השגחה סיבת הדביקות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

השגחה סיבת הדביקות

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אינעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת כי תישא, איז מיר אויסגעקומען צו לערנען א שטיקל אינעם הייליגן ספר קדושת יום טוב, פון וועלכע מיר זענען גאר שטארק אינספערירט געווארן, ער ברענגט דארט א שטיקל מורה נבוכים פונעם היילגן רמב''ם וואס באלייכט ממש די אויגן פון יעדן גלויביגען איד.

דער הייליגער רמב''ם שרייבט אין מורה נבוכים: השגחה סיבת הדביקות, לאמיר זיך עטוואס פארקלערן אין די דאזיגע הייליגע דריי ווערטער.

אינעם נוסח פונעם אני מאמין, וואס איז באזירט אויף די דרייצן עקרים פונעם הייליגן רמב''ם, זאגן מיר צווישן די אנדערע: מיר גלייבן אז דער באשעפער געבענטשט זאל זיין זיין נאמען, האט זעלבסט באשאפן, און פירט אלע באשעפענישן, און ער זעלבסט האט געטאן, און טוט, און וועט טאן, אלע ווערק.
אויפן ערשטן בליק קען זיך דיכטן אז דאס איז אין קאנטראסט פון וואס ער שרייבט אינעם הייליגן מורה, אז דער השגחה איז סיבת הדביקות. ווארום דער באשעפער אליינס האט איבערזיכט אויף אונז און ער פירט אונז, אפגעזען צו מיר זענען באהאפטן צו אים, צו נישט, אפגעזען צו מיר גלויבן אין אים, צו נישט. דאן פארוואס שרייבט ער אין מורה נבוכים אז דער השגחה איז בלויז דער אורזאך פון דביקות? דאס באדייט אז אן דביקות, אן דעם פון צו זיין באהאפטן אינעם באשעפער קוקט ער זיך נישט אים אויף אונז, דאס איז דאך פילייכט גאר א שארפע קאנטראסט?

דער הייליגער חינוך אין פרשת מצורע ווארפט א שטיקל ליכטיקייט איבערן שטעלונג פונעם הייליגן רמב''ם.

דער חינוך דעקלערט אז דער שטראף פון קרעץ וואס קומט פאר לשון הרע, איז צו צייגן פאר מענטש אז דער באשעפער האלט א וואכזאם אויג אויף אלע זיינע טעטיקייטן. און אז א מענטש דערווייטערט זיך פון באשעפער און פארלעצט זיינע געבאטן, און בארעדט מיט א בייזוויליקייט אנדערע מענטשען. איז דער אויסשליסליכסטער היילונג פאר אים, צו זיצן עלענד און איינגזאם, גענצליך אפגעזונדערט פון די מענטשהייט וואס דאס העלפט שטארק פאר מעדיטאציע. און דורך מעדיטאציע באהעפט ער זיך צוריק אינעם באשעפער, און אזוי ווערט ער געהיילט.
דאס בעסער צו עקלערן: ס'איז פארהאן צוויי ערליי מענטשן. מענטשן וואס זענען באהאפטן צום באשעפער, און מענטשן וואס זענען נישט באהאפטן צום באשעפער. די מענטשען וואס זענען באהאפטן צום באשעפער קוקט זיך דער באשעפער זעלבסט אים אויף זיי, און זיי זענען העכער די נאטור. דאקעגן די מענטשן וואס זענען נישט אזוי באהאפטן אין באשעפער זענען אונטער געווארפן אונטערן נאטור פונעם וועלטס באשאף. וואס איז אייגענליך די שליח פונעם באשעפער.
דער באשעפער וויל אז אידן זאלן זיין באהאפטן אין אים, ווי דער פסוק לויטעט ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום. ער וויל אז זיין הייליג אידיש פאלק זאל נישט זיין אונטערגעווארפן אונטערן נאטור, נאר בלויז אונטער זיין דירעקטער איבערזיכט. מיט דעם פארשטייט מען זייער גוט: לויט ווי סאך א איד דערווייטערט זיך פון באשעפער, אלס מער ווערט ער באהערשט דורכן נאטור. ער ווערט צום באדויערן קראנק מיט קרעץ, גיבט אים די תורה ראט ווי אזוי זיך צו ערהוילן. באהעפט דיך זיך צוריק צום באשעפער וועט זיך די נאטור אפטאן פון דיר, און די וועסט געהיילט מיט אומנאטורליכע קרעפטן דורכן באשעפער זעלבסט.

דאס איז ווארשיינליך די באדייט פון די הייליגע ווערטער פונעם רמב''ם און מורה נבוכים, השגחה סיבות הדביקות. וואס מער באהאפטן א איד איז צום אייבישטן אלס ווייניגער געוועלטיגט דאס נאטור אויף אים. און דאס וואס מ'זאגט אינעם אני מאמין אז דער אייבישטער פירט אלע באשעפענישן, באדייט אז דער באשעפער וואכט אויף די מענטשהייט דורך צוויי וועגן, נאטורליך און אומנאטירליך, געוואנדן ווי שטארק דער מענטש איז באהאפטן אין אים. השגחה סיבת הדביקות.

דער רמב''ם דעקלערט דאס אויך מיט א פאסיגער משל: א קינד ווי לאנג ער איז נאך אינעם שטוב פונעם פאטער, באזארגט אים דער פאטער מיט אלע זיינע באדערפענישן, און קוקט זיך גאר שטארק אים אויפן קינד. זאגאר דער קינד האט חתונה און ציעט זיך ארויס פונעם שטוב פונעם פאטער, דאן קוקט זיך דער פאטער שוין נישט אזוי שטארק אום אויפן קינד. השגחה סיבת הדביקות.

(דאס איז ווארשיינליך אין קאנטראסט פון די שיטת הקבלה און חסידות, וואס לויטעט אז יעדע ריר פון א מענטש און יעדע זאך וואס פאסירט, און יעדע בלעטעל וואס פאלט אראפ פון בוים, (ווי דער ליד פון רבי יום טוב ערליך זינגט) איז בלויז קאטראלירט דורכן באשעפער זעלבסט. (אזוי צו זאגן, ס'עקזיסטירט נישט א זאך ווי טבע, אלעס איז דער אייבישטער) אפגעזען פון ווי שטארק א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן, דער חינוך זאגט אז דאס איז רחוק מן השכל.)

דער חובת הלבבות אין שערי בטחון זאגט אויך עפעס אזוי. פרנסה איז דער נאטורליכע שליח פונעם אייבישטן צו שפייזן דעם מענטש, וואס מער אמונה און בטחון א מענטש האט אז ווייניגער השתדלות פאר פרנסה דארף ער טאן, ווייל זיין פרנסה קומט אומנאטורליך, עס קומט פונעם באשעפער אליינס. (מיט דעם קען מען עטוואס פארשטיין פארוואס רביס און שיינע אידן ארבייטן נישט, ווארשיינליך צוליב א איבערפלוס פון דביקות השם...)

דער קדושת יום טוב טייטש מיט דעם: כי תשא את ראש בני ישראל לפקודיהם ונתנו איש כופר נפשו לשם בפקד אתם ולא יהיה בהם נגף בפקד. לפקודיהם איז א לשון פון פעלן, ווי עס שטייט לא נפקד ממנו איש, א מענטש האט נישט געפעלט. פארוואס האט מען נישט געקענט ציילן די אידן, נאר מיט שקלים? ווייל מ'האט געמאכט דעם עגל, מ'איז נישט געווען גענוג באהאפטן צום אייבישטן, מ'איז געווען באהערשט פונעם טבע, און לויטן טבע געוועלטיגט נישט די ברכה בלויז אין א זאך וואס איז נישט געציילט, ס'איז פארהוילן פונעם מענטשליכער אויג. אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין. לפקודיהם ס'האט געפעלט אינעם דביקות, דערפאר איז מען געווען באהערשט פונעם נאטור, דעריבער האט מען נישט געמעגט ציילן די אידן זעלבסט נאר די האלבע שקלים, ווען אידן זענען באהאפטן צום אייבישטען דאן געוועלטיגט נישט די נאטור און מ'קען ווען ציילן די אידן אן קיין האלבע שקלים.

וואס מ'קען פון דעם ארויס נעמען איז, אז א מענטש האט א פאסיגע לעזונג צו כמעט יעדע פראבלעם וואס רוקט זיך אים אונטער. דאס איז: זיך צו באהעפטן אינעם אייבישטן. פראבלעמען פארמירן זיך אין אלגעמיין דורכן נאטור, און וואס מער א מענטש איז באהאפטן צום אייבישטן אלס ווייניגער באהערשט איז ער פונעם נאטור.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר