ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר (ראבינאוויטש וסייעתו)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר (ראבינאוויטש וסייעתו)

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג פעברואר 19, 2019 6:24 pm

מיר שטייען היינט אין די פרשיות פון ספר שמות, ווען כלל ישראל שמאכט אין מצרים, אבער איז זוכה צו די גרעסטע גילויים וואס א ילוד אשה האט נאר אמאל זוכה געווען. די געוואלדיגע ניסים אין מצרים, שפעטער קריעת ים סוף, און נאכדעם דער שפיץ - דער מעמד הגדול והנורא פון קבלת התורה. און נאכדעם פערציג יאר פון ניסים גלויים, מן, עננים, און השראת השכינה אין דעם משכן.


דער דור דעה דער דור המדבר האט זוכה געוועהן צו די מערסטע און גרעסטע גלויים פון הקב"ה והשגחתו על העולם ובפרט על עם ישראל. שפעטער אין די צייטן פון בית ראשון זענען אויך געווען אסאך גילויים, ווי די הייליגע משנה שמועסט אויס אין מס' אבות (פרק ה'). אבער נאכדעם איז געקומען בית שני, ווען די אפענע גילויים פונעם אייבערשטן האבן זיך שטארק פארמינערט, און דאס האט אונז אריינגעפירט אינעם ביטערן גלות אדום ווי ס'הערשט ליידער א ביטערע הסתרה.

אבער ס'מאכט זיך אמאל אז דער רבוש"ע שיינט אריין א שטיקל אור אינעם לעבן. און אין דעם חשכות פונעם גלות זעט מען א בליץ פון געטליכקייט וואס ווייזט אז ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו. דאס קען מען זעהן ווען ס'איז דא א התגלות פון צדיק וטוב לו, אדער פארקערט, ווען ס'איז רשע ורע לו.

אמאל האט עס נישט דווקא מיט א צדיק אדער א רשע, נאר א מענטש וואס האט געטוהן גאר גוטע מעשים וואס באקומט זיין פארדינטען שכר, אדער א מענטש וואס אפשר איז ער בעצם א פיינער מענטש, אבער ער האט שרעקליך דערצערנט דעם רבוש"ע מיט זיינע אומווערדיגע מעשים און ער באקומט זיין פארדינטען שטראף.



הרב שאול יצחק ראבינאוויטש'ס טויט איז א בליץ אין די פינסטערניש פון דעם גלות. נישט ח"ו אז ס'איז א ליכטיגקייט פאר זיין משפחה וואס האט נעבעך געליטן א טראגעדיע, נישט ח"ו אז איינער זאל זיך פרייען מיט זיין אומשולדיגן זוהן וואס האט פארלוירן זיין טאטן אין זיינע ימי שמחה ר"ל, אבער אין די היינטיגע טעג, ווען ס'איז דא אזא הסתרת פנים, זעהט מען אז הקב"ה בלייבט נישט שולדיג ווען איינער העצט אויף צענדליגע טויזענטער מענטשען קעגן זיינע ליבע קינדער, און צערייצט און צעפליקט אידישע משפחות.

איך האב נישט געקענט דעם ראבינאוויטש אין זיין פערזענליכע לעבן. מעגליך אז ער איז געוועהן א פיינע מענטש מיט א הארץ פון פיטער. מעגליך אז ער איז געוועהן א איבערגעגעבענע טאטע, א בעל חסד, א געטרייע רב פאר זיין קהילה. איך קען נישט דעם פערזענליכן שאול יצחק, איך קען דער אראגאנטער דורכגעפוילטער לץ שאול יצחק ראבינאוויטש, דער קאלטבלוטיגער הארץ-לאזער גאט'ס פאליציי מאן, וועלכער איז ארומגעגאנגען אין בתי מדרשים און פשוט געהעצט אויף עהרליכע אידן.

זיינע קארטלעך ווי ער העצט אויף קינדער קעגן זייערע אייגענע עלטערען זענען ליידער באקאנט. זיינע דרשות ווי ער העצט מענער קעגן זיינע ווייבער, ווייבער קעגן זייערע מענער, טאטע'ס און מאמעס קעגן זייערע קינדער, זענען צושפרייט געווארן בארבע כנפות הארץ. וויפיל משפחות ער האט ליידער צוריסן, וויפיל קינדער האט ער ליידער אוועקגעריסן פון א עהרליכע תורה'דיגע השפעה פון זיין טאטן, וויפיל ווייבער ער האט ר"ל אוועקגעריסן פון זייערע מענער. וויפיל אידישע טרערן ער האט פארגאסן, וויפיל אידיש בלוט ער האט געצאפט.

וויפיל שבת טישן ער האט חרוב געמאכט, וויפיל שמחות ער האט צושטערט, וויפיל חברים ער האט צוקריגט, וויפיל פרנסות ער האט אונטערגעברענגט, ועל כולם די אלע שוטים אויף וועם ער האט געהאט א השפעה ר"ל, און גייען ווייטער אהן מיט זיינע אומווערדיגע מעשים.

דאס ערגסטע וואס שאול יצחק ראבינאוויטש האט געטוהן איז אז ער האט פאר'מיאוס'ט אידישקייט פאר טויזענטער אידן. ער האט געוויזן וואס געשעהט ווען א מושחת נוצט די מצוות הבורא יתברך פאר זיינע אייגענע עקעלדיגע תאוות און בלוט דארשטיגע באפרידיגונגען. וויפיל אידן זענען געווארן פאר'מיאוס'ט און אפגעפרעמדט פון אידישקייט? וויפיל עקלען זיך פון די גאנצע תוה"ק ווייל איין דורכגעפוילטע פרי האט געברענגט א אידישקייט פון האס און העצעס.

ועל כולם איז דאס אריינגעבן די גרויליגע קארטלעך אין די הענט פון די תינוקות של בית רבן, און זיי אנהעצען קעגן די אייגענע עלטערן. קיינער קען דאס נישט מוחל זיין, און קיין ילוד אשה קען נישט אויף דעם תשובה טוהן. אויסרייסן די פונדאמענט פון א קשר פון טאטע צו זוהן, דער יסוד פון א אידישע שטוב, דער יסוד פון אידישקייט, די יסוד פון אונזער מסורה. ס'איז נישט מקנה צו זיין וואספארא שבעה מדורי גיהנום אזא איינער דארף מיטמאכן אויסצולייטערן זיין זינדיגע נשמה.

שאול יצחק ראבינאוויטש'ס אויפפירונג האבן דערצערענט דעם רבוש"ע, און ער האט מחליט געוועהן אים אפצושטעלן. און דער רבוש"ע האט זיך געפירט מידה כנגד מידה. דער זעלבער וואס האט אויסגעריסן די קשר פון עלטערן מיט קינדער האט נעבעך איבערגעלאזט אינגע יתומים אין שטוב. דער זעלבער וואס האט צושטערט אידישע שמחות און מסיבות, איז געשטארבן אין די ימי שמחה פון זיין אייגן קינד'ס חתונה. שבר על שבר, עין תחת עין.

מיט אידישע קינדער שפילט מען זיך נישט, און די שטראף איז דא לעין כל! די יד ה' איז קלאר און ס'איז נישט קיין ספק.

אבער שאול יצחק איז געוועהן איין וואנזיניגער וואס וואלט נישט געקענט אזויפיל שאדן מאכן ווען נישט סטאדעס פון יושבי חושך זאלן אים שטיצען בגוף ובממון. אז רבנים און שיינע אידן וואס שעמען זיך צו רעדן ברבים זייער פארקרימטע רשעות'דיגע מיינונגען זאלן מחזק זיין דעם וואנזיניגן און שטיצן זיינע ווילדע פעולות, אריינגערעכענט העצן קינדער קעגן די אייגענע עלטערן.

די מנהלים און מלמדים פון מוסדות הקודש וואס לאזן צו אז קינדער זאלן זיך שפילן מיט קארטלעך וואס שפעטן פון זייערע אייגענע עלטערן, און רייסן אויס די יסודות פון אידישקייט ממש אין די כותלי הישיבה ווי טאטעס צאלן מחנך צו זיין זייערע קינדער על דרך התורה, זענען די וואס האבן געטריבן דעם וואגן פון דעם צעדרייטן שאול יצחק ראבינאוויטש.

וואלט איינער געמיינט אז זיי זאלן זיך אפלערנען און זעהן ווי דער רבוש"ע האט געשטראפט זייער מנהיג מידה כנגד מידה, ווייל ער האט צוריסן און צופליקט אידישע משפחות איז זיין משפחה צוריסן געווארן אינמיטן זיין קינד'ס חתונה. אבער בכלל נישט. זיי גייען ווייטער אהן מיט זייערע מעשים. ורשעים הללו ראו, ולא לקחו מוסר.

זאלן זיי וויסן אז דער רבוש"ע וועט נישט שולדיג בלייבן!! זיי זאלן וויסן אז העצן קינדער קעגן זייערע עלטערן ווערט גאר שארף באשטראפט!! זיי זאלן וויסן אז מיט'ן צוברעכן אידישע משפחות לייגט מען די אייגענע משפחה אויפן וואגשאהל, מיט'ן צוברעכן די קשר פון עלטערן מיט זייערע קינדער, לייגט מען די אייגענע קשר אין א סכנה.

כאפטס אייך פאר עס איז צו שפעט! איר זענט געווארנט געווארן, און דער רבוש"ע האט אייך געשיקט אן אפענעם אות ומופת אז איר זאלט קלאר זעהן וואס דא גייט פאר. טוהט תשובה!


מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל מסביר געוועהן "ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר". פארוואס שטייט "ראו" זיי האבן געזעהן, פארוואס נישט "שמעו" זיי האבן געהערט? נאר ווען מ'הערט אז עפעס איז געשעהן פריוואט פאר איינעם בחדרי חדרים קען זיך דאכטן פאר א מענטש אז ס'איז געשעהן פאר יענעם ווייל יענער דארף עפעס תשובה טוהן אויף א פריוואטן ענין. אבער ווען מ'זעהט עס לעין כל, ווען די גאנצע זאך ווערט אויפגעשפילט ברבים און יעדער האלט מיט, האבן זיי געדארפט כאפן אז דער לקח איז זייער קלאר, אז די מידה כנגד מידה איז זייער קלאר. און אז ס'איז "ראו", און דאך מאכט מען זיך נישט וויסנדיג, זאגט אויף זיין דער רבוש"ע "ורשעים הללו לא לקחו מוסר".

אין אונזער פאל האט ראבינאוויטש אליין צוזאמענגעפלאכן זיין מצב מיט זיין טמא'נע מערכה, יעדער האט מיטגעהאלטן וואס איז פארגעגאנגען. יעדער האט געזען וואס גייט פאר. יעדער האט מיטגעהאלטן ווי דער גרויסער העצער צווישן קינדער און עלטערן, דער גרויסער צושטערער פון משפחות און שמחות, איז געשטארבען אינמיטן די חתונה וואך פון זיין אייגן קינד. עין תחת עין. בן תחת בן. שמחה תחת שמחה.

לאמיר האפן אז די אלע וואס גייען ווייטער אהן מיט די גרויליגע מעשים וועלן תשובה טוהן, און וועלן יא זיין לוקחי מוסר פון די מידה כנגד מידה וואס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און וועלן נישט גיין בדרכיו של אותו רשע, וכדרך שמת פלוני.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:02 pm

אבער דעמאלס מוז מען אויך זאגן אז היטשענס איז געשטארבן מחמת שטראף?

סאיז שוין פיהל פשוטער צו זאגן אז זיי זענען זיך אליינס שולדיג און סטרעס און פיזיקעל סעלף-אביוז האט זיי געהארגעט.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2791 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:19 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער דעמאלס מוז מען אויך זאגן אז היטשענס איז געשטארבן מחמת שטראף?

סאיז שוין פיהל פשוטער צו זאגן אז זיי זענען זיך אליינס שולדיג און סטרעס און פיזיקעל סעלף-אביוז האט זיי געהארגעט.

אין אידישקייט איז פארשפרייט די שיטה אז דוקא אויף אידן איז דא א ספעציעלע השגחה פון גאט.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1789
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6439 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך קלוגסטער פון אייראפע » דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:36 pm

די קארטלעך איידיע איז נישט פון אים געקומען, אזוי זאגט מען
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג פעברואר 19, 2019 7:48 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער דעמאלס מוז מען אויך זאגן אז היטשענס איז געשטארבן מחמת שטראף?

אוודאי אזוי. און אזוי האב איך שוין געשריבן אינעם עבר.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג פעברואר 19, 2019 9:19 pm

יעדער שטארבט אין די ענדע, איינער איז אוועק אביסל פריער, זאגן אז עס איז א מקרה איז דרך אכזרי, אבער זאגען צוליב די אייגענע חטאים איז אויך דרך אכזרי. ממילא איז אנגענומען צו בלעימען דער כלל, אזוי ווערט עס בטל ברוב.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2088
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1102 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 19, 2019 9:37 pm

דו טוסט דאך אקוראט דער זעלבער זאך וואס ער האט געטון, משוגע מאכן מענטשן מיט דיינע אמונות טפילות.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1941 מאל

Re: ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר (ראבינאוויטש וסייעתו)

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג פעברואר 19, 2019 9:54 pm

איך וואלט נישט געשריבן אזוי שארף, אבער איך פארשטיי פון ווי די קומסט פון.
עס האט מיר אייביג באנג געטאן זיין שריט, אבער ווען מיין זוהן קומט אהיים פון חדר פאריגע וואך און רופט זיך אהן הויעך אז "טאטי האט נישט קיין טראפ יראת שמים ווייל ער האט א סמארטפאון", האב איך עס געשפירט ערשטהאנטיג, און בייז בלוט איז מיר ארויף אין קאפ אויף די דאזיגע לקחנ'ן מיר אוועק מיינע קינדער.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 685
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג פעברואר 19, 2019 10:14 pm

.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1941 מאל

Re: ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר (ראבינאוויטש וסייעתו)

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג פעברואר 19, 2019 11:20 pm

אויב אזוי פארוואס מעג מהר"א נישט זאגן אז די דריי בחורים זענען אליינס שולדיג?
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 615
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 370 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך טשעסטער » דינסטאג פעברואר 19, 2019 11:21 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:מיר שטייען היינט אין די פרשיות פון ספר שמות.....

קוקט אויס ווי די פארמאגסט גאר א גוטע טאלאנט פון שרייבעריי,
נוץ עס בעסער אויס פאר גוטע זאכן.
פון ערליכע אידן טאר מען אבער קיין שפאס נישט מאכן.
וממילא וויל איך דא אויסדריקען מיין מחאה אויף די בזיון תלמוד חכם וואס דא קומט פאר אויף הרב הצדיק רבי שאול יצחק ז"ל.
איך וואלט נישט אריין שרייבן דא בשבחו, ווייל עס איז זיכער נישט ניחא לנשמתו צו שרייבן אויף די אינטערנעט פון אים.
נסתרים דרכי ה'!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ובזה יצאתי חובת מחאה!
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 20, 2019 12:15 am

"...A Chabad Rabbi once told me: "Some people become so open minded, their mind just falls straight out of their head
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1941 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:58 am

כבין קיין חסיד פון די קארטליך אדער פון ראבינאוויטש
קוק אפי מיין ארטיקעל אויף שומרים קארטליך אין ראבינאוויטש
viewtopic.php?f=54&t=11010&hilit
אבער shame on you!!!!
אין shame on קאווע שטיבעל פארן נישט מעקן
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2137 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2019 6:52 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער דעמאלס מוז מען אויך זאגן אז היטשענס איז געשטארבן מחמת שטראף?

סאיז שוין פיהל פשוטער צו זאגן אז זיי זענען זיך אליינס שולדיג און סטרעס און פיזיקעל סעלף-אביוז האט זיי געהארגעט.

אין אידישקייט איז פארשפרייט די שיטה אז דוקא אויף אידן איז דא א ספעציעלע השגחה פון גאט.

אבער היות היטשענס שטאמט פון אידן האט די השגחה בע"כ געמוזט ווירקן אויף אים, כאטש אינדירעקט, ווען די השגחה האט צוגעפירט אז זיין זיידע זאל הייראטן א גויע..
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2791 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2019 7:03 am

נעגעל וואסער האט געשריבן:איך וואלט נישט געשריבן אזוי שארף, אבער איך פארשטיי פון ווי די קומסט פון.
עס האט מיר אייביג באנג געטאן זיין שריט, אבער ווען מיין זוהן קומט אהיים פון חדר פאריגע וואך און רופט זיך אהן הויעך אז "טאטי האט נישט קיין טראפ יראת שמים ווייל ער האט א סמארטפאון", האב איך עס געשפירט ערשטהאנטיג, און בייז בלוט איז מיר ארויף אין קאפ אויף די דאזיגע לקחנ'ן מיר אוועק מיינע קינדער.

ווען מיינע קינדער קומען אהיים מיט די קארטלעך, לייען איך עס מיט אינטערעסע , איך גראטוליר זיי אויפן מצליח זיין צו אמאסן אזופיהל און איך לאך מיט מיט זיי אויף די זיסע בילדער. בתוך הדברים פארצייל איך זיי איבער מעיא'ס קולטולערע רעוועלוציע אין טשיינע, די בחינה פון מי ששופך חמתו על עצים ואבנים, און איך דיסקוסיר מיט זיי די שכל און וועראסיטי פון די משלים און מעשהלעך דיספלעיד אויף די קארטעלעך; רובם זענען זיי דאך א חוכא ואיטולילא. אבסורד און לייכט איבערצווייזן פאר א קינד די זינלאזיגקייט פון זיי. היינט זענען שוין די בילדער בעסער געווארן, איז ווידער גרינג איבערצוצייגן די קינדער אז א קאמפיוטער ווערט גענוצט זיי צו פאבריצירן און וואס איז שוין די גרויסע צווישנשייד פון א דעסקטאפ קאמפיוטער צו א האנד געהאלטענעם קאמפיוטער??
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2791 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 20, 2019 11:03 am

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כבין קיין חסיד פון די קארטליך אדער פון ראבינאוויטש
קוק אפי מיין ארטיקעל אויף שומרים קארטליך אין ראבינאוויטש
viewtopic.php?f=54&t=11010&hilit
אבער shame on you!!!!
אין shame on קאווע שטיבעל פארן נישט מעקן

כ'בין נישט קיין חסיד פון דעם ארטיקל.

אבער שעים אן יא פארן זיך נישט אראפסיינען תיכף ומיד פון קאווע שטיבל!!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1365 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך פעברואר 20, 2019 7:00 pm

ס׳איז אמת אז הרב ראבינאוויטש האט אנגעזייעט שנאת חינם ביי כלל ישראל, און פארדעם איז זיך אים פון הימעל געקומען א הארבע עונש מ׳זאל שרייבען א ארטיקעל קעגען עם אין ק״ש. מדה כנגד מדה.
אבער למעשה דאס וואס היינט איז מער נישט דא קיין שום סמארטפאונס ביי כלל ישראל איז נאר צו פארדאנקען ר׳ שאול יצחק זי״ע וואס מיט זיין מסירת נפש האט ער אויסגעריסען די אלע סמארטפאנען.
אויך דעס וואס ווערייזאן האט אויפגעהערט שיקען אינטערנעט אין אלע היימישע געגענטען איז נאר צו פארדאנקען די קארטלעך פון ראבינאוויטש.

(קענסער האט צוטון מיט ביאלאגיע.)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1715 מאל

Re: ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר (ראבינאוויטש וסייעתו)

הודעהדורך חסיד פון ליטא » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:43 am

נאך אלע מעשיות קומט דעם ווילדן שאול יצחק קרעדיט.
ביז ער איז אנגעקומען איז געווען די נידון אויב יא פילטער אדער נישט פילטער. ווען ער האט אנגעהויבן מיט זיינע שטיק איז דער נידון געווארן אויב יא סמארטפאון אדער נישט.

וויי צו די וואס האבן אים גענומען ליטערלי.
וויי צו די וואס האבן אוועקגעווארפן דעם סמארפאון.
וויי צו די וואס שעלטן אזא געשמאקער לץ וואס האט צוגעשטעלט פרייע ענטערטעינמענט אינמיטן דעם לאנגן דעפרעסינג דאווענען.
וואויל צו די וואס לאכן פון די וויצן אין לייגן פילטערס.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

הודעהדורך טשעסטער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 11:29 am

די גמרא זאגט אמר רב יהודה אמר רב "כל המבזה תלמידי חכמים אין לו רפואה למכתו".
"כל המספר אחר מיטתן של תלמידי חכמים נופל בגיהנם שנאמר ומטים עקלקלותם יולכם ה' פועלי האון..." (ברכות יט', ע"א)
טוטס תשובה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך שקד » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 12:25 pm

איין מינוט, נישט סקולענער רבי איז דער הויפט לוחם קעגן טעכנאלאגיע?
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:04 pm

טשעסטער האט געשריבן:די גמרא זאגט אמר רב יהודה אמר רב "כל המבזה תלמידי חכמים אין לו רפואה למכתו".
"כל המספר אחר מיטתן של תלמידי חכמים נופל בגיהנם שנאמר ומטים עקלקלותם יולכם ה' פועלי האון..." (ברכות יט', ע"א)
טוטס תשובה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


דער פויפסט קען אויך לערנען און דאס מאכט עם נאכנישט א דין תלמיד חכם פון חז"ל.

ביי מצוות בין אדם לחבירו ווי לשון הרע, איז נאר נוגע צו א "עושה מעשה עמך" כדכתיב ונשיא "בעמך לא תאור, עיין בתורה הק' ובספר חפץ חיים, ווי אויך איז א זקן ממרא, וואס קען געראדע לערנען, אויך חייב מיתה.

נישט אז כ'האלט מ'מעג עם דן זיין למיתה אדער באנוצן מיט די אורים ותומים שרייען פארוואס ער'ז אוועק יונג, און בכלל איז דאס נישט מענטשליך אזוי צו באהאנדעלען, אבער ע"פ הלכה, קען אפשר זיין, ער איז נישט אין דעם גדר פון ת"ח וואס מ'מעג נישט רעדן אויב ער האט זיך נישט אויפגעפירט ברבים אזוי ווי עס דארף צו זיין, אדער עכ"פ דעמעדזש קאנטראל איז מותר.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3068 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:07 pm

בזמננו אין תלמיד חכם שבקי אפילו במסכת כלה.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1941 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:11 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בזמננו אין תלמיד חכם שבקי אפילו במסכת כלה.


זיי טענ'ן דאך אז הכל יודעין כלה למה נכנסת לחופה...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3068 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:55 pm

ער איז געווען א ת"ח? ווער ווייסט דאס?

אהא, ער איז דאך א רב אין א שול, א קהלה האט איהם אויפגענומן נאכ'ן איינזען זיין געוואלדיגע מעלות, מסתמא האבען זיי געזען אז ער איז א ת"ח. אוודאי ווען ער עפענט אליינס א בית המדרש, מיינט עס גארנישט. אבער אז מ'האט איהם אויפגענומן קען עס עפעס מיינן.
וואופס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8875
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט