אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3329 מאל

אינגאנצן אנטוישט לערענדיג די פרשה פון מצורע:

שליחה דורך קאך_לעפל »

פאריגע וואך האב איך אזוי מעביר סדרה געווען. און איך לייען אזוי אינעם בייבל ווי אזוי די תורה הק' הייסט אז מ'זאל דעם קרעציגען מסדר זיין.

ערשט דארף ער זיך אויסטאן די הויזן אין ווייזן דעם דאס.... פארן כהן, דאן ווערט ער פארשפארט אין פינסטערע טורמע. דאן שיקט מען אים ארויס פון די שטאט מיט די פארציקענדע שאקאלן, גענצליך אליינס אפגעזונדערט פון די מענטשהייט. די קליידער מיר ער זיך צופליקן אויף שטיקליך, די האר דארף ער זיך לאזן באוואקסן ווי א רעכטער יאפי. שטינקן דארף ער ווי דער קאץ וואס נישטערט אינעם מיסט קאסטן, ווארום ס'איז אים פארבאטן זין צו וואשן, ער ברויך זיצן איינגעהילט ביז צו די וואנצען און נאכאנאנד מורמלען: שטייט נישט לעבן מיר, יעך בין טמא, יעך בין טמא...

נעמליך, אפילו ביים רייניגען זענען זיינע קאשמארן ווייט פון פאריבער. ווארום דער כהן באשפריצט אים מיט פרישע טויטע פייגל בלוט. דאן ווערט ער געברענגט אינעם סאמע מיטן פונעם בית המקדש פאר די אויגן פון טויזענטער צושויער ווי מ'שמירט אן די אויערן מיט בוימל, דאן איז ער געצווינגן זיך אראפצושיילן די שטונקענדיגע זאקן בפני כל עם ועדה אז דער כהן זאל אים באזאלמירן די גראבן פינגער מיט די אריינגעוואקסטע ברוינע שימל-נאגל מיט בוימל . אזש ס'איז נישט צו באגרייפן די צרות יגון ואנחה און די חרפות און בושות וואס דער קרעציגער גייט אדורך, פאר אלע שונאים זיך געווינטשען....

פארוואס קומט זיך אים די אלע זאכן? ווייל ער האט פארציילט פארן חבר מיט קנאה, אז דער שיינער איד רבי חזקל מיטן גרויסן רעשוואלקע, האט אין די קאנטרי זיך פארליבט מיט רבי גד'לס גוט אויסקוקענדע פרוי, און ס'האט כמעט אויסגעבראכן צווישן זיי געשלעכטליכע באציאונגען.... שומי שמיים.....

בלעטער איך אזוי ווייטער אינעם בייבל אט איז מיט וואס איך האנקער מיך אן.

וְכִי-יְפַתֶּה אִישׁ, בְּתוּלָה אֲשֶׁר לֹא-אֹרָשָׂה וְשָׁכַב עִמָּהּ: מָהֹר יִמְהָרֶנָּה לּוֹ, לְאִשָּׁה. אִם-מָאֵן יְמָאֵן אָבִיהָ, לְתִתָּהּ לוֹ כֶּסֶף יִשְׁקֹל, כְּמֹהַר הַבְּתוּלֹת.

ווי באלד מיין רבי האט דאס אויסגעלאזט, מיטן אויסרייד אז ער קען נישט די טייטש פון די דאזיגע צוויי פסוקים, נעם איך אפיר דעם אלטען בית יהודה חימוש, און בליק אריין דארט אין די באבע טייטש איבער די באדייט פון די מאדנע פסוקים...

אט איז וואס ס'האט זיך מיר אנדעקט:

אויב א מאן ווען פאַרגוואַלדיקן לייען: (רעיפ''ן בלע''ז) אז אומפארהייראטע מיידל, דארף ער דאן איר אויסוועלן פאר זיין ליבליכע כלה, אויב דער פאטער פונעם וויקטעם וויל נישט אז זיין באליבטער טאכטער זאל הייראטען אזא באגאבונד ווי אים. קיין פראבלעים. גיב פארן פאטער 50 טאלער און די ביזט גוט צו גיין.. נישטא קיין נחום... וועד למשמרת... גארנישט... ווי ס'וואלט ווען גארנישט פאסירט.

פאר א זאפטיגע לשון הרע'לע, דארף מען דורך מארשירן די זיבן טויערן פון גיהינום. און פאר רעיפ, באצאלט מען פיפציג טאלער און מ'פארבלייבט געהעריג זיצן אויף מזרח וואנט ווי גלייך ס'וואלט ווען גארנישט פאסירט.

אלזא, כ'האב פארמאכט דעם חימוש אינגאנצען אן אנטוישטער.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר