אישתישבי האט געשריבן:ע"כ המשנה
גמרא, היכי דמי ער גייט נישט שלאפען, והתני ר' סאטמערע אלע רבי'ס שלאפען מער פין אלע מענטשען, און פין אלע רבי'ס שלאפט דער סקווערער דער מערסטער?
אמר ר' יעקב יוסף בן טריינא ואיכא דאמרי בן מרגליא אלא שתלה קללתו באחרים, מען קען שלאפען מער פין יעדעם נאך דער עלות אויך, ווייל כידוע איז מען נישט מקפיד אויף שחרית פאר חצות.
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אויב פאלט ערב ראש חודש אום ערב שבת וועט די רבי פאסטען נאר ביז קידוש
סקרן האט געשריבן:די רבי גייט נישט שלאפן פאר'ן עלות
די רבי מיט די קינדער און א חלק פון די איינעקליך עסן נישט מיט די ווייב אויף איין טיש
ס'איז דא מנהגים וואס נאר די רבי פיהרט זיך ס'איז דא וואס אלע קינדער פירן זיך ס'איז דא וואס נאר די צוויי עלסטע זון פירען זיך און ס'איז דא וואס אלע אייניקליך און ס'איז דא וואס נאר א חלק פון די אייניקליך פירן זיך
שמעתי ממורי ז"ל (ה"ה המהרש"ל) שהיה דורש כ"א יאפה חלה אחת או תבשיל אחד מקמח הנטחן לפסח כי שמא היה שם חשש חמץ ויתלה אותו בההוא שנטל מהם, ואפשר שאותה חלת עני היה ג"כ מקמח הנטחן לפסח וזה הי' טעמם ע"ש.ומ"מ מנהג זה אינו אלא חומרא בעלמא שמעיקר הדין אין אנו מחזיקין ריעותא לחוש שמא יש בקמח חשש חימוץ משהו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איך וואלט נישט חוזק געמאכט, נאר ווען די חברה קומען מאכען חוזק פון יענעמ׳ס שטותים ווען זיי זע׳ען נישט די אייגענעם, מעג מען עס דערמאנען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די וואך האט די רבי א קפידה צו עסן קוגל געמאכט פון די מעל וואס מ׳האט געמאלן אויף פסח מצות.
די טעם דערפון איז אז אויב חלילה איז דא א משהו חמץ און די פסח׳דיגע מעל וועט די אייבישטער זיכער מאכן אז ס׳זאל אריינגיין אין די רבי׳ס קוגל. אזוי וועט מען געראטעוועט ווערן פון א משהו חמץ.
ווער פון די חסידים וואס קענען, מאכן אויך די זעלבע קוגל און ווערן אויך געראטעוועט פון א משהו חמץ!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאמיר אביסל מיטליינען, וועסטו זע׳ען די חילוק צווישען תכלת און קלא אילן, צווישעו א מנהג און א הנהגה׳לע.
מ׳עסט דאך ברויט יעדעם טאג. פיהרט מען זיך צו עסען א ברויט גקנויטען פון מעהל וואס מ׳האט געמאלען לשם פסח, כדי אז מ׳זאלען זיך קענען פארלאזען אז די חמץ איז דארט, טאמער עס איז בכלל פארהאנען. באמת, וואלט מען געקענט איבערלאזען א חלק פון די מעהל און נישט עסען דערפון, נאר אין זמנים כתיקונם האט מען נישט אזוי שנעל ארויס געווארפען א טייערע זאך. און עסען מצה נאך פסח הייסט דאך א זלזול אין מצות מצה, כאילו מ׳עסט עס פאר די טעם און נישט די מצוה. ממילא איז דאס די עצה.
קומען די עמי הארץ לבית טווערסקי, און אנשטאטס פארשטייען וואס ליגט אונטער אן ענין, נעמען זיי עס אן כהלכתא בלא טעמא, וואס ע"ז נאמר ׳היאכל תפל בלי מלח׳, און זיי האבען שוין געמאכט א שבת מאכל דערפון.
דער מטה משה, און דער מג"א וואס ברענגט עס, זענען די ראיה צו די עמהארצות פון די הנהגה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צו דער בן-אדם (בלשון סגי נהור) וויל איך מעורר זיין, אז אפווענדען סקווערער מנהגים פאדערט נישט קיין גרויס גאונות
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
berlbalaguleh האט געשריבן:ער האט מיר געענטפערט עפעס א קלוגן תירוץ. וואס איך האב שוין פארגעסן...!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט