זעלישע אינספיראציע.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

זעלישע אינספיראציע.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז היינט א וועלט פון זעלישע אינספיראציע, אינג און אלט, חסידים ליטווישע, ארימע און רייכע, יעדער איז אין א ווילדער געיעג פאר זעלישע אינספעראציע, מ'לויפט צו אלערליי באטורבאנטע-באבאס פאר מיסטישע ראט און נישט געשטויגענע פאראויסגעזאגעכצער. מ'ווייקט זיך אין די קאטשאניו פון הצדיק רבי אלימלך בידערמאן זאל געזונט זיין, מ'פארט פראווען שבתים אין טייערע לוקסוריעזע האטעלן וואו מ'פלעגט זיך די געפילען פון בארימטע מוח שווענקער וואס זעטיגען עטוואס די עמאציאנעלע גייסט, מ'האלט זיך אונטער פון כריזמאטישע הומאריסטן, מ'פראוועט מוזיקאלישע פארברענגן אויף לוקסוריעזע יאכטן. און מיט דעם אלעס דרייט מען זיך נאך אלס ארום מיט א אראפגעלאזטע נאז. מ'איז נישט צופרידן פון זיך זעלבסט, מ'לעכצעט צו עפעס און מ'ווייסט נישט צו וואס, ס'איז קאלעמוטנע אויפן הארץ ס'איז טריב אויף די געוויסן...
דאס איז זיכער א דאס אלעס איז אמאל נישט געווען. אינעם ליכטיגן אמאל זענען מענטשען געווען א סאך מער גייסטיש שטערקער, מ'האט געלעבט מיט אמונה און מחשבה, און מיט דעם האט זיך דערהאלטן אין אלערליי סיטואציעס, מענטשען האבן געהאט פול מער גייסטישע אינהאלט ווי היינט. יעדער האט געלעבט פאר זיך און נישט פאר יענעם, די געזעלשאַפטליכער לעבן אין וועלכע מיר לעבן היינט האט דאן נישט עקזעסטירט, און זיכער נישט די ווירטאלע געזעלשאַפטליכער קאמיוניקאציע, דאס האט פול צוגעגעבן צום רואיגקייט פון לעבן, דאס אנגעוויזנקייט פאר זעלישע אינספעראציע איז געווען א מינומאלע, מ'האט זיך באגנוגט מיטן תהילים און מיטן חובת הלבבות, און אזוי איז בייגעקומען אלע שוועריקייטן.
די פראגע איז, וואס האט זיך פלוצלונג געטוישט? ווער און וואס איז שולדיג אין די גייסטישע איבערקערעניש וואס האט פאסירט ביי אונז? היטלער? טעכנעלאגיע? די נאטור פון די מענטשהייט האט זיך מיט עפעס געטוישט? קען מען עפעס טאן צוריק צוברענגן דעם ליכטיגן אמאל?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר