"מענדעלע"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

"מענדעלע"

שליחה דורך גדליה »

ווי מיר ווייסן אלע מוטשעט אונז מחשבות זרות, נארישע מחשבות וואס פאלן ביי א מענטשן און רעדן אים איין צו טון און טראכטן און זאגן אלע סארטן נארישע זאכן. מאנכע רופן דאס "שטן" נאך אנדערע רופן עס "סטרא אחרא".
בעצם זענען דא וואס גלייכן נישט די אלע סארטן נעמען ווייל מ'שטיינס געזאגט, וואסארא מין גערעדעכץ איז דאס. דער "שלעכטער" יצר, כאילו תאוות נשים קומט עפעס פון א פרעמדע מאן דהוא. אנטשולדיגט, כ'בין א מענטש, און דאס איז מיינע אייגענע רצונות און באגערן. ווי האט דער קאצקער געזאגט, "דאס זענען נישט מחשבות זרות, דאס זענען דיינע אייגענע." אבער פארט קען יעדער אמאל פילן אז עס זענען דא זאכן וואס ער זאגט אדער טוט נישט ווייל ער וויל באמת, נאר ס'איז סתם אזא יצר. ברויך מען דאך א געהעריגער נאמען פאר יענעם.
די וואך איז מיר עס איינגעפאלן.
ס'איז מיר געקומען ווי א שטורעם. ווי א בליץ.
מענדעלע.
יא, מענדעלע.
קוקטס מיר נישט אן אזוי. כ'רעד נישט אוודאי פון דעם וויזניצער רבי'ן פון בני ברק שליט"א, וועלכער איז א בנן של קדושים, דאוונט הארציג פראוועט שיינע טישן און פירט אן עדה אידן.
כ'רעד פון מענדעלע. דער מענדעלע וואס דער עולם טרייבט ליצנות אויף זיין חשבון. דאס איז עפעס א מין מענדעלע. נאכנישט געווען אזא מענדעלע מימות מענדעלעך. כ'גלייב נישט דאס האט א שייכות מיט דעם גרויסן מנהיג. ס'איז סתם אזא מענדעלע אזא.
א מענדעלע.
מענדעלעך קומען אין אלע פארעמען און קאלירן. רוב ווערן געבוירן מיט זיי. אמאל זעצן זיי זיך אריין ביי איינעם א שטיק צייט און זיי ווערן פארשוואונדן. אמאל בלייבן זיי אויף אייביג. אבער יעדער וואס גייט דורך זיבעציג יאר אין זיין לעבן האט עפעס א שייכות מיט מענדעלע.
איך האב אויך א מענדעלע. איך גלייך זיך צו נאריש מאכן אמאל און איך גלייך ווען מענטשן האלטן פון מיך. איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פון וואו ס'קומט צו מיר, נעמליך כ'בין דאך אזא עניו ווי ס'איז אפילו רב יוסף נישט גע'חלומ'ט צו זיין. יעצט כאפ איך שוין. ס'איז מענדעלע.
א שטיקל לשון הרע'לע און א ביליגע ליצנות אויף חשוב'ע אידן. בעצם בין איך זייער א וואוילער און גוטער, נאר דאס איז מיין שוואכקייט. ס'איז מענדעלע.
מענדעלע האט זיך זיינע משוגעתן און ער רעכנט זיך בכלל נישט אויב ס'שטימט על פי תורה אדער על פי שכל. אזוי וויל ער און אזוי וועט זיין. א מענדעלע.
מענדעלע איז איבערצייגט הונדערט פראצענט אז ער מיינט גוט, און ער מיינט טאקע גוט! נאר ס'גוטסקייט איז אזוי מענדלדיג.
פון היינט און ווייטער ווען איך צושריי זיך אויף מיין בני בית וועל איך איר געבן א זאג, "נישט גע'דאגה'ט, ס'איז מענדעלע."
און אז איינער קריטיקירט די דאזיגע פירקלענישן, וועל איך נאר אנטווארטן, "ס'איז נישט איך, ס'איז מענדעלע."
ש'כח, מענדעלע.
איי לאוו יו, מענדעלע.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר