בלאט 1 פון 1

ראש השנה, אמאל און היינט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 10:06 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אין מס' ר"ה דף ל"ב שטעלן חז"ל אוועק די סדר פון די שמו"ע פון מוסף די פסוקים פון תנ"ך אין וואס ס'ווערט דערמאנט מלכיות, זכרונות, שופרות. די גמ' גייט דורך פארשידענע פסוקים וואס וואלט ווען געדארפט אריין געשטעלט ווערן נאר ווייל ס'ברענגט ארויס עצבות קומט עס נישט אין א יו"ט ספציעל ווי ר"ה וואס איז דעם ערשטן טאג פון יאר. אזוי ווי די משנה דריקט זיך אויס אין מזכירין פורענות בריש שתא. אויך אין ע"ב האט די גמ' א הוה אמינא צו דערמאנן די פסוק פון ובחימה שפוכה אמלוך עליכם אבער די גמ' פירט אויס אז וויבאלד ס'איז א לשון ריתחא, ניטאמאל א לשון פורענות טאר מען עס נישט דערמאנו אום ר"ה.

למעשה די אלע פסוקים וואס אינז זאגן זענען פון די שענסטע פסוקים אין תנ"ך וואס ברענגט ארויס די נאענטשאפט וואס איז פון אייביג אן אנשטאנן צווישן גאט און אינז, ווי שיין די וועלט וועט אויסקוקן ווען גאט וועט קעניגן אליין. די אמונה פון אינזערע עלטערן פון די אבות הקדושים, מתן תורה, ועוד. וואס נעמט איבער ס'הארץ ווען מ'זינגט די פסוקים. אפילו די הפטורה פונעם ערשטן טאג ר"ה איז לפענ"ד די שענסטע פון אלע הפטורות פון א גאנץ יאר, פיל מיט בענקשאפט פון גאט צו אינז זיינע קינדער, אפילו נישט דערמאנט איין ווארט זינד אדער שטראף בלויז גוטס.

מ'זעהט אין נחמי' קאפיטל ח' ווי עזרא הסופר מיט נחמי' און אויך די לוויים האבן צוזאם גענומען די אידן אין ירושלים דעם ערשטן טאג אין יאר, ר"ה און געליינט די תורה און געגעבן צו פארשטיין וואס ס'שטייט דארט. און די אידן הערענדיג וואס דארט שטייט זענען געווארן זייער גערירט און אנגהויבן קלאגן און וויינען (דער רלב"ג אויפן פלאץ קלערט צו זאגן אז ס'קען זיין אז עזרא האט פארגעליינט די קללות וועגן דעם האבן זיי געוויינט, אבער ס'מאכט נישט קיין סענס, ס'שטימט נישט מיט די חז"ל פון אין מזכירין פורענות בריש שתא) למעשה שטייט אין פסוק ווייטער אז עזרא האט אנגעזאגט די אידן נישט צו קלאגן און נישט צו וויינען ווייל היינט איז א פארהייליגטע טאג צו גאט. נאכמער די לווים האבן געווארנט די אידן צו שווייגן און נישט צו וויינען. עזרא האט געבעטן די אידן אהיים גיין און עסן פעטע עסן טרינקן זיסע געטראנקן, אויך זאל מען אינזינען האבן דעם ארימאן וואס האט נעבעך נישט. און דער נעקסטע פסוק פירט טאקע אויס אז די אידן זענען אהיים געגאנגן געגעסן און געטרינקען און פארטיילט פאר די עניים און געמאכט א שמחה גדולה.
אין ש"ע הלכות ר"ה סימן תקצ"ז ווערט גע'פסק'נט אז די מצוה פון ושמחת בחגך גייט אן אין ר"ה פינקט ווי ביי אנדערע ימים טובים ווייל ר"ה הייסט אויך חג, בכסה ליום "חגנו"

וואס מ'זעהט פון די פסוקים און גמרא און אויך אין ש"ע איז גאר אנאדערע בילד גאר אנאנדערן ר"ה פון וואס אינז פייערן היינט, טאקע נישט איבעראל אבער אמיינסטענס ביי די חרדישע אידן איז ר"ה געווארן ווי עפעס א שרעקעדיגע עקספיריענס. די יו"ט ר"ה ברויך אויסזעהן מער ווי א אינאגורעשאן (איינשווערונגס צערעמאניע) ווי 'מ'איז ממליך גאט, מ'ברויך קענען שפירן די פרייליכקייט געהויבנקייט אין די לופט פונקט ווי ווען מ'פייערט דעם איינשווערונגס צערעמאניע להבדיל פון א פרעזידענט אבער מיט אסאך מער תוכן און שמחה, היות אינז שווערן איין דעם מלכו של עולם פון א גילו ברעדה איז געווארן א יאחזמו פלצות און אויף יעדע צוקוועטשעניש איז די תירץ מאימת הדין.


מ'פירט זיך נישט צו רייכערן, מאימת הדין. מ'עסט נישט קיין בהמה פלייש, מאימת הדין. מ'האלט אויף דעם עולם אין שול קיינער זאל זיך ח"ו נישט אראפ לייגן זיך אפרוען אביסעל, מאימת הדין. מ'קען פארשלאפן דעם מזל. אויפשטיין פאר ס'ווערט א משהו ליכטיג אינדרויסן וויל ר"ה שלאפט מען נישט, מאימת הדין. גאט זאגט אן אויפגערעגטער, ביזט געפאפן ווען איך משפט די װעלט???און אזוי גייט די ליסטע פון ווי מער זיך צו דריקן און קוועטשן מאימת הדיןַ

אנשטאט צו בראטן על האש א פעטע טשאק איי ראוסט נוסח שמעלקע, אדער א פעפערקראסטעד פילעי מיניאן, זוכט מען דייקא אויף דעם בלאסטן און מאגערסטן ביינערדיגן דוכטל וואסי פארהאן אין יאטקע וואס קוקט אויס גאר שטארק דערשראקן מאימת הדין (ער ווייסט שוין פון זיינע אלטע חברים, אויב וועט ער נישט ארויף געפירט ווערן אויף א פארצעלאן אויפן ר"ה טיש וועט ער מוזן דורך גיין ד' מיתות ב"ד) און דאס עסט מען בחיפזון מיט די בעקישע און גארטל קוים בין השמשות. ווען מיט רעכטן פוס איז מען אריינגשטעקט אינעם תשליך טייך און מיטן לינקן האנט ווארענט מען די קינדערלעך שנעל אפצועסן און ח"ו א לאך געבן אין ר"ה. אינזער גוטער גאט מאכט מען אויסזעהן ווי עפעס א שרעקעדיגער גרויזאמער דיקטאטאר וואס שטייט דארט הינטער די וואלקענעס מיט אן אנגעפילטן עם סיקסטין און ווארט פאר עפעס א קרבן, ער ווארט נאר איינער זאל זיך געבן א שאקל נישט אינעם גוטן מינוט און בום!!

נאך א שטארקע זאך זעהט מען פון די אויבנדערמאנטע מ"מ ווי שטארק חז"ל האבן פרובירט צו דערווייטערן סיי וועלעכע שרעק מיט סטראשערייען אדער סיי וועלעכע ווארט וואס דערמאנט פון שטראף אדער אפילו נאר רעגענישן. ודא עקא האט מען אריין געריקט אין איינע פון די שענסטע תפילות וואסי איינגעפירט צו זינגן פאר קדושה "ונתנה תוקף" רוב פונעם פזמון איז ממש הערליך, אבער אין דערמיט איז דא א שטיקל וואו דער מחבר רעכענט אויס כל מיני מיתות משונות וואס קען אלץ געשען זאל אוודאי נישט געשען פאר קיינעם.

וואו פאר א שווארץ פעפער קומט דאס אריין אין א ר"ה'דיגע דאווענען, ס'בפירוש קעגן א חז"ל, דאס האבן טאקע אינזערע חכמים געמיינט מיט אין מזכירין פורענות בריש שתא, פארוואס אינז סטראשענען, מאיים זיין, ווארפן פחדים, מאכן גאט ווי א גרויזאמער קעניג וואס האט באהאלטן אינטער זיינע ארעמס וואסער און פייער מיט נאך שלעכטע זאכן מיט וואס ער קען דערשטיקן די מענטשהייט, שטיינער און פיילן, מיט נאך מיני וועגן פון השחתה? פארוואס אין אזא גרויסע טאג וואס איז אפגעווארט און פארהייליגט ווען אידן פארברענגן אין שול פאר שעות און לויבן און בעטן גאט פאר זיין רחמים וחסדים, זיין ביזי מיט אזעלעכע נעגאטיווע ווערטער וואס ערשיטערט יעדן און לאזט נאכווייען אזש ביז צו די סעודה אריין ווען די פרויען קומען אהיים און לייגן אראפ ווי שטארק מרס.... האט געוויינט ביי מי במים דערמאנענדיג זיך ווי יענער און יענער איז נעבעך פארכאפט געווארן פון בייזוויליגע וואלן און אז מ'רעדט שוין פון דעם קומען שוין ארויף אלע קאשמארן פון אלע וואס זענען נעבעך פארכאפט געווארן פון וואסער וואלן און אז מ'רעדט שוין פון וואסער פארוואס נישט רעדן פון פייער און פון בערן און אזוי ווערט די ר"ה סעודה פארוואנדעלט אין א סעודת המפסקת ספיריט פוו תשעה באב, ביז דער טאטע געט א קלאפ אויס, בענטשן! און תשליך! דאס איז פינקט דאס פארקערטע פון די שמחה גדולה וואס ווערט דערמאנט אין נחמיה..

ס'נישטא וואס צו רעדן אז די אורך הגלות האט בייגעשטייערט די אלע מאדנע מנהגים מ'ברויך צוריק גיין צו אינזערע ווארצלן אריין קוקן אין די איר אלטע ספרים און זיך פירן ווי אינזערע נביאים און חכמים האבן פארגעשריבן, און נישט זיין פארנומען טאג און נאכט מיט העכערע טעמים און כוונות וואס רובם ככולם פארשטייען סיי ווי נישט. נאר זיין א פשוטע איד דער איד פון אמאל.