוט יאר, אוודאי ווייסטו נישט, דארפסט נישט זיין קיין מגלה אלף טפחים, האסט שוין ארויסגעגעבען דעם סוד פריער דורך דיינע איגנארענט תגובות, אבער מען רעדט דאך צו דיר, מען שרייבט דיר די מציאות אז עס האט א טמא'נע טאטע, און די שרייבסט יעצט נאך דעם אלעם, אז די ווייסט פשוט נישט דער מציאות, ממילא איז וואס? איז יאכלו ענוים וישבעו? אוודאי ווייסט די דער מציאות, ביסט אבער איגנארענט.
און ועל כולם האסטו נאך אויף דער פראבלעם פין טריפות העוף, וואס איך האב געשריבען אז עס איז דא הארץ פראבלעמען מיט דער עוף (בתוכם אז עס איז דא וואסער ארום די הארץ כידוע), און געהייסען קוקען אין סימן מ', וועסטו וויסען אפשר אביסל די הלכה, ביסטו פלוצלינג געווארען א ידען און געשריבען
האסטו דא געשריבען אז איך בין א משקר, איך שרייב פשוט שקר, פארוואס? ווייל האסטיך גענומען א צען סעקונדעס און נאכגעקוקט א סימן מ' און נישט געטראפען די ווארט לב חלש?
שוין, האבען אונז מעתיק געווען א שטיקעל פרי מגדים וואס אסר'ט וואסער ארום די הארץ, וואס שרייבט ליטוואק מיט זיין ליטווישע גאות???
אזאנס צו שרייבען אויף דער פרי מגדים? ביסט פין קאפ געפאלען? העלאו? אפילו קיין שולחן ערוך ווייסט ער נישט וויאזוי אנצוקוקען.
וירא בצר לו, כאפט ער זיך אהן אויף דעם אז איך שרייב חשש טריפה, ממילא איז עס דאך נישט טריפה ממש
פוסטער עם הארץ. שעים אן יא, פראבירט אביסל צו פארוואסערען די זאך דורך שרייבען אפאר לומדישער ווערטער ולא אמר כלום, אבער פאר ליטוואק איז עס גענוג, ער שרייבט ווייטער
בקיצור איך בין א דריי קאפ, א פאליטישען, אלעס, אבער א פראבלעם איז נישטא, פארוואס? ווייל ער איז ליטפאק. און דער אמת, אז איך עקספעקט נישט קיין סאך פין ליטוואק, נאך אלעס יעצט קען דער פארשוין נאך אלץ שרייבען, אז ער זעהט נישט קיין חשש טריפות וטומאה, ווייל עס איז א טשיקען. און עס דארף מאכען סענס.
צום שלוס טייערע אידען, די עופות וואס מיר עסען האבען שטארקע שאלות, סיי אין כשרות פין טומאה וטהרה, סיי אין טריפות, ווער עס קען מעורר זיין די רבנים און דיינים וואס האבען א דעה אין דער ענין זאלען מתקן זיין דער זאך, מען זאל אויפהערען ניצען עופות וואס האבען שאלות, תבא עליו ברכה און איז א מזכה את הרבים.
מיר גייט נישט אהן בראקעל, מיר גייט נישט אהן קארניש, אבער כשר זאל עס זיין.
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:21 am
איך ווארט נאר אז איינער זאל מסביר זיין וואס איז די פראבלעם מיט ׳הכלאה׳. ביזדערווייל האב איך גארנישט געזע׳ען צו געהערט. איינער האט געזאגט אז די טשיקען איז א ממזר. איך וויל נישט אריינרעדען אין די וואס ליידען שטארק פון. א שידוכים קריזיס, אבער איך זוך ב"ה נישט קיין שידוך, און איך קען קיינער וואס ס׳איז איהם אזוי ענג אז ער וויל נעמען א טשיקען, נאר ער וויל וויסען צו ס׳איז א ממזר אדער אן עמוני ומואבי.
דא איז ער סתם אומוויסענד, וואס איז די פראבלעם מיט "הכלאה", ער פארשטייט נעבעך נישט אז מען רעדט פין א טשיקען וואס די טאטע איז א עוף טמא. ער גייט נאך ווייטער מיט זיין אומוויסענדקייט, און שרייבט אזוי
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 9:01 pm
אזוי צו דער זאך ווי דער אבן-גבירול ישראל? אדער עפעס בעסער?
ווייל דארט שטייט נאכאלץ גארנישט. דער מצוה להביא עופות אלו צו אלו האט נישט מיט קיין הלכה. און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז. טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
העלא???? איר זענט אפשר שטאט אין קאפ? שרייבסט בשורה אחת טאמער עופות זענען טהור, און וואס גייט מיר אהן הכלאה? אויב מאכט מען הכלאה ווערט עס אפשר אויס עוף טהור, ער מאכט דאך ממש נישט קיין סענס.
אבער לאמיר אים געבען די בענעפיט פין א ספק, אפשר מיינט ער עפעס. שוין פראביר איר צו שרייבען מיט דרך ארץ, נישט נאר איך, נאר א צווייטע שרייבער שרייבט
מנוחה ושלוה » מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2017 10:31 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
און דער מאמע האט אויך גארנישט מיט אונז.
טאמער עופות זענען טהור, זענען זיי טהור. וואס גייט מיר אן די הכלאה וכו׳? איך דארף קלערען וואס ער האט געגעסען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
@ליטוואק פון בודאפעסט די הלכה דערפון קענסטו אדער סתם אבי געשריבן,
אין די מציאות האסטו זיכער נישט באקאנטשאפט.
מנוחה ושלוה
און ליטוואק??? אין קול ואין עונה, ער ענטפערט נישט אויף זאכליכע תגובות. פארוואס? ער ברויך נישט.
איך פראביר צו שרייבען
אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 12:29 pm
אקעי ליטוואק,
נאך דיין חוזק, די טשיקענס זענען פין א כשר'ע מאמע און א טמא'נע טאטע, פארגעס הכלאה, כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט.
אפשר וועט עס אריין גיין אין זיין שוואכע קאפ פאר ער שיסט אויס נאך א איגנארענט תגובה, אבער פארגעס, עקספעקט נישט ליטוואק זאל דאס טוהן.
וואס שרייבט ער יא?
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:31 pm
לויט וואס איך האב געליינט פון א"י, האבען זיי נישט קיין טמא׳נעם טאטע, נאר ארום געשפילט מיט די אייער און אריינגעשטופט גענעטישע מאטעריאל פון עופות טמאות. דאס איז נישט קיין טאטע און איך האב נאך נישט געהערט פארוואס דאס דארף זיין אסור.
ווידער א דאבעל מיסטעיק, ווייל נאר אין ארץ ישראל איז בנוסף צו דער טמא'נער טאטע, ווייסט מען נישט צו זיי שפיל גענעטיש, וואס דאס איז א באזונדערע שאלה, נאר אין ארץ ישראל. און נאך אים דאס שרייבען,
אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:15 pm
פארגעס פין דער פראבלעם מיט גענעטישער טוישונגען, דאס איז נאר אין ארץ־ישׂראל, דא אין אמעריקע איז דאס נישטא.
מען ערווארט צו הערען פין דעם ליטוואק עפעס זאכליך, אבער דערווייל, וואס שרייבט ער????
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:19 pm
איך האלט אין איין פרעגען וואס דא טוט זיך ווייל איך ווייס נישט. נאר אישתשבי האט עפעס אן ענין צו אטאקירען. קבלה קבלנו אז דער וואס דארף אטאקירען מיינטנעס אז א צווייטע זאך שטערט איהם, נישט די הלכה.
עכ"פ איך ווארט נאר פאר א מקור פאר איינער פון די פראבלעמען אויף די מציאות וואס איך האב געליינט
ער שרייבט ער ווייסט נישט די מציאות, גוט מארגען גוט יאר, אוודאי ווייסטו נישט, דארפסט נישט זיין קיין מגלה אלף טפחים, האסט שוין ארויסגעגעבען דעם סוד פריער דורך דיינע איגנארענט תגובות, אבער מען רעדט דאך צו דיר, מען שרייבט דיר די מציאות אז עס האט א טמא'נע טאטע, און די שרייבסט יעצט נאך דעם אלעם, אז די ווייסט פשוט נישט דער מציאות, ממילא איז וואס? איז יאכלו ענוים וישבעו? אוודאי ווייסט די דער מציאות, ביסט אבער איגנארענט.
און ועל כולם האסטו נאך אויף דער פראבלעם פין טריפות העוף, וואס איך האב געשריבען אז עס איז דא הארץ פראבלעמען מיט דער עוף (בתוכם אז עס איז דא וואסער ארום די הארץ כידוע), און געהייסען קוקען אין סימן מ', וועסטו וויסען אפשר אביסל די הלכה, ביסטו פלוצלינג געווארען א ידען און געשריבען
ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:48 pm
פאר דער וואס וויל זיך באמיען נאכצוקוקען אישתשבי׳ס מקורות, מוטשעט זיך נישט, ס׳איז שקר. סימן מ׳ רעדט פון א מחט אין הארץ צו א לאך. א ׳שוואכער הארץ׳ ווערט נישט דערמאנט.
און דער שטערבליכע טשיקען, עי׳ סימן י"ז וועסטו טרעפען אז קראנק ווערט נישט דערמאנט מיט דער מסוכנת, וואס איז אויך נאר א מדת חסידות.
האסטו דא געשריבען אז איך בין א משקר, איך שרייב פשוט שקר, פארוואס? ווייל האסטיך גענומען א צען סעקונדעס און נאכגעקוקט א סימן מ' און נישט געטראפען די ווארט לב חלש?
שוין, האבען אונז מעתיק געווען א שטיקעל פרי מגדים וואס אסר'ט וואסער ארום די הארץ, וואס שרייבט ליטוואק מיט זיין ליטווישע גאות???
דיין מראה מקום, לויט ווי ס׳זעט אויס, איז נישט אין שו"ע, נאר אין פמ"ג, וואס ברענגט בתוך דבריו גענוי וואס איז די חשש. ס׳איז נישט א יאמעריי פון מאכיל זיין אידען, נישט קראנקייטען און נישט שוואכקייטען. ס׳איז א חשש ניקב ערגעץ.
אזאנס צו שרייבען אויף דער פרי מגדים? ביסט פין קאפ געפאלען? העלאו? אפילו קיין שולחן ערוך ווייסט ער נישט וויאזוי אנצוקוקען.
וירא בצר לו, כאפט ער זיך אהן אויף דעם אז איך שרייב חשש טריפה, ממילא איז עס דאך נישט טריפה ממש
הייסט׳ס ביסט שוין מסכים אז א שוואכער הארץ איז נישט קיין טריפה, נאר א חשש, אויף וואס מ׳קען בודק זיין? וואס איז מען בודק? וואס זוכט מען? צו ס׳איז דא א לאך ערגעץ אין אן אבר. די וואסער וכו׳ מאכט א ריעותא אז ס׳איז דא א לאך וואס לאזט אריין וואסער דארט. דאס איז נישט קיין נייע טריפות, נישט קיין נייעם פראבלעם, נאר א חשש אויף אן אלטע פראבלעם.
וואס האט דאס אלץ מיט א ׳שוואכער הארץ׳?
פוסטער עם הארץ. שעים אן יא, פראבירט אביסל צו פארוואסערען די זאך דורך שרייבען אפאר לומדישער ווערטער ולא אמר כלום, אבער פאר ליטוואק איז עס גענוג, ער שרייבט ווייטער
באמת, ווען אישתשבי וואלט געבאדערט די טריפות, וואלט ער זיך געפרייט צו הערען אז ס׳איז נישט אסור. נאר וויבאלד עפעס אנדערש איז דא די נושא, רעגט ער זיך מער צו הערען אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם, ודו"ק.
אלזא אידען, דער וואס האט עפעס קראנטע אינפארמאציע וואס איז גענוי די פראבלעם פון די אלגעמיינע טשיקענס וואס מיר עסען, עפ"י הלכה נישט פאליטיק און נישט תורת ׳מע׳, ווערט געבעטען צו ברענגען אפיר.
ב"ה דער דרייקאפ האט זיך ארויסגעלאזט פון שמועס און ער וועט שוין נישט פארדרייען די קאפ מיט ׳שוואכער הערצער׳ וכדו׳, און ס׳איז אפען פאר יעדער וואס האט עפעס זאכליך צוצולייגעו.
בקיצור איך בין א דריי קאפ, א פאליטישען, אלעס, אבער א פראבלעם איז נישטא, פארוואס? ווייל ער איז ליטפאק. און דער אמת, אז איך עקספעקט נישט קיין סאך פין ליטוואק, נאך אלעס יעצט קען דער פארשוין נאך אלץ שרייבען, אז ער זעהט נישט קיין חשש טריפות וטומאה, ווייל עס איז א טשיקען. און עס דארף מאכען סענס.
צום שלוס טייערע אידען, די עופות וואס מיר עסען האבען שטארקע שאלות, סיי אין כשרות פין טומאה וטהרה, סיי אין טריפות, ווער עס קען מעורר זיין די רבנים און דיינים וואס האבען א דעה אין דער ענין זאלען מתקן זיין דער זאך, מען זאל אויפהערען ניצען עופות וואס האבען שאלות, תבא עליו ברכה און איז א מזכה את הרבים.
מיר גייט נישט אהן בראקעל, מיר גייט נישט אהן קארניש, אבער כשר זאל עס זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
במחילה, דער איינציגער וועג דער הארץ זאל טרפ'נען איז דורך האבן א לאך אדער א קרענק וואס צייגט אז ס'איז געווען אמאל/אדער וועט גורם זיין ס'זאל ווערן א נקב.
דער פמ"ג'ס פראבלעם מיט וואסער איז נישט מתוך חשש לכשרות הלב, נאר נישט וויסנדיג וויאזוי ס'איז דא אנגעקומען איז ער חושש אז אפשר איז עס אנגעקומען דורך א לאך אין וושט אדער איינע פון די אנדערע איברים הפנימיים, און ממילא איז עס א חשש אלס ניקב כנגד החלל וואס איז אויך א טרפות, אבער נישט אלס חשש ניקב הלב.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: ווען איך זאג אז איך האב א רב און א דיין און איך פאלג וואס זיי הייסן טון, מיינט עס נישט אז איך זאג איך וועלל עסן חזיר און מ'וועט שמייסן די טייטלבוים'ס און איך וועלל מיר זיצן אין גן עדן אויף מיין תחתון. נאר ס'מיינט אז איך בין מקיים א פסוק אין די תורה וואו ס'שטייט..."ועשית ככל אשר יורוך. לא תסור ימין ושמאול".. זאגט די הייליגע רש"י..."אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאול...וכו'...!
אין גאנץ ש"ס איז נישט דערמאנט אזא מין זאך ווי א חשש אויף א בראקל טשיקן. דע בראקל טשיקן קען זיי איז א מורכב פון אנ'אנדער מין טשיקן. ס'איז דא ברוינע טשיקנס און ווייסע. און אויך גרעיע טשיקנס.אבער אלע זענען טשיקנס. ס'איז נישט מורכב פון א טשיקן מיט א טייגער אדער אן אדלער. ס'האט די זעלבע אויסזעהן און די זעלבע אייער ווי אלע אנדערע טשיקנס. און ס'האט א מסורה אויך. אלע אנדערע זאכן זענען פילפולים של הבל. און מ'קען זיי אראפפלאשן...!
אונז אידן (ספעציעל די אידן וועלכע גייען נישט ארבעטן) זענען ב"ה געבענטשט מיט א חוש וואס זוכט אייביג עפעס ארויס. צו זאל דאס זיין האט קאפס אנגעשמירט מיט חלב אדער טירן און פענצטערס מיט צלמים. אדער סטראבעריס אין ווערעם...! חדשים לבקרים...!
אין גאנץ ש"ס איז נישט דערמאנט אזא מין זאך ווי א חשש אויף א בראקל טשיקן. דע בראקל טשיקן קען זיי איז א מורכב פון אנ'אנדער מין טשיקן. ס'איז דא ברוינע טשיקנס און ווייסע. און אויך גרעיע טשיקנס.אבער אלע זענען טשיקנס. ס'איז נישט מורכב פון א טשיקן מיט א טייגער אדער אן אדלער. ס'האט די זעלבע אויסזעהן און די זעלבע אייער ווי אלע אנדערע טשיקנס. און ס'האט א מסורה אויך. אלע אנדערע זאכן זענען פילפולים של הבל. און מ'קען זיי אראפפלאשן...!
אונז אידן (ספעציעל די אידן וועלכע גייען נישט ארבעטן) זענען ב"ה געבענטשט מיט א חוש וואס זוכט אייביג עפעס ארויס. צו זאל דאס זיין האט קאפס אנגעשמירט מיט חלב אדער טירן און פענצטערס מיט צלמים. אדער סטראבעריס אין ווערעם...! חדשים לבקרים...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
מפוזרי האט געשריבן:במחילה, דער איינציגער וועג דער הארץ זאל טרפ'נען איז דורך האבן א לאך אדער א קרענק וואס צייגט אז ס'איז געווען אמאל/אדער וועט גורם זיין ס'זאל ווערן א נקב.
דער פמ"ג'ס פראבלעם מיט וואסער איז נישט מתוך חשש לכשרות הלב, נאר נישט וויסנדיג וויאזוי ס'איז דא אנגעקומען איז ער חושש אז אפשר איז עס אנגעקומען דורך א לאך אין וושט אדער איינע פון די אנדערע איברים הפנימיים, און ממילא איז עס א חשש אלס ניקב כנגד החלל וואס איז אויך א טרפות, אבער נישט אלס חשש ניקב הלב.
לאז זיין. ביסט נישט מחולק מיט מיר בכלל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: ווען איך זאג אז איך האב א רב און א דיין און איך פאלג וואס זיי הייסן טון, מיינט עס נישט אז איך זאג איך וועלל עסן חזיר און מ'וועט שמייסן די טייטלבוים'ס און איך וועלל מיר זיצן אין גן עדן אויף מיין תחתון. נאר ס'מיינט אז איך בין מקיים א פסוק אין די תורה וואו ס'שטייט..."ועשית ככל אשר יורוך. לא תסור ימין ושמאול".. זאגט די הייליגע רש"י..."אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאול...וכו'...!
אין גאנץ ש"ס איז נישט דערמאנט אזא מין זאך ווי א חשש אויף א בראקל טשיקן. דע בראקל טשיקן קען זיי איז א מורכב פון אנ'אנדער מין טשיקן. ס'איז דא ברוינע טשיקנס און ווייסע. און אויך גרעיע טשיקנס.אבער אלע זענען טשיקנס. ס'איז נישט מורכב פון א טשיקן מיט א טייגער אדער אן אדלער. ס'האט די זעלבע אויסזעהן און די זעלבע אייער ווי אלע אנדערע טשיקנס. און ס'האט א מסורה אויך. אלע אנדערע זאכן זענען פילפולים של הבל. און מ'קען זיי אראפפלאשן...!
אונז אידן (ספעציעל די אידן וועלכע גייען נישט ארבעטן) זענען ב"ה געבענטשט מיט א חוש וואס זוכט אייביג עפעס ארויס. צו זאל דאס זיין האט קאפס אנגעשמירט מיט חלב אדער טירן און פענצטערס מיט צלמים. אדער סטראבעריס אין ווערעם...! חדשים לבקרים...!
איך וועל ענטפערען אין דריי פאראגראפען, על ראשון ראשון וכו'.
ווען איך זאג אז איך האב א רב און א דיין און איך פאלג וואס זיי הייסן טון, מיינט עס נישט אז איך זאג איך וועלל עסן חזיר און מ'וועט שמייסן די טייטלבוים'ס און איך וועלל מיר זיצן אין גן עדן אויף מיין תחתון. נאר ס'מיינט אז איך בין מקיים א פסוק אין די תורה וואו ס'שטייט..."ועשית ככל אשר יורוך. לא תסור ימין ושמאול".. זאגט די הייליגע רש"י..."אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאול...וכו'...!
דאס איז א טעות, דער פסוק רעדט פין בי"ד הגדול אויסשליסלעך, כידוע. מען טאר נישט פאלגען א רב א דיין קו"ח א רבי וואס זאגט נגד די הלכה אפילו כקוצו של יוד.
ין גאנץ ש"ס איז נישט דערמאנט אזא מין זאך ווי א חשש אויף א בראקל טשיקן. דע בראקל טשיקן קען זיי איז א מורכב פון אנ'אנדער מין טשיקן. ס'איז דא ברוינע טשיקנס און ווייסע. און אויך גרעיע טשיקנס.אבער אלע זענען טשיקנס. ס'איז נישט מורכב פון א טשיקן מיט א טייגער אדער אן אדלער. ס'האט די זעלבע אויסזעהן און די זעלבע אייער ווי אלע אנדערע טשיקנס. און ס'האט א מסורה אויך. אלע אנדערע זאכן זענען פילפולים של הבל. און מ'קען זיי אראפפלאשן...!
זעהט אויס ביסט געוועהן פארנומען מיט דיין ליצנות, האסטו נישט ארויסגעהאט דער שמועס. איך רעד פין דער פראבלעם פין אונזערע עופות וואס אונז עסען מיר, אז די עופות האבען נישט קיין מסורה, זיי זענען מורכב פין א טאטע און מאמע (נאטורלעך) וואס די מאמע האט א מסורה, און די טאטע איז לא די האט עס נישט קיין מסורה, איז עס לכאורה א עוף טמא. דאס וואס די זאגסט אז עס האט די זעלבע אויסזעהן, און די זעלבע אייער, האב איך א שאלה צודיר, פין ווי ווייסטו?
אונז אידן (ספעציעל די אידן וועלכע גייען נישט ארבעטן) זענען ב"ה געבענטשט מיט א חוש וואס זוכט אייביג עפעס ארויס. צו זאל דאס זיין האט קאפס אנגעשמירט מיט חלב אדער טירן און פענצטערס מיט צלמים. אדער סטראבעריס אין ווערעם...! חדשים לבקרים...!
אבי גערעדט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
א שיינעם דאנק אישתשבי פאר׳ן ארויסברענגען די נקודות קלאר.
פירות הנושרים:
א. א טאטע אן א מסורה מיט א מאמע מיט א מסורה, בלייבט מותר, אי ווייל דער מהר"ם שיק זאגט אזוי, אי ווייל ער זאגט א גוטע סברא.
ב. א שוואכער הארץ איז נישט קיין טריפה.
ג. וואסער ארום די הארץ איז נישט קיין טריפה, כמבואר בפמ"ג ובפר"ח, נאר א חשש אז ס׳איז דא ערגעץ א לאך.
א תוספת אחת, איך בין געווען אין דער בית השחיטה אין קר"י און אין מעלה אדומים, און איך ווייס נישט פון די וואסער וואס ער האט אלץ געזען. אפשר האבען געציילטע עופות עפעס א פראבלעם, וואס מ׳ווארפט ארויס (זעי, איך בין אויך באקאנט מיט ר׳ מ׳!), אבער ס׳איז נישט אזוי בקביעות, ובשעת כפרות קען זיך יעדער איבערצייגען.
און יעצט ווארט איך נאך צו הערען א פראבלעם מיט די אלגעמיינע עופות וואס מיר עסען.
אדער נאך א גוט שטיקעל ליצנות פון אישתשבי צו בארואיגען די אלול נערווען און אנגעצויגענקייט.