כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'האב יעצט געהאט די זכי' צו מסיים זיין מס' סנהדרין צוזאמען מיט די לומדי הדף היומי. כ'האב קיינמאל פריער געלערנט מס' סנהדרין פון קאווער טו קאווער, דאס איז איינע פון געוואלדיגע מעלות וואס דף היומי האט, אז מ'הייבט אן מ'לערנט מיט און מ'ענדיגט צוזאמען מיט יעדן, דאס לערנען אינאיינעם אזויפיל טויזענטער אידן אויף אמאל געט אריין א שטארקע חשק מיטצוהאלטן.

מס' סנהדרין, אפילו ס'נישט פןן מיין פעיוואריט מסכת, איז עס אבער געבענטשט געווארן מיט היפש הגדות, שווערערע, גרינגערע, וואס דאס אליין האט מיר געגעבן א געשמאק עס צו לערנען, און געוויסע אגדות לעבט מיך אויף, און כ'שפיר ווי ס'רעדט צו מיר. פון די אנדער זייט איז דא געוויסע אגדות וואס געבן מיר נישט קיין רוה, כ'פיל ווי כ'מוז האבן גוטע תירוצים דערויף, כ'האב מיר אליין פרובירט צו בארואיגן מיט תירוצים, אבער כ'פיל נישט גענוג סעטיספייד דערמיט, ובכן ווענדט איך מיך דא צו די חכמי וגאוני קהילת קאווע שטיבל יצ"ו מיר ארויסצוהעלפן מיט מיינע קשיות.

והנה, די ערשטע משנה אין פרק חלק זאגט, אז אלע אידן האבן א חלק אין עולם הבא, חוץ יענע וואס די משנה רעכנט אויס, און די גמ' ברענגט פסוקים מיט ראיות און מחלוקת לגבי די זאך, ווי ר"ע וואס ער איז מחמיר אדער ווי ריש לקיש, רב כהנא אנטקעגן די אנדערע וואס זענען מיקל אין דעם אז למעשה האט יעדער א חלק אין עולם הבא, אזוי די דורשי רשומות, רבי, רבי יוחנן, רבי אליעזר, רבי יהודה בן בתירה, רב, און נאך.

קודם אן אינטערעסאנטע נקודה, אז ווען מ'רעדט פון דע זאכן, ימות המשיח, עולם הבא, שכר ועונש, וכדומה, זענעו דא מערערע שיטות, פון די גרעסטע מחמירים ביז די גרעסטע מקילים, פון איין עקסטריעם ביזן אנדערן, סיי ביי די תנאים, אמוראים, סיי ביי די ראשונים ואחרונים, און אפילו ביי די שפעטערדיגע אחרונים ווי צום ביישפיל די חסידישע ספרים, ווי יעדער ברענגט מקורות פאר זיינע שיטות, צו פון פסוקי תנ"ך, צו פון ברייתות, גמ' מדרשים, אדער סתם מימרות פון חז"ל, און אויף יעדע איינע פון די שיטות זענען ארויף געבויעט געווארן גאנצעטע ענדלאזע בערג פון פרישע שיטות וואס מ'קען אויף דעם זאגן 'ארוכה מארץ מדה', און אינטערעסאנט איז, אז אפילו ס'איז דא אזויפיל אנדערע שיטות. ווערט אלעס געלופטערט אויף א מענטשליכע דרך ארץ'דיגע אופן, אהנע ראשי תיבות'ער פאר'ן אדער נאכ'ן נאמען, און אלעס פיט שיין אריין אנעם ע' פנים לתורה. דאס איז אלעס א זייטיגע נקודה.

אבער צוריק צום פריערדיגן שמועס, לגבי די מחלוקת פון רבי עקיבא און דורשי רשומות און אויך אלע אנדערע וועם די גמ' רעכנט אויס. איינע פון די ראיות וואס מ'נוצט אז הקב"ה האט באשאפן די וועלט "להטיב לבריותיו" איז, פון די נצחיות'דיגע שכר וואס גאט גייט באצאלן פאר די מצוות וואס מ'טוט אויף די וועלט. ס'טייטש, א מענטש טוט א מצוה, סיי וועלכע מצוה, און פארדעם באקומט מען באצאלט "לנצח נצחים", א קלענערע מצוה קלענערע שכר, א גרעסערע מצוה גרעסערע שכר, אבער אויף אייביג! ער וויל אז מ'זאל אביסל טוהן, אבער פאר דעם באצאלט אהן א שיעור. איז אויב ניצט מען דאס פאר א ראי' להטיב, קען מען דאך פונקט אזוי ניצן די ראי' אויף פארקערט, ווייל לויט די תנאים וואס האלטן אז אויף גאר הארבע עבירות ווי למשל לייקענין אין תחיית המתים וכדומה וואס ווערט אלץ אויסגערעכנט אין פרק חלק איז די שטראף נצחיות, ס'הייסט אין להם חלק לעולם הבא, איז לויט יענע שיטות איז ח"ו א ראי' אויך אויף פארקערט! דאס איז איין קשיא וואס באדערט מיך גאר שטארק. כ'האב גראדע א שטיקל מהלך אבער כ'וויל הערן פון ענק.

די צווייטע קשיא וואס עגבערט מיך איז, די וועלט זייט די חטא פון עץ הדעת רוקט זיך כסדר צום תיקון השלם, דאס מיינט, צוריק ווי אזוי די וועלט איז געווען פארן חטא פאר ס'געווען א מושג פון חטא, די ווארט חטא מיינט בעיסיקלי פגם, ד"ה פעלן ס'פעהלט, און תיקון מיינט ווען אלעס איז גאנץ אהן א שום חסרון ווי א פיצא פיי וואס פעהלט נישט קיין ברעקל דערפון, יעצט לויט די שיטות וואס האלטן אז ס'זענען פארהאנען נצחיות אין עונש, ס'טייטש אז עס זענען פארהאן וואס קומען קיינמאל נישט אן צו עולם הבא, ד"ה צום תיקון השלם, איז זייער שווער, ווי אזוי קען די וועלט קומען צו תיקון השלם אויב איז דא אזעלכע וואס באקומען אן אייביגע עונש, ווייל ווילאנג ס'דא עונש מיינט אז די חטא איז ניכר, מיינט אז ס'פעהלט נאך, איז ווי אזוי ארבייט תיקון השלם מיט די שיטות?

אין דעם האבעך אויך א שטיקל גאנג ווי אזוי עס צו פארענטפערן, אבער כ'וויל הערן פון מיינע טייערע חשובע חברים דא אין שטיבל.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר