פרשת תצוה - מזבח הזהב - ווען די וואלסט נאר געוויסט?!?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

פרשת תצוה - מזבח הזהב - ווען די וואלסט נאר געוויסט?!?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך אינעם פרשה האבן מיר געלערנט אלעס איבער די כלי המקדש, די ארון, די שלחן, די מנורה און דערנאך איבער די גאנצע בנין המשכן, אין די וואכעדיגע פרשה איז די תוה"ק ממשיך מיט די בגדי כהונה - די הערליכע קליידער וואס די כהנים האבן געטראגן בשעת די עבודה, אבער גאנץ צום סוף פון אונזער פרשה איז פארהאן עטליכע פסוקים ווי די תוה"ק זאגט אונז וְעָשִׂיתָ מִזְבֵּחַ מִקְטַר קְטֹרֶת – די זאלסט מאכן א מזבח ארויפצוברענגן אויף אים א דעמפונג פון געווירצן וכו' און די פרשה ענדיגט צו מיט די ווערטער קֹדֶשׁ קָדָשִׁים הוּא לה' – ס'איז גאר הייליג פאר השי"ת.

ווי פארשטענדליך פרעגט זיך: פארוואס טאקע האט די תוה"ק געשריבן אלעס איבער דעם מזבח הזהב דא ביים סוף פון פרשת תצוה, לכאורה וואלט עס געדארפט שטיין לעצטע וואך צוזאמען מיט די אנדערע כלי המקדש, אדער כאטש סוף פרשת תרומה, נישט אין אונזער פרשה ווי מען רעדט בכלל נישט איבער דעם ענין פון כלי המשכן? מיר ווייסן אז דריי פון די כלי המקדש האבן פארמאגט א קרוין ארום און ארום, דער ארון, דער שלחן און דער מזבח הזהב, חז"ל הקדושים זאגן אונז אז איעדע פון די קרוינען איז מרמז אויף אנדערע טיפע ענינים, די קרוין פונעם ארון איז מרמז אויפן כתר תורה, די קרוין פונעם שלחן איז מרמז אויף כתר מלכות – דוד המלך, און די קרוין פונעם מזבח הפנימי איז מרמז אויף כתר כהונה - אהרן הכהן. לאמיר זיך פארטיפן און פרובירן צו פארשטיין, אלע כלי המקדש האבן געהאט שייכות מיט די כהנים וואס ליגט עפעס ספעציעל אינעם מזבח הזהב אז חז"ל זאגן אונז אז ס'איז פארבינדן מיט אהרן הכהן?

ווי באקאנט איז די פלאץ פון די הייליגע מזבח געווען אינדערמיט נענטער צום אריינגאנג (זעה בילד), די גמרא אין מסכת יומא פרעגט פארוואס טאקע איז עס נישט געווען צוזאמען מיט די אנדערע צוויי גלייך, און די גמרא איז מסביר אז וויבאלד די הייליגע שלחן און מנורה דארפן זיך קענען זעהן איינער דעם אנדערן און ווען די מזבח ליגט אינצווישן שטערט עס די צוויי, האט מען דערפאר ארויסגעריקט די מזבח הזהב אזוי קענען זיך ביידע קלאר זעהן, ווי פארשטענדליך דארפן מיר דאס ריכטיג אפלערנען און פארשטיין וואס מיינט אז די מנורה און דער שלחן דארפן זיך קענען זעהן?!

טייערע ברידער, ווי פארשטענדליך ליגט אין די פרשיות אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאָנט צו איר עומק און פארשטאַנד, ווי דער מדרש, זוהר אין די ספה"ק שמועסן ארום באריכות אז די גאנצע בריאה, דער גוף פונעם מענטש, ווי אויך אונזער עבודה אויף די וועלט איז אלעס פארגליכן צום משכן מיט אירע כלים, מיר וועלן זיך בסייעתא דשמיא אפשטעלן אויף איין נקודה און פרובירן אויף אונזער קליינע מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

טייערע ברידער ליינט אַן אמתע מעשה וואס האט ווירקליך פאסירט (מיר קענען זיך פרעזענדליך מיט די בעל המעשה). - ס'איז דאנערשטאג נאכט אין די הארץ פונעם עיר הקודש וויליאמסבורג ווען ביי משפחת פראמער צוקלינגט זיך די טעלעפאון, א גוטן ס'איז מרס קליינמאן (שכנ'טע פון די פערדע שטאק), כ'קען אפשר רעדן מיט דיין מאמע, נאך א קורצע פריינטליכע שמועס האט מרס קליינמאן געזאגט: כ'דארף א מורא'דיגע טובה, כ'האב געמאכט רעזערוועישן צו פאָרן אויף צען טעג קיין ארץ ישראל, איך דארף זאלסט נעמען מיין נפתלי פון דינסטאג ביז נאך שבת, כ'ווייס אז ס'איז שווער אבער גלייב מיר כ'דארף עס וויכטיג, כ'בין שוין נישט געפארן אויף וואָקאַציע פאַר יארן. איי עם סאו סארי איך נעם אים גערן אבער פונקט פאר א האלבע שעה צוריק האט מיך מרס שלעזינגער (שכנ'טע פון ערשטע שטאק) גערופן אז זי פארט אויך אוועק אויף א וואך און כ'האב אנגענומען איר העשי פאר די זעלבע שבת. ניין זאג מיר נישט - אייביג מיין מזל, כ'האב דיך שוין געזאגט לעצטע וואך אז כ'ארבעט אויף א טריפ?! מרס פראמער זייענדיג גאר אַן איידעלע זאגט: ניין כ'געדענק נישט אבער ס'קען זיין, אבער אפשר רעדסטו מיט מרס שלעזינגער און איינע פון ענק קען עס אָפשטיפן א וואך אזוי קען איך נעמען ביידע. אקעי ש'כח כ'וועל איר פרובירן רופן.

עטליכע מינוט שפעטער האלטן די צוויי נאָנטע שכנ'טעס אינמיטן א פריינטליכע שמועס ווען מרס קליינמאן זאגט: כ'האב פריער גערעדט מיט מרס פראמער און כ'האב איר געבעטן צונעמען מיין נפתלי נעקסטע וואך, אבער זי זאגט אז זי קען נישט ווייל זי נעמט דיין הערשי אויף שבת, כ'בעט דיך א טובה, כ'האב נישט קיין צווייטער פלאץ ווי אים צו שיקן, פליז שטופ אפ דיין וועקעישן א וואך - כ'דארף עס זייער וויכטיג... אנטשולדיג זאגט מרס שלעזינגער כ'וואלט דיך אמת'דיג געוואלט העלפן אבער ס'איז פשוט נישט מעגליך, כ'האב אויך נישט ווי צו שיקן הערשי, כ'וויל אים נישט צומישן און אפשטיפן די נסועה איז פשוט נישט מעגליך. ניין פליז זאג מיך נישט אפ - כ'בעט דיך זיי נישט שלעכט ..פארוואס רופסטו מיך שלעכט - כ'קען פשוט נישט און איך דארף אויך וויכטיג זיין אוועק אויף אפאר טאג, גלייב מיר כ'דארף עס.

די דארפסט וויכטיג א וואקאציע?! - מאכסט מיך לאכן, אויב כ'געדענק גוט ביסטו שוין אוועק געפארן צוויי מאל דעם ווינטער. מרס שלעזינגער איז געווארן שטיל און קאלטערהייט נאכאמאל געזאגט: אַנטשילדיגט אבער כ'קען עס נישט אפשטיפן. פארוואס טוסטו דאס צו מיר, דאנק הקב"ה אז די האסט נישט וואס איך - כ'האב בליע"ה פינעף פיצלעך, כ'קען זיך קוים אַן עצה געבן, איך דארף עס פאַר מיין געזונט - און דיך זעה איך איעדן צווייטן טאג נאכן אויפשטיין אויסגעביגעלט פאָרסטו מיט שיינע קאַרס רואיג שאַפינג אין מאנהעטן אדער ווי, און ערשט א שעה שפעטער קומט דיין איבערגעגעבענע גוי'טע אראפ מיט די קינדערלעך און לייגט זיי ארויף אויפן באס, אין די דארפס א וואקאציע?! די טעלעפאון האט זיך געענדיגט מיט א שטילע גוטע נאכט.

מרס שלעזינגער האט א כאַפ געטוען דעם קישן וואס איז געליגן אויפן בענקל נעבן איר, אין באדעקט דעם פנים ווען טרערן האבן זיך געגאסן, "אוי אוי ווען זי וואלט געוואוסט?? ווען זי וואלט נאָר געהאט די קלענסטע אהַנונג וואס גייט פאָר אונטער דעם טיר וואס זי שפאצירט איעדן טאג אריבער", ווען זי וואלט געוואוסט אז ס'איז די דריטע מאל וואס מיר פארן דעם ווינטער אויף באלטימאר אויף טריטמענטס, ווען זי וואלט געוואוסט אז די שיינע קארס זענען געטרייע חסד וואלענטורן, ווען זי וואלט געוואוסט אז די פאקט אז די גויטע לייגט די קינדער אויפן באס צורייסט מיין הארץ טעגליך?!?! טאטע אין הימל די ווייסט דאך יא, כ'קען מער נישט?!

טייערע ברידער און שוועסטער! וויפיל צער און עגמת נפש זענען מיר גורם ווען מיר מיינען אז מיר ווייסן און פארשטייען, וויפיל שמחת החיים ווערט אוועקגעריסן פון די וועלט דורך אונז אליין מיט די אייגענע צוויי הענט פשוט ווייל דער מענטש ווייסט אלעס, ווייל דער מענטש פארשטייט אלעס... אזוי פיל חברים און ידידים וואָלטן נאך היינט געווען ווען נישט דאס וואס מיר ווייסן און פארשטייען אז וועגן דעם האט ער עס געטוען, און וועגן יענץ האט יענער די אנדערע זאך צוריק געטוען, און אזוי ווערט באשאפן א גאנצע געביידע צווישן די צוויי און ס'פארהאַקט די קשר, און דערנאך גייען אלע ארומיגע חברים, בני משפחה אריבער יאָרן פון יסורים און קאַלטקייט ווען די גאנצע בנין האט זיך געבויעט אויף דמיונות, כבוד און מחשבות וואס זענען ניטאמאל אמת אדער פארשטענדליך.

די הייליגע שלחן איז מרמז אויפן גוף, רייכקייט – מלכות, ווידעראום די מנורה איז מרמז אויפן נשמה, ליכטיגקייט – אורות, וואס די צוויי דארפן זיך צוזאם קומען, אויך טרעפט מען אין די ספרים הקדושים אז די שלחן איז מרמז אויף צפון – די לינקע זייט, און די מנורה איז מרמז אויף דרום – די רעכטע זייט, בקיצור די צוויי הייליגע כלים זענען מרמז אויף צוויי אנדערע זייטן – צוויי אנדערע בחינות, מיר מענטשעלעך האבן דעם הייליגן שליחות צוזאם צוברענגן די צוויי זייטן, אבער וויפיל מאל מאַכט זיך אז ס'איז פארהאן עפעס אינצווישן וואס שטערט דאס צוזאם ברענגן, ס'איז פארהאן עפעס וואס שטערט דאס זעהן אויג צו אויג, עפעס ליגט אינצווישן וואס שטערט און צוברעכט די שלום צווישן די צוויי. אט קומט דער הייליגע מזבח הפנימי און ריקט זיך ארויס פון צווישן די צוויי כדי די הייליגע כלים זאלן זיך יא קענען זעהן, דער הייליגע מזבח הזהב פארשטייט אז זיך ארויסרוקן כדי די אנדערע זאלן זיך קענען זעהן איז די גרעסטע עבודת המקדש, ס'איז קדש קדשים לה', ס'איז נישט פארהאן עפעס וואס איז מער הייליג אויף די וועלט ווי שלום און אחדות, ווען דער מענטש פארשטייט אז כ'דארף מיך ארויסצוען און אוועקריקן פון זיין דער וואס טוט שטערן די צוויי פון זיך זעהן אויג צו אויג איז דאס די הייליגסטע!!

דערמיט איז פשוט פארשטענדליך פארוואס די הייליגע מזבח איז מרמז אויף אהרן הכהן אונזער באקאנטער אוהב שלום ורודף שלום, וואס זיין גאנצע ארבעט און שליחות איז געווען צוזאם צוברענגן די אידישע קינדער, ווי אימער ס'איז געווען צוויי מענטשן וואס האבן זיך נישט פארשטאנען האט אהרן הכהן צוריק געברענגט שלום, ער האט געמאכט זיכער אז די מחיצה וואס ליגט אינצווישן ווערט אוועקגענומען און מען קען זיך נאכאמאל באגריסן מיט לישאפט פנים אל פנים, דערפאר האט ער זוכה געווען אז די קרוין פונעם הייליגן מזבח הפנימי וואס האט זיך ארויסגעריקט פון צווישן די צוויי אנדערע איז פאררופן די כתר כהונה – די קרוין פון אהרן הכהן.

די ערשטע טריט איז ווי געשמועסט אוועק צושטיין פון מחלוקת, זיך ארויסצוען פון זיין דער וואס שטערט דאס אויג צו אויג, לאמיר אבער גיין א טריט ווייטער, די עיקר עבודה אויף דעם מזבח הפנימי איז געווען מקטיר צו זיין די קטורת, די גאנצע קטורת איז געווען צוזאם געשטעלט פון כל מיני געווירצן ווי די פסוק זאגט קַח לְךָ סַמִּים נָטָף וּשְׁחֵלֶת וְחֶלְבְּנָה סַמִּים וּלְבֹנָה וכו', רש"י ברענגט די חז"ל: אז די "חלבנה" פארמאָגט א שרעקליכע שלעכטע שמעק, און מען האט עס גענומען - אונז צו לערנען אז צווישן די הייליגע קטורת דארף זיך געפונען אויך דער וואס שמעקט נישט גוט, דער וואס מיר וואלטן זיך פון אים אפגערוקט און געהאלטן אז מען דארף פון אים שטיין ווייט – אויך ער איז א חלק פון עם ישראל, אויך אים האלטן מיר צוזאמען, און נישט סתם צוזאמען נאר פונקט ווי ביי מענטשליכע עסן איז פארהאן זאלץ און פעפער וואס אליין קען מען עס נישט עסן, אבער אויב מען זאל עס נישט ניצן קען מען רוב מאכלים נישט אין מויל נעמען, אט דאס זעלבע ווען מיר ווילן ברענגן א נחת רוח פאר הקב"ה, ווען מיר ווילן טוען דעם הייליגן עבודה פון קטורת מוז דארט זיין פלאץ פאר איעדע סארט איד, צוזאם ברענגן אלע מידות און אנדערע סארטן מענטשן צו ווערן איינס, און ווי באקאנט האבן די הייליגע קטורת ארויסגעגעבן א געוואלדיגע ריח ניחוח – דארט ווי ס'איז שלום פארהאן איז א געשמאקע מצב רוח, די לופט איז געשמאק, ס'איז פשוט אַן איינגענעמע פלאץ צו זיין, דאס איז דער עבודת המזבח – דער הייליגע כלי וואס איז א שטיק עבודה פון שלום און אחדות.

שטייענדיג אין די גרויסע טעג פון אדר, ווען מיר זיכן מקיים צו זיין דעם מרבים בשמחה ..ווי איז דען פארהאן א גרעסערע סגולה צו אמתע שמחה ווי די מידת השלום, ווען מיר צוען זיך ארויס פון מחלוקת און פירוד לבבות ברענגן מיר אטומאטיש אריין שמחה און שלוה אויף די וועלט, ווען מיר געבן אויף אונזערע מיינונגען און דיעות, מיר צוען זיך צוריק פון זיין א חלק פון די מענטשן וואס ווייסן און פארשטייען פונקטליך וואס ס'טוט זיך צווישן די צוויי שותפים, צווישן יונגע/עלטערע פאָר פעלקער, צווישן ברידער, שוועסטער און חברים און אזוי ווייטער, ווען מיר פאנגן זיך אָן פרעגן אפשר ווייס איך נישט וואס ס'גייט פאָר? אפשר ווען איך וואלט נאר געוואוסט?! דער ארון האט זיך ארויסגעריקט פון צווישן די צוויי כלים האט ער זוכה געווען אז איעדן צופרי ווען די כהן האט אנגעפאנגן די עבודה איז ער געווען דאס ערשטע, ווען מען איז עוסק אין מידת השלום באקומט מען בכפלי כפלים. דערנאך גייט מען א טריט ווייטער מען פאנגט אָן טוען דער עבודה פון קטורת מען ברענגט צוזאם די וועלט, מען איז מקריב - מען פארשפרייט א הייליגע געשמאקע לופט אויף די וועלט זענען מיר זוכה אז השי"ת וועט אונז באגיסן מידה כנגד מידה מיט שלום ושלווה א אמתע שמחת החיים עדי נזכה לביאת ינון בב"א.

לסיכום געדענק:
• פרעג זיך: ווען איך וואלט ווען געוואוסט?
• צי זיך ארויס וועסטו מאכן פלאץ פאר די צוויי צוזאם-צוקומען.
• קטורת – א פייער פון אהבה ואחדות צו השי"ת.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר