תשעה באב חצות, משיח ווערט געבוירן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

תשעה באב חצות, משיח ווערט געבוירן!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

די מדרש ברענגט אז תשעה באב נאך חצות ווערט משיח געבוירן. אסאך איז שוין געשריבן געווארן וואספארא געדאנק די מדרש וויל ארויסברענגן.

נאר אזוי קוקענדיג די שיינע קליפס וואס זענען ארום געפארן נעכטן פון תשעה באב ביינאכט ביים כותל המערבי ווי גרויס און קליין, אידן פון אלע קוק ווינקלן, זיצן אויף דער ערד און בענקן נאכן בית המקדש. זינגען בענקעדיגע ניגונים, און מיטאמאל זעהט מען דארט איינצעלנע מיטן אלטרא חסידישע לבוש, מוחה זיין, (כ'מיין עס נישט ארויסצוברענגן פון א נעגאטיווע ליכט ח"ו). איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אין דעם משיח'ס געבורטס נאך חצות, פארוואס נישט פאר חצות, פארוואס נישט ווען מ'זיצט אויף דער ערד פארוויינט בשעת'ן קלוגן, אין מיטן דער ביטערניש גיט א שיין אויף דער אורו של משיח ווי א זון נאך א רעגן??

‏נאר זעהט אויס אז כדי צו קענען שפירן דעם ליכטיגקייט פון ימות המשיח ברויך זיין גוטמוטיגקייט, נארמאלקייט און נישט אראפגעלאזטקייט, פונעם ערד זיצן און קלוגן ביז משיח איז כרחוק מזרח ממערב.
‏אפילו ביי גלות מצרים זעהט מען אזוי, אז פון ווען משה רבינו איז געקומען צו די אידן מיט די בשורת הגאולה האט גענומען צייט ביז די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן, די אידן זענען נישט ארויס פון גלות מצרים בין יום ובין לילה, ביי די צייט וואס די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן זענען זיי שוין נישט געווען פארקנעכטעוועט, זענען שוין געווען היפש פרייע מענטשן.

קען זיין אז היינט איז אויך אזוי, די אור של משיח קען נישט געבוירן ווערן פון די ערד געזיצעריי, פון טיפע קלוגענישן, ס'מוז קומען אין א צייט ווען מ'זיצט שוין נישט אויף דער ערד מער, מ'קלוגט שוין נישט אזוי שטארק, ס'שוין נאך חצות, ווען מ'מעג שוין טרייסטן, ווען מ'זאגט שוין נחם, מ'זאגט שוין תתקבל ביי קדיש שלם נאך שמונה עשרה, אנדערש ווי ביי שחרית אדער ביינאכט נאך די קינות. און די געדאנק האט מיך די שיינע סצענעס ביים כותל המערבי אריינגעגעבן, ווי מ'זעהט אזא שיינע ציבור אידן זיצן אלע אינאיינעם טאקע אויף דער ערד (ס'פארט תשעה באב ביינאכט) אין זינגען אינאיינעם די שיינע ניגונים פון תהילים וואס דערמאנט אינז פון ירושלים פון דאן פון די ביהמ"ק. און מיטאמאל קומען אן אפאר מוחים (אויך עהרליכע אידן) און פרובירן צו שטערן, טראכט איך צו מיר צו פאר פופציג צו הינדערט יאר צוריק איז אזאנס געווען ווי אזויפיל אידן זאלן זיך צוזאם נעמען און זיצן אינאיינעם אין זינגען, וואלטן נאר געווען א פינף צען מוחים, ס'וואלט זיכער געווען אפאר הינדערט מוחים, און א חוץ מזה וואלט זיכער נישט געווען אזויפיל אידן דארט וואס זינגען אזוי שיין, נאר ענדערש אידן וואס זיצן און קלוגן מיט א ביטערנישט.

‏און ווי מער אינז זעען ענדערש די היינטיגע סטייל תשעה באב, אלץ מער און מער קען זיך אנקלעבן די אורו של משיח, למעשה איז שוין היינט אנדערש ווי אמאל מיט אסאך זאכן, היינט זענען שוין רוב אידן צוריק אין ארץ ישראל, ווי ארץ ישראל איז שוין צוריק אין אידישע בעלות, הערליך אויפגעבויעט, א הערליכע רייכע לאנד ווי מ'קען שוין זאגן ירושלים הבנייה מיט אלע מפרשים. די מעהרסטע תורה ווערט געלערנט אין ארץ ישראל. איה"נ ס'ווייט פון פערטיג, די ביהמ"ק איז נאכנישט אויפגעבויעט, די מלוכה איז נאך דערווייל נישטא, אויפן מקום המקדש איז דא א מוסעלמענישע תיפלה, וועגן דעם קלוגן מיר טאקע נאך, און בענקן זיך שטארק און האפן און דאווענען יעדן טאג כאטשיג דריי מאל צו ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים, אמן.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר