דער טיפער ליבע פון ג-ט צו זיין אידיש פאלק:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

דער טיפער ליבע פון ג-ט צו זיין אידיש פאלק:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]לערנענדיג אזוי א קאפיטל אין נביא, בין איך גאר שטארק אינספערירט געווארן מיט פארשידענע געדאנקן. געדאנקן וועלכע קענען לויט מיין ארעמע פארשטאנד עטוואס צוניץ קומען פאר אנדערע, דערפאר האב איך אלס אל תמנע טוב מבעליו מיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, לזכות בו את הרבים...

דער שרעקליכער נבואה אויף עגיפטן:
דער געטליכער נביא יחזקאל שפאצירט זיך אזוי געמיטליך אויף די בערג פון בבל, וועלכע געפונט זיך ביי די ברעגעס פון די טייכן פון פרת און חידקל. ער איז אינגאנצן אריינגעטאן אין זיינע טיפע הייליגע הימעלישע געדאנקן... ווען מיטאמאל הערט ער ווי ג-ט רעדט צו אים...
מענטש, ווענד דיין געזיכט צו פרעה דער קעניג פון עגיפטן, און זאג נביאות אויף אים זעלבסט, און אויף זיין גאנצער לאנד... וואס זאל איך זאגן פרעגט יחזקאל פון ג-ט? ענטפערט אים ג-ט, זאג ווי פאלגענד:
אזוי זאגט ג-ט: איך בין אויף דיך פרעה דער קעניג פון מצרים... דער גרויסער לויתן וואס הויערט אין זיינע טייכן, דער וואס ארגומענטירט אז דער טייך איז מיינע און איך האב עס באשאפן... איך וועל לייגן קרוקן אין דיינע באקן און איך וועל פארקניפן די פיש פון דיין טייך אין דיינע אויסגעשארפטע פלוס-פעדערן, און איך וועל דיך ארויס פאנגן אינאיינעם מיט די פיש פון דיינע טייכן, און איך וועל דיך פריי-לאזן אינעם פיסטן מדבר. די אינאיינעם מיט דיינע פיש וועלן פאלן אויפן אפענעם פעלד, און ענק וועלן נישט איינגעזאמלט ווערן. ענק וועלן פארוואנדלט ווערן צו עסנווארג פאר די חיות פון דער ערד און פאר די פייגל פון הימל.
דער באדייט: דער באשעפער זאגט פאר פרעה: פרעה איך האלט מיינע אויגן אויף דיר, איך גיי מיר מיט דיך דראסטיש אפרעכענען. איך גיי דיך נעמען אינאיינעם מיט דיין פאלק וואס איז פארגלייבט אין דיר, און איך וועל ענק פארוואגלען פון ענקער לאנד. די פרעה מיט דיינע מענטשן וועלן פאלן אין א שלאכט, און ענקערע טויטע קערפער וועלן בלייבן פארשפרייט אויפן אפענעם שלאכט פעלד, וואו ענק וועלן דינען אלס עסנווארג פאר די חיות פון פעלד און פייגל פון הימל.

געוואלד! וואס פאר א בייזווייליגער אקט האט שוין דער פרעה געטאן, אזוי צו דערצערענען דעם אלמעכטיגער ג-ט?

זאגט דער נביא ווייטער: אלע איינוואוינער פון עגיפטן וועלן וויסן אז איך בין ג-ט, ווייל ענק זענען געווען א אונטערגעבראכענער אונטערלאן-שטעקן פאר די הויז געזונט פון ישראל. ווען זיי האבן זיך אנגעכאפט אין דיר ווי אין א צובראכענעם לעפל, וואס האט זיך זיי געשפאלטן די אקסלען, און זיי געשטעלט אויף די לענדן.
דער נביאה איז ווארשיינליך געבויעט אויף א ווירקליכע געשיכטע וואס איז זיך פארלאפן מיט עטליכע יארן בעפאר, אין די צייטן פונעם גראנדיעזער קריג וואס איז זיך פארלאפן צווישן די קעניגרייך פון יהודה און די קעניגרייך פון בבל.

די נאנטע באציאונגען צווישן די עגיפטער אין די אידישע קעניגרייך:
נאך דעם וואס ג-ט האט ארויסגעצויגן די אידן פון עגיפטן, מיט זיין שטארקע האנט און מיט האר-אויפשטעלענדע וואונדער, האט ער זיי שטרענג פארבאטן פון זיך צוריק צו קערן קיין עגיפטן. ג-ט האט נישט געוואלט אז די געוועזענע שקאלפן זאל האבן קיין שום פארקער מיט זייער געוועזענע באצווינגער. ער האט אפילו פארבאטן פאר א אידישער קעניג צו זיין פארנומען צופיל מיט פערד. ווייל אין עגיפטן האבן זיך געפונען די בעסטע פערד, און ג-ט האט נישט געוואלט אז אידן זאלן האבן איבעריגע פארקער מיט די עגיפטער, זייער געוועזענע באצווינגער.
דער דאזיגער פארבאט פון ג-ט, האט אבער ווארשיינליך נישט אפגעהאלטן די שפעטערדיגע אידישע קעניגן ווי אחז, חזקיהו, מנשה, אמון, יאשיהו, יהואחז, יהויקים, יהויכין און צדקיהו פון צו שליסן שיץ-פאקטן מיט די מעכטיגע עגיפטישע אימפעריע. נעמליך, דאס לאנד יהודה איז נאכאנאנד געווען באדראהט פון די מאכטפולע גרויסמאכטן פון אשור און א בבל, וועלכע האבן איר נאכאנאנד געזוכט צו אקופירן דאס לאנד יהודה. אין רעזולטאט האבן די אידישע קעניגן געפונען פאר וויכטיג צו שליסן א מיליטערישער איליאנץ מיט עגיפטן. אזוי אז אין פאל זיי ווערן אנגעגריפן פונעם גרויזאמען פיינט, זאלן די מעכטיגער ארמייען פון פרעה זיי קומען צו הילף אפצושלאגן דעם פיינט...
די נבואים זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די שיץ-פאקטן מיט די עגיפטער. זיי האבן דאס אנגעקוקט ווי א פעלערהאפטיגער פארזיכערונג אינעם אלמעכטיגן ג-ט. און זיי האבן נאכאנאנד געשטורעמט און געווארענט דערקעגן, אבער די אידישע קעניגן האבן פילייכט דאס אנגעקוקט ווי א נאציאנאלע זיכערהייטס פראגע, דערפאר זענען זיי געווען פעסט אנטשלאסן ווייטער אנגעהאלטן די שיץ-פאקטן מיט די עגיפטער. אפגעזען פון די אויסגעשפראכענע קעגנשאפט פון די געטליכע נבואים. אפילו נאך דעם וואס דער בארימטער פעלד מארשאל פונעם אלמעכטיגער קעניג סנחריב דער קעניג פון אשור, דער פונסטערער משומד און זעלבסט-האסנדער איד רבשקה, האט געווארנט חזקיהו המלך פון א מיליטערישער-שטאנדפונקט, זיך נישט צו פארלאזן אויף די עגיפטער, ער האט געזאגט פאר חזקיהו המלך: די פארלאזט זיך אויף א אונטערגעבראכענער אונטערלאן-שטעקן וואס לעכערט דורך די הענט, פארט האט דאס נישט גערירט דעם הארטען שטעלונג פון חזקיהו המלך, און דער מיליטערישער איליאנץ צווישן די קעניגרייך פון יהודה און די עגיפטישער אימפעריע האבן אנגעהאלטן ביז צו די טראגישע ענדע.
[center]*[/center]
מיט עטליכע יארן שפטער... ווען דער לעצטער אידישער קעניג צדקיהו האט געהערט די אומגינסטיגע נייעס, אז די מעכטיגע ארמייען פון נבוכאנצר דערנענטערן זיך שוין צו די גרעניצן פון יהודה, האט ער אינגאנצן א פארצווייפלטער אפעלירט קיין עגיפטן פאר באלדיגע מיליטערישע הילף. ערשט האט זיך טאקע פרעה צוגעהאלטן צום אפמאך, און ער האט זיך זאפארט ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט זיין מעכטיגער מיליטער קיין יהודה צו העלפן צדקיהו אין זיין קאמף קעגן די כשדים. זיינע קריגס שיפן אנגעלאנדעט מיט שווערע טויזענטער זעלנער באוואפנט ביז צו דער ציין, האבן זיך געגלישט געשוואונד אויפן רויטן ים צום ריכטונג פון ארץ ישראל.
אבער מיטאמאל האבן די עגיפטישע מאטראזן אנגעהויבן צו באמערקן ווי טויטע קערפער שווימען ארום אויפן ים פלאך. ג-ט האט דאס אזוי געמאכט אז אויפגעבלאזענע אביעקטן זאלן ווירקליך אויסזען ווי טויטע קערפער. די עגיפטער זענען דאן געקומען צום אנערקענונג אז די טויטע קערפער זענען גאר פון זייערע עלטערן, וועלכע זענען מיט גענעראציעס בעפאר טראגיש דערטראנקן געווארן אט אין דעם דאזיגן ים. דאס האט פאסירט ווען זיי האבן נאכגעיאגט די אידן, הארט נאך זייער באפרייאונג פון עגיפטישע פארשקלאפאונג. די געפילן ביי די עגיפטער האבן זיך צושפילט ווי א צויבער. זיי האבן באשלאסן זיך צוריק צו דרייען צו עגיפטן. מיר גייען נישט העלפן קיין פאלק וואס צוליב זיי זענען אונזערע עלטערן דערטראנקן געווארן אינעם אייז קאלטען רויטן ים. אפגעזען פון די באשיצונג-פאקט וואס זיי האבן פארמאגט מיט יהודה...
די נאכפאלגן פון די אקט פון די עגיפטער זענען ווירקליך געווען פאטאלע... די ארמייען פון נבוכאנצר האבן אפגעהאלטן א מעכטיגער געווינס אין יהודה, און דאס אידיש קעניגרייך האט צייטווייליג אויפגעהערט צו עקזעסטירן.
ג-ט האט דאס קיינמאל נישט געוואלט פארגעבן פאר די עגיפטער... דער בייזוויליגער פארראט פון די עגיפטער, וועלכע האט אומדירעקט צוגעפירט צו די גראנדיעזע קאטאסטראפע פונעם אידשן פאלק, האט שרעקליך אויפגעברויזט דעם אלמעטיגער ג-ט.

דער עגיפטישער קאטאסראפע:
זאגט דער נביא ווייטער: ג-ט זאגט איך גיי ברענגן אויף דיר פרעה א שווערד, און איך וועל פארשניידן פון עגיפטן די באפעלקקערונג און די בהמות. דאס לאנד עגיפטן ווען זיין וויסט און פארניכטעט, און די עגיפטער וועלן שוין וויסן אז איך בין ג-ט. ווייל די האסט געזאגט אז דער טייך נילוס איז דיינס, און די האסט דאס באשאפן, דערפאר גיי איך שטראפן נישט בלויז דיר זעלבסט, וואס די האסט אזוי בייזוויליג פארראטן דאס אידיש פאלק און זיי געלאזט פאלן צו די גרויזאמער שווערד פון נבוכדנצר, נאר אויך דיין גאנצע פאלק וועלכע זענען אזוי פארגלייבט אין דיר וועלן אויך טרינקן פונעם ביטערן שטראף בעכער. איך וועל פארפוסטעווען דאס לאנד עגיפטן פון מִּגְדֹּל סְוֵנֵה ביז צו די גרעניצן פון כוש. קיין מענטש וועט נישט פארביי גיין אדער באזעצן עגיפטן פאר גאנצע 40 יאר! איך ארויף שטעלן עגיפטן אויף די ליסטע פון די פוסטע לענדער, און אירע פילע שטעט אויף די ליסטע פון די פארניכטעטע שטעט, און איך וועל פארשפרייטן די עגיפטער צווישן אנדערע פעלקער.
ג-ט האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט ארויסגענומען פון שיפלאד אן אלטער פארשטויבטער חלום פון א אלט-פארגעסענעם פרעה פון טויזענט יאר בעפאר... און געמאכט דעם פאלגענדן רעכענונג. 14 הונגער יארן קעגען די זיבן מאגערע קיען און די זיבן אויסגעקלאפטע זאנגן, נאך 14 הונגער יאר קעגן דעם וואס פרעה האט דאס איבערדערציילט פאר יוסף. און נאך 14 יאר קעגן דעם וואס יוסף האט איבערגעזאגט דעם חלום פאר פרעה. דאס איז א טאטל פון 42 יאר! צוויי הונגער יאר איז דאך שוין געווען אין די צייטן פון יענעם פרעה. די איבעריגע 40 האט ג-ט אצינד געשאנקן פאר פרעה צוליב זיין בייזוויליגער פארראט צום אידישן פאלק.
ג-ט האט אפיר געזוכט יעדע רמז אויף דער וועלט צו באשטראפן די עגיפטער. וואס האבן אייגענטליך נישט געטאן קיין דירעקטער שלעכטס פאר די אידן, נאר זיי האבן זיך נישט צוגעהאלטן צו זייער אפמאך. ווי עס שיינט ווערט ג-ט אויסטערליש סענסעטיוו ווען מ'שעפעט מיט זיין פאלק.
די געטליכע נבואה פון יחזקאל איז טאקע גענוי פארווירקליכט געווארן. 27 יאר נאכן שוידערליכער פארראט פון עגיפטן, איז נבוכאדנצר אין די באגלייטונג פון זיין מעכטיגער ארמיי ארויפגעקומען אויף מצרים. וואו ער האט אויסגעפלינדערט דאס גאנצע לאנד, און דאן האט ער ווי זיין שטייגער פארוואגלט די עגיפטער פון זייער לאנד פאר גאנצע 40 יאר!
נבוכאדנצר האט זיך דאן גענויטיגט אין אסטראנאמישע סומעס געלט צו קענען שפייזן זיין גראנדיעזער ארמיי וועלכע איז דאן געווען פארוויקלט אין שטורמישע שלאכטן אינעם לאנד צור. דערפאר האט ער אין א בייזוויליגער שריט באשלאסן אויסצופלינדערן עגיפטן. און מיט די דאזיגע געלטער האט ער זיך באנוצט צו באצאלן פאר זיינע געטרייע זעלנער.
און אפילו נאך די 40 יאר, ווען די עגיפטער האבן זיך ענדליך אומגעקערט צו זייער אייגן לאנד. זענען זיי בלויז פארבליבן צו א נידעריגע מאנארכיע, א מלכות שפלה. גענוי ווי דער געטליכער נביא יחזקאל האט שוין פאראויסגעזאגט. אזש ווען דער לעגענדארער רוימישער קייזער אנטונינוס האט געפרעגט פון זיין הארץ פריינד רבי יהודה הנשיא, צו ער זאל איינעמען עגיפטן, האט אים רבי שטארק אפגערעדט דערפון. ער האט אים דאן ציטירט דעם פסוק פון יחזקאל: וְשַׁבְתִּי אֶת שְׁבוּת מִצְרַיִם, וַהֲשִׁבֹתִי אֹתָם אֶרֶץ פַּתְרוֹס, עַל אֶרֶץ מְכוּרָתָם; וְהָיוּ שָׁם, מַמְלָכָה שְׁפָלָה, אז מצרים וועט פארבלייבן אויף שטענדיג א נידעריגע מאנארכיע.
[center]*[/center]
ווי ס'שטעלט זיך ווירקליך ארויס, האט ג-ט ממש געקערט א וועלט, בלויז זיך אפצורעכענען מיט א פאלק וואס האט פארראטן דאס אידיש פאלק. אפגעזען פונעם פאקט אז זיי האבן גארנישט געטאן קיין דירעקטער שלעכטס פאר די אידן.
ליבשאפט איז א זאך צו וואס יעדער באשעפעניש גארט. ליבשאפט איז א זאך וואס איז גאר שווער זיך צו דערווארבן. ליבשאפט איז א זאך וואס מ'פאלירט גאר שנעל!
דער אייבישטער דער קעניג איבער אלע קעניגן, האט א טיפע און אומבאגרעניצטע ליבשאפט צו איטליכע איד באזונדער. זיין ליבשאפט צו אונז איז גענצליך אומאפהענגיג ס'איז נישט געוואנדן אין קיין שום ספעציפישע אורזאך. זיין ליבשאפט צום אידישן פאלק קומט קיינמאל נישט צו קיין ענדע. און אין סיי וועלכע שטאנד א איד זאל זיך בלויז געפונען איז ער שטענדיג ארום גענומען מיט די אויסטערלישע, הארציגע ליבע פונעם אלמעכטיגן ג-ט. אזוי ווי דער נביא מלאכי זאגט אין נאמען פון ג-ט: 'אהבתי אתכם אמר השם...' 'איי לאוו יו אלל' זאגט ג-ט.
ווען מ'לערנט ספעציפישע קאפיטלך אין נביא, באגענגנט מען זיך מיט פארשידענע עפיזאדן, וועלכע צייגן דייטליך ווי שטארק ג-ט ליבט זיין הייליג אידיש פאלק. פונעם אויבנדערמאנטער קאפיטל שטארצט דאס גאר שטארק ארויס. מען זעהט באשיינפערליך ווי ג-ט איז געגאנגען גענצליך ארויס פון זיין וועג, צו באשטראפן א פאלק וועלכע האבן בלויז פאראאטן זיין געליבט אידיש פאלק.
[center]*[/center]

וויל נישט אזוי פול, וועט דיר ווירקליך גוט זיין:
דער אייבישטער האט ליב איטליכער איד מיט א ליבשאפט וועלכע מיר קענען זיך ניטאמאל פארשטעלן. און ער טיט אונז קיינמאל נישט קיין שום שלעכטס. אפילו ס'דאכט זיך אמאל פאר עמיצער א ס'איז אים נישט אזוי גוט, איז דאס בלויז ווייל ס'גייט אים נישט ווי ער וויל. ער וויל זיין א רייכער אנגעזענער מאן. ער וויל האבן די מערסט-געראטענע קינדער, אזוי אז די שדכנים זאלן אים אראפרייסן די קלאמקעס פון די טויערן. ער וויל, און וויל, און הערט נישט אויף צו ווילן... און אז ג-ט וויל נישט... דאכט זיך אים אז ס'איז אים ווירקליך נישט גוט. בטל רצונך מפני רצונו... וויל שוין נישט אזוי פיל... וועט דיר זיין גוט בזה ובבא.
דער הייליגער בעל תניא עקלערט דאס עטוואס מער דייטליך אין זיין הייליגער בריוו וועלכע איז באוויסט מיטן נאמען להשכיל בינה:
דער באשעפער האלט אין איין משפיע זיין זיין הייליגע שפע אויף דער וועלט, די שפע פונעם הייליגען באשעפער שטעלט זיך נישט אפ אפילו פאר קיין ליאדע סקונדע. ווי מיר זאגן איטליכער טאג: המחדש בטיבו בכל יום תמיד מעשי בראשית... און פון וואו אייגענטליך קומט די הייליגע שפע? דאס קומט פון די ספירה וואס ווערט אנגערופן חכמה. דער ספירה פון חכמה ווערט גלייכצייטיג אנגערופן בראשית, ווי מיר זינגן בראשית תורתך הקדומה, רשומה חכמתך הסתומה. טייטש דער בעל התניא 'יוצר' דער אייבישטר באשאפט נאכאנאנד דער וועלט, 'בראשית' מיט די ספירה פון חכמה. אין די ספירה פון חכמה איז נישט פארהאן קיין שום דין. אנגעבליכע דינים הייבן זיך ערשט אן פון די ספירה פון בינה, וואס דאס איז אונטער חכמה. און פון די ספירה פון חכמה קומט בלויז ארויס רחמים און ווייסע חסדים און חלילה נישט קיין שום שלעכטס...

כפירה:
דער בעל תניא שרייבט ווייטער גאר שארף. עמיצער וואס ס'איז אים קאלעמוטנע אויפן הארץ, ווייל ס'גייט אים נישט גענוי ווי אזוי וויל, און ער איז ביי די מיינוג אז ג-ט טריצט ארום מיט אים, און זיכט אים בלויז צו דערגיין די יארן ,איז ער ממש כופר בעיקר. דאס זענען זיינע גענויע ווערטער: ומי שמתעצב ומתאונן, מראה בעצמו שיש לו מעט רע ויסורין וחסר לו איזה טובה, והרי זה ככופר ח"ו, ועל כן הרחיקו מדת העצבות במאד חכמי האמת. אבל המאמין לא יחוש משום יסורין בעולם, ובכל עניני העולם הן ולאו שוין אצלו בהשוואה אמיתית...
ממש א פחד און שרעק וואס דער הייליגער בעל תניא שרייבט...

טראכט גוט, וועט זיין גוט:
נאך מער שרייבט דער בעל התניא: אז אויב עמיצער גלייבט מיטן גאנצן הארץ אז אלעס וואס ג-ט טיט פאר אים איז גוט, און בלויז גוט. און אז פון ג-ט קומט נישט ארויס קיין מציאות פון שלעכטס, ווערט א אנגעבליכער שוועריקייט ווירקליך גוט אפילו פארן פליישיגער אויג. (אמונת רובאשקין) די כוח פון אמונה איז אזוי גרויס אז עס קען ווירקליך פארוואנדלן אנגעבליכע צרות צום גוטן. דאס זעלבע ברענגט אויך דער הייליגער אפטער רב פון הרה''ק רבי מיכל פון זלאטשוב זי''ע אין פרשת נח. אמונה איז א לשון פון ציען, ווי עס שטייט ויהי אומן את הדסה... אמונה ציעט און איז ממשיך אז ס'זאל זיין גוט אפילו לויטן פליישיגן פארשטאנד. אמונה פארוואנדלד אילוזיאירטע פראבלעמען און צרות צו לויטער גוטס...
אייגענטליך אין די גמרא געפונען מיר שוין אזא סארט געדאנק. נחום איש גמזו מיט זיין הייליגער רבי,רבי עקיבא, האבן אין אלעם וואס ס'האט פאסירט ביי זיי געזען לויטער גוטס. און זיי האבן אפילו אפגעהיטן דאס ארויסצוזאגן מיטן מויל. נחום איש גם זו פרעגט זאגן: גם זו לטובה. און רבי עקיבא פרעגט דאס צו זאגן אין זיין לאנדס שפראך אראמיש כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. וואס ג-ט טיט איז גוט, און פון ג-ט קומט נישט ארויס קיין שום שלעכטס. אפגעזען אז ס'קוקט א טייל מאל אויס אזוי... און זיי האבן פול מאל טאקע געזען מיטן פליישיגן אויג אויף פאסירונגן וואס האבן אויסגעזען ווי ס'איז נישט גוט, און ביזדערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז שוין איינמאל גוט געווען...

דער אייבישטער האט אונז ליב... און ער טיט מיט אונז בלויז גוטס.... ווי מער מ'גלייבט דאס, אלס מער איבערצייגט מען זיך שפעטער אז ס'איז איז ווירקליך גוט... רבי אברהם מרדכי רובאשקין יוכיח...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר