א שאלה איבער ערבות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 472
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

א שאלה איבער ערבות

שליחה דורך צפור בודד »

ווען איך בין אויפגעוואקסן (אין אייראפע) אין די 70גע יארן האט מען געשניטן ערבות פון ערבות ביימער (willows) ביי די טייכן. מדקדקים האבן זיך פארמיטן פון געזעגטע (אדער געזעגלטע) ערבות און אנדערע האבן געפרעגט שאלות איבער לכם ווייל דער לאנד ביים טייך איז געווענליך פארק לאנד וכדומה. אבער דער מין ערבה איז געווען ווי ווייט איך ווייס קלאר. willow אדער weeping willows ביימער וואס וואקסן טאקע על פי רוב ביי א טייך און זיי זענען ווי אין פסוק שטייט ערבי נחל.

אין די 80גע אדער 90גע יארן איז אויפגעקומען א נייע מין ערבה וואס מען האט אימפארטירט בדרך כלל פון אמעריקע און מען האט עס גערופן שאצער ערבות\הושענות און דאס איז היינט כמעט דער סטאנטארד. די סארט ערבות זענען א מער פעסטער און דיקערע צווייג, דער צווייג איז געווענליך רויט\ברוינלעך, די בלעטער זענען מער טינקל גרין און אויך גרעסער און שטערקער און מער פון זיי בלייבן גאנץ. נאך א מעלה האבן זיי אז זיי בלייבן פריש לענגער און זיי ווערן נישט שווארץ אדער אויסגעטרוקנט ווי די אמאליגע.

מיין שאלה איז פון וואו איז געקומען דער נייער ערבה און צי איז עס בכלל אן ערבה? אויף אתרוגים איז דא שאלות פון מורכבים און ארום די 80גע יארן האט דער קלויזנבורגער רב איבערגעדרייט א וועלט איבער מאראקאנע אתרוגים וואס ער האט גע'טענה'ט אז זיי האבן נישט קערל. איבער לולבים איז דא דרעי לולבים אין הדסים זענען מהודר פון צפת. נאר אויף ערבות איז מיר א פלא אז מען האט געברענגט א נייער מין ואין פוצה פה. איך דערמאן מיך צוריק אז מען האט דעמאלסט געזאגט אז עפעס א בנש"ק האט געדינגען מומחים צו וואקסן אזוינע ערבות מיט אלע די מעלות. נאר למעשה אז מען גייט ביין די וואסערן זעט מען נישט אז ערבות זען אזוי אויס.

איך בין נישט מערער און איך ווייס נישט צופיל מער פון דאס וואס איך שרייב דא און אפשר קען עמעצער פארברייטערן פון וואו און וויאזוי דער נייער ערבה איז אנגעקומען און ברענגען מקורות, תשובות וכדומה.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר