פרשת במדבר-שבועות - פארוואס ליגט הלל אויפן סקיילייט?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

פרשת במדבר-שבועות - פארוואס ליגט הלל אויפן סקיילייט?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג געציילטע טעג פארן גרויסן זמן פון קבלת התורה, די יו"ט וואס מיר גייען אונטער די חופה, די אלע הכנות וואס מיר זענען אדורך, די אלע מידות וואס מיר האבן געארבעט זיי מתקן צו זיין, קומען מיר יעצט אט אט שוין צום הויעך פונקט דער מעמד הקדוש ווי השי"ת געבט אונז די תוה"ק נאכאמאל מיט א פרישקייט און התחדשות, ס'איז אונז נאך פארבליבן געציילטע טעג, אלעס כדי מיר זאלן קענען מקיים זיין דעם פסוק הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלשֶׁת יָמִים צו זיין גרייט צו די געהויבענע טעג הבא עלינו לטובה. אז מען טראכט אריין באמערקט זיך קלאָר אז דער איינציגסטע יו"ט וואס מיר טרעפן אז די תוה"ק פאַרלאַנגט פון אונז אַן הכנה איז יו"ט שבועות (איעדע יו"ט האט דער ענין פון הכנה אבער מיר טרעפן עס נישט אין פסוק) לאמיר זיך אפשטעלן און ריכטיג אפלערנען פארוואס טאקע איז שבועות אנדערש אז מיר דארפן זיך אזוי שטארק צוגרייטן דערצו?!

וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה בְּמִדְבַּר סִינַי - זאגט די מדרש: שכל מי שעושה עצמו כמדבר - הפקר, רק הוא יכול לקנות תורה וחכמה, ולכן דווקא "בְּמִדְבַּר סִינַי". – פארוואס האט הקב"ה געגעבן די תוה"ק אינעם מדבר? ווייל נאר דער וואס מאַכט זיך ווי א מדבר 'הפקר' דער קען קונה זיין תורה און חכמה דערפאר שטייט במדבר סיני. פארשטייט זיך אז מיר דארפן זיך פארטיפן אין די הייליגע ווערטער, וואס מיינט דאס אז דער מענטש דארף זיך מאכן 'הפקר – ווי א מדבר' פאַר תורה?

הייליגע ברידער, צו פארשטיין אונזער שמועס לאמיר ארויסגיין אויף א שפאציר און איבערשמועסן א באקאנטע גמרא אין מסכת יומא: תנו רבנן - ווען דער אָרימאַן וועט ארויף קומען פאַרן
בית דין של מעלה און מען וועט אים פרעגן פארוואס האסטו זיך נישט באשעפטיגט מיט די תורה? און דער ארימאן וועט ענטפערן: עני הייתי וטרוד במזונותי – ווי האב איך געקענט לערנען כ'בין דאך געווען אַן אָרימאַן, כ'בין געווען פארנומען שפייזן מיין שטוב, וועט מען אים זאגן: ביסטו דען געווען אזא אָרימאַן ווי הלל הזקן?! און די גמרא פארציילט אונז די באקאנטע הערליכע מעשה: דער הייליגע תנא הלל פלעגט ארבעטן גאר שווער פאַר זיין קליין ביסל פרנסה, טעגליך פלעגט ער פארדינען בלויז איין "טרעפיק", האַלב דערפון פלעגט הלל ניצן צו שפייזן זיין שטוב און דער אנדערע האַלב פלעגט ער געבן פארן 'שומר' וואס פלעגט שטיין ביים טיר פון בית המדרש כדי ער זאל אים אריין לאזן. ויהי היום - ערב שבת איז עס געווען, הלל האט געאַרבעט שווער אבער ליידער נאר פארדינט א 'האַלבע טרעפיק' פארשטייט זיך אז ס'איז נאר פארהאן איין האלב האט ער עס געגעבן פאר די בני משפחה, דערנאך איז הלל מיט ליידיגע הענט צום בית המדרש אנגעקומען, ער האט פרובירט זיך איינבעטן ביים שטייפן שומר הפתח אבער ניין דער שומר האט אים נישט אריינגעלאָזט, אבער "הלל שטעלט זיך נישט אָפ נאר קריכט ארויף צום דאך פונעם בית המדרש דארט ווי ס'איז פארהאן א קליין פענסטערל" און לייגט זיך דארט אראפ – אט אזוי וועט ער קענען בעזרת ה' הערן תורה פון די צוויי תנאים שמעיה ואבטליון.

פארציילט די גמרא: אז ס'איז געווען א קאלטע נאכט אין חודש טבת און ס'איז געפאַלן א שווערע געדעכטע שניי און ס'האט נישט גענומען לאנג און הלל איז דארט געלעגן באדעקט אונטער עטליכע פיס שניי, צופרי האט מען אים באמערקט און אריינגענומען אין בית המדרש און אים געטוען צוריק אָנוואַרעמען וכו', פירט די גמרא אויס אז אט דאס וועט מען זאגן פארן אָרימאַן און אים פרעגן צו האסטו נישט געקענט זיין באשעפטיגט אין די תוה"ק געב א קוק הלל דער ארימאן האט געקענט – הלל מחייב את העניים?!?!

ווען מען לערנט די גמרא פרעגט זיך א פשוטע פראגע וואס האט בית דין של מעלה מיט די מעשה פון הלל, די פסוק זאגט והגית בו יומם ולילה איעדע איד האט א חיוב צו לערנען צופרי און ביינאכט נו אויב אזוי דארף עס א איד טוען צו די בעסטע וואס ער קען און אויב חלילה איז ער א אונס אדער אין א מצב וואס ער קען באמת נישט איז ער דאך פטור אלץ אונס רחמנא פטריה וואס דארף מען די מעשה פון הלל – וועלכע חלק איז הלל מחייב – ממה נפשך האט דער איד געקענט לערנען איז ער מחיוב אלץ דער פסוק פון והגית און אויב ליידער נישט איז ער פטור וואס איז פשט אז הלל מחייב את העניים?! בכלל דארף מען פארשטיין ווי האט הלל גענומען די רעכט זיך אריינצולייגן אין אזא שרעקליכע סכנה?!

ברידער יעצט אז מיר דערהערן די שאלה - קום לאמיר זיך אראפ זעצן אין אריינגיין אביסל אין א טיפערע אבער פשוטע מחשבה'לע.
ווען א איד זעצט זיך לערנען די הייליגע תורה הקדושה ער איז מקיים די מצוה פון לימוד התורה פארמאגט עס אין זיך דריי באזונדערע חלקים ווי ס'ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים:

א: גדול תלמוד שמביא לידי מעשה – לערנען תורה ברענגט א איד צו קענען מקיים זיין די תורה, פשוט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, וואס יא אדער נישט צו טוען, זיך באקענען מיט די פילע הלכות און דיטאַלן, ווי די וועלט זאגט די תוה"ק איז אונזער אינסטראָקשנס פאַרן לעבן, ס'איז אונזער וועג ווייזער.

ב: ותלמוד תורה כנגד כולם – די תוה"ק איז דער מח פון א איד, ווי באקאנט זענען פארהאן רמ"ח 248 אברים - ושס"ה 365 גידים, די זהר הקדוש זאגט אז לימוד התורה איז מרמז אויף די מח פונעם מענטש, און באמת קען מען עס במציאות זעהן אז די וואס לערנען און האָרעווען אויף די תורה ווערט די מח גאר לויטער און קלאָר, א איד וואס פלאָגט זיך אויף לימוד התורה איז זוכה צו א געוויסע ריינע שכל הישר.

ג: אבער דערנאך איז פארהאן נאך אַן ענין פון לימוד התורה וואס האט נישט קיין שייכות מיט וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן, אויך נישט אלץ די סגולת פון תלמוד תורה כנגד כולם ווי פריער דערמאנט, נאר פשוט אלץ דער ענין וואס רופט זיך "תורה לשמה", קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל חד הוא איך לערן תורה ווייל איך ווייס און גלייב אז דאס איז באמת די מציאות פון א איד - תורה איז מיין נשמה - תורה איז די מקור פון מיין חיות – ס'איז די בעטערי די גאֶז פון דער נפש ישראל – ס'איז די העכסטע זאך אויף די וועלט, ס'איז תורת ה' וואס איז תמימה און משיבת נפש, און צו דער זעלבע צייט ווייס איך קלאר אז אָן תורה קען א איד נישט עקזעסטירן – אָן תורה קען איך פשוט נישט אָנגיין!!

איז יעצט מיין ברידער לאמיר צוריק גיין צו די חז"ל מיט הלל אלץ די פשוטע מצות לימוד התורה איז הלל זיכער געווען פטור צו גיין לערנען תורה ביי שמעיה ואבטליון מ'האט דאך אים נישט אריין געלאזט אין ביהמ"ד, אבער הלל האט פארשטאנען אז ס'איז נישט סתם א מצות התורה – ס'איז די מקור פון חיות פון א איד – ס'איז אלעס וואס א איד דארף און האט, האט הלל געמאכט א חשבון אָן די תורה איז זיכער גארנישט פאַרהאַן – אויב נישט א שיעור פון שמעיה ואבטליון הייסט עס פשוט נישט געלעבט און ממילא איז ער געווען גרייט מיט די גרעסטע מסירת נפש אַבִּי עפעס חיות – אַבִּי עפעס פאַרן נשמה... הלל לערנט אונז אז ס'קען אמאל זיין אז מיר האבן תירוצים און זיי זענען אמתע און גערעכטע וואס מעיקר הדין איז דער מענטש טאקע פטור – מען לאזט אים נישט אריין אין בית המדרש ..מען נעמט נישט די קינדער אין די מוסד ..ער איז נישט א חלק פון די חברי השיעור, פון די אנדערע זייט איז קאלט פארפרוירן ס'פאלט א סכנה'דיגע שניי אלע פון אונז האבן מצבים וואס ס'איז קאלט און פארפרוירן... אבער ווען א מענטש פארשטייט אז אמת כ'בין פטור כ'האב תירוצים אבער אָן די תורה עקזעסטירט דאָך גארנישט, וואס האב איך דערפון אז כ'בין פטור כ'דארף דאך לעבן, כ'דארף חיות פאר מיין נפש און נשמה ווערט מסירת נפש נישט אזא שווערע עבודה ווייל ער פארשטייט אז בלייבן אָן תורה חלילה איז אויך מסירת נפש...

דערמיט דערהערט זיך געשמאק די באקאנטע שאלה אויפן גמרא (שבת דף פח ע"א) זאגט: ויתיצבו בתחתית ההר אמר רב אבדימי בר חמא בר חסא מלמד שכפה הקדוש ברוך הוא עליהם את ההר כגיגית, ואמר להם אם אתם מקבלים התורה מוטב ואם לאו שם תהא קבורתכם – השי"ת האט אויפגעהויבן די באַרג איבער כלל ישראל און געזאגט אויב זענט איהר מקבל די תורה איז גוט און אויב חלילה נישט וועט דארט זיין אייער קבירה, ווי באקאנט פרעגט זיך: כלל ישראל האט דאך געזאגט "נעשה ונשמע", פארוואס פעלט אויס זיי צו צווינגן? און פארוואס האבן די אידישע קינדער נישט צוריק געפרעגט: טאטע זיסע מיר האבן דאך געזאגט נעשה ונשמע?

נאר לפי וואס מיר שמועסן איז געוואלדיג פשוט און ענדליך שטייט פונעם בעל חידושי הרי"ם זצ"ל אז ביי קבלת התורה האט הקב"ה אויפגעמאכט די אויגן פון די אידישע קינדער און פלוצלינג האבן זיי אַנערקענט אז די תוה"ק איז אונזער מקור פון חיות זיי האבן געזעהן פאר די אויגן דעם אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו נאר ווען א אידיש קינד איז פארבינדן מיט הקב"ה מיט די הייליגע תורת ה' איז ער באמת לעבעדיג – און אויב חלילה נישט, אויב דער איד דרייט זיך אוועק פונעם תורת ה' "באַגראָבט ער זיך לעבעדיגערהייט", שם תהא קבורתכם איז נישט קיין סטראַשע אדער עונש ס'איז פשוט א מציאות אויב נעמען מיר נישט די תורה זענען מיר פשוט באַגראָבן ה"י און דאס איז געווען א מתנה וואס השי"ת האט אונז געגעבן אז מיר האבן עס אזוי קלאר דערהערט און ממש געזעהן פאר די אויגן.

אט דאס זאגט אונז די מדרש אין אונזער פרשה טייערע אידעלע זיי זיך מפקר פאר די תורה הקדושה" - געב זיך אינגאנצן איבער פאר די תורת ה', מיר דארפן פארשטיין אז אָן די תורה האבן מיר גארנישט און טאקע נאר ווען מיר לעבן עס זענען מיר זוכה מקבל צו זיין און באקומען השפעות טובות, מיר דארפן זיך אינגאנצן איבער געבן צו דעם תורת אמת, פארשטיין אז ס'איז דער מקור פון חיות פון א מענטש און זיין גרייט צו טוען אלעס אויף די וועלט צו האבן א חלק דערין, זיך אוועק רייסן פונעם טעגליכן געלויף און קובע עיתים זיין, מאכן א שיעור צופרי און ביינאכט, מיר דארפן פארשטיין אז דאס איז אונזער קשר צו דאס העכסטע וואס די וועלט פארמאגט, דאס מאכט א לעבן לעבעדיג – דאס געבט חיות פארן נשמה, כי הם חיינו ואורך ימינו ובהם נהגה יומם ולילה ס'איז נישט עפעס וואס מיר קענען פארשטיין אדער משיג זיין אבער ס'איז דער מציאות אז די וואס האבן עס געטוען האבן באלאכטן זייער לעבן פשוטו כמשמעו, זיי האבן אריינגעברענגט ליכטיגקייט אינעם שווערן טעגליכן גלות'דיגן געלויף, תורה היילט און ברענגט אלע ברכות און השפעות, איעדע בלאט גמרא האט אין זיך די גרעסטע און שטערקסטע סגולות צו היילן און באלייכטן די וועלט.

ברידער טראכט נאר אריין אין די געוואלדיגע חסדי ה', אין א דור וואס איז אנגעפילט מיט בלבול הדעת און ס'איז באמת פארהאן אסאך שטערונגען און שוועריגקייטן זיך צו קענען ריכטיג קאנצעטרירן האט הקב"ה אונז געגעבן פילע מתנות וואס טוען אונז זיס און גרינגער מאכן דאס לערנען אנגעפאנגען פון כל מיני ספרי פירוש און ביאורים אויף כל התורה, צווישן זיי מתיבתא, ארטסקרול, חברותא און ושננתם, שיעורי תורה דף יומי - עמוד יומי - משנה יומי - הלכה יומי – חסידות יומי, מען קען הערן, זעהן און מיטהאלטן שיעורים וואס ווערן געגעבן איבער אלע עקן פון די וועלט אלעס מיטן ציל אז מיר אלע זאלן האבן עפעס א שייכות, אז מיר זאלן האבן א פעסטע אפגעמאכטע שיעור, לערנען איעדן טאג בלי הפסק, תורה זאל זיין א פאַקט און א חלק פון אונזער מציאות, מען לאזט נישט קיין איין טאג פארביי גיין אָן לערנען די הייליגע תורת ה' ווייל דאס איז אונזער עיקר חיות, און נאר אזוי הייסט א איד געלעבט ווייל ס'איז הקב"ה'ס תורה, ס'איז א חלק פון מיר – און איך בין גליקלעך נישט ווייל איך פארשטיי אדער ווייס אדער שפיר פשוט ווייל ס'איז מיין לעבן – ס'איז מיין נשמה!

ברידער! כאטש פון איין זייט פארשטייט זיך אז זוכה צו זיין צו שפירן א זיסקייט און דערהויבנקייט אין תורת ה' פארלאנגט זיך א געוואלדיגע הכנה – מ'דארף זיך גרייטן, דארפן מיר אבער געדענקן אז ס'איז קיינמאל נישט שפעט! 'ועתה' כתבו לכם את השירה הזאת לאמיר 'יעצט' אנפאנגן און מקבל זיי דעם תורת ה' מיט פרישקייט און התחדשות, און כאטש מיר זענען אפשר פארשלאפן זענען מיר נישט אנדערש ווי די אידן ביי מתן תורה ווי הרה"ק רבי לייב'לע איגר פון לובלין זי"ע ערקלערט דעם פאַקט אז די אידישע קינדער זענען דארט פארשלאפן, השי"ת האט אזוי צוגעפירט פון הימל, כדי דאס זאל עפענען א וועג פאר די שפעטערדיגע דורות, אז אפילו אויב איינער איז ליידער אריינגעפאלן אין א טיפע רוחניות'דיגע שלאָף זאל ער אויך קענען זוכה זיין זיך צו ערוועקן און גיין מקבל זיין די תורה...

לאמיר אויפשפרינגן און באמערקן וואסערע געוואלדיגע מתנה מיר האבן באקומען און פארשטיין אז די תוה"ק איז אונזער הארץ און נשמה, ס'איז א תורת חיים כי הם חיינו וארך ימינו א לעבעדיגע לעבן וואס איז פיל מיט דביקות בה', יעצט ווען מיר שטייען פאר קבלת התורה דארפן מיר מקבל זיין מיט א פרישקייט און אריין טראַכטן פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו באַקומען די תוה"ק און אריין לייגן אלע אונזערע כוחות זוכה צו זיין צו די פנימיות התורה, די חיות, די געשמאק, די ליכטיגקייט, די לעבנסשטייגער פון די תורה און זיין פון די וואס זענען מקיים די מצוות התורה פון ובחרת בחיים.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז השי"ת זאל אונז געבן דעם זכות מקיים צו זיין דעם יום טוב מיט אַן אמתע שמחה במקום אשר יבחר ה' אלוקיך, צוזאמען זאלן מיר אלע אידישע קינדער ארויף גיין קיין ירושלים עיר הקודש און מקיים זיין די מצוה פון עליה לרגל, שתי הלחם און ביכורים ווי בזמן שבית המקדש היה קיים בביאת מלך המשיח בב"א.
א פרייליכע שבת און א לעכטיגע יום טוב!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר