דער פאליטיק אין שושן:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3328 מאל

דער פאליטיק אין שושן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

פסח ביינאכט אין בבל:

540 יאר בעפאר די סנהדרין האבן געהאנגן יעזעס ווי א הונט. איז זיך פארלאפן אין בבל א פארכטיגע געשענעניש, וועלכער האט דאן ווירקליך אויפגעציטערט די גאנצע וועלט.

דער מעכטיגער קעניג בלשאצר האט געמאכט א גראנדיעזע סעודה פאר זיינע מיניסטארן און הארן. מ'האט דארט געהוליעט ביז שפעט אויף די נאכט אויפן בבלישען שטייגער. און מיטאמאל אין פון ערגעץ ווי ארויסגעוואקסן א געהיימע האנד, און ווי אומגלויבליך ס'זאל זיך נאר הערן, האט זיך דער געהיימער מיסטיריעזער האנד גענומען שרייבן אויף די וואנד. דער קעניג און די אנוועזענע האבן געמיינט אז זיי פאלן אט אט חלשות....

נעמליך, דער אויסטערלישער דראמע האט זיך נאך פול מער פארשטארקט, ווען קיינער פון די אנוועזענע געלערענטע גענעראלן און פאליטיקער, האט נישט געהאט די מעגליכקייט ארויסצוליינען די ווערטער וואס דער מיסטיריעזער-האנד האט געשריבן.

דער קעניג האט דאן אין גרויס-פארלוירנהייט באלד געלאזט רופן דניאל, וועלכער איז געווען גאר ברייט באקאנט אין גאנץ בבל מיט זיין געלערנטקייט און פארשטאנד. מאנכע האבן גאר געוויסט צו פארציילן אז דער דניאל פארמאגט א טיפן פארשטאנד אין פארבארגענע סודותפולע חכמות. מאנכע האבן אפילו געהאלטן א ג-ט זעלבסט פירט מיט אים געהיימע דיסקוסיעס. הכלל דער דניאל איז אין איילעניש באלד געקומען צו לויפן צום פלאץ פונעם צושראקענעם קעניג...

זענדיג דניאל, האט דער צושטורמטער קעניג עטוואס לייכטער אפגעאטעמט... דניאל כאפט א בליק אויפן וואנט און צו אלעמענס שטוינונג ליינט ער באלד אפ די מיסטיריעזע ווערטער... מְנֵא מְנֵא תְקֵל וּפַרְסֵין...

דער אנגצויגענער קעניג פרעגט באלד דניאל דעם באדייט פון די מאדנע ווערטער. אבער דניאל זאגט פארן קעניג, מיין האר איך בין זיכער אז די ווילסט ווירקליך נישט וויסן דעם באדייט פון די ווערטער. אבער דער קעניג האט נישט געהאלטן ביים נאכלאזן. ער האט אויסגעאיבט אויסטערלישע דרוק אויף דניאל אז ער זאל אים אנטפלעקען דעם באדייט פון די מאנדע ווערטער...

זאגט אים דניאל, אדוני המלך, די ווערטער באדייטן אז היינט ביינאכט גייסטו פייגערן... אזוי ברחל בתך הקטנה... דער קעניג האט געמיינט אז ער כאפט א הארץ שלאנג דארט אויפן ארט... ער האט גוט געוויסט ביי זיך אז דער דניאל ווייסט אין אלגעמיין גוט וואס ער רעדט.

דער קעניג האט באלד אונטערגענומען די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען אז קיין שום בייז זאל אים נישט פאסירן אין יענעם פונסטערן נאכט... די טויער-וועכטער פון פאלאץ זענען אנגעזאגט געווארן מיט זייער לעבן, אז זיי זאלן אויף קיין שום פאל קיינעם נישט אריינלאזן אינעם פאלאץ, אפגעזען פון עמיצער וועט דעקלערן אז ער איז גאר דער קעניג זעלבסט...

ס'איז טיף אין מיטן די נאכט, און די הערליכע פסח'דיגע פולע-לבנה שפאצירט זיך געמיטליך איבערן הימל איבער בבל. און דער קעניג וועקט זיך אויף פון זיין שלאף מיט ביטערע בויך קרעמפן, ווארום נאך די פעטע שטאפ גענץ, און אין שמאלץ-געווייקטע קראמפירן וועלכע ער האט אראפגעטראגן ביי די סעודה איז דאס גאר נישט געווען קיין זעלטענעם ערשיינונג.

דער קעניג האט דאס זעלבסטפארשטענדליך נישט ברייט אנאנסירט, זאגאר ער האט זיך אין געהיים ארויסגעשמוגלט פונעם פאלאץ, און געגאנגען צום ארט וואו דער סאמע מלך גייט אליינס...

נאכן אשר יצר ווענדט דער קעניג זיינע טריט צוריק צום פאלאץ... אט זעט ער שוין די טויערן פון פלאץ, און די באוואפענטע וועכטער וועלכע וואכן איר. ער שפאצירט זיך געמיטלעך צו צום טויער ווי ביי זיך אין פאלאץ, אבער ווי אנטוישט איז ער געווארן ווען ער איז באלד אפגעשטעלט געווארן דורך די שטרענגע וועכטער.

דער קעניג ציט באלד ארויס זיין טייסטער, וואו ער האט געהאלטן זיינע אינדענטיפעקאציע דאקימענטן, און ער וויל צייגן פאר די שטרענגע וועכטער אז ער גאר דער קעניג זעלבסט. די וועכטער וועלכע זענען געווען אונטער אויסטערלישע שטרענגע אנווייזונגען קיינעם נישט אריינצולאזן אינעם פאלאץ האבן זיך גאנץ קנאפע דערשראקן פון זיינע דאקאמענטן, זיי זענען געווען ביי די אנגעבליכער מיינונג אז ער איז א געהיימער אגענט פונעם מילטער פון מדי וועלכע האבן דאן באלאגערט דעם שטאט, און ער וויל זיך פילייכט אריינשווערצן אינעם פאלאץ אונטערצופולטערן דעם בבלישער רעגירונג, דערפאר האבן זיי אים באלד קערצער געמאכט מיט א קאפ.

דער מעכטיגער גרויסער בבלישער קעניג בלשאצר איז אצינד געלעגן א טויטער. נאך אין יענע נאכט האבן די זיגרייכע זעלנער פון דריוש דער ערשטער, דער קעניג פון מדי, אריין געשטרומעט אין די שטאט, און איר פולשטענדיג איינגענומען... פון יענעם טאג אן האט די בבלישע קעניגרייך גענצליך אויפגעהערט צו עקזעסטירן.

דאס איז געווען גענוי ווי דער לעגענדארער אידישער נביא ישעיהו האט שוין פאראויסגעזאגט מיט נאנט צו הונדרעט יאר בעפאר 'והכרתי לבבל שם ושאר ונין נאום השם. כ'וועל פארשניידן פון בבל שם, דאס מיינט מען דעם ערשטען קעניג פון בבל, וועלכער איז געווען באוויסט אלס נבוכאנצר דער גרויזאמער. שאר, דאס מיינט מען דער צווייטער קעניג פון בבל אויל מרודך, און נין מיינט מען טאקע דעם דריטן קעניג פון בבל טאקע אט דער בלשאצר...

אבער פאוואליע... דער נבואה איז פילייכט נאך נישט אין גאנצן צושטאנד געקומען, ווארום איין טאכטער פון בלשאצר האט אויף א וואונדערליכער אויפן באוויזען איבערצולעבן די גאנצע באלאגאן וועלכע איז זיך פארלאפן יענעם פסח נאכט אין בבל. דאס איז געווען ושתי וועלכער איז מיט עטליכע יאר שפעטער געווען די קעניגען פונעם מעכטיגען קעניג פון פרס און מדי אחשוורוש דער העלד...

אינעם ערשטען יאר פון כורש דער גרויסער:

באלד נאכן טויט פון דריוש דער ערשטער, וועלכער האט געניגט אויף מדי מיט א שטארקע האנד, האט זיין איידעם כורש דער קעניג פון פרס איבערגענומען די קעניגרייך פון מדי. כורש האט אצינד געקעניגט סיי אויף פרס און סיי אויף מדי און סיי אויף בבל.

אין די ערשטע יאר פון זיין קעניגרייך איז אים אריין א זשוק אין קאפ, און ער האט ארויסגעגעבן א דעקרעט אז די אידן וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין בבל, זינט זיי זענען אהין געברענגט געווארן געשמיד אין אייזענע-קייטן דורך די זיגרייכע טרופן פון נבוכנצר דער גרויזאמער, באקומען די רעכט צוריק ארויף צו גיין קיין יהודה, און גלייכצייטיג אויפצובויען זייער טעמפל פון דאסניי.

כורש האט דאן אין פרעצעדענטלאזע שריט אויך באפוילן אז מ'זאל צוריק געבן פאר די אידן די טייערע גאלדענע געשירן פונעם טעמפל, וועלכע זיין זיידע נבוכאנצר האט באראבעוועט פונעם טעמפל, הארט בעפאר ער האט דאס גענצליך פארברענט אויף אש.

דאס איז זיך פארלאפן 52 יאר נאך דעם וואס די אידן זענען פארטריבען געווארן פון זייער לאנד, און האבן פארלוירן זייער זעלבסטשטענדיקייט.

די פאליטיקער אין יענע עפאכע זענען געווען ביי די מיינונג אז כורש האט דאס בלויז געטאן צו געבן פאר די שטאלצע בבלים א געזונטען פליק, און זיי באשיינפערליך צו לאזן וויסן ווער עס הערשט ווירקליך איבער זיי.

ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האבן מאנכע אידען טאקע אויסגענוצט די גאלדענע געלעגנהייט, און זיך געפאקט די פעק און זיך ארויסגעלאזט צוריק צו זייער אויסגעבענקטער היים קיין ארץ ישראל. אינעם שפיץ פון די קארוואנען זענען געשטאנען די העלדישע אידישע פירער און גענעראלן, זְרֻבָּבֶל, יֵשׁוּעַ, נְחֶמְיָה, שְׂרָיָה, רְעֵלָיָה. מאנכע פון זיי האבן זיך אפילו אנגעהערט צו די קעניגליכע דינאסטיע פון די אידישע קעניגרייך, דער הויז פון דעם לעגענדארער זינגער און דיכטער, דער העלדישער מלחמה-העלד, דער קעניג דוד.

צווישען די ארויפגייענדע אידישער פירער איז אויך געווען דער בארימטער אידישע גענעראל מרדכי בלשן. דער מרדכי איז געווען א פייערדיגער נאציאליסט. און זיין ליבשאפט צו די בערג פון יהודה איז געווען אן אויסטערלישער.

די דעמאלדיגע נישט-אידישע איינוואוינער פון יהודה, האבן געקוקט מיט א גאר א שלעכט אויג אויף די ארויפגעקומע גלות-אידן, זיי האבן זיך פילייכט גאר שטארק געפארכט אז אלע אידן וועלן זיך ענווענטועל אומקערן פון בבל און פולקאם צוריק באזעצן דאס לאנד. וואס דאס האט באדייט אז זייער אנוועזענהייט אין יהודה וועט קומן צו א באלדיגע ענדע. דערפאר האבן זיי געשיקט צום קעניג כורש א גרויליגער פאשקעוויל קעגן די ארויפגעקומענע אידן, וועלכער האט טאקע אין רזולטאט באלד ארויסגעגעבן א באפעל זאפארט אפצושטעלן דאס בויען פונעם טעמפל, וועלכע האט שוין דאן געהאלטן אין אירע ערשטע פאזעס.

דער גענעראל מרדכי האט דאס נישט געקענט איבערטראגן, ער האט פילייכט זייער שטארק געוואלט זען די בערג פון יהודה צוריק באזעצט מיט אירע ארגינעלע קינדער, און דעם טעמפל צוריק אויפגעבויעט מיר איר אמאליגען פראכט. דערפאר האט זיך צוריקגעקערט קיין פרס מיטן ציל באיינצופליסן דעם קעניג אז ער זאל צוריק ציען פונעם אפהאלט-באפעל און דער ארגינעלער ערלויבעניש זאל ווייטער פארבלייבן אין קראפט, אבער צום באדויערן זענען די אויערן פון קעניג געווען פארשטאפט, פילייכט האבן אים די ווערטער פונעם שמוציגן פאשקעוויל געגריצעלט אין מוח. און דער בוי-אפהאלט באפעל איז ווייטער פארבליבן אין קראפט. דער בוי-פארבאט-באפעל איז באשיינפערליך אויך געבליבן אין איר פולן קראפט ביים זין פון כורש דער קעניג אחשוורוש דער טיפוש, ווי מ'האט אים גערופן אונטער זיין רוקן מיט שפאט, באשיינפערליך פאר ריכטיגע אורזאכן.

שושן הבירה – שבת קודש.

דער מרדכי בלשן האט נישט גערוהט קיין טאג און קיין נאכט, ער האט אומאויפהערליך גע'שתדל'ט ביי אחשוורוש'ן אז ער זאל אראפנעמען דעם פארבאט און ערלויבן פאר די אידן פארצוזעצן מיטן אויפבוי פונעם טעמפל. אבער אחשוורוש דער פערד, האט אויפן אויסשליסליכטער ראט פון זיין פארדארבענער ווייב ושתי די שקאלפן-פייניגער, געווען אויסן נישט נאכצוגעבן מרדכי'ס פארלאנג. און דער בוי-פארבאט איז ווייטער פארבליבן אין קראפט.

דער מרדכי האט זיך דאן דערווארבן דעם נאמען מרדכי היהודי, צוליב דעם וואס ער איז שטענדיג געווען פארנומען מיטן לאנד יהודה.

ושתי האט נאכאנאנד געהעצט דעם קעניג, דער הויז וואס מיין זיידע האט חרוב געמאכט, ווילסטו גאר אויפבויען? האט די מרשעת געהעצט... און דער קעניג וועלכער האט געהאט א שוואכקייט צו זיין ווייב די מרשעת, האט איר טאקע אויסגעהערט.

אמאל האט פאסירט אין מיטן א מאלצייט, ווען דער קעניג אחשוורוש איז געווען באזאפן ביז גאר, האט ער זיך אויך באנוצט מיט די געשיר פונעם טעמפל וועלכער זיין פאטער כורש האט נאך געהאט איבערגעלאזט אין זיינע שאץ-קאמערן. גענוי ווי זיין פארגייער בלשאצר, ער האט מיט דעם געוואלט אויסשטעכן אויגן פון מרדכי בלשן. און אים צייגן אז די אידן בלייבן שוין אויף שטענדיג אין פרס.

מאנכע זאגן גאר אז דער גאנצער מאלצייט איז גאר געווען צוליב דעם, ווייל ער האט דאן געהאט אויסגערעכנט פארשידענע חשבונות אז די אידן וועלן שוין אויף שטענדיג פארבלייבן אונטער זיין קעניגרייך.

דאס איז פילייכט געווען דער ווירקליכער אורזאך פארוואס מרדכי האט ווירקליך נישט געוואלט ערלויבן פאר די אידן אנטייל צו נעמען אינעם מאלצייט, טראץ דעם וואס זיי זענען געווען העפליך געלאנדעט. ווארום פארוואס זאלן זיי דארפן זען ווי דער טיפוש באנוצט זיך מיט די געשיר פונען טעמפל? און פארלירן האפענונג זיך אומצוקערן צו זייער אויסגעבענקטער לאנד.

ביי דעם דאזיגען מאלצייט איז זיך פארלאפן א שרעקליכער געשענעניש וועלכער האט אויפגעטרייסל גאנץ שושן ווי קיינמאל בעפאר. ס'האט ביי דעם באזאפאנעם קעניג געפאקט דאס משוגעת אריינצוברענגען זיין קעניגען ושתי צו די מאלצייט. אבער נישט אין אירע קעניגליכע קליידער, נאך גענצליך ווי חוה פארן זינד. אפגעזען פון די אונטער 18 יעריגע פארזאנען וועלכע זענען אנוועזען געווען דארט ביי די מאלצייט.

ושתי האט דאך זאגאר זיכער נישט געוואלט. אין רעזולטאט איז דער קעניג אריין געפאלן אין א גראנדיעזע כעס-אויסברוך, אזש די ארומיגע האבן געציטערט פאר זייער לעבן. דער קעניג האט זיך געוואנדן צו די אידישע אסטראנאמער און געלערענטע וועלכע זענען אנוועזען געווען ביי די מאלצייט, אפגעזען פונעם דירעקטן באפעל פון מרדכי בלשן נישט אנטייל צו נעמען אין די מאלצייט, און זיי געפרעגט וואס צו טאן מיט ושתי.

די אידישע געלערענטע האבן גוט געוויסט פון די אויבענדערמאנטע נבואה פון ישעהו, וועלכע האט געלויטעט אז די בבלישע קעניגרייך דארף גענצליך פארשניטן ווערן בעפאר דאס צוריקער פונעם אידישען פאלק קיין יהודה, און זיי האבן אצינד געזען פאר זיך א גאלדענע געלעגנהייט צושטאנד צו ברענגען די נבואה, אבער זיי זיך האבן זיך פילייכט געפארכט אז דער טיפושער קעניג ווען זיך עטוואס אויסניכטערן פון זיין באזאפענקייט און זיי אריינשליידערן אין טורמע אויף שטענדיג, אדער וועט ער זיי גאר אומברענגען, דערפאר האבן זיי זיך ארויסגעדרייט איז אים נישט געוואלט זאגן וואס זיי האבן ווירקליך טאקע געוואלט אז ער זאל טאן פאר די בבלישע מרשעת.

זעענדיג די שווערע סיטואציע, איז דער שפעטערדיגער פרעימער מיניסטער ממוכן אויפגעשטאנען פון זיין ארט, און דעקלערט פארן קעניג אז מען דארף די חצופה ושתי זאפארט הענגן ווי א געמיינע הונט. ער האט זיך געהאט זיינע פאליטישע מאטיוון פארוואס ער האט געוואלט זען דעם ושתי טויט. מיט א גרויס-געשריי האט דער קעניג ארויסגעגבן דעם טויט-באפעל. און מ'האט באלד געכאפט דעם קעניגען און איר געהאנגען מיט שאנדע.

אצינד איז פולשטענדיג צושטאנד געקומען די פאראויסגעזאגטע נבואה פון ישעהו. דער הויז פון די בבלישע קעניגן איז פולשטענדיג פארשניטן געווארן אויף שטענדיג.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ:

דער מרדכי בלשן האט דאן אויפגעצויגן ביי זיך אין שטוב א יונגע יתומה מיטן נאמען הדסה, און אונזער פרישער-אלמן אחשווירוש האט זיך פארליבט אין איר, און שפעטער אויך חתונה געהאט מיט איר. אחשווירוש האט אבער נישט געוויסט אז זי איז גלייכצייטיג אויך א ניכטע פון מרדכי. דאס האט הדסה אויפן דירעקטען פארלאנג פון מרדכי געהאלטן פאר שטרענגען געהיימעניס.

דער אחשווירוש איז געווען טיף אין ליבע מיט דעם הדסה, אזש ער האט גאנצעטע נעכט זיך געטשאשקעט מיט איר. און דאס האט אים זעלבסטפארשטענדליך אויסגעדארשט ביז גאר. ער האט נאכאנאנד פארלאנגט אז מ'זאל אים ברענגען נאך און נאך צוטרינקן. ביז דאס האט אנגעהויבן גאר שטארק צו נערווירן די סארווירער אינעם פאלאץ, וועלכע האבן אין רזולטאט אנגעהויבן צו וועבן א קאנספיראציע ענדגילטיג פטור צו ווערן פון דעם הייסן קעניג.

וואס די קאנספירער האבן פילייכט נישט געוויסט איז געווען, אז מרדכי וועלכער איז געווען געשולטער מיליטער-מאן, ספעציעל טרענירט אויף צו כאפן פארשווערער אויפן קעניג'ס לעבן, האט זיך צייטליך דערוויסט איבער זייער פינסטערע פלענער, און ער האט דאס באלד באריכטעט פאר הדסה, וועלכער האט דאס איבערגעגבן פארן קעניג אין מרדכי'ס נאמען. ווי ס'איז זעלבסטפארשטענדליך האט מען די צוויי באנדיטן באלד געהאנגען ווי הונט.

זינט די דאזיגע געשיכטע האט זיך דער קעניג דערוויסט אז זיין קעניגען הדסה האט עפעס צו טאן מיט דעם מרדכי בלשן. אין רעזולטאט האט ער זינט דאן ווען אימער הדסה האט זיך בלויז באוויזען צו אים, איר באלד געזאגט: מיין טייערע קעניגען די קענסט פון מיר בעטן וואס אימער די ווילסט, בלויז נישט אויפצובויען דעם אידישן טעמפל. ווייל ער האט זיך געפארכט אז מרדכי וואס האט געליטען פון אבסעסיע צום טעמפל, וועט באיינפלוסן הדסה אז זי זאל אויסאיבן דרוק אויף אים אראפצונעמען דעם בוי-אפהאלט-באפעל.

אבער מרדכי האט נישט אויפגעגבן, ער האט אויסגענוצט זיינע פאליטישע-פארבינדונגען צו באנפלוסן דעם קעניג אראפצונעמען דעם בוי-אפהאלט-באפעל. דער קעניג וועלכער האט נישט געזען קיין וועג ווי אזוי פטור צו ווערן פון דעם נודניק מרדכי, האט אמאל ווען ער האט זיך ענדליך דערמאנט אז מרדכי איז געווען דער וואס האט באשיינפערליך אויפגעדעקט די קאנספיראציע אויף זיין לעבן, אין א פרעצעדענטלאזע שריט באשלאסן אים צו קרוינען אלס דער העכסטער אויטריטעט אין שושן נאך אים. אזוי ארום האט ער געהאפט אז פארנעמענדיג אזא וויכטיגע און עהרנפולע פאזיציע, וועט ער עטוואס פארגעסן פונעם טעמפל.

אבער ער האט זיך ביטער גענארט....

ווען דער זון פון אחשווירוש דריוש דער צווייטער, וועלכע איז געבוירן געווארן צו אים דורך הדסה, האט איבערגענומען דעם טראן האט ער ענדליך אראפגענומען דעם בוי-אפהאלט-באפעל פונעם טעמפל, וועלכע האט אנגעהאלטן פאר 18 לאנגע יאר.

מרדכי האט דאן ספאנטאן אוועק געווארפן זיין עהרנפולע אמט אלס דער העכסטער אויטריטעט אין שושן, און זיך אומגעקערט צו זיים אויסגעבענקטע הייליג לאנד. מרדכי האט געדינט אלס דער אויפזעער פון די פייגליך אינעם טעמפל.

אפילו ס'קען זיך דוכטען פאר מאנכע אז דאס איז ווייט נישט אזא עהרנפולע פאזיציע וועלכע ער האט באזיצט אין שושן. אבער ביי אונזער מרדכי איז אפוואשן דעם פאדלאקע אינעם בית המקדש געווען פול מער חשובער פון דינען אלס א משנה למלך....

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר