ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

ידעתי! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

שליחה דורך שיטה מקובצת »

דאס הארץ קוועלט מיט פרייד אז לכבוד די יו"ט פון אמונה זענען מיר זוכה צו די ערשטע אויסגאבע פון "ידעתי", געווידמעט צו רעדן צו אידישע קינדער וועגן אמונה!

איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער אפצוגעבן שבח והודאה פאר'ן רבוש"ע אז ער האט געפירט אז מ'זאל קענען היינט דערגרייכן צו דעם מאמענ"ט, אז מ'זאל קענען ארויסגעבן א היימישע אויסגאבע אין אידיש וואס איז מלא וגדוש מזן אל זן מיט עכטע דברי אמונה, עפ"י דרכו פון מורי ורבי הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, ואתו עמו גדולי ישראל פון אלע דורות.

ענדליך! ענדליך זענען מיר זוכה צו א שמועס מיט א גרויסן גאון הגה"צ ר' מאיר הייזלער שליט"א וועלכער רעדט פון דעם שרעקליכן פראבלעם וואס פלאגט אונזערע מאסן, די ביטערע ספיקות און בכלל די פוסטקייט און ליידיגקייט מיט וואס אונזערע בחורים און יונגעלייט זענען אנגעשטעקט. די הערצער זענען פארשטאפט, די מוחות זענען אנגעשטויבט, זיי זענען נישט קיין אידן און נישט קיין גוים – נישט קיין עולם הבא און נישט קיין עולם הזה.

ענדליך! ענדליך רעדט מען שוין אז נאך אלע שיינע ענינים, נאך חסידות, נאך חומרות, נאך רבי'ס און אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן ווי אידישקייט פאליטיק, איז דא איין זאך וואס איז א ביליאן מאל וויכטיגער:

אנוכי ה' אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים!!

ענדליך! ענדליך זעהט מען שוין איין אז מ'קען נישט ארויסשטויסן שטראמען פון שמוציגע וואסער דורך לייגן סקאטש טעיפ אויף בורות נשברות. א שטראם פון כפירה קען נאר ווערן אוועקגעשטראמט דורך א שטראם פון אמונה.

ענדליך! ענדליך זעהט מען שוין איין אז חינוך דארף גיין האנט ביי האנט מיט אמונה. מ'קען נישט פייטן אינטערנעט מיט טעראר, נאר מיט'ן מחנך זיין צו אמונה.

ענדליך! ענדליך זעהט מען שוין איין וואס מו"ר הגה"ח רא"מ האט לאנגע יארן געזאגט און געזאגט בלי ליאות. אן קיין אמונה איז גארנישט דא. מ'קען רעדן פון אלע שיינע זאכן ארום, מ'קען האקן אויף די גאנצע וועלט, שטורעמען קעגן גיין אין האטעלן פסח, פארפירן אז מ'דארף פילטערס אויף אינטערנעט, אבער אויב דער יסוד איז נישט דא, אויב מ'ווייסט נישט אז ס'איז דא א רבוש"ע איז אלעס גארנישט ווערד!

ענדליך! ענדליך זעהט מען איין אז דער גרעסטער פראבלעם מיט'ן אינטערנעט איז אויב מ'איז א יושב חושך. אז מ'האט די אויגן אפען, אז אידישקייט איז נישט בלינד, נעמט מען אוועק רוב פונעם פראבלעם. און אז מ'איז אנגעזאפט מיט ריכטיגע אמונה, נעמט מען אוועק דעם גאנצן פראבלעם.

ענדליך! ענדליך פארשטייט מען שוין אז אויב וויל מען ראטעווען דעם דור דארף מען טוישן דירעקציעס. מ'דארף ללא מורא ופחד דערקלערן אז יא העיתים נשתנו. מיר לעבן אין א נייע תקופה און נייע נסיונות, און יעצט דארפן מיר אוועקטרעטן פון וואס מ'האט אמאל געטוהן. אויב האט מען אמאל געמיינט אז נאר דורך תיבת נח קען מען ראטעווען דעם דור, מוזן מען היינט אויסשרייען קלאר אז אז תיבה איז גוט ווען עס איז דא ווענט. אבער אויב די מים הזידונים שטראמען אריין איבעראל איז נישט דא קיין תיבה. מ'דארף עפעס אנדערש!

ענדליך! ענדליך איז געקומען די צייט איינצוזעהן אז דאס וואס מ'פרעדיגט ווי אמונה פשוטה ארבעט נישט און מאכט חרוב דעם דור. מ'דארף האבן אמונה מיט שכל צו קענען אנגיין היינטיגע צייטן.

ענדליך! ענדליך איז געקומען די צייט וואס די אויגן האבן זיך געעפענט אז מיט בלינדקייט, מיט'ן זיין א בת היענה, גייט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. ס'איז געקומען די צייט וואס די ווייטגרייכנדע פראבלעמען האבן געשריגן עד לב השמים. און ווי איך הער פון חברי ידעתי זענען זיי שטארק צעשאקעלט געווארן פון די ארטיקל "אמונה קריזיס" וואס איז געדרוקט געווארן אין די "וועקער" אויסגאבע פאריאר זומער וואס האט זיי געגעבן א געוואלדיגע שטופ און חיזוק אז לא עת לחשות.

תודה לה' אז איך האב אין די פארגאנגענהייט געהאט א טייל אין אינספירירן אידן צו אמונה דורך שרייבן דא אויף קאווע שטיבל פון די ענינים עפ"י דרכו פון מו"ר זצ"ל. חברי המערכת פון ידעתי האבן זיך אויך פארבונדן מיט מיר דא אויף קאווע שטיבל אז כ'זאל האבן א חלק אין די הייליגע פראיעקט, אבער ליידער לא עלתה בידי.

איך וויל ווינטשן די טייערע אידן וואס פירן דעם פראיעקט כל אחד בשמו הטוב יבורך, די תלמידי חכמים וואס שטייען דערינטער, די וואס שטיצן מיט געלט, אז זיי זאלן מצליח זיין ווייטער צו גיין אויף דעם וועג, און די עוקרי התורה יושבי חושך וצלמוות זאלן נישט מצליח זיין צו שטערן. יהי ה' עמכם בכל פעליכם, ותזכו להרבות אמונה ויהדות בישראל עד ביאת גואל צדק בב"א.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר