פרשת בהעלותך - פארוואס זענען מיר נישט צופרידן?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פרשת בהעלותך - פארוואס זענען מיר נישט צופרידן?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

יא די מוזיק האט זיך שוין פארלאשן, די חתונה האט זיך שוין געענדיגט, דער עולם צוגייט זיך, אפאר טעג שבע ברכות, און פאר וואס ווען ווי לייגט מען שוין דעם שטריימל אין באקס אריין... אין הארץ ווייסן אבער אלע אז ערשט יעצט פאנגט זיך עס אָן, דער לעבן פון 'נאך די חתונה' ווערט א פאקט, די טייערע חתן כלה גייען אהיים צו זייער נייע שטוב מיט א הארץ וואס פון איר גיסט זיך שמחה און געבעט צום בורא עולם, טאטע זיסע באגלייט אונז און געב אונז די כח אויפצובויען א לעכטיג אידיש שטוב וואס זאל כסדר זיין פיל מיט השראת השכינה הרחבת הדעת און סייעתא דשמיא! - דער הייליגער יו"ט שבועות איז שוין טאקע אריבער, דער גרויסע טאג פון מתן תורה וואס איז געגליכן צום יום החתונה צווישן עם ישראל און אבינו שבשמים האט זיך שוין געענדיגט, און אפילו די טעג וואס בזמן המקדש האט מען נאך געקענט משלים זיין מיטן ברענגן קרבנות זענען שוין אויך געקומען צו א ענדע, יעצט שטייענדיג נאך דעם גרויסן מעמד ווערט דאס לעבן פון נאך די חתונה א פאקט, ערשט יעצט פאנגט זיך די ארבעט אָן, זיך ריכטיג צו פאראייניגן מיט די תוה"ק און דאס מאכן פאר אונזער וויכטיגסטע און איינציגסטע ציל, און מיט א תפלה צו הקב"ה בעט זיך דער אידעלע טאטע זיסע געב מיר די כוחות צו קענען טוען דיין רצון בלב שלם, קדשנו במצוותיך ותן חלקנו בתורתך...

שטייענדיג יעצט אין די טעג פון נאך יו"ט שבועות איז כדי זיך אפצושטעלן און באטראכטן ווי מיר האלטן אינעם הערליכן אידישע לוח, נו אז מען געבט נאר א קוק באמערקט זיך גלייך אז אונזערע הכנות צום חתונה האבן זיך נישט אנגעפאנגען ערב שבועות נאר שוין מיט עטליכע חדשים צוריק, ווי די ספרים הקדושים זאגן: אז פון חמשה עשר בשבט ביז נאך שבועות זענען נישט פארהאן קיין צוויי וואכן אָן א יו"ט, אנגעפאנגען פון דעם הייליגן טאג חמשה עשר - ר"ח אדר משנכנס אדר מרבין בשמחה - פורים מיט די גרעסטע מאס ליבשאפט זענען די אידישע קינדער מקבל עול מלכות שמים - ר"ח ניסן טרעט מען אריין אין די חודש פון גאולה בכלל ובפרט - פסח דער גאולה אליינס - ר"ח אייר דעם ערשטן טאג פון א גאנצע חודש פון תיקון המידות און ספירת העומר – י"ד אייר איז פסח שני - ר"ח סיון זענען מיר אנגעקומען צום בארג סיני ואחרון חביב דער גרויסע מעמד פון קבלת התורה, אז מען באטראכט די הייליגע טעג זעט מען אז אלעס איז געגאנגען פון מדרגה צו מדרגה העכער און העכער ביז מיר זענען אנגעקומען צום העכסטן דעם גרויסע יום החתונה... אבער יעצט שטייענדיג נאך דעם גרויסן חתונה האבן זיך די הייליגע יו"ט טעג אפגעשטעלט, פארשטייט זיך אז מיר בעטן און האפן אז די פסוק אין זכריה (ח יט) צוֹם הָרְבִיעִי י"ז תמוז וְצוֹם הַחֲמִישִׁי תשעה באב יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ זאל שוין אט מקיום ווערן און צוזאמען מיטן גאנצן כלל ישראל וועלן מיר פראווענען די גרויסע יו"ט טעג, אבער דערווייל דארפן מיר זיך מתבונן זיין און זיך פרעגן וואס איז טאקע פשט אז שטייענדיג נאך דעם גרויסן חתונה טוען זיך די הייליגע גרויסע יו"ט טעג אפשטעלן?!
די תוה"ק אין די וואכעדיגע פרשה דערציילט אונז אז שטייענדיג א יאר נאך יציאת מצרים האבן די אידישע קינדער נאכאמאל מקריב געווען דעם קרבן פסח וְיַעֲשׂוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַפָּסַח בְּמוֹעֲדוֹ, ס'איז אבער געווען א קבוצה מענטשן וואס זענען געווען טְמֵאִים לְנֶפֶשׁ אָדָם און דערפאר האבן זיי נישט געקענט מקריב זיין דעם קרבן פסח, זענען זיי געקומען מיט טענות צו משה און אהרן לָמָּה נִגָּרַע לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה' בְּמֹעֲדוֹ בְּתוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל פארוואס זאלן מיר פארמינערט ווערן? מיר ווילן אויך מקריב זיין דעם קרבן, מיר ווילן אויך האבן א חלק? משה געבט איבער זייערע טענות צו הקב"ה, און די אידישע קינדער זענען זוכה צו א נייע מצוה "פסח שני", דרייסיג טעג נאך פסח אויפן טאג פון י"ד אייר וועט זיין פסח שני, און די אלע וואס וואס זענען ביים ערשטן פסח געווען טמא אדער האבן זיך געפינען בדרך רחוקה וועלן אויך קענען קומען אין זיין א חלק אינעם קרבן פסח.

די פרשה לערנט אונז א געוואלדיגע יסוד, אז כאטש באמת זענען די אידן געווען טמאים לנפש, וואס דאס מיינט אז זיי האבן זיך מטמא געווען צו א געשטארבענע מענטש און דערפאר זענען זיי בעצם גענצליך פטור פון מקריב זיין א קרבן, האט אבער זייער אינערליכע רוף נישט געקענט אויסהאלטן, דער חלק אלוקי ממעל וואס ליגט אין איעדע אידיש קינד האט ארויסגעשריגן למה נגרע כ'וויל אויך, כ'וויל אויך זוכה זיין?! יא אמת אז כ'בין פטור אבער כ'וויל נישט זיין פטור כ'וויל האב א חלק אין מקריב זיין דעם קרבן לה' און זיך דערנענטערן צו הקב"ה...

פון די אנדערע זייט געפינען מיר שפעטער אין די פרשה, וַיְהִי הָעָם כְּמִתְאֹנֲנִים די מתאננים וואס האבן זיך געפינען צווישן די אידישע קינדער האבן זיך גענומען אפרעדן אויף בורא עולם און אויף משה רבינו, א פייער האט אויסגעבראכן און האט פארלענדט דעם עק פון די מחנה, די אידישע קינדער האבן זיך געבעטן ביי משה צו דאווענען צו הקב"ה, און די פייער האט זיך אפגעשטעלט... קורצליך דערנאך האבן זיך די ערב רב ליידער ווייטער גענומען האבן טענות הִתְאַוּוּ תַּאֲוָה זיי האבן געגליסט א גליסטונג, און דאס האט צוגעברענגט אז אויך די אידישע קינדער האבן געוויינט און געזאגט מִי יַאֲכִלֵנוּ בָּשָׂר ווער וועט אונז מאכן עסן פלייש? און דערנאך איז געקומען די טענה פון זָכַרְנוּ אֶת הַדָּגָה אֲשֶׁר נֹאכַל בְּמִצְרַיִם חִנָּם וכו' מיר געדענקן די פיש וואס מיר האבן געגעסן אין מצרים פאר אומזיסט... וְעַתָּה נַפְשֵׁנוּ יְבֵשָׁה אֵין כֹּל בִּלְתִּי אֶל הַמָּן עֵינֵינוּ אבער יעצט איז אונזער לייב טריקן און דאס איינציגסטע עסנווארג וואס די אויגן זעהן איז די מן... און די פסוק פירט אויס ווי נישט ריכטיג זייער טענה איז געווען, ווייל באמת איז די מן געווען די שענסטע געשמאקסטע מאכל וואס נאר אמאל געווען, יעדער האט דארט געקענט שפירן זיין אייגן געשמאקן טעם וכו', די תוה"ק דערציילט אונז וואס ס'האט ליידער שפעטער פאסירט עיין שם...
ווען מען לערנט די פסוקים טוט זיך די שטערן קנייטשן ווי קען דאס זיין, וואס איז דער פשט פון זייערע טענות? ס'האט דאך נישט קיין שום הסבר, א דור וואס באקומט פון הקב"ה 'מן' דאס בעסטע און די שענסטע, א דור וואס זעט אזוי אפען און קלאר דעם יד ה', זאל זיך נעמען האבן טענות און נאכדערצו אזעלכע נערישע טענות, זיי שרייען און פארפירן זאכן וואס האבן נישט קיין שום הענט און פיס, זָכַרְנוּ אֶת הַדָּגָה אֲשֶׁר נֹאכַל בְּמִצְרַיִם .. פיש פון מצרים??!! א פלאץ ווי עם ישראל זענען געווען צובראכענע שקלאפן שטייען זיי אין וויינען אז זיי געדענקן די פיש פון דארט?! לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען די פרשה ווי חז"ל זאגן אונז מעשה אבות סימן לבנים, און זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

ס'איז 7:30 אינדערפרי ר' שמואל דוד שפאצירט אין בית מדרש אריין מיט זיין געשמאקע פרישע קאווע, אבער ווי נאר ער מאכט אויף דעם טיר צום בית המדרש הגדול באמערקט ער אז עפעס איז נישט אין ארדענונג די טישן זענען אביסל אוועק געריקט פון פלאץ, און זיין געווענדליכע באנק איז אינגאנצן פארדרייט... ס'נעמט נישט קיין רגע און ער פארפירט ..וואס איז דאס אז די טישן זענען נישט מסודר, כ'געדענק נאך ווען ס'האט געהערשט ארדענונג אין דעם פלאץ, כ'וועל מיך אוועק גיין דאווענען פון דא, אין קרענאוויטש דארט ווי כ'פלעג דאווענען איז אלעס פיין מסודר, ..ר' שמואל דוד בארוהיגט אייך, וואס האט שוין פאסירט ס'איז נאר איין צוויי קליינע טישן און בענק, נעכטן נאכט איז געווען א שיעור מען האט פארגעלערנט, מ'האט שוין געהערט אזוינס, פארוואס שרייט איר אזעלכע יעלות מה כל הרעש פרעגט ר' ארי'?!

ר' שמואל דוד געבט זיך א כאפ אויף פון זיינע געשרייען, און זאגט ביסט גערעכט ר' ארי' איך טרייב עס איבער... נאך עטליכע שטילע מינוטן זענען זיי צוזאמען מסדר די טישן און טוען זיך גרייטן צום דאווענען, אבער ר' שמואל דוד שטייענדיג איינגעוויקלט מיט זיין טלית פרעגט ער פון זיך אליין ..שמואל דוד וואס איז פשט, וואס איז דאס מיט דיר, פאר א קליינע טישל שרייסטו אזעלכע יללות??! ערשטוינט איז ער געווען ווען ער כאפט זיך אז דער אמת איז אז דאס שרייען האט גארנישט מיט די טישן קיין שייכות... ס'איז זלמן און וועלוול, ווען כ'בין אריין אין קאווע שטיבל מאכן מיין קאווע זענען זיי דארט געשטאנען, ווען זיי האבן מיך באמערקט האבן זיי זיך אונטער געשישקעט און מיר נישט געגריסט, כ'האב זיי עטליכע מאל געגריסט אבער פאר עפעס א סיבה האבן זיי נישט געענטפערט, ..יא יא ס'איז יענעם ווייטאג וואס האב איך אויסגעגעבן אויף די טישן... גלייך נאכן דאווענען גייט ער צו צו ר' ארי' און טוט זיך נאכאמאל אנטשילדיגן אבער דאס מאל איז עס באגלייט מיט א הארציגן ישר כח ר' ארי' איר האט מיר אויפגעמאכט די אויגן!

אפט מאל מאכט זיך אז א מענטש שרייט, ער האט טענות, ער איז אנגעצויגן נערוועז וכדומה און ניטאמאל ווייסט ער אז דאס אמתע סיבה פארוואס ער שרייט און שפירט אונטערדריקט איז נישט דאס וואס ער מיינט נאר ס'איז גאנץ עפעס אנדערש, ס'איז נישט דאס וואס ער שרייט וואס באדערט אים ס'איז א צווייטע זאך וואס דריקט אים, ווען ער זאל זיך אוועק שטעלן און אמת'דיג אריין טראכטן ..פארוואס שפיר איך אזוי? פארוואס האב איך טענות? וואס זענען מיינע טענות בכלל? וועט ער גאנץ שנעל באמערקן אז דאס אמתע געשריי זיינע איז גאנץ עפעס אנדערש...

איעדע אידיש קינד איז א חלק אלוקי ממעל, א שטיק רוחניות, ער האט נישט קיין שום גבול-גרעניצן, ס'איז נישט פארהאן אזא מציאות ווי זאגן פארן 'חלק אלוקי' אז ס'איז גענוג, ביסט שוין ביים העכסטן, ס'איז נישט פאר דיר, דעס קענסטו נישט וכדומה, ווייל ווען ס'קומט צו געטליכקייט ווען ס'קומט צום חלק אלוקי איז דער איד נישט געבינדן צו גארנישט, נאר פונקט פארקערט ס'גייט כסדר מער און העכער בלי גבול... און טאקע דערפאר ווייל דער חלק אלוקי ציעט כסדר פאר מער און העכער געפינען מיר אז אין איעדע איד איז כסדר פארהאן א געפיל פון בענקשאפט פאר נאך, פאר מער און העכער, דער איד פארמאגט כסדר אַן הרגשה וואס בענקט פאר קרבת אלוקים, ס'בענקט נאך א אמתע קשר מיט אבינו שבשמים...

מאכט זיך א מינוט וואס דער אידעלע שפירט געבינדן, ער שפירט אז ער ריקט זיך נישט אין מדרגה, ער שפירט אז פאר עפעס א סיבה קען ער נישט זוכה זיין וועט זיך פון הארצן נאטורלעך ארויסשרייען און בענקן מיט א הויעכע למה נגרע כ'וויל אויך, כ'וויל אויך זוכה זיין, כ'וויל אויך האבן א חלק?! און אפילו ווען ער איז פטור בענקט ער, ווייל דער חלק אלוקי איז הונגעריג ס'דארשט צו קרבת אלוקים... דערפאר טרעפן מיר טאקע אין די פרשה אז כאטש די אידישע קינדער זענען געווען פטור פונעם קרבן פסח דאך האבן זיי געבענקט, זיי האבן געהאפט און געטענה'ט למה נגרע מיר ווילן אויך, און ווען מען בענקט האבן זיי עס טאקע באקומען "א יו"ט פון פסח שני"!

דאס אלעס איז געווען ווען די אידישע קינדער האבן געלעבט מיטן על פי ה', זיי האבן געלעבט מיט הקב"ה אויף טריט און שריט... שפעטער אין די פרשה ווען ס'האט זיך ליידער געטוישט די מצב, ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די טעג פון וַיְהִי הָעָם כְּמִתְאֹנֲנִים די קלארע אמונה און בטחון זייערע האט אנגעפאנגען פאלן, עם ישראל האט זיך אנגעפאנגען אריין טוען אין גשמיות הִתְאַוּוּ תַּאֲוָה, האבן זיי זיך גענומען האבן כל מיני נערישע טענות פון זָכַרְנוּ אֶת הַדָּגָה וואס אז מען טראכט אריין האט עס נישט קיין שום פשט, אבער ווי מיר שמועסן ווייסן מיר גאנץ פשוט וואס דאס איז געווען ס'איז געווען דאס אינערליכע בענקשאפט צו רוחניות וואס האט געשריגן און געוויינט און זיך געבעטן פאר קרבת אלוקים, יא דאס געשריי איז געווען נישט צו די זאך אבער ווען מען הערט עס ריכטיג ווייסט מען אז באמת האבן זיי געשריגן דעם למה נגרע מיר ווילן אויך, מיר ווילן אויך האבן א חלק, מיר זענען פארזינקן אבער מיר בענקן זיך... נו אויב אזוי פארשטייט זיך אז ס'האט נישט קיין פשט ווייל די טענה איז בכלל נישט דאס וואס ער שרייט, ס'איז די אידישע נשמה וואס שרייט קולי קולות און בענקט זיך אָן אויפהער...

טייערע ברידער די תוה"ק אין אונזער פרשה לערנט אונז א געוואלדיגע יסוד, ווען דער מענטש טרעפט זיך שרייען און האבן טענות אויף דאס און אויף יענץ דארף ער זיך אפשטעלן און זיך פרעגן ..איז דער געשריי מיינע טאקע אויף דאס וואס איך שריי? זענען מיינע טענות טאקע דאס וואס דריקט מיר אדער ס'איז מיין חלק אלוקי וואס רופט און בענקט?! ווען כ'בין אנגעצויגן נערוועז אדער אונטערדריקט איז עס טאקע ווייל יענער האט מיר נערווירט? ווייל כ'בין יענעם שילדיג געלט? ווייל עפעס גייט מיר נישט גוט? אדער צו איז עס עפעס א טיפערע רוף פון אומצופרידנקייט ווייל ס'פעלט קרבת אלוקים ווייל ס'פעלט די ריכטיגע אמונה און בטחון, ווייל די נשמה בענקט פאר מער רוחניות?! פרעג זיך מיט אַן אמת וועסטו זעהן אז גאר אסאך מאל איז דער רוף א רוחניות'דיגע... דער רוף שטעלט זיך ארויס ביי גשמיות אבער דאס אמתע רוף איז למה נגרע כ'וויל אויך, כ'בענק זיך, טאטע זיסע כ'וויל אויך האבן א חלק?!

טייערע ברידער אויב ווילסטו ממשיך זיין די הייליגע יו"ט טעג פארלאנגט זיך פון אונז אז מיר זאלן דערהערן אונזער אינערליכע רוף, דעם הויעכן למה נגרע וואס שרייט זיך ארויס פון איעדע איד און חלילה נישט פארטוישן דעם געשריי מיט נערישע גשמיות'דיגע טענות ומענות, נאר זיך כסדר פרעגן וואס דריקט מיר? פארוואס בין איך נישט אמתדיג צופרידן איז עס רוחניות אדער גשמיות, מיר דארפן זיין אמת'דיג מיט זיך... ס'איז באקאנט דעם כלל פון קריאה מעורר את הזמן, אין אונזער פרשה ווי ס'פאנגט זיך אָן די תקופה וואס די אידישע קינדער האבן מתאונן געווען, זיי האבן זיך אפגערעדט אויף הקב"ה, זיי האבן פארלוירן דעם אמתע ריינע אמונה און בטחון, דאס אמתע פארזיכערטקייט אין הקב"ה, ליידער ווייסן מיר וואסערע חרבון דאס האט געברענגט אויף עם ישראל, זענען דאס טאקע די טעג וואס די לעכטיגע ימים טובים שטעלן זיך אפ... פון די אנדערע זייט ליגט דאך דא אין אונזער פרשה דעם סוד ווי אזוי צוריק צוברענגן די לעכטיגע יו"ט טעג, אויפהערן מיט די מתאננים - מיט די טענות ומענות, נאר פארקערט ניצן די טענות און אונטערדריקטקייט צו דערהערן דעם אמתע רוף און זיך פארבינדן מיט הקב"ה מיט אַן אמת, שטארקן אונזער אמונה און בטחון אין הקב"ה און אויסשרייען טאטע כ'בענק זיך למה נגרע כ'וויל אויך, מיר ווילן אויך לעבן דעם על פי ה', מיר ווילן אויך זוכה זיין צו דעם בנין בית המקדש ווי מיר האבן אלע געקענט זעהן און שפירן מיט א קלארקייט אז ה' הוא האלוקים?! ווען דער אידעלע בענקט מיט אַן אמת, ווען דער איד'ס געשריי איז צו הקב"ה ווערן מיר תיכף געהאלפן ווי מיר געפינען טאקע אין די אונזער פרשה אז זיי האבן באקומען דעם יו"ט פסח שני, און אט אזוי וועלן מיר בעזהשי"ת אויך זוכה זיין, און די קומעדיגע טעג וועלן בקרוב איבערגעדרייט ווערן צו ימים טובים און ס'וועט מקיום ווערן דעם פסוק פון צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ בביאת מלך המשיח בב"א..!

לסיכום געדענק:
• ווען דער מענטש טרעפט זיך שרייען און האבן טענות, דארף ער זיך פרעגן איז דאס אמת'דיג מיין טענה??!!
• באטראכט דיינע טענות מיט אַן אמת און באמערק אז ס'איז איין גרויסע געשריי פון רוחניות למה נגרע?!
• שריי און בענק אָן אויפהער און זיי פארזיכערט אז די וועסט זוכה זיין צו די גרעסטע ישועות.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר