זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו

שליחה דורך זוכער »

בנוגע די געננויע זמנים פון זמן חורבן בתי מקדשים - עפ"י חז"ל - ולפי חוקרי זמנינו איז פאראן א שטארקע דיפערענץ.

א דיפערענץ פון איבער 150 יאר א חילוק, וואס נעמט ארום די פאלגענדע ענינים וואס זענען נוגע פאר כלל ישראל:

בניית בית המקדש הראשון:
חז"ל: ב' תתקכ"ח (832- לפה"ס)
חוקרי זמנינו: ב' תת"י (950- לפה"ס)
חילוק בניית בית המקדש הראשון - 118 יאר

חורבן בית המקדש הראשון:
חז"ל: ג' של"ח (422- לפה"ס)
חוקרי זמנינו: ג' קע"ד (586- לפה"ס)
חילוק בחורבן בית המקדש הראשון: - 164 יאר

עמידת בית המקדש ראשון:
חז"ל: 410 יאר.
חוקרי זמנינו: 364 יאר
חילוק בעמידת בית המקדש ראשון: 46 יאר

70 יאר גלות בבל.
אין דעם איז נישט פאראן קיין ערנסטע מחלוקה.

בניית בית המקדש השני:
חז"ל: ג' ת"ח (352- לפה"ס)
חוקרי זמנינו: ג' רמ"ד (516- לפה"ס)
חילוק בבניית בית המקדש השני: 164 יאר

חורבן בית המקדש השני
חז"ל ג' תתכ"ח (68 למס')
חוקרי זמנינו: ג' תת"ל (70 למס')
חילוק בחורבן בית המקדש השני: 2 יאר

עמידת בית המקדש השני:
חז"ל: 420 יאר.
חוקרי זמנינו: 586 יאר
חילוק בעמידת בית המקדש השני: 166 יאר

ווי מיר זעהן דא זענען פאראן פונדעמענטאלע חילוקים וועלכע נעמען ארום מערערע יסודות'דיגע ענינים:
ימי מלכי יהודה ביז'ן חורבן.
ימי מלכי בבל
ימי מלכי פרס
לויט די חקרי זמנינו האט נבוכדנצר השני, שוין לאנג נישט געלעבט בשנת ג' של"ח (422- לפה"ס). לשיטתם איז ער שוין געווען לאנג טויט ווען מיר רעכנען דעם חורבן הבית.
לויט די חקרי זמנינו, איז שוין דער צווייטער בית המקדש לאנג געשטאנען - ווען לחז"ל איז נאך דער ערשטער בית המקדש געשטאנען בתפארתו.

די פלא גדול איז: אז ווען עזריה מן האדומים (דע ראסע) בספרו מאור ענינים האט געקריגט אויף חז"ל מיט פיל קלענערע ציפערן, וואס לויט זיין חשבון זענען געווען מער קעניגן למלכי בבל ופרס, און האט געטוישט פארשידענע זמנים, איז עס ממש בלאס קעגן די חילוקים וואס די היינטיגע גויאישע חוקרים, היסטאריקער און פארשער לייגן ארום. עזריה מן האדומים האט זיך געשפילט מיט 30 יאר. דער אברבנאל מיט 15 יאר בערך, אבער קיינער פון די אמאליגע אידישע חוקרים איז בכלל נישט צוגעקומען צו די 164 יאר דיפערענץ איבערן חורבן בית הראשון, און בניית בית המקדש השני - וואס איז ממש מרפסין איגרא.

איך שטעל דא צו א שטיקל טשארט טאבעלע, וואס מאכט גרינגער צו זעהן דעם חילוק פון חז"ל ביז די היינטיגע היסטאריקער.

זמנים לבניית וחורבן הבית לחז"ל
זמנים לבניית וחורבן הבית לחז"ל
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר