ליצנות...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

ליצנות...

שליחה דורך גדליה »

.....אין א זייט געלייגט, לאמיר אלע אריינטראכטן אין דעם באדייט פון א יום הדין. דער טאג וואס די גאנצע בריאה ווערט גע'משפט. דער מלך מלכי המלכים זעצט זיך אוועק אויף זיין שטול און ער פסק'נט רעכטס אדער לינקס.
לאמיר גוט אריינטראכטן ווי אזוי דאס יאר איז אדורך. וויפיל פון אונזערע צילן האבן מיר דערגרייכן און וויפיל האבן מיר נישט.
וויפיל עוולות האבן מיר געטון. אמת'ע עוולות וואס קיינער ווייסט נישט אויסער מיר אליין.
וויפיל נארישקייטן זענען מיר באגאנגען. וויפיל צייט פארברענגט. וויפיל חרטה און עגמת נפש זיך אליין געשאפן.
וויפיל שוועריקייטן האט מען מיטגעמאכט דעם פארגאנגענעם יאר. אה, ס'איז זיכער צוליב די עבירות. זאל מען אפקומען די זינד. תכלה שנה וקללותיה.
ווי אזוי שטעלן מיר זיך? קען א מענטש בכלל זיין גרייט פאר א יום הדין איבער זיך אליין?
אן אנדער משפט איז אויף א געוויסע מעשה. דער מענטש איז יא אדער נישט שולדיג אין מארד. ער איז יא אדער נישט שולדיג געלט.
ראש השנה ווערט דער מענטש אליין גע'פסק'נט. איז ער א צדיק אדער א רשע? פירט ער זיך אויף מאראליש אדער נישט?
מי יאמר זיכיתי ליבי....???
ג-ט אליין משפט אינז. הוא היודע. הוא המדע. הוא העד.
יעדער ווייסט ווי דורכגעפוילט ער איז. וויפיל קנאה און שנאה געפילן ליגן באגראבן אין הארצן. וויפיל תאוות מושחתות ער פארמאגט.
איי איי איי.
געב א טרער. איין קליינעם טרערל און צייג דיין לב נשבר. דיין צובראכן הארץ.
ס'איז דא א שפאלט אין אלעם; אזוי גייט די ליכטיגקייט אריין.
עפן אויף דיין שפאלט ווי די הר הזיתים ביי ביאת בן דוד. לאז די ליכטיגקייט אריין.
דו אליין קענסטו דיך נישט העלפן, אבער ג-ט קען יא.
השיבנו ה' אליך, ונשובה.
חדש ימינו כקדם.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר