מרים יד בתורת ר' משה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
בעל-הכרם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 28, 2018 7:54 pm
געפינט זיך: ירושלים-לאנדאן-ניו יארק
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

מרים יד בתורת ר' משה

שליחה דורך בעל-הכרם »

איין שיינעם אווענט עטליכע מאנאטן צוריק, שפאן איך אהיים צו מיין הויז, איידער איך גיי אהיים עפען איך די פאסט קעסטל, איך זעה א געלן בראשור מיט ליכטיגע פארבן, ''פאר מיר און פאר דיר'' שרייט דאס בלעטל, גיבט געלט פארן בארא פארקער עירוב, א שנאר בריוו ווי אלע, איך פארשטיי זייער גוט אז די עירוב קאסט אפ א בודשעט, איך פערזענליך האב הנאה פונעם עירוב, און דאס איז נישט קיין קלייניקייט, בשעה שתיקן שלמה עירובין יצאה בת קול אם חכם בני ישמח לבי גם אני, זיי זענען דאך מזכה/מציל טויזנטער אידן, איך האב געטוהן אין די ענינים ווען איך בין געווען פארמישט אין אן אנדערען עירוב מחוץ לעיר עטליכע יאר צוריק, נו, איז די פארגאנגענע יאר ביים לכבוד שבת קודש קאמפיין האב איך ביישטייערט א סכום.

בסדר.

וואס האט מיך אנטוישט און ערוועקט ביי מיר אנ'אויפברויז איז געווען, איך האלט זיך אביסל א אויפגעקלעטער, א למדן, איך פארשטיי אז עס זענען דא אוסרים ומתירים, כך היא דרכה של תורה, מען מעג בעטן געלט פאר דעם עירוב דאס איז העכסט נארמאל, רוב בארא פארק באנוצט זיך מיטן עירוב. אבער אין דעם בראשור מיש איך אריבער דאס בלעטל, זעה איך די הויכפונקט "אויסצוגן פון די דרשה פון הרב שטיינבערג שליט''א'', איך קען נישט דעם הרב שטיינבערג ברוך השם, ווייל זיינע ווערטער האבן מיך אויפגעשוידערט דאס הארץ. אין די דרשה לייגט הרב שטיינבערג אראפ אז די עירוב איז גאר מהודר וכו' זעהר גוט דערווייל, דערנאך גייט ער אריין אין א שמועס אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו מחמיר זיין, די חומרות זענען נאריש, און יעדער איינער זאל זיך באנוצן מיטן עירוב און ברענגט א מעשה פון אריז''ל פון צפת און נאך דברי הבאי.

דא בין איך געווארן אויפגעברויזט, אורייתא קא מרתח בי, דאס טייטש, נישטא קיין ענין צו מחמיר זיין? אזוי צו ארומשיקן בריוו צו אלעמען אין די פאסט? דאס האט מיך ערוועקט אז מען רעדט דא בכלל נישט לשם שמים, דאס זענען נישט קיין ערליכע מענטשן, דא רעדן אנשים רעים וחטאים, דאס איז גלאטע אהבת הנצחון, דאס זענען בעלי עוולה, וואלט עמיצער געשיקט בריוו אפצולאכן פון א בריסקע חומרא, אויף א חזון איש חומרא? הישמע כזאת? שטעלט זיך א מחוצף א שטארקער עם הארץ אויף (ווען ער איז א תלמיד חכם וואלט איך אים געקענט) און לאכט אפ א משכנות יעקב, א ראגאטשובער, א ר' משה פיינשטיין, ליובאוויטשע רבי, דעברעצינע רב, רבי אהרן קאטלער ועוד, סזענען דא וואס זענען מחמיר אלס חשש רשות הרבים, ס'דא וואס האבן א פראבלעם מיט שכירות פון שר העיר, זיכוי הפת, מנהג המקום, שוויה אנפשיה, ס'דא געוויסע אדמורי''ם וואס האבן געזאגט זייערע חסידים נישט צו פארלאזן זיך, ועוד, און ס'דא וואס פארלאזן זיך נישט אויפן רב הפיקוח.

און באמת פארשטיי איך די וואס פארלאזן זיך נישט אויף אים. די וואס קענען אים ווייסן אליין, אבער אפילו אינעם בילד זעלבסט זעהט מען ווער ער איז, זיצט דארט דער זקן ממרא און הערט דעם מחוצף רעדן און ער שמייכלט, דער כהן שדעתו עבה, שלא קרא ולא שנה, מסרב לדין תורה, ואינו ציית דינא אין עטליכע פערזענליכע דיני תורה, מרים יד בתורת משה, לא נחל בינה מעולם, א טיפש, א גס לב בהוראה זיצט ער דארט מיט אפאר מונקאטשע יונגאטשעס, און לאכט פון אונזערע איינשטיין'ס פאר אפאר גראשן.

תורה תורה חגרי שק.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר