צו ווייזן פאר די צדוקים...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

צו ווייזן פאר די צדוקים...

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ירושלים – דער הויפט שטאט פון יהודה אין די לעצטע יארן פון די אידישע אטומאנאמיע אין לאנד. ס'איז די נאכט נאך די ערשטע טאג פונעם יום טוב סוכות. די כהנים אין בית המקדש זענען אויסגעשעפט צום טויט, עס איז געווען גאר א לאנגער און שווערער טאג אינעם בית המקדש. מ'האט בלויז אין דעם איינצעלען טאג געקוילעט דרייצן שטירן, פערצן שעפסן, און צוויי ווידער... דאס איז נאך אפגעזען פון די אלע טויזענטער קרבנות וואס די מיליאנען עולי רגל האבן געברענגט... פארט האט זיך נישט אנגעזען קיין שום מידעקייט אין בית המקדש. באלד מוצאי יום טוב האבן זיך אנגעהויבן די פיבערהאפטיגע בעפארברייטונגן צום גרויסארטיגן שמחת בית השאיבה...

מ'האט אויפגעשטעלט מעכטיגע גאלעריען פאר די פרויען. דאס האט מען געטאן אויפן דערעקטער פארלאנג פונעם וועד הצניעות. נעמליך, אין די פארגאנגענהייט האבן מאנכע באריכטעט פאר די צניעות אויטריטעטן איבער געוויסע שטרויכלונגען וואס מאנכע פון די יונגווארג האבן אפגעטאן אינעם סאמען בית המקדש אין די הייליגסטע מאמענטן. אין רעזולטאט האט מען באשלאסן צו פארשפארן די פרויען אין האלצענע גאלעריען. דאן האט מען אויפגעשטעלט מאסיווע שטאנגן אויף וועלכע ס'האט געהאנגן פיר גאלדענע לעמפ פון ריין גאלד. פון די לעמפ האבן געהאנגן ספעציעלע שטריקענע לייטערס – אויף וועלכע די יונגע כהנים האבן זיך ארויפגעדראפעט מיט פלעשער בוימל. יעדע פלאש האט ערהאלטן אין זיך 120 לוג אויל. פאר קנויטן האט מען זיך באנוצט מיט אלטע אפגעריבענע לענענע הויזן פון די כהנים. און ווי נאר די ליכט זענען אויפגעגאנגן - האט א העליש ליכטיקייט ארום געכאפט גאנץ ירושלים, אזש ס'איז נישט געווען קיין הויף אין גאנץ ירושלים וועלכע איז נישט באלאכטן געווארן פון די העלישע ליכטיקייט. דער אידישער הויפט שטאט האט זיך געטינקן אין א ים פון ליכטיקייט, אזש א פרוי האט געקענט קלויבן ווייצלעך אין הויף...

דאן איז געגעבן געווארן די סיגנאל פאר די לויים אנצוהייבן מיט די מוזיק. די לויים זענען געשטאנען אויף די טרעפ וואס פירט פון עזרת ישראל צו עזרת נשים. זיי זענען געווען אויסגעשטאט מיט אומצאליגע מוזיקאלישע אינסטרומענטן פון יעדע סארט. א הערליכער פילהארמאנישער געזאנג און לויב צום הייליגן באשעפער האט זיך צוגאסן אין די עזרה, און דער גאנצער ארום איז מיטגעכאפט געכאפט געווארן מיט די כוואליעס פון פרייד און די אויסטערלישע דערהויבנקייט וואס האט דאן געהערשט אין בית המקדש, אזש מאנכע זענען גאר באהערשט געווארן פון א הייליגער גייסט פון די אומהויערע גרויסע שמחה און טענץ וועלכע האט דארט געהערשט. די גרויסע לייט פונעם פאלק האט זיך ארויסגעלאזט אין הערליכע טענץ מיט ברענעדיגע פאקלן אין די הענד. ספעציעל האט זיך אויסגעצייכנט דער גייסטישער פירער פון פאלק דער גרייז-גרויער זקן רבי שמעון בן גמליאל – ער איז געטאנצן מיטן גאנצן קראפט און דורכגעפירט מייסטערהאפטיגע קונצן וועלכע האבן גאר שטארק געהויבן די געמיטער. אזוי האט מען אפגעטאנצט א גאנצע נאכט מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט.

ווי נאר דער הון האט געקרייט האבן צוויי כהנים געשאלט מיט גראנדיעזע טראמפייטערס, און דאס שאלן האט פארגעזעצט דורכאויס די גאנצע וועג ביז צום טויער וואס פירט ארויס מזרח. ווי נאר זיי האבן דערגרייכט דעם טויער האבן זיי זיך ארויסגעדרייט צו מערב און געזאגט: אונזערע עלטערן וועלכע האבן זיך געפונען אויף דעם ארט האבן זיך אויסגעדרייט מיטן רוקן צום בית המקדש און זיך געבוקט צו די זון, זאגאר מיר זענען מיט אונזער אויגן צו ג-ט. מ'האט ווייטער געשפאנט צום שילוח פון וואו מ'האט אנגעשעפט דריי לוג וואסער מיט א גאלדאנעם עמער. דאן האט די גאנצע פּראָצעסיע געמאכט די וועג צוריק צום בית המקדש וואו מ'האט זיך שוין געגרייט צו שחט'ען דעם קרבן תמיד פון צופרי...

באלד מיטן שחט'ען דעם קרבן תמיד האבן די כהנים געגאסן די וואסער אויפן מזבח אינאיינעם מיט די טעגליכע נארמע וויין צו די שאלן פון פרייד וואס האט אפגעהילכט אין די גאנצע עזרה. איינע פון די פראמינענטסטע לויים וואס האט געדינט אין בית המקדש אין יענע עפאכע - רבי יושע בן חנניה, האט זיך אויסגעדרוקט – אז אין יענע טעג איז ער אינגאנצן נישט געשלאפן. איך בין געלאפן פונעם תמיד פון צופרי, צום דאווענען. פונעם דאווענען צו די קרבנות פון מוסף, און פון דארט צו תפילת מוסף. פון תפילת מוסף צום בית מדרש, און דאן צום עסן און טרינקן, דערנאך צו מנחה, און פון דארט צום תמיד פון מיטאג און דאן האט זיך אנגעהויבן די שמחת בית השאיבה...

ווי עס קוקט אויס איז דער גאנצער טראראם ארום דאס גיסן דאס וואסער נישט פארגעקומען אינעם ערשטן בית המקדש – ער האט זיך אין אלגעמיין אנגעהויבן ביי די ענדע פונעם צווייטן בית המקדש. ווארשיינליך איז דאס געווען בלויז צו ווייזן פאר די צדוקים וועלכע זענען געווען אָריגינעליסטן וועלכע האבן בלויז געלייבט וואס עס שטייט דייטליך ארויסגעשריבן אין די תורה, זיי האבן נישט געגלייבט אין די אינטערפארטאציעס אין די תורה וואס די חכמים האבן מקבל געווען פון סיני...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר