הכשר oh

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך ברוך שפינוזה » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:02 pm

;
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

Re: הכשר oh

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:04 pm

@קורקלענד דו שרייבסט

"די חלב עכו''ם פאזיציע פון אוי''יו איז לכאורה די עיקר חורבן פארוואס זיי זענען אראפגעקוקט ביי חסידים. ווען נישט דעם וואלט מען זיי אנגעקוקט אינגאנצן אנדערש"

כ'ווייס נישט פינקטלעך פון וועלעכע חסידים דו רעדסט, ווייל רוב פון די חסידים וואס איך קען קוקן בכלל נישט אראפ אויף אוי יו, פארקערט זיי זענען גאר שטארק מחשיב די הכשר, אדרבה פאר ארום אין מאנהעטן צו סיי וואו אין די ברייטע אמעריקע, וועסטו זעהן אז דער חסידישער עולם פארלאזט זיך שוין איינמאל אויף אוי יו, די רעסטוראנטן זענען פיהל מיט היימישע חרדישע חסידישע אידן. אין די פליישיגע אידאך אפגערעדט נאר אפילו אין די מיליכיגע אויך. ווייטער פראדוקטן וואס פארמאגן נאר אן אוי יו עסט מען אין גרויסן, צו ס'איז געטראנקן צו ס'איז געפאקטע עסן.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 747
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3696 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1399 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:07 pm

אישתישבי האט געשריבן:די זאגסט התאחדות האט קולות, וואס מיינסטו צו זאגן? קולות וואלט געמיינט, אז א זאך איז לכאורה אסור, ווייל אזוי קומט אויס פין שו"ע, מאכט מען א חשבון אז מען קען מקיל זיין קעגן שו"ע. אדער א זאך וואס שטייט נישט אין שולחן ערוך, נאר פריעדיגע פוסקים נעמען אהן גדרים וואס קומט אויס לאיסור, און מען איז מקיל מיט חשבונות. איז דא אזעלכע קולות פין התאחדות?

איך זיך נישט אריינצוגיין אין די התאחדות געשעפט באופן פרטי, פרעגט זיך גוט אויס ביי די יודע ספר וואס מאכן מיט זיי געשעפטן. זיי זענען זייער מחמיר (אפיציעל) אויף פובליק חומרות א שטייגער ווי די טעמפראטור פון כשרן וכו', אבער ווען ס'קומט צו שטילע פראבלעמען איז א אנדערע וועלט. איך רעד איידער זיי קוקן אויף די נומערן, ווי א גרויסע אקאונט ס'איז און ווי גרויס די טשעק איז.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:10 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@קורקלענד דו שרייבסט

"די חלב עכו''ם פאזיציע פון אוי''יו איז לכאורה די עיקר חורבן פארוואס זיי זענען אראפגעקוקט ביי חסידים. ווען נישט דעם וואלט מען זיי אנגעקוקט אינגאנצן אנדערש"

כ'ווייס נישט פינקטלעך פון וועלעכע חסידים דו רעדסט, ווייל רוב פון די חסידים וואס איך קען קוקן בכלל נישט אראפ אויף אוי יו, פארקערט זיי זענען גאר שטארק מחשיב די הכשר, אדרבה פאר ארום אין מאנהעטן צו סיי וואו אין די ברייטע אמעריקע, וועסטו זעהן אז דער חסידישער עולם פארלאזט זיך שוין איינמאל אויף אוי יו, די רעסטוראנטן זענען פיהל מיט היימישע חרדישע חסידישע אידן. אין די פליישיגע אידאך אפגערעדט נאר אפילו אין די מיליכיגע אויך. ווייטער פראדוקטן וואס פארמאגן נאר אן אוי יו עסט מען אין גרויסן, צו ס'איז געטראנקן צו ס'איז געפאקטע עסן.

נעקסטע מאל גייסט אין יענער רעסטאראן פרעגט נאר די יושבי קרנות דארט צו זיי עסן אוי''יו וועלן זיי זאגן אז זיי האבן פערזענליך געפרעגט די קעכער און ס'איז אלעס נאר 'מיעל מאַרט' פלייש, אויף וואס די רבי זכיתו יגן עלינו האט בשעתן געגעבן זיין בלעססינג, אפגעזען צו ס'איז כשר אדער טריפה.....

אין אמת'ן האב איך זיך נישט באצויגן צו יענע קליענטעל, א גרויס חלק פון זיי עסן אויך אוי''יו די 'אויפן וועג' אבער דארט וועט איר זיי ניטאמאל זעהן...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:26 pm

אישתישבי האט געשריבן:דער דברי חיים האלט נישט עס איז פסול, קלז"ב רב טענה'ט אז לויט דער ד"ח איז עס קטפרס. און אפילו לויט סאטמאר ניצט מען עס נאר לחומרא, נישט פאר דער עיקר בור.

איך האב געלערנט דער תשובה אין ד''ח דרייצן יאר צוריק, איך געדענק אז ער האט עס גע'אסר'ט 'פוינט בּלענק'. אויב איינער קען עס ארויפברענגען אדרבה, איך האב נישט קיין צוטריט צו א שו''ת ד''ח היינט צוטאגס.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

Re: הכשר oh

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:05 am

קענסט טרעפן א ד"ח אויף היברובוקס דא און דא

איך האב נישט קיין איין חבר וואס עסט חלב סתם, עס איז ווייניג אנגענומען ביי די ישיבישע עולם. און דאס האט גארנישט מיט די קרעדיביליטי פון דער או.יו.. יעדער זאך וואס שטייט oud עסט מען נישט. איך זעי נישט אז די מילך איז די נושא.

טאמער אבער קומט מען מיט א ׳מסורה׳ אז כשרות איז מען מחמיר און שבת איז מען מקיל, און די ליטווישעש מסורה איז פארקערט, איז נישט דא וואס צו מאכען. טאמער מ׳איז דא גענוג אויפגעקלערט, קען מען דן זיין הצדק עם מי.

רעסטאראנטען איז לכאורה אן אנדערען ענין. דער או. יו. איז זייער שטארק מחמיר דארט, מיט משגיחים תמידיים אסאך מער ווי אנדערע. דעריבער איז דא א סבה צו עסן אין א רעסטאראנט פון או.יו. בעסער ווי ר׳ עמרם ראטה למשל. נאר די ווערים איז א פראבלעם, ווייל זיי קויפען דאך זייער פראדוקטן. אבער אי משום ווערים, איז התאחדות אויך א פראבלעם, ווייל זייער הכשר שטייט אויף ׳פרדס׳ פראדוקטן, וואס איז דער איינציגסטע וואס ברענגט פון טשיינע, נאך דעם וואס אלע קאמפאניס האבען זיך געלערנט נישט צו ברענגן אזעלכע זאכען פון טשיינע. און פרדס האט זיך שוין אפגעבריט, ולית דחש ליה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8927
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט