תורה פון ראביי סאקס - פר' ויקהל-פקודי תשעח

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7216 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3620 מאל

תורה פון ראביי סאקס - פר' ויקהל-פקודי תשעח

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין די צוויי סדרות – ויקהל און פקודי – קומט די לאנגע שילדערונג פון די בוי-ארבעט פון די משכן, איינע פון די לענגסטע געשיכטעס אין די תורה, פארנעמענדיג 13 פולע קאפיטלען, צו א הערליכע קלימאקס.

ויכס הענן את אהל מועד וכבוד ה' מלא את המשכן (שמות מ, לד).

דאס איז געווען די ציהל פון בויען די משכן. אראפברענגען דעם באשעפער פון דער הימל צו די ערד. פון אויבן פון בארג צו אונטן אין טאל. פון דער מופלג'דיגער גאט צו דער יראת הכבוד'יגער כח פון די שכינה, די רוהנדע אנוועזנהייט, גאט ווי א שכן, א נעיבער, נאנט, אינטימעיט, אין דער מחנה, אינדערמיטן פון די מענטשן.

אבער נאכאלס וואונדערן מיר זיך פארוואס דארף די תורה דורכגיין אזעלכע אריכות איבער די דעטאלן פון די משכן, פארנעמענדיג גאנץ תרומה, תצוה און האלב כי-תשא און נאכדעם ווייטער ויקהל און פקודי, נאכ-אלעם איז די משכן סך הכל געווען א צייטווייליגע רוה-ארט פאר די שכינה דורכאויס די יארן פון וואנדערונג אין די מדבר. אין ארץ ישראל האט איר פלאץ געדארפט איבערנעמען די ביהמ"ק. פאר צוויי טויזנט יאר, אין די אפוועזנהייט פון א ביהמ"ק, האט די שוהל איבערגענומען איר תפקיד. פארוואס, אויב איז די תורה נישט געבונדן צו א געוויסע צייט, טוט זי מקדיש זיין אזוי פיהל ספעיס צו עפעס וואס איז בעצם געווען א צייט-געבונדענע סטרוקטור?

די ענטפער איז טיף און לעבנס-טוישנד. אבער כדי עס צו פארשטיין ברויך מען קודם וויסן עטליכע וויכטיגע פאקטן. קודם, די שפראך וואס די תורה נוצט אין פקודי דערמאנט גאר שטארק די שפראך וואס ווערט גענוצט אין די שילדערונג פון די וועלטס-באשאף.




בראשית א-ב
וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד (בראשית א, לא)
ויכלו השמים והארץ וכל צבאם (שם ב, א)
ויכל אלקים (ביום השביעי) מלאכתו (שם ב, ב)
ויברך אלקים...(שם ב, ג)
ויקדש אתו (שם)


שמות לט-מ
וירא משה את כל המלאכה והנה עשו אתה כאשר צוה ה' כן עשו (שמות לט, מג)
ותכל כל עבדת משכן אהל מועד (שם לט, לב)
ויכל משה את המלאכה (שם מ, לג)
ויברך אותם משה (שם לט, מג)
וקדשת אותו ואת כל כליו (שם מ, ט)


ס'איז קלאר אז די תורה וויל מקשר זיין די געבורט פון די אוניווערס מיט די אויפבוי פון די משכן – אבער פארוואס?

די נומעריקעל סטרוקטור פון די צוויי אויבן-דערמאנטע דוגמאות איז מדגיש די קשר. מיר ווייסן אז די וויכטיגסטע נומער פון די בריאה געשיכטע איז 7. עס זענען פארהאן זיבן טעג, און די ווארט ,"גוט", געפינט מען זיבן מאל. די ערשטע פסוק פון די תורה אנטהאלט זיבן לשה"ק ווערטער און די צווייטע 14. די ווארט ארץ געפינען מיר 21 מאל און די ווארט אלקים 35 מאל, און אזוי ווייטער.

די זעלביגע דא אין פקודי, די פראזע "כאשר צוה ה' את משה" געפינען מיר זיבן מאל אין די שילדערונג פון דאס מאכן די כהנ'ישע בגדים און נאך זיבן מאל אין די געשיכטע פון משה'ן אויפשטעלנדיג די משכן.

מערקט די קליינטשיגע דעטאל, די מאדנע און איבעריגע "ואלה" אנהויב פון שמות. דער "ואלה" לערנט אונז אז די תורה זאגט אונז צו זען בראשית און שמות פון-נאטור-אויס מקושר. זיי זענען חלקים פון די זעלבע פארלענגערטע ערציילונג.

די לעצטע רעלעוואנטע פאקט איז איינע די תורה'ס מערסט נוצליכע און וויכטיגסטע סטייליסטיק געצייג, פון חתימה מעין הפתיחה (אינקלוזיו), א פעטטערן פון אבגגבא - לדוגמא שפך (א) דם (ב) האדם (ג) באדם (ג) דמו (ב) ישפך (א) (בראשית ט ו). דער פארמאט קען זיין אין די פארעם פון א איינצלנע פסוק, א פאראגראף, אבער קען אויך עקזעסטירן אין גרעסערע לעוולס פון מאגניטוד.

וואס עס מיינט איז דאס א געשיכטע קען דערגרייכן א געוויסע שלוס ווען די סוף ברענגט אונז צוריק צו דער אנפאנג – וואס איז גענוי דאס וואס פאסירט אין די סוף פון שמות. עס דערמאנט אונז, גאנץ גענוי, צו דער אנהויב פון אלע אנפאנגס ווען גאט האט באשאפן די הימל און די ערד. די חילוק איז אז דער מאל האט דער מענטש געטוהן דאס באשאפונג: די בני ישראל מיט זייערע מתנות, שווערע ארבעט און פעאיהקייטן.

עס אראפצולייגן איינפאך. בראשית פאנגט זיך אן, גאט באשאפענדיג א וועלט פאר'ן מענטש צו וואוינען אין און שמות ענדיגט זיך מיט מענטשן, די בני ישראל, באשאפענדיג א רוה-ארט אלס א וואוינונג פאר גאט.

אבער דער פאראלעל גייט טיפער פון דעם – עס זאגט אונז די דיפערענץ פון קודש און חול, גייסטליך און סעקולאר, הייליג און פראסט.

די קאנצעפט פון צמצום זענען מיר שולדיג צו דער גרויסער מיסטיק, ר' אייזיק לוריא. לוריא איז געווען נשתומם ביי דער פראגע: אויב גאט עקזעסטירט, וואו אזוי קען די אוניווערס עקזעסטירן? די 'אין סופיות' וואלט געזאלט, אין יעדעס נקודה פון צייט און מקום, ארויסשטופן און בטל מאכן דעם 'סופיות'. די עצם עקזיסטענץ פון גאט וואלט געדארפט עקטן ווי א בלעק האול צו אלצדינג אין איר געגנווארט. גארנישט, אפילו נישט ליכט-כוואליעס, קענען אנטלויפן פון די ציה-קראפט פון א בלעק האול. די זעלביגע, גארנישט פיזיקעל אדער מאטעריעל וואלט געמעגט קענען איבערלעבן אפילו פאר אן אויגן-בליק אין די אנוועזנהייט פון די לויטערע אבסלוט מציאות השם.

לוריא'ס ענטפער איז געווען אז כדי פאר די וועלט צו עקזעסטירן, מוז גאט זיך באהאלטן, איינציען ווי כאילו, לימיטן זיין וועזונג, פארמאסקירן זיין אנוועזנהייט.

לאמיר אצינד צוריקקומען צו די ווערטער קודש און חול. איינע פון די שורש'דיגע באדייטן פון חול און די רילעיטעד שורש חלל איז "לעהר". חול איז די ספעיס ליידיג געמאכט פון\דורך גאט דורך די פראצעס פון צימצום אזוי אז א פיזישע אוניווערס זאל קענען עקזעסטירן. עס איז ווי כאילו "ליידיג" געמאכט פון די לויטערע געטליכער ליכט.

קודש איז די רעזולטאט פון א פאראלעל פראצעס אבער אין די פארקערטע דירעקציע. עס איז די ספעיס לעהר געמאכט דורך אונז אזוי אז גאט זאל קענען רועהן צווישן אונז. עס איז די תוצאה פון אונזער אייגענע צימצום. מיר טועהן צמצום יעדע מאל וואס מיר לייגן אין א זייט אונזערע כלים און יצרים צו טאהן עפעס באזירט אויף גאט'ס פארלאנג און נישט אונזערס.

דאס איז די סיבה פארוואס די בוי פון די משכן איז געשילדערט אין אזא אריכות און דיטעיל: צו ווייזן אז יעדע פיטשור און פיטשיווקע פון איר דעזיין איז נישט געווען אויסגעטראכט פון מענטש נאר געגיבן פון גאט. דאס איז פארוואס די עקיוועלאנט פון די ווארט "טוב" , אין די בראשית גשיכטע, איז "כאשר צוה ה' את משה" , אין די אקאונט פון דער בוי ארבייט פון די משכן; ווייל ווען מיר זענען מבטל אונזער רצון כדי צו טוהן גאט'ס רצון, וועלן מיר באשאפן עפעס וואס איז הייליג.

עס אראפצולייגן איינפאך, חול איז די ספעיס וואס גאט מאכט פאר מענטשן, קודש איז די ספעיס וואס מענטשן מאכן פאר גאט. און ביידע ספעיסעס ווערן באשאפן אין די זעלבע וועג: דורך אן אקט פון צמצום, זעלבסט-שרינקונג.

אלזא, די מעשה פון די משכן איז נישט עפעס א געשיכטע איבער א ספעציפישע קונסטורקציע, די פארטעבל שריין וואס די בני ישראל האבן מיטגענומען ארום די מדבר. עס איז איבער אן אבסעלוטע פונדאמענטאלע פיטשור פון די רעליגעיזע לעבן, נעמליך די רילעישנשיפ צווישן די גייסטליכקייט און די סעקולאר. קודש און חול.

אלזא, דורכאויס די זעקס טעג פון די וואך, די טעג פון חול, מאכט גאט ספעיס פאר אונז אוואו מיר קענען זיין קריעטיוו. אין די זיבעטע טאג, קודש, מאכן מיר א ספעיס פאר גאט, אנערקענענדיג אז מיר זענען זיינע יצורים. און אזוי ווי מיט צייט איז אויך מיט מקום. פאראן סעקולאר ספעיסעס אוואו מיר יאגן נאך אונזערע אייגענע ציהלן און פאראן הייליגע ספעיסעס אוואו מיר עפענען זיך, גענצליך און אהנע פארהאלטונגען, צו גאט'ס ציהל.

אויב דאס איז אזוי, האבן מיר פאר זיך א לעבנס-טוישנדער געדאנק מיט טראנספארמירנדע אימפליקאציעס. די גרעסטע דערגרייכונג איז נישט זעלבסט-אויסדריקונג נאר זעלבסט-באגרעניציגוג: מאכן ספעיס פאר עפעס דיפערענט און אנדערש פון אונז. די צופרידנסטע הייראטן זענען דיע אין וועלכע איטליכער מאכט פלאץ פאר דער אנדערער צו זיין זיך-אליינס. גרויסע מלמדים מאכן פלאץ פאר זייערע תלמידים. זיי זענען דארט ווען זיי דארפן זיי אבער טוען זיי נישט צעקוועטשן, קאנטראלירן, אדער צוריקהאלטן. זיי פראקטאצירן צימצום, זעלבסט-לימיטעישן אזוי אז אנדערע זאלן האבן ארט צו וואקסן. דאס איז ווי אזוי גאט האט באשאפן דער אוניווערס און דאס איז ווי אזוי מיר לאזן אנדערע אנפילן אונזערע לעבנס מיט זייערע רוהם.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר