פרשת בהר / פסח שני / לג בעומר - געקניפט און געבינדן!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פרשת בהר / פסח שני / לג בעומר - געקניפט און געבינדן!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די הייליגע טעג צווישן פסח און שבועות גייען שנעל פארביי, אבער אויב געבט מען זיך א שטעל אָפ און מען לאזט די מחשבה נאר כאַפן א קורצע רואיגע אָטעם קען מען שפירן די געוואלדיגע דערהויבענע טעג וואס נעמט אונז ארום - ספעציעל די וואך, ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט דעם גרויסן הייליגן טאג פון פסח שני וואס איז אויך פארבינדן מיטן הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, און אט שטייען מיר שוין ביי דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, דער לעכטיגער טאג וואס ס'קומט פאָר די גרעסטע קיבוץ פון אידישע קינדער וואס קומען זיך צוזאם ביים ציון הקדוש פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אידן בעטן, דאווענען, זינגן און טאנצן... ווי קענען מיר בכלל משיג זיין וואָספאַרא זכיה מיר האבן זייענדיג ארום גענומען מיט אזעלכע דערהויבענע אומבאשרייבליכע טעג, נו אז מיר זענען זוכה איז דאך זיכער כדי זיך אביסל אפשטעלן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

פסח שני
אין פרשת בהעלותך ביי די פרשה פון פסח שני, שטייט אין פסוק אז די אידן וואס זענען געווען טמא בשעת מ'האט געדארפט מקריב זיין דעם קרבן פסח אין חודש ניסן, זענען געקומען מיט טענות צו משה רבינו לָמָה נִגָרַע לְבִלְתִּי הַקְרִב אֶת קָרְבַּן ה' בְּמֹעֲדוֹ בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל – וואס זענען מיר אנדערש - פארוואס זאלן מיר זיין ווייניגער און נישט קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח צווישן אלע אידן. די מפרשים פרעגן שוין אז לכאורה איז שווער צו פארשטיין זייער טענה פון "לָמָה נִגָרַע" - זיי האבן דאָך גאנץ גוט געוואוסט אז זיי געווען טמא און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס זיי קענען נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח, וואס האבן זיי נישט פארשטאנען אז זיי זענען געקומען מיט טענות צו משה רבינו?

נאר ס'שטייט פון צדיקים (עיין בחידושי הרי"ם – תפארת שלמה ועוד) אז אודאי האבן די אידישע קינדער קלאָר געקענט די הלכה און געוואוסט אז זיי האבן נישט געמעגט מקריב זיין די קרבן פסח ווייל זיי זענען טמא, אבער ס'האט זיי גאר שטארק געבאַדערט און וויי געטוהן אז למעשה קענען זיי נישט מקיים זיין די מצוה, ס'האט זיי געריסן ביים הארץ פארוואס האבן מיר נישט קיין חלק אין דעם מצוה, און דאס האבן זיי געשריגן מיט די טענה פון "לָמָה נִגָרַע" מיר ווילן אויך – פארוואס זענען מיר אנדערש – פיזיש האבן זיי געוואוסט אז זיי זענען אנדערש די געשריי איז געווען פון טיפן הארץ פיל מיט צער אז למעשה ווילן מיר אויך זיין א חלק?! און טאקע דורך זייער רצון און השתוקקות וואס זיי האבן געהאט אזוי שטארק צו די מצוה, זייער עֶצֶם 'ווילן' אליין האט מעורר געווען אין הימל אז מ'זאל זיי אויך געבן א געלעגנהייט צו קענען מקיים זיין די מצוה.

די תוה"ק לערנט אונז א יסוד פארן לעבן א מענטש זאל זיך קיינמאל נישט מְייאש זיין מיט די מצב זיינע, ווייל דא איז דאָך שוין לכאורה געווען לאחר המעשה ס'איז שוין געווען די צייט מקריב צו זיין דעם קרבן פסח און די אידן זענען טמא, נו איז דאך שוין פאַרפאַלן אז מען קען נישט - קען מען נישט, וואס וועט וויינען און טענות העלפן, אבער מיט דעם אלעם לערנט אונז די תוה"ק אז ניין די אידישע קינדער האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן נאר געפאָדערט און געוויינט מיט ווייטאג אויף א מצוה וואס מיט פשוטע אויגן האבן זיי שוין פאַרפּאַסט די געלעגנהייט, און מיט דעם האבן זיי זוכה געווען צו די נייע מצוה פון הימל, מ'האט זיי געגעבן א פרישע געלעגנהייט עפעס אויף וואס זיי האבן זיך בכלל נישט געראָכטן.

דאס מיינט אז די אידישע קינדער דורך זייערע ווערטער און געשריי האבן זיי אויפגעטוהן אז הקב"ה האט זיי געגעבן א נייע מצוה וואס איז נאכנישט געווען פריער פון מאכן א פסח שני, דורך זייער 'תשוקה' און אמת'ע ווילן צו טוהן די מצוה, דורך זייער שטארקע אָפגעמאכטע מחשבה אז א איד פאַרפאַסט נישט קיינמאל און א איד געבט קיינמאל נישט אויף האבן זיי איינגעריסן וועלטן און צום סוף בסייעתא דשמיא טאקע זוכה געווען אז דורך זיי זענען צוגעקומען נייע הלכות אין די תורה דעם לעכטיגן טאג פון "פסח שני"!

ל"ג בעומר
אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל... טייערע ברידער לאמיר זיך אביסל פארטיפן אין די באקאנטע מעשה פון רבי עקיבא וואס ווערט געברענגט אין אבות דר' נתן פ"ו סימן ב: (מיר ברענגן דעם לשון ווייל ס'איז באמת כדי צו זעהן די הייליגע ווערטער פון חז"ל).

מה היה תחילתו של רבי עקיבא? אמרו: בן ארבעים שנה היה ולא שנה כלום. פעם אחת היה עומד על פי הבאר. אמר, מי חקק אבן זו, אמרו לו, המים שתדיר נופלים עליה בכל יום. אמרו לו, עקיבא אי אתה קורא "אבנים שחקו מים", מיד היה רבי עקיבא דן קל וחומר בעצמו: מה רך פסל את הקשה, דברי תורה שקשה כברזל על אחת כמה וכמה שיחקקו את לבי שהוא בשר ודם. מיד """חזר""" ללמוד תורה. הלך הוא ובנו וישבו אצל מלמדי תינוקות. אמר לו, רבי למדני תורה. אחז רבי עקיבא בראש הלוח, ובנו בראש הלוח. כתב לו אלף בית ולמדה. אלף תיו ולמדה, תורת כהנים ולמדה. היה לומד והולך עד שלמד כל התורה כולה. הלך וישב לפני רבי אליעזר ולפני ר יהושע. אמר להם, רבותי, פתחו לי טעם משנה. כיון שאמר לו הלכה אחת, הלך וישב לו בינו לבין עצמו. אמר, אלף זו למה נכתבה, בית זו למה נכתבה, דבר זה למה נאמר, חזר ושאלן והעמידן בדברים וכו'.

בקיצור נמרץ: רבי עקיבא איז שוין געווען פערציג יאר אַלט אבער די תורה הקדושה האט ער גארנישט געלערנט, מאַכט זיך אמאל – אז אזוי שטייענדיג ביים עפענונג פונעם קוואל, באמערקט רבי עקיבא א שטיין וואס איז געלעכערט האט ער געפרעגט די ארומיגע: ווער האט געלעכערט דעם שטיין? האבן זיי געזאגט: די וואסער! ס'רינט דא כסדר, טראָפ נאך טראָפ און צוביסלעך האט עס געברענגט דערצו אז די שטיין זאל זיך לעכערן. גלייך האט זיך רבי עקיבא אָפגעשטעלט און געמאכט א קל וחומר, אויב א רינעדיגע זאַך ווי וואסער קען שפאַלטן דעם האַרטן שטיין - איז דאך זיכער אז די תורה הקדושה וואס איז האַרט און שטארק ווי אייזן האט די כח צו לעכערן דעם הארץ פונעם מענטש וואס איז נאר פלייש און בלוט, גלייך איז רבי עקיבא """צוריק געגאנגען""" לערנען תורה, געדינגן א מלמד און זיך געבעטן לערנט מיר, רבי עקיבא און זיין זוהן האבן אָנגעפאַנגען ממש פון אלף בּית געלערנט און געהארעוועט ביז זיי האבן אדורך געלערנט די גאנצע תורה פון דארט זענען זיי געגאנגען צו די גרויסע תנאים רבי אליעזר און רבי יהושע און זיך ווייטער געבעטן געבט אונז א טעם אין משנה, מיר ווילן שפירן איר זיסקייט – און ווי נאר רבי עקיבא האט געהערט אַן הלכה איז ער געגאַנגען אין א ווינקל און איבערגעגאַנגען אלע נקודות און פרטים ביז ער האט עס גוט געקענט און אזוי ווייטער און ווייטער...

טייערע ברידער די מעשה איז גאנץ א באקאַנטע און באופן פשוט לערנט מען אז רבי עקיבא האט בכלל נישט געהאט שייכות מיט תורה און ביי די פערציג האט ער זיך גענומען לערנען און ס'איז געגאנגען איינס צוויי דריי - קורצליך דערנאך איז ער געווארן די באקאנטע תנא רבי עקיבא, ניין ברידער נישט דאס איז געווען די מעשה, נאר אז מען לערנט ריכטיג די ווערטער פון חז"ל און אזוי זאגט מען נאך פון הגאון רבי ישראל סאלאנטער זי"ע באמערקט זיך קלאר אז רבי עקיבא איז """צוריק געגאנגען""" לערנען תורה, וואס דאס מיינט אז ס'ליגט דא מרומז גאנץ א צווייטע מעשה.

פארשטייט זיך איידער מיר באשרייבן די מעשה איז וויכטיג קלאר צו שטעלן אז די הייליגע תנא רבי עקיבא האט פארמאגט א אומגעהויערע הייליגקייט און העכערקייט וואס מיר האבן נישט קיין שום
השגה דערין – אונזער שמועס איז געשריבן אויף א וועג אריינצוברענגן אינעם ליינער מחשבה זיך צו קענען מתבונן זיין און מקרב זיין דעם געדאנק צו אונזער היינטיגע טעגליכע לעבן.
יארן פריער האט שוין די הייליגע תנא געהאט אנגעפאנגען לערנען, ער האט פרובירט און זיך געמיטשעט אבער זאכן האבן זיך נישט געריקט, ס'איז פשוט נישט געגאנגען, ער האט זיך געפלאָגט איינמאל און נאכאמאל אבער ליידער האט ער נישט מצליח געווען, ער האט געריסן שטיקער און געבעטן אָן א שיעור תפלות אבער צו א מתיקות התורה האט רבי עקיבא דערווייל נישט זוכה געווען. ויהי היום נאך יארן פון שווערע עבודה, נאך יארן פון פרובירן האט רבי עקיבא געהויבן די הענט און געזאגט צו זיך ס'האט נישט קיין טעם ממשיך צו זיין כ'האב שוין אלעס פרובירט, כ'האב אריין געלייגט אלע מיינע כוחות אבער ס'גייט נישט, און מיט א צובראכן הארץ האט רבי עקיבא פארלאזט די תורה'דיגע וועלט...

יארן שפעטער שטייט דער הייליגער רבי עקיבא ביים קוואַל און פלוצלינג בהשגחה פרטית באמערקט ער ווי וואסער לעכערט א שטיין, ער ווערט פארגליווערט און טראכט צו זיך - איין מינוט די פשוטע שכל זאגט אז אויב די ערשטע טראָפ לעכערט נישט וועט די צווייטע און דריטע אויך נישט לעכערן - אבער די פאַקט, דער מציאות איז פשוט אנדערש, ס'ווערט קלאר אז "איעדע טראפל לעכערט יא", אמת אז דער טראפעלע באמערקט זיך נישט גלייך אבער צוביסלעך צוביסלעך טוען די טראפן מאכן א קליינע שפאַלט און דערנאך ווערט עס גרעסער און פלוצלינג ווערט א לאָך – ס'קען אמאל נעמען יארן אבער צום סוף שפאלט מען, צום סוף לעכערט מען... טראכט רבי עקיבא ביי זיך אויב קליינע פיצעלע טראפעלעך לעכערן א שטיין – וועלן זיכער די אלע טראפעלעך, די אלע טרערן און מינוטן פון הארעוואניא וואס מיר האבן און וועלן לייגן לעכערן דאס הארץ.

"מיד חזר" רבי עקיבא האט זיך ערוועקט און צוזאמען מיט זיין זוהן איז ער """צוריק געגאנגען""" לערנען תורה, זיי זענען צוריק געגאנגען טוען וואס זיי האבן אמאל געטוען און זיך גענומען מיט די גרעסטע מאס פרישקייט און התחדשות ווייל אט ווייסן זיי אז איעדע טראפל האט א ווערט, איעדע טראפל איז חלק, איעדעס ביסל צוברעכט, מען קען טאקע נישט אויף איינמאל, אבער איעדע ברעקל מאכט א חילוק, איעדע ברעקל טראגט איין טריט נענטער און אט וועט זיך עס לעכערן – דערהערנדיג דעם יסוד האט רבי עקיבא נישט געהאט קיין שום בושה און חשבונות נאר צוריק געלאָפן אין חדר אריין - גענומען א מלמד און אנגעפאנגען לערנען מיט די גרעסטע פרישקייט די הייליגע אלף בּית און צוביסלעך האט זיך עס אָנגעפאנגען שפאלטן און ס'האט נישט גענומען לאנג און זיך געלעכערט און צווישן די שפאלטענעס שטראלט ארויס די הייליגע תנא רבי עקיבא און דערנאך די 24 טויזענט הייליגע תלמידים!

טייערע ברידער! יארן שפעטער ווען די הייליגע תנא רבי עקיבא האט פארלוירן זיינע טייערע 24 טויזענט תלמידים און אויף די וועלט האט זיך אויסגעשפרייט א פינסטערניש וואלט דאך געווען העכסט נערמאל אז רבי עקיבא זאל פשוט אויפגעבן, זייענדיג לכל הפחות ארום זיבעציג יאר אלט (אויב נישט אסאך עלטער) האט ער געהאט אלע רעכטן צו זאגן אז כ'האב שוין מיט די גרעסטע מאס מסירת נפש געטוען אלעס וואס איך קען און ליידער האט דאס שרעקליכע פאסירט, ער האט רואיג געקענט זיין פון די 'אויסגעברענטע' אידן ווי מען רופט עס ביי אונז... אבער ניין רבי עקיבא זאגט נישט אזוי נאר
פונקט פארקערט רבי עקיבא האט ארויסגענומען אט דעם הייליגן לימוד פונעם שטיין און אָנגעפאנגען מיט די גרעסטע התחדשות און פרישקייט נאכאמאל פלאַנצן קליינע טראפן.

ווי באקאנט האט ר"ע געהאט נאך פינעף תלמידים – לאמיר זיך פארשטעלן פאר א רבי וואס האט פארמאגט 24 טויזענט זאל פלוצלינג זיצן און לערנען מיט פינעף תלמידים – ס'צוברעכט דעם מענטש נאר טראכנדיג דערפון, אבער רבי עקיבא איז געווען שטארק ווי אייזן ווייל אין א וועלט וואס מען לעבט דעם געדאנק אז איעדע טראפעלע שפאַלט, איעדעס ביסל וואס א איד טוט באלייכט די וועלט האט ער מיט די גרעסטע שמחה געלערנט תורה מיט די פינעף ווייל א איד קוקט אייביג פאראויס און טראָפל ביי טראָפל וואַסערט מען די וועלט און ווי באקאנט האבן טאקע די איינצעלע תלמידים רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון און רבי אלעזר בן שמוע באלאָכטן די וועלט אויף אייביג!

אט דעם יסוד טרעפן מיר אויך ביים גרויסן תלמיד פון רבי עקיבא דער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, דערנאך וואס רבי שמעון און רבי אלעזר זענען ארויסגעקומען פון מערה הייליג און אויסגעלאַטערט האבן זיי ווי באקאנט (שבת דף ל"ג) געזעהן מיט די אויגן ווי מענטשן אַקערן און פלאַנצן זייערע פעלדער, האבן זיי זיך געוואונדערט ווי קען זיין אז מענטשן לאזן איבער א לעבן פון חיי עולם – לימוד התורה און זענען עוסק אין חיי שעה אַקערן און פלאנצן?!?! און ווי זיי האבן געלייגט זייערע הייליגע אויגן איז פארברענט געווארן, איז ארויס א בת קול וואס האט געזאגט "להחריב את עולמי יצאתם חיזרו למערתכם – איר זענט ארויס חרוב מאכן מיין וועלט, גייט צוריק אין מערה".

לאמיר זיך אָפשטעלן און אריין טראכטן, מיט די גרעסטע מסירת נפש און טהרה זענען די צוויי קדושים געזיצן אין א קליין פארמאַכטן הייל מיט אביסל וואסער און באָקסער, פאר גאנצע צוועלעף יאר געלערנט, געדאווענט און מחדש געווען די סודות התורה און דא קומען זיי ארויס און אזא בת קול גייט ארויס "להחריב את עולמי יצאתם חיזרו למערתכם" – די פשוטע שכל וואלט געזאגט ס'איז צייט אויפצוגעבן, אויב נאך אזוי פיל יאר פון עבודת ה' זאל מען קומען צו א פלאץ אז אזא בת קול זאל אויסרופן אזעלכע שארפע רייד – ווי האלט מען אויף די וועלט?!?! אבער רבי שמעון און רבי אלעזר האבן פארשטאנען פונקט פארקערט די בת קול רופט פאר נאך א טראפעלע, די בת קול זאגט אז איעדע מינוט איז נאך א טריט אין א איד'ס עבודה און אויב דארף מען צוריק גיין אין מערה גייט מען צוריק מיט א פרישקייט, איעדע מינוט עבודה איז נאך א שטיקל און נאך א שפאלט אנצוקומען צום ריכטיגן עבודה, ווען א איד פארשטייט אז מיר זענען דא אויף די וועלט זיך צו ריקן טריט ביי טריט, אביסל און נאך אביסל איז מען גרייט צו גיין אין היילן, פעלדער, ווייטע שטרעקעס און וואס נישט, אלעס אַבִּי צו זיין איין טריט נענטער צום אמת, איין טריט נענטער צו אבינו שבשמים.

די הייליגע תנאים לערנען אונז אז מען געבט קיינמאל נישט אויף – מען ריקט זיך טריט ביי טריט, מען שטעלט זיך קיינמאל נישט אָפ, נישט קיין חילוק ווי שווער ס'זעט אויס שטעלט זיך א איד נישט אָפ, נאר מיט שטארקע רצונות גייט מען איין טריט און נאך א טריט, איין טראָפל און נאך א טראָפל.

פרשת בהר
אט דעם יסוד טרעפן מיר אויך אין אונזער פרשה מיט דער מצוה פון שמיטה, ווי די פסוק זאגט דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם כִּי תָבֹאוּ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אֲנִי נֹתֵן לָכֶם וְשָׁבְתָה הָאָרֶץ שַׁבָּת לַה', שֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְרַע שָׂדֶךָ וְשֵׁשׁ שָׁנִים תִּזְמֹר כַּרְמֶךָ וְאָסַפְתָ אֶת תְּבוּאָתָהּ וּבַשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן יִהְיֶה לָאָרֶץ... איינמאל אין זיבן יאר שטעלט זיך אפ די נארמאלע געווענליכע לעבן און ס'איז יום טוב אינדערוואכן, פאר א גאנצע יאר 52 וואכן זיבן טעג א וואך 24 שעה א טאג איז שבת, שבת פארן פארמער, מען קען נישט ארבעטן אויפן פעלד, נישט פלאַנצן, זייען, שניידן און אזוי ווייטער אלע מיני פעלד ארבעט, לאָז אפ דיין פרנסה נעם א יאר וואַקאציע, מיטן פשוטע שכל קען דאך א מענטש טראכטן ..נאך זעקס יאר ארבעטן זאל איך זיך פשוט אפשטעלן און גארנישט טוען ..נישט צורירן מיין פעלד?! נאך 49 יאר פון קויפן און פאַרקויפן גרויסע בנינים און בויען אַן אומפעריא גייט אלעס צוריק ..כ'געב אויף, איך מאך שוין נישט קיין געשעפטן אלעס גייט דאך סיי ווי צוריק, וואס איז ווערד די פלאג, וואס האב איך פון מיין ארבעט?!?!? לערנט אונז די תוה"ק אז ס'איז נישט אזוי ר' איד זאלסט זיך גארנישט זארגן וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלשׁ הַשָּׁנִים, הקב"ה דער האַר פון די וועלט וועט באפעלן די פעלדער אז זיי זאלן ארויסגעבן דריי מאל אזויפיל תבואה אין די זעקסטע יאר אז עס זאל זיין גענוג פאר די קומענדיגע דריי יאר ביז די נייע תבואה פון די אכטע יאר איז רייף.

דערמיט לערנט אונז די תוה"ק אז א איד געבט קיינמאל נישט אויף, אפילו אויב ער ווערט אפגעשטעלט ליגט דארט באהאלטן ברכה און הצלחה, ס'איז אונזער ארבעט אויפצוזיכן די ברכה וואס ליגט דארט, ס'איז אונזער ארבעט צו גלייבן און האבן אמונה און בטחון אז די אפשטעל איז פון הימל פאר אונזער טובה, ווען אין די זעלבע צייט ווערן מיר נישט אָפגעשוואַכט דערפון מיר ווייסן מיט א קלאָרקייט אז אויף דער מינוט וואס מיר קענען ווייטער פלאַנצן אדער קויפן זענען מיר צוריק אין פעלד און מיר טוען עס מיט די גרעסטע פרישקייט, ווייל איעדע טאג אין א איד'ס לעבן בויעט מען איעדע טאג אין א איד'ס לעבן ריקט מען זיך פאראויס, איעדע ברעקל איעדע קלייניגקייט נעמט זיך צוזאם צו א גרויסע הצלחה איעדעס טראָפל שפאַלט און לעכערט...
ווען מיר זענען זוכה צו דערהערן די טיפקייט פון די דערהויבענע טעג באמערקט זיך אז ס'איז בס"ד אט דעם זעלבן יסוד געקניפט און געבינדן,

פסח שני – ווי די תוה"ק לערנט אונז אז ס'איז נישט פארהאן אזא מציאות ווי אויפגעבן, ווען א איד שרייט מיט אַן אמת, ווען א איד האט א שטארקע תשוקה קען ער אלעס פועלן – מיר האבן באקומען פסח שני ווייל מיר האבן זיך געבעטן און געשריגן דעם למה נגרע!

רבי עקיבא ותלמידיו – א איד געבט קיינמאל נישט אויף, נאר צוביסלעך איין טראָפ און נאך א טראָפ, איין שטיקל און נאך א שטיקל מען שטעלט זיך קיינמאל נישט אָפ נאר מיט שטארקע רצונות שפאַלט מען שטיינער.

פרשת בהר - כאטש פון הימל ווערט דער איד אפגעשטעלט פארשטייען מיר אז ס'קומט באגלייט מיט א שפע פון ברכות און מיר ווערן בכלל נישט אָפגעשוואַכט אדער מייאוש, נאר פארקערט מיט די גרעסטע התחדשות נעמט מען זיך גלייך נאכן אפשטעל פלאַנצן און אַקערן.

ווען מיר דערהערן די געוואלדיגע חיזוק ווערט דאס הארץ אנגעפילט מיט א געוואלדיגע שמחה און אמונה בה', אין טיפעניש פון הארץ צינד זיך אָן א גרויסע 'הדלקה' וואס ברענט מיט אהבת ה' און טאנצט דעם ליד אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל, לפני מי אתם מטהרין, ומי מטהר אתכם? אביכם שבשמים, מה מקוה מטהר את הטמאים, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל.

אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי ומה נעים גורלנו בזכות אדוננו בר יוחאי...!!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר