נקרא לנערה ונשאלה את פיה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 919 מאל

נקרא לנערה ונשאלה את פיה

שליחה דורך יעקב מענטש »

יארן צוריק האב איך געהערט א בעל דרשן האקן אויף די חרדי'שע וועג פון טוהן שידוכים, אז ס'איז בניגוד צו השקפת התורה אז מ'דארף האבן די מיידל'ס הסכמה פארן טוהן א שידוך, ווי ס'שטייט פאריגע וואך ביי רבקה נקרא לנערה ונשאלה את פיה, און די חסידים וואס גיבן סך הכל א אינטערוויו פון א דריי פערטל שעה טוען א עוולה.

קום כלפי די עצם געדאנק, בין איך שטארק מסופק וויפיל מער פאסיג די נישט-חסידישע שידוכים זענען, לכבוד דעם וואס זיי גייען ארויס 2, 3 מאל און מ'שמועסט פארמאל, מיין סברא זאגט אז דאס טראגט נישט צו ווייט, און ס'איז א שוואכע אינדיקעיטאר אויף צו מאכן א דעסיזיע צו ס'איז צוגעפאסט אדער נישט, ובפרט אז מ'רעדט דא פון צוויי אינגע ביימעלעך וואס זיי זעלבסט האבן א קנאפע השגה וואס זיי ווילן, קוק אים נאר אן א קארגע 10 יאר שפעטער וועסטו אים אין א אסאך פעלער נישט דערקענען, איינער פארט ארויף און איינער אראפ וכו'.

אבער לערנענדיג חו"ר פאריגע וואך, זעה איך אז ונשאלה את פיה איז בכלל נישט געווען איבער דעם עצם שידוך (נאכדערצו אז מ'רעדט פון א 3 יעריג מיידל), און ווען מ'האלט ביי דעם פסוק, איז שוין דער שידוך געווען כתוב וחתום, נאר מ'האט דן געווען צו מ'זאל שוין פארן זיך משלים זיין אין א"י אדער מ'זאל נאך ווארטן א יאר.

חוץ פון דעם זעהט מען אז יצחק האט מען בכלל נישט געפרעגט, אים האט מען אנגערופן אין ישיבה זאגן אז מ'האט אים א חתן געמאכט...

רש"י שרייבט יא אז "מכאן שאין משיאין את האשה אלא מדעתה", דארף מען 'לכאורה' לערנען פשט אז מ'רעדט פון פאקטיש גיין אונטער די חופה, נישט אויף דעם עצם שידוך.


וואס זאגן די ליטווישע דאהי? זעהט מען טאקע ביי ענק א גרעסערע פראצענט צופרידענע פארלעך?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר