השגחה סיבת הדביקות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

השגחה סיבת הדביקות

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג מערץ 05, 2019 5:16 pm

אינעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת כי תישא, איז מיר אויסגעקומען צו לערנען א שטיקל אינעם הייליגן ספר קדושת יום טוב, פון וועלכע מיר זענען גאר שטארק אינספערירט געווארן, ער ברענגט דארט א שטיקל מורה נבוכים פונעם היילגן רמב''ם וואס באלייכט ממש די אויגן פון יעדן גלויביגען איד.

דער הייליגער רמב''ם שרייבט אין מורה נבוכים: השגחה סיבת הדביקות, לאמיר זיך עטוואס פארקלערן אין די דאזיגע הייליגע דריי ווערטער.

אינעם נוסח פונעם אני מאמין, וואס איז באזירט אויף די דרייצן עקרים פונעם הייליגן רמב''ם, זאגן מיר צווישן די אנדערע: מיר גלייבן אז דער באשעפער געבענטשט זאל זיין זיין נאמען, האט זעלבסט באשאפן, און פירט אלע באשעפענישן, און ער זעלבסט האט געטאן, און טוט, און וועט טאן, אלע ווערק.
אויפן ערשטן בליק קען זיך דיכטן אז דאס איז אין קאנטראסט פון וואס ער שרייבט אינעם הייליגן מורה, אז דער השגחה איז סיבת הדביקות. ווארום דער באשעפער אליינס האט איבערזיכט אויף אונז און ער פירט אונז, אפגעזען צו מיר זענען באהאפטן צו אים, צו נישט, אפגעזען צו מיר גלויבן אין אים, צו נישט. דאן פארוואס שרייבט ער אין מורה נבוכים אז דער השגחה איז בלויז דער אורזאך פון דביקות? דאס באדייט אז אן דביקות, אן דעם פון צו זיין באהאפטן אינעם באשעפער קוקט ער זיך נישט אים אויף אונז, דאס איז דאך פילייכט גאר א שארפע קאנטראסט?

דער הייליגער חינוך אין פרשת מצורע ווארפט א שטיקל ליכטיקייט איבערן שטעלונג פונעם הייליגן רמב''ם.

דער חינוך דעקלערט אז דער שטראף פון קרעץ וואס קומט פאר לשון הרע, איז צו צייגן פאר מענטש אז דער באשעפער האלט א וואכזאם אויג אויף אלע זיינע טעטיקייטן. און אז א מענטש דערווייטערט זיך פון באשעפער און פארלעצט זיינע געבאטן, און בארעדט מיט א בייזוויליקייט אנדערע מענטשען. איז דער אויסשליסליכסטער היילונג פאר אים, צו זיצן עלענד און איינגזאם, גענצליך אפגעזונדערט פון די מענטשהייט וואס דאס העלפט שטארק פאר מעדיטאציע. און דורך מעדיטאציע באהעפט ער זיך צוריק אינעם באשעפער, און אזוי ווערט ער געהיילט.
דאס בעסער צו עקלערן: ס'איז פארהאן צוויי ערליי מענטשן. מענטשן וואס זענען באהאפטן צום באשעפער, און מענטשן וואס זענען נישט באהאפטן צום באשעפער. די מענטשען וואס זענען באהאפטן צום באשעפער קוקט זיך דער באשעפער זעלבסט אים אויף זיי, און זיי זענען העכער די נאטור. דאקעגן די מענטשן וואס זענען נישט אזוי באהאפטן אין באשעפער זענען אונטער געווארפן אונטערן נאטור פונעם וועלטס באשאף. וואס איז אייגענליך די שליח פונעם באשעפער.
דער באשעפער וויל אז אידן זאלן זיין באהאפטן אין אים, ווי דער פסוק לויטעט ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום. ער וויל אז זיין הייליג אידיש פאלק זאל נישט זיין אונטערגעווארפן אונטערן נאטור, נאר בלויז אונטער זיין דירעקטער איבערזיכט. מיט דעם פארשטייט מען זייער גוט: לויט ווי סאך א איד דערווייטערט זיך פון באשעפער, אלס מער ווערט ער באהערשט דורכן נאטור. ער ווערט צום באדויערן קראנק מיט קרעץ, גיבט אים די תורה ראט ווי אזוי זיך צו ערהוילן. באהעפט דיך זיך צוריק צום באשעפער וועט זיך די נאטור אפטאן פון דיר, און די וועסט געהיילט מיט אומנאטורליכע קרעפטן דורכן באשעפער זעלבסט.

דאס איז ווארשיינליך די באדייט פון די הייליגע ווערטער פונעם רמב''ם און מורה נבוכים, השגחה סיבות הדביקות. וואס מער באהאפטן א איד איז צום אייבישטן אלס ווייניגער געוועלטיגט דאס נאטור אויף אים. און דאס וואס מ'זאגט אינעם אני מאמין אז דער אייבישטער פירט אלע באשעפענישן, באדייט אז דער באשעפער וואכט אויף די מענטשהייט דורך צוויי וועגן, נאטורליך און אומנאטירליך, געוואנדן ווי שטארק דער מענטש איז באהאפטן אין אים. השגחה סיבת הדביקות.

דער רמב''ם דעקלערט דאס אויך מיט א פאסיגער משל: א קינד ווי לאנג ער איז נאך אינעם שטוב פונעם פאטער, באזארגט אים דער פאטער מיט אלע זיינע באדערפענישן, און קוקט זיך גאר שטארק אים אויפן קינד. זאגאר דער קינד האט חתונה און ציעט זיך ארויס פונעם שטוב פונעם פאטער, דאן קוקט זיך דער פאטער שוין נישט אזוי שטארק אום אויפן קינד. השגחה סיבת הדביקות.

(דאס איז ווארשיינליך אין קאנטראסט פון די שיטת הקבלה און חסידות, וואס לויטעט אז יעדע ריר פון א מענטש און יעדע זאך וואס פאסירט, און יעדע בלעטעל וואס פאלט אראפ פון בוים, (ווי דער ליד פון רבי יום טוב ערליך זינגט) איז בלויז קאטראלירט דורכן באשעפער זעלבסט. (אזוי צו זאגן, ס'עקזיסטירט נישט א זאך ווי טבע, אלעס איז דער אייבישטער) אפגעזען פון ווי שטארק א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן, דער חינוך זאגט אז דאס איז רחוק מן השכל.)

דער חובת הלבבות אין שערי בטחון זאגט אויך עפעס אזוי. פרנסה איז דער נאטורליכע שליח פונעם אייבישטן צו שפייזן דעם מענטש, וואס מער אמונה און בטחון א מענטש האט אז ווייניגער השתדלות פאר פרנסה דארף ער טאן, ווייל זיין פרנסה קומט אומנאטורליך, עס קומט פונעם באשעפער אליינס. (מיט דעם קען מען עטוואס פארשטיין פארוואס רביס און שיינע אידן ארבייטן נישט, ווארשיינליך צוליב א איבערפלוס פון דביקות השם...)

דער קדושת יום טוב טייטש מיט דעם: כי תשא את ראש בני ישראל לפקודיהם ונתנו איש כופר נפשו לשם בפקד אתם ולא יהיה בהם נגף בפקד. לפקודיהם איז א לשון פון פעלן, ווי עס שטייט לא נפקד ממנו איש, א מענטש האט נישט געפעלט. פארוואס האט מען נישט געקענט ציילן די אידן, נאר מיט שקלים? ווייל מ'האט געמאכט דעם עגל, מ'איז נישט געווען גענוג באהאפטן צום אייבישטן, מ'איז געווען באהערשט פונעם טבע, און לויטן טבע געוועלטיגט נישט די ברכה בלויז אין א זאך וואס איז נישט געציילט, ס'איז פארהוילן פונעם מענטשליכער אויג. אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין. לפקודיהם ס'האט געפעלט אינעם דביקות, דערפאר איז מען געווען באהערשט פונעם נאטור, דעריבער האט מען נישט געמעגט ציילן די אידן זעלבסט נאר די האלבע שקלים, ווען אידן זענען באהאפטן צום אייבישטען דאן געוועלטיגט נישט די נאטור און מ'קען ווען ציילן די אידן אן קיין האלבע שקלים.

וואס מ'קען פון דעם ארויס נעמען איז, אז א מענטש האט א פאסיגע לעזונג צו כמעט יעדע פראבלעם וואס רוקט זיך אים אונטער. דאס איז: זיך צו באהעפטן אינעם אייבישטן. פראבלעמען פארמירן זיך אין אלגעמיין דורכן נאטור, און וואס מער א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן אלס ווייניגער באהערשט איז ער פונעם נאטור.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך מערץ 06, 2019 12:19 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:דאס איז ווארשיינליך אין קאנטראסט פון די שיטת הקבלה און חסידות, וואס לויטעט אז יעדע ריר פון א מענטש און יעדע זאך וואס פאסירט, און יעדע בלעטעל וואס פאלט אראפ פון בוים, (ווי דער ליד פון רבי יום טוב ערליך זינגט) איז בלויז קאטראלירט דורכן באשעפער זעלבסט. (אזוי צו זאגן, ס'עקזיסטירט נישט א זאך ווי טבע, אלעס איז דער אייבישטער) אפגעזען פון ווי שטארק א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן, דער חינוך זאגט אז דאס איז רחוק מן השכל.)


עס איז בכלל נישט אין קאנטראסט. אדרבא, דער רמב"ם ווי עס ווערט ברייט מוסבר אינעם קדושת יו"ט הנ"ל ערקלערט דער מהלך אויף א מער וועלטליכע פארנעם. ווען איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך מרחיב זיין בל"נ.

דערווייל, א גרויסע יישר כח פארן אראפשרייבן דעם מאמר.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 06, 2019 12:38 pm

הוגה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דאס איז ווארשיינליך אין קאנטראסט פון די שיטת הקבלה און חסידות, וואס לויטעט אז יעדע ריר פון א מענטש און יעדע זאך וואס פאסירט, און יעדע בלעטעל וואס פאלט אראפ פון בוים, (ווי דער ליד פון רבי יום טוב ערליך זינגט) איז בלויז קאטראלירט דורכן באשעפער זעלבסט. (אזוי צו זאגן, ס'עקזיסטירט נישט א זאך ווי טבע, אלעס איז דער אייבישטער) אפגעזען פון ווי שטארק א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן, דער חינוך זאגט אז דאס איז רחוק מן השכל.)


עס איז בכלל נישט אין קאנטראסט. אדרבא, דער רמב"ם ווי עס ווערט ברייט מוסבר אינעם קדושת יו"ט הנ"ל ערקלערט דער מהלך אויף א מער וועלטליכע פארנעם. ווען איך וועל האבן אביסל מער צייט וועל איך מרחיב זיין בל"נ.

דערווייל, א גרויסע יישר כח פארן אראפשרייבן דעם מאמר.


.


אין חינוך פרשת מצורע ברענגט ער אראפ דריי שיטות אין דעם הינזיכט פון השגחה:

שיטות הכופרים: נישטא קיין ג-ט, אפילו אז יא, האט נישט ער באשאפן די וועלט, אפילו ער האט יא, קוקט ער זיך נישט אים אויף די וועלט, ער האט איבערגעגבן די הנהגת העולם פארן נאטור.
שיטת: הרמב''ם: ווי כ'האב געשריבן.
שיטות הרמב''ן, והמקובלים, והבעל שם טוב: דער נאטור מיטן באשעפער איז איין זאך. דער באשעפער אליינס איז די סיבה פון יעדע זאך וואס פאסירט צו א מענטש אויף דער וועלט, און נישט די נאטור. אפגעזען צו מ'גלייבט אין אים צו נישט. ווי ערווענט, איז דער חינוך איז ביי די מיינונג אז דאס איז רחוק מן השכל.

אזוי האב איך פארשטאנען פון ספר החינוך הנ''ל.

פאר מיר פערזענליך איז דער שיטת הרמב''ם געווען א רעוואלוציאנארע אנטפלעקונג. דער עצם געדאנק אז מענטשען קענען מאנעווירן מיט די השגחה לויט זייערע אקטן, האט מיר ממש אויפגעשטורעמט.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג מערץ 10, 2019 12:56 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:(דאס איז ווארשיינליך אין קאנטראסט פון די שיטת הקבלה און חסידות, וואס לויטעט אז יעדע ריר פון א מענטש און יעדע זאך וואס פאסירט, און יעדע בלעטעל וואס פאלט אראפ פון בוים, (ווי דער ליד פון רבי יום טוב ערליך זינגט) איז בלויז קאטראלירט דורכן באשעפער זעלבסט. (אזוי צו זאגן, ס'עקזיסטירט נישט א זאך ווי טבע, אלעס איז דער אייבישטער) אפגעזען פון ווי שטארק א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן, דער חינוך זאגט אז דאס איז רחוק מן השכל.)


די עיקר נקודות וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן איז אז חסידות זאגט נישט אז טבע עקזיסטירט נישט. חסידות זאגט טאקע אז אלעס איז א התגלות אלוהות אבער דאס מיינט נישט אז ס'קעזיסטירט נישט באמת. עס מיינט אז די באשעפער איז זיך מגלה אין דער וועלט אויף אן אופן ווי עס זעהט אויס אז די וועלט עקזיסטירט אינדערויסן פונעם באשעפער. דער וואס לעבט אן דער הכרה איז נאכאלץ א חלק פון אלוהות נאר פאר יענעם וועט זיך אלעס פילן דרך הטבע'דיג. משא"כ איינער וואס לעבט מיט דער הכרה וועט אין אלעס זעהן די השגת התכלית די השגת האלוהות. כאטש אפילו דער רמב"ם און דער חינוך האבן נישט געהאט אקוראט דער זעלבע כוונה, וועט אבער חסידות צייגן ווי מען קען לערנען זייערע ווערטער מיט די הבנה והכרה דורכן ארייטייטשן די ווערטער לויט דער בליק.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2814
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6412 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג מערץ 10, 2019 1:11 pm

@הוגה.

אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז די הנהגה טוישט זיך נישט? נאר ענדערש אז וויאזוי א מענטש נעמט דאס אויף צו ער זעהט טוב אדער רע, ווענד זיך אין דעם מענטש זעלבסט?

אויב אזוי איז בפשטות יא אנדערש פון שיטת הרמב"ם, ניין?
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » זונטאג מערץ 10, 2019 1:43 pm

דער שיטת הרמב''ן אין אין איינקלאנג מיט דאס וואס ער שרייבט ענדע פרשת בא, אז די גרויסע ניסים וואס דער אייבישטער מאכט, איז בלויז צו צייגן אז אלעס וואס ער פאסירט אויף די וועלט, און צו א מענטש איז באהאלטענע ניסים. דער רמב''ן איז ביי די מיינונג אז דער נאטור איז באהאלטענע ניסים, דאס באדייט אז דער נאטור איז נישט בלויז א שליח פונעם אייבישטען, נאר דער אייבישטער זעלבסט.
אין די ספרי חסידות ווערן איבערגעחזרט אומצאליגע מאל די ווערטער פונעם הייליגן זוהר: אז דער אייבישטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין לית אתר פנוי מיניה, אז דער באשעפער געפונט זיך אומעטום און ער איז ממלא און סובב די גאנצע וועלט, ווי דער זון וואס אפגעזען אז איר ארט איז אין הימל, פולן אירע שטראלן אן די גאנצע וועלט. דאס איז אפילו די נאטור. אפגעזען צו א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטען אדער נישט, ווי דער רמב''ם שרייבט. דעם שם אלוקים איז גמט' הטבע. און ווען דער אייבישטער טיט עפעס דורך די טבע ווערט עס געטאן מיטן שם אלוקים.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1785 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט