מיהו יהודי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

מיהו יהודי?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]מיהו יהודי? ווער איז א יוד?

דער דאזיגער פראגע פון מיהו יהודי, האט אויסטערליש געגבערט פאר די באהערנדע פון מדינת ישראל אין די ערשטע יארן, אזש אין יאר תשי''ט האט דער דעמאלדיגער פרעימער מיניסטער דוד בן גריון באשלאסן זיך צו ווענדן צו פיפציג פּראָמינענטע חכמי ישראל, אז זיי זאלן אנטשיידן ווער ס'איז ווירקליך א יוד. דער אנטווארט פון די אנגעבליכע חכמי ישראל האט נישט געשפעטיגט צו קומען. דער איבערוועגענדע מערהייט האט קלארגעשטעלט, אז עמיצער וואס איז געבוירן צו א אידישע מוטער, אדער איז דורכגעגאנגן א פארמאלע גיור פראצידור, איז געזעצליך אנערקענט אלס א איד אין די אויגן פון די מדינת ישראל אינסטאנצן. עטוואס שפעטער איז דער געזעץ עטוואס "אויסגעבעסרט" געווארן, אז אויב עמיצער אנגעהערט זיך נישט צו קיין אנדערע רעליגיע, קען ער זיך אויך דעקלערן אלס א לעגעטימער יוד, און געניסן פון אלע בירגערליכע רעכטן פון מדינת ישראל. ווי ס'איז באוויסט האט דער רבי דער משיח, געפירט א פייערדיגע קאמף קעגן דעם דאזיגען געפארפולער געזעץ, ער האט געזען אין דעם געזעץ א אויסטערלישער געפאר פארן עקזיסטענץ פונעם אידענטום אין ארץ ישראל. אבער דער געזעץ איז פארט פארבליבן געזעץ ביז צום היינטיגן טאג.

דער אמטירענדע פרעימער בנימין נתניה זאל זיין געזונט אין פריש, האט נישט צו לאנג צוריק דעקלערט ביי א רעדע אין די פאראייניגטע פעלקער אין ניו יארק. אז דער באדייט פון דער ווארט יהודי איז: איינוואוינער אדער אפשטאמיגער פונעם לאנד יהודה. אבער פון ווי ווייט מיר זען פון חז''ל, האט דער באדייט פונעם ווארט יהודי גאר א אנדערער באדייט.

אין די מגילה געפונען מיר דעם פאלגענדעם פסוק: איש יהודי היה בשושן הבירה ושמו מרדכי בן יאיר בן שמעי בן קיש איש ימיני. אז מרדכי איז געווען סיי א איש יהודי און סיי א איש ימיני. לויט פרעימער נתניה איז דאך דער פסוק אין קאנטראסט, פון וואו האט מרדכי ווירקליך געשטאמט פונעם לאנד בנימין אדער פונעם לאנד יהודה? פאר רבי יוחנן אין מסכת מגילה האט טאקע געמאטערט דער דאזיגער הארבער קאנטראסט, דערפאר איז ער געקומען צום פאלגענדען אויספיר: אין די ווירקליכקייט האט מרדכי געשטאמט פון לאנד בנימין, איי פארוואס ווערט ער אנגערופן איש יהודי? ווייל ער האט געלייקענט אין די געצן, און ווער עס לייקנט אין געצן ווערט אנגערופן יהודי. האבן מיר שוין אצינד נאך א ענטפער אויף די הארבע פראגע פון מיהו יהודי. עמיצער וואס לייקנט אין די געצן. ס'קען פילייכט זיין אז דער אויסבעסערונג פונעם מיהו יהודי געזעץ, איז עטוואס באזירט אויף דעם דאזיגער גמרא...

נעמליך, פון א געוויסע שטאנדפונקט ליגט אין די מיהו יהודי פראגע פול א טיפערע באדייט.

ווי מיר ווייסן באשטייט יעדע זאך אין די וועלט פון מאטריאל און גייסט, ווי ס'ווערט אנגערופן אויף די הייליגע שפראך: חומר און צורה. די מאטריאליסטישע טייל פונעם מיהו יהודי האבן מיר שוין עטוואס אויסגעשמיעסט. אבער די גייסטישער באדייט פונעם מיהו יהודי נישט.

וואס באדייט א איד? דער פראגע דארף יעדען רעכט דענקיגער באשעפעניש גאר שטארק עגבערן, בין איך טאקע א פולקאמער איד?

א מענטש וואס איז געבוירן צו אידישע עלטערן, קען אייגענטליך אפלעבן זיין גאנץ לעבן, און איינהאלטן די תורה און אלע מצות, און פארט איז ער קיין פולשטענדיגער איד קיינמאל נישט געווען. ער האט קיינמאל נישט פראקטערצירט אידישקייט מיט גייסט. יא ער האט איינגעהאלטן אלע געבאטן פון ג-ט, זאגאר אן קיין גייסט, אן קיין מחשבה, נאר גענוי ווי א שווארצע אפריקאנע מאלפע. דאס פראקטערצירן אידישקייט אן קיין מחשבה און אן קיין זאכליכע ציל, בלויז אויף א פּראָגראַמירטע וועג איז א פארפעלונג אינעם יהודי.
צום באדויערן זענען פולע פון אונז ערצויגן געווארן צו פּראָגראַמירטע אידישקייט, מ'האט אונז פארבאטן זעלבסט צו טראכטן, מ'האט אונז פארבאטן פון זיך צו דערגרונטעווען אין ווירקליכע אידישקייט. מ'האט פון אונז אוועקגענומען דאס ווילן פון זיך פארליבן אינעם אלמעכטיגער ג-ט, אזש דאס מיהו יהודי שרייט ארויס פון די טיפענישן פון אונזערע הערצער.
פארוואס? ווייל מ'האט אונז געוואלט פּראָגראַמירן אז מיר זאלן גיין אין שפאן מיט די דאזיגע וועלכע זענען אויסן צו געוועלטיגן אויף אונז, און אונז בארויבן פון אונזער נאטירליכער געבורטס-רעכט צו דענקן פריי. אין רעזולטאט פעלט אונז גאר א סאך פון אונזער יהודי.
ס'ליגט א הייליגער פליכט אויף איטליכער באזונדער, זיך איינמאל פאר אלעמאל ארויסצורייסן פון די קייטן פון גייסטישע שקאלאפעריי, און זיך זעלבסט באנוצן מיטן שכל צו פארפולן זיין יהודי. און זיך אויף קיין שום פאל נישט לאזן מער פארפירן פון די דאזיגע וואס ווילן ארויפצווינגן אויף אונז זייער ווערסיע פון אידישקייט, מיטן עגאאיסטישע ציל אונז צו מאנאפאלירן צו גיין אין טאקט מיטן פּראָגראַמירטער געזעלשאפטליכע לעבן וועלכע זיי האבן פאר אונז אויספלאנירט. מיר רופן פאר א גייסטישע רעוואלוציע![/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר