פארוואס זיין פרומער פון גאט?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

פארוואס זיין פרומער פון גאט?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יעדעס יאר חזר'ט זיך איבער דעם זעלבן סצענע. ס'קומט ר"ה יעדער וואונטשט פאר יעדעם א גוט געבענטשט יאר און מיט א פרישע ערענסקייט הייבט מען אן דעם נייעם יאר מיט פרישע האפענונג אז דאס יאר גייט זיין "דער יאר" און מיט פרישע קבלות. אזוי גרייט מען זיך צו פאר ניין טאג, צוצוקומען צום צענטן און הייליגסטן טאג פון יאר וואס אפילו די פרייעסטע אידן לויפן און שול דאווענען און פאסטן, די ערענסקייט ווערט געשפירט אימעטום. מ'טוט זיך אן ספעציעלע ווייסע קליידער, איבערגעדעקט מיטן טלית, אפגעשיידט פון גשמיות ס'מערסטע וואסי שייך. ס'דא אפילו וואס לייגן זיך נישט אריין אין בעט. מ'טוה מיר זיך מדמה זיין צו מלאכים. און אלץ כדי ארויסצוברענגן דעם פינטעלע איד וואס ליגט באהאלטן אין אינז די פינטעלע אמת וואס ליגט אריינגעקריצט אין אינזערע נשמות. וואס אגאנץ יאר שרייט עס ארויס פון אינז אבער איז פארדעקט צוליב נאכלויפן פרנסה מיט אלעס וואס ס'פעהלט אויס.

נאכן עסן פיינע מזונות אין שול קומט מען אהיים מ'מאכט א גרויסע סעודה מ'זעצט זיך צו פיינע פרישע ווארימע בארכעס, און מלאזט זיך וואוילגיין לכבוד יו"ט. גראדע געהערט א טייער ווארט פון ר' מיילך בידערמאן וואס ער ברענגט בשם דעם שפת אמת הקדמון, אז דאס ענין פון זיך אנעסן ערב יום הקדוש איז ווייל דער מענטש זאל זיין גוט אויפגעלייגט און עיו"כ אידאך א צייט וואס מ'בעהט זיך איבער איינעם דעם צווייטן זאל מען נישט זיין אנגעצויגן נאר מ'זאל ענטפערן מיט א גוט הארץ אז מ'איז מוחל.

חז"ל האבן מתקן געווען צו זאגן ווידוי עיו"כ ביי מנחה ווייל אויב מחמת די עסן וועט געשען עפעס וואס ער וועט נישט קענען זיך נאכדעם מתודה זיין, זאל מען קודם זאגן איי עם סארי, אזוי ווייסט מען אז מ'האט תשובה געטוהן, וואס איז זיכער איז זיכער.
נאכן קלאפן זיך על חטא ווערט שוין דער מצב ערענסטער, די צווייטע סעודה איז שוין מער הייליגער ווי דער ערשטער, ווען די מאמע צינדט לעכט און דער טאטע בענטשט די קינדערלעך, קען מען שוין טאפן די ערענסקייט.

גלייך נאכן צינדן ליכט טוט מען זיך אן די פרישע אויסגעביגעלטע ווייסע קיטל און מ'גרייט זיך צו גיין אין שוהל וואו ס'הערשט גאר אן ערענסטע און שטילע אטמאספערע א קול דממה דקה, נישטא קיין גרופעס, יעדער זיצט פארזוך, יעדער מיט זיין דיקע יום כיפור מחזור א פישקעלע טאביק, מיט א שאכטעל טישא פאפיר. מ'ווארפט זיך איבער מיטן טלית, און מ'זאגט די באקאנטע תפילת זכה, און אזוי הייבט מען אן אויסצורעכענען דעם גאנצן פעקל, בין אדם למקום, בין אדם לחבירו.


אז יעדער זאגט עס מן הסתם ברויך עס צו זיין. אבער דא קראכט שוין מיין ערענסקייט, (ס'קומט צוריק ביי כל נדרי) כ'פלעג אויך זאגן תפילת זכה מיט די גרעסטע מאס ערענסקייט, און כ'זאג נאכאלץ אבער ביי דעם שטיקל פון בין אדם לחבירו מאך איך א שארט סטאפ, און דארט בלייבט עס. וואס איך מיטשע זיך צו פארשטיין איז פארוואס מוזן מיר זיין פרומער פון גאט, פארוואס ווען אינז בעטן איבער גאט מוזן אינז אויסרעכענן יעדע עבירה אדער יעדע מצוה וואס אינז האבן פארשוועכט? און זיך איבער חזר'ן סיי ביי שטילע שמו"ע און סיי ביי חזרת הש"ץ דריי מאל על חטא ביינאכט און זיבן מאל בייטאג, און ווען ס'קומט צו עבירות בין אדם לחבירו וואס די הלכה איז אז יום כיפור איז נישט מכפר עד שירצה את חבירו, מיטאמאל טאנצט יעדער ארויס פון די הויט און אן איבערבעטן מוז מען יענעם מוחל זיין?? פארוואס איז נישטא עפעס א מיטל וועג, אקעי מ'דארף נישט שרייען זיבן מאל און זיך קלאפן דאס הארץ, און בייגן בכריעה והשתחוואה, אבער כאטשיג זאגן איינמאל איים סארי פאר דיין חבר וועם דו האסט געסקרוט אדער פארשעמט, וואסי דע זאגן הריני מוחל במחילה גמורה פאר אלע וואס האבן מיך וויי געטוהן אהן יענער זאל טאקע קומען זאגן איים סארי?

און ווען כ'שטעל די פראגע פאר מיינע פריינט קוקט מען מיך אן מיט רויטע פארוויינטע אויגן! יעדער האט מורא צו זאגן א איבעריג ווארט ווער רעדט נאך פון ענטפערען, ס'קוקט אויס ווי גאט ברוך הוא זיצט דארט אויבן מיט זיין לאנגן עם סיקסטין און ווארט פאר א קרבן.

האב איך מיך מיישב געווען אז היי יאר וויל איך אויך זאגן גאנץ תפילת זכה פינקט ווי א צווייטן, און ארויס טשידן פון אינטערן טלית מיט פארוויינטע אויגן. סקוקט אויס ווי א גוטע פילינג.

ווענדט איך מיך צו ענק צדיקי וגאוני השטיבל ביטע גיבט מיר צו פארשטיין וואס איז אנדערש עבירות בין אדם לחבירו לבין אדם למקום? תורה הוא וללמוד אני צריך! און כ'קום צו אייך יעצט ווען דער עולם האט נאכנישט קיין פארוויינטע אויגן, יעצט איז נאך דעת צלול, און ביטע ענטפערט מיר בטוב טעם ודעת. א ייש"כ.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר