דער אטענטאט אויף גדליהו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער אטענטאט אויף גדליהו

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ירושלים – יהודה איז געפאלן. די מעכטיגע ארמייען פונעם בבלישן קעניג נבוכדנצר דער גרויזאמער - האבן אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג איבער די מיליטערישע קרעפטן פון יהודה. דער בבלישער מיליטערישער אויבער-קאמאנדא, אינעם שפיץ פונעם העלדישן פעלד מארשאל נבוזראדן - האבן אקוראשט פארענדיגט זייער לעצטע מיליטערישע אפעראציעס אין יהודה, און די פילע מיליטערישע רעגימענטן האבן זיך שוין געגרייט צו פארלאזן יהודה און צוריק אהיים מארשירן קיין בבל. די אמאליגע פראכטפולע הויפט שטאט ירושלים איז געליגן גענצליך רואינירט. אירע פראכטפולע פאלאצן זענען פארוואנדלט געווארן צו הויפנס אפגעברענטע ברוכווארג, און דער הייליגער בית המקדש וואו דאס באפעלקערונג פון יהודה פרעגט זיך איינזאמלען דריי מאל א יאר זיך צו ביקן צום איינציגן ג-ט, איז גענצליך פארניכטעט געווארן דורך דעם גרויזאמען פיינט.

ספעציעלע איינהייטן אינעם בבלישער מיליטער האבן אנגעפירט מיט מאסיווע מאסן דעפארטירונגען. מאסן איינוואוינער פון יהודה זענען געווען געצווינגען צו פארלאזן דאס לאנד און ארויספליכטן קיין בבל. מיט די הענד געבינדן אויף ארונטער האבן די איינוואוינער פון יהודה געכאפט זייער לעצטער טרויעריגער בליק אויף זייערע הייזער און וויינגערטנער, אין די צייט וואס די בבלישע זעלנער יאגן זיי פון אלע זייטן אז זיי זאלן זאפארט אנצוהייבן מיטן טויט-מארש אראפ קיין בבל. ס'איז געווען גאר א טראגישע סצענע.

די בבלישע אקופירער און געזאנדעטע האבן נישט געוואלט אז דאס לאנד זאל גענצליך אפפוסטעווען און אז דאס אגריקולטורישער-לאנדשאפט זאל גענצליך פארלאזט ווערן – דערפאר האבן זיי איבערלאזט אין יהודה א הייפעלע איינוואוינער ווייטער צו באארבייטן דאס לאנדשאפט אין לאנד. און אלס גובערנאטאר אויף יהודה איז באשטימט געווארן נישט קיין צווייטער ווי גדליהו בן אחיקם.

ווען די מיליטערישע העלדן פון יהודה וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין די פעלדער און אין די ארומיגע לענדער אין עמון און מואב, האבן געהערט אז עס פארמירט זיך א שטיקל ווירטשאפט אין יהודה אונטער די אויפזיכט פון גדליהו בן אחיקם, האבן זיי באשלאסן זיך אומצוקערן אהיים קיין יהודה און זיך אנצושליסן אין די רעגירונג פון גדליהו. צווישן זיי זענען געווען די בארימטע מיליטערישע העלדן ישמעאל בן נתניהו און די צוויי ברידער יוחנן און יונתן די קינדער פון קרח. יוחנן איז געווען א געשולטער שפיאן און ער האט באזיצט אינפארמאציע אז דער ישמעאל בן נתניהו איז א געפערליכער באנדיט און ער דינט גאר אלס א געהיים אגענט פאר בעליס דער קעניג פון עמון. נאך מער פון דעם, ער האט אפילו געוואוסט צו זאגן אז דער בן נתניהו איז געשיקט געווארן מיט א געהיימע מיסיע פון די רעגירונג אין עמון דורכצופירן א אטענטאט אויפן באליבטן גובערנאטאר גדליהו. יוחנן האט מיטגעטיילט די געהיימע אינפארמאציע מיט גדליהו, און ער האט אפילו פארגעשלאגן א געהיימער פלאן פטור צו ווערן פון דעם פאררעטער ישמעאל אויף א שטילע פארנעם, אבער גדליהו איז געווען שטארק נאאיוו און ער האט נישט געוואלט אננעמען די אינפארמאציע און ער האט נישט ערלויבט פאר יוחנן אומצוברענגען דעם פאררעטער ישמעאל. די רעזולטאטן זענען געווען פאטאלע...

געווען איז עס ראש השנה. גדליהו האט זיך נארוואס געהאט צוריקגעקערט פון בית מדרש וואו ער האט אפגעראכטן זיין פייערדיגער עבודת היום. גדליהו האט זיך באלד געזעצט צום טיש און אנגעהויבן מיטן יום טוב מאלצייט. צווישן די געסט וואס האבן אנטייל גענומען אין די יום טוב מאלצייט איז געווען דער פאררעטער ישמעאל מיט זיינע לייט. די מאלצייט האט זיך אנגעהויבן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, אבער דאן האט דאס פאסירט... ישמעאל האט זיך איבערגעווינקען מיט זיינע לייט - וועלכע האבן אין א אויגן בליק ארויסגעצויגן זייערע אויסגעשלייפטע שווערדן און זיך א ווארף געטאן אויף גדליהו און זיינע לייט. דאס ארט איז באלד פארוואנדלט געווארן צו א בלוט באד. גדליהו מיט זיינע לייט זענען באלד געליגן טויט אין א קאלוזשע בלוט!

דער ברוטאלער אטענטאט אין סאמע ראש השנה האט אזוי אויפגעטרייסלט דאס אידנטום, אזש מ'האט באשטומט דעם טאג נאך ר''ה אלס תענית ציבור. א תענית וואס איז נאך אין קראפט ביז צום היינטיגן טאג.

וואס עס איז מיר אביסל אומפארשטענדליך, פארוואס ווייל מיט טויזענטער יאר צוריק איז דורכגעפירט געווארן אן אטענטאט אויף א אידישער פירער, זאלן מיר נישט טארן עסן און טרינקען. אין יענע עפאכע זענען פילייכט דורכגעפירט געווארן שווערע טויזענטער אטענטאטן, פארוואס האט בלויז דער דאזיגער אטענטאט אזוי שטארק צוטרייסלט דאס אידנטום, אזש מען פאסט נאך דערויף ביז צום היינטיגן טאג?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר