תלמוד תורה ביי פרויען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

תלמוד תורה ביי פרויען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אונז ווייסען מיר אלע אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה, אזוי ווי דער גמרא זאגט אונז אין קידושין, און אין שו"ע ווערט אזוי געפסקנ'ט. אונז ווייסען מיר אויך אז די גדולי ישראל בעפאר און נאכ'ן קריג האבען מתיר געווען און זאגאר געשטיצט אז מ'זאל עפענען בית יעקב שולעס אומעטום, און נאכ'ן קריג האט קיינער למעשה זיך נישט געדינגען אז אזוי דארף זיין, און די מיידלעך וועלען לערנען לויט די קוריקולום וואס איז אוועק געשטעלט. יעדער מדינה און קהלה האט זיך אירע הנהגות וויאזוי זיי גייען צו צו דער זאך, און וויפיל און וויאזוי מ'לערנט, אבער דער עיקר היתר איז נישט קיין מפוקפק'דיגע. דאך איז איינגעפירט ביי אלע חרדישע פלעצער אז גמרא לערנט מען נישט מיט מיידלעך, און נאר די א.ג. מאדערנע שולעס לערנען גמרא מיט זיי. דאס איז א פסק פון הרב י"ד סאלאווייטשיק זצ"ל, וואס ער האט עס שטארק געשטיצט. מענטשען קלאפען זיך אין פלייצע אז מיר האלטען אן א סעיף אין שו"ע, ווען 'זיי' זענען נישט, און עס גייט אויפ'ן ואגשאל פון 'אונז' קעגען 'זיי'.
און די נעקסטע טריט אז די וואס גייען יא לויט די פסק פון הרב סאלאווייטשיקטשיק קענען אנהייבען טראכטען אז ער האט יא געטוישט די הלכה לויט די אומשטענדען, און פון דעם קען מען זיך אפלערנען אז די הלכה איז גארנישט אזוי שטייף ווי מ'מיינט.
דערווייל דארף מען דא אריין טראכטען אין די הלכה שבו. איך געדענק אזעלכע סארט ווערטער פון הרב סאלאווייטשיק, דוכט זיך פון דא, און אויך אין דער מפניני הרב עמ' קס"ז. דאס איז איין מאל קלאר אז פרויען זענען פטור פון תלמוד תורה. דאס איז אויך קלאר אז אין די הלכות אין וואס זיי נויטען, זענען זיי יא מחוייב צו לערנען. אונזער עלטער עלטער באבעס האבען נישט געמוזט לערנען די הלכות פון עלעקטריסיטי אום שבת, ווייל זיי איז עס נישט געווען נוגע למעשה. נאר תלמידי חכמים האבען געמוזט אפלערנען די סוגיות, ווייל דאס איז תלמוד תורה. זאגט הרב סאלאווייטשיק אז אין די היינטיגע אומשטענדען, ווי מיידלעך גייען שטודירען אין סקול, כחק המדינה, איז אוממעגליך אז זיי וועלען בלייבען זאט מיט אן אומאינטעלעקטואלע אידישקייט פון זייערע באבעס. אויב אזוי, איז די טיפקייט פון אידישקייט א חלק פון וואס עס פאדערט זיך אז זיי זאלען היטען מצוות, און דער רמב"ם און שו"ע אסר'ן נישט די אלע זאכען. קוקט'ס אויך דא פאר נאך א תשובה אויף דער ענין.

דאס איז נישט געטוישט די הלכה, דאס איז פונקט ווי די הלכה זאגט אונז אין דער רמ"א אין הלכות תלמוד תורה, אז פרויען לערנען נאר וואס איז נוגע זייער לעבען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר