דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:01 am

די משנה זאגט אין סנהדרין פרק חלק – "דור הפלגה אין להם חלק לעולם הבא". דער מענטשן פונעם דור הפלגה האבן נישט קיין טייל אין עולם הבא, זיי פאלן אריין אין די קאטאגאריע פון דאס ארגסטע פון די מענטשהייט - וואס צוליב זייער גרוילטאטן האבן זיי נישט בלויז באקומען זייער שטראף אויף דער וועלט, נאר זיי האבן אויך גענצליך אנגעוואוירן זייער זייער טייל אינעם אייביגן וועלט.

ווען מ'נעמט אפיר דאס חימוש'ל און מען פראבירט זיך צו דערגרינטעווען וואס דער זינד פון די הפלגה לייט איז געווען, טאפט מען ממש א וואנט. אט איז וואס דער חימוש פארציילט אונז:

ס'איז געווען נאכן מבול. נאך דער גרעסטער הימלישער-האליקאסט אין די מענטשליכע געשיכטע, דער גאנצע וועלטליכע פאפולאציע איז טראגיש אראפגעווישט געווארן פון די מאפע, ס'איז קיינער נישט פארבליבן בלויז נח און זיינע דריי זון, וועלכע האבן באוויזן איבערצולעבן דעם שרעקליכן האליקאסט אויף א וואונדערליכער אופן. זיי האבן זיך ארויסדערשלאגן פונעם האלצענעם שאכטל אין וועלכע זיי האבן זיך אויפגעהאלטן, און אנגעהויבן זיך צו ווידמען. די קינדער האבן זיך פארמערט און פארמערט ביז די וועלטליכע פאפולאציע האט זיך ווידער אנגעהויבן איינצושטעלן. אלע מענטשן האבן דאן געוואוינט אינאיינעם אויף איין ארט הארט לעבן ווי דער פארלאזטער תיבה איז געשטאנען. די מענטשן האבן געלעבט אינאיינעם מיט הארמאניע און ביסלעכווייז פראבירט צוריק איינצושטעלן א פרישע וועלטס ארדענונג, ווי ס'איז געווען איידער דער שרעקליכער האליקאסט האט אלעס טראגיש פארניכטעט. די מענטשן האבן אלע גערעדט די זעלבע שפראך דערפאר האט טאקע געהערשט צווישן זיי א פולשטענדיגע פארשטענדעניש.

מיט די צייט האבן די מענטשן באשלאסן ענדליך זיך אוועק צו ציען פון די הררט בערג וואס געפונט זיך אין טערקיי, דאס ארט וואו תיבה איז געבליבן געשטאנדעט נאכן מבול. די מענטשען האבן געוואנדערט ווייטער דרום וואו ס'האט זיך געפונען די מעסאָפּאָטאַמיאַ ראיאן. זיי זענען אנגעקומען צו א טאל וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן שנער און זיי האבן זיך דארט באזעצט. שנער איז טאל וואו עס איז נישט פארהאן קיין שטיינער. דערפאר האבן זיי אנגעהויבן צו ברענען ציגל און זיי האבן אויך גלייכצייטיג פאבריצירט ליים. זיי האבן אנגעהויבן בויען א שטאט וואו צו וואוינען. אינעם צענטער פון שטאט האבן זיי אויפגעבויעט א ריזן טורעם וואס האט דערגרייכט ביז צום הימל. פארוואס האבן זיי געבויעט אזא ריזן טורם? ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושפרייטן – זיי האבן געוואלט בלייבן אלע אינאיינעם אלס איין שטארקע צוויליזאציע. און דער הויכער-טורעם האט געדינט אלס א סיגנאל פאר די מענטשן זיך נישט צו דערווייטערן צו ווייט פונעם שטאט.
דער באשעפער האט זיך צוגעקוקט וואס די מענטשן טוען – און ער האט געזען דאס שטאט און די טורעם וואס די מענטשען האבן אויפגעבויעט. האט דער באשעפער געזאגט, נעמליך, די מענטשן זענען איין פאלק און רעדן אלע איין שפראך, איז דען דאס א וואונדער פארוואס זיי ווילן דאס טאן? לאמיך אראפ גיין און צומישן זייער שפראך - אזוי אז זיי זאלן זיך נישט פארשטיין איינעם דעם צווייטן. אין רעזולטאט האבן זיך מענטשן פארשפרייט און זיי האבן אויפגעהערט צו בויען דעם שטאט. דערפאר ווערט דאס ארט אנגערופן בבל ווייל דארט האט דער באשעפער צומישט די שפראכן און פון דארט האט דער באשעפער זיי אויסגעשפרייט אויף די גאנצע וועלט.

וואס האבן די מענטשן שלעכסט געטאן? וואס האט געארט פארן באשעפער אז די מענטשן וואוינען אינאיינעם מיט הארמאניע? און פארוואס קומט זיך זיי אזא גראנדיעזע שטראף אז זיי זאלן נישט האבן קיין טייל אין עולם הבא? דור המבול און סדום שטייט דייטליך ארויסגעשריבן אין די תורה הק' אז זיי זענען געווען שלעכטע לייט! אבער די דור הפלגה? פארוואס שטייט נישט אין תורה הק' וואס זיי האבן געטאן?

די גמרא לערנט ארויס מיט א דרוש אז זיי האבן געוואלט דינען ע''ז, און די רמב''ן און דער אור החיים הק' זאגן ביידע אז דער זינד איז געווען אזא סארט קבלה-זינד. אז זיי זענען געווען מקצצי בנטיעות... צוויי זאכן: איינס אין מקרא יוצא מידי פשוטו. און צווייטנס די תורה טייטשט מען אפ בפרד''ס. בדרך דרוש ורמז ווייסן מיר שוין אז דער זינד איז געווען ע''ז, בדרך קבלה ווייסן מיר שוין אויך אז זיי זענען געווען מקצצי בנטיעות... אבער וואס טיט זיך מיטן פשט? ע''פ פשט וואס פאר א זינד איז דער דור הפלגה באגאנגן? און נאך מער לאמיר שוין זאגן ע''ז, דאן פארוואס אין להם חלק לעולם הבא? האבן דען די אידן נישט געדינט ע''ז בזמן שבית המקדש היה קיים? האבן זיי דען אויך נישט קיין טייל אין עולם הבא?

אין בין אינגאנצן צומישט... עמיצער קען אריינקומען קלאר?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

Re: דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:32 am

אויף אגדה פרעגט מען נישט קיין קשיות!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

Re: דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:33 am

אמאל האב איך געהערט אז זייער עבירה איז געווען ווייל זיי האבן געוואלט איינפירן "נאציאנאלע סאשעליזם"
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:05 am

די שליסל ליגט אין די ווערטער וואס זיי האבן געזאגט "לאמיר בויען א שטאט, מיט א טורעם ביזן הימל, און לאמיר זיך מאכן א נאמען (עפעס א רוחניות'דיגע כוח)", און אויף דעם זענען דא אפאר פירושים וואס איז געווען די עיקר פראבלעם:

א. גאט איז נישט געפאלן אז מ'קומט זיך דרייען ביי איהם אונטער די פיס (ומגדל וראשו בשמיים). - חזיונות הסבילות

ב. זיי האבן זיך געוואלט שלאגן מיט כביכול (ונעשה לנו שם). - מדרש

ג. זיי האבן געמאכט נמרוד פאר א געטשקע (ונעשה לנו שם). - קדמוניות היהודים

פון אנדערע מקורות זעהט אויס אז גאט האט זיי געהייסן עפעס און זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט, און אויף דעם איז געקומען דעם עונש, ועיין עוד כאן וכאן.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:48 am

דער זינד פון דור המבול שטייט אין חימוש!
דער זינד פון אנשי סדום שטייט אין חימוש!
די זינד פון דור הפלגה, שטייט נישט אין חימוש. פארוואס?
די אלע דברי הגדה און מדרשים איז אלעס דרוש. ע''פ פשט וואס איז געווען זייער זינד?

ונעשה לנו שם באדייט "זיך צו מאכן א שטארקער נאמען. וואס איז דער פראבלעם דערמיט? פארוואס פארלירט מען עולם הבא צוליב דעם?
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:54 am

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט אז זייער עבירה איז געווען ווייל זיי האבן געוואלט איינפירן "נאציאנאלע סאשעליזם"


כ'גלייב שווער אז זיי זענען געווען אזעלכע שוטים...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

Re: דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הודעהדורך לולקע באנוצער » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:10 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:חימוש


איך גלייך נישט צו פארריכטן גרייזן, אבער ווען קאך שרייבט און ס'גיסט זיך דאס זאפט ווי שטענדיג און א טעות פאלט אריין איז עס ממש א שאד נישט צו פארריכטן.
@קאך_לעפל: חומש איז די ערשטע פינף בענדער פונעם ביבל. חימוש וואלט לכאורה געמיינט באוואפענען אדער עפעס אזוי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:38 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:ונעשה לנו שם באדייט "זיך צו מאכן א שטארקער נאמען. וואס איז דער פראבלעם דערמיט? פארוואס פארלירט מען עולם הבא צוליב דעם?

זעהט זיך אויס אז ארויפגיין אין הימל און מאכן א "שם" איז א זינד, איי דו פארשטייסט נישט וואס איז שלעכט דערמיט, נישט געפערליך.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 12:59 pm

ע''פ פשט טייטשן די ווערטער "ונעשה לנו שם" זיך צו מאכן א גרויס נאמען.

עס איז פארהאן אן ארגומענט צווישן די מפרשים אויב די גאנצע וועלטס פאפולאציע זענען ווירקליך אנוועזן געווען ביי די הפלגה. דער רמב''ן לערענט אז בלויז די קינדער פון שם - ער זאגט אז ס'לייגט נישט אויף די געדאנקן אין קינדער פון חם און יפת זענען אנוועזן געווען דארט. ער האלט אז באלד נאכן מבול האבן זיך די פעלקער צוטיילט יעדער אויף זיין ארט, אויסגעשלאסן די קינדער פון שם. לויט דעם שטימן די ווערטער ונעשה לנו שם נאך בעסער. א שם פאר די קינדער פון חם און יפת.

אייגענטליך, ווי אזוי טייטש דו דער פסוק "ונתן השם לך שם לב רגז וכליון עינים" אדער דער פסוק:ונתתי להם בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ומבנות שם עולם אתן לו. אדער דער פסוק אין דבה''י: ועשיתי לך שם כשם הגדולים אשר בארץ... און נאך...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 1:48 pm

ע"פ פשוטו של מקרא וויל דער פסוק געבן צו פארשטיין וויאזוי דאס איז אז די גאנצע וועלטס פאפולאציע כאטש וואס זיי דארפן אפשטאמען פון נח און זיינע דריי זון זענען זיי אבער פארשידענארטיגע פעלקער צוזייעט אויף אלע פיר ווינקלען און רעדן אנדערע שפראכן דערפאר פארציילט די תורה די השתלשלות וויאזוי ס'איז צוגעגאנגן. גאט האט געזאגט פאר נח און זיינע קינדער פרו ורבו בארץ אז זיי זאלן זיך פארמערן און אויסשפרייטן איבער די וועלט. ביים דור הפלגה האט זיך צוזאמגענומען דאס מענטשהייט צו רעוואלטירן דאס באפעל פון גאט זיך אויסצושפרייטן און זיי האבן זיך דערפאר צוזאמגענומען אין א טאל וואס איז א נאטור-באגרעניצטען פלאץ און כדי צוזאמצוהאלטן דאס מענטשהייט אויף יענעם פלאץ האבן זיי אויפגעבויט א טארעם כדי אז דאס זאל דינען די וועגווייזער פון דערווייטענס און אויך אז דאס וועט מכאן דאס פלאץ פראמינענט אז יעדער וועט וועלן בלייבן דארט.
גאט האט זיי אבער באשטראפט און מיט כח זיי צעווארפן און פארמישט זייער שפראך, די תורה גיט נישט צו פארשטיין דעם פראצעס וויאזוי דאס האט געארבעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נהורא נפישא אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 1:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1620
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1894 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 1:51 pm

איינשטימיג. כ'האב אויך אזוי געקלערט.

אז מ'רעוואלטירט קעגן ג-ט פארלירט מען דעם טייל פונעם אייביגער וועלט.

יישר כח
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 1:58 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:ע"פ פשוטו של מקרא וויל דער פסוק געבן צו פארשטיין וויאזוי דאס איז אז די גאנצע וועלטס פאפולאציע כאטש וואס זיי דארפן אפשטאמען פון נח און זיינע דריי זון זענען זיי אבער פארשידענארטיגע פעלקער צוזייעט אויף אלע פיר ווינקלען און רעדן אנדערע שפראכן דערפאר פארציילט די תורה די השתלשלות וויאזוי ס'איז צוגעגאנגן. גאט האט געזאגט פאר נח און זיינע קינדער פרו ורבו בארץ אז זיי זאלן זיך פארמערן און אויסשפרייטן איבער די וועלט. ביים דור הפלגה האט זיך צוזאמגענומען דאס מענטשהייט צו רעוואלטירן דאס באפעל פון גאט זיך אויסצושפרייטן און זיי האבן זיך דערפאר צוזאמגענומען אין א טאל וואס איז א נאטור-באגרעניצטען פלאץ און כדי צוזאמצוהאלטן דאס מענטשהייט אויף יענעם פלאץ האבן זיי אויפגעבויט א טארעם כדי אז דאס זאל דינען די וועגווייזער פון דערווייטענס און אויך אז דאס וועט מכאן דאס פלאץ פראמינענט אז יעדער וועט וועלן בלייבן דארט.
גאט האט זיי אבער באשטראפט און מיט כח זיי צעווארפן און פארמישט זייער שפראך, די תורה גיט נישט צו פארשטיין דעם פראצעס וויאזוי דאס האט געארבעט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 2:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 2:00 pm

"די תורה גיט נישט צו פארשטיין דעם פראצעס וויאזוי דאס האט געארבעט"

אייגענטליך יא! ער האט צומישט די שפראכן אז די מענטשען זאלן נישט קענען קומיוניקירן צווישן זיך. פראביר צו לעבן מיט כינעזער אונטער די זעלבע דאך. אין רעזולטאט האט זיך דער מענטשהייט געמוזט צושפרייטן און באזעצן די אנדערע טיילן פון די וועלט... ס'איז גראדע א געלונגענע בייפאל....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 2:01 pm

דאס איז גאנץ גוט לויט ר' יוחנן בן ברוקה אז פרויען זענען מצווה אויף פרייה ורבייה, לויט אבער די אנדערע חכמים וועלכע האבן געהאלטן אז נישט זענען די פרויען דאך נישט באשטראפט געווארן איז וויאזוי האבן די פארווארפענע מענטשן געקענט האבן קינדער? וועט מען מוזן זאגן אז די קליינע מיידעלעך זענען פארווארפן געווארן צוזאמען מיט די עלטערן, שהקטנים מתים בעון אבותם בידי שמים.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין ראדני בעיסמענט
האט שוין געלייקט: 2831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 2:59 pm

דער ליטוואק דארף ברענגן דער אוה"ח?!

אוה"ח בראשית יא, א האט געשריבן:(א) ויהי כל הארץ שפה אחת וגו' יש לתת לב לתור בענין דור הפלגה מה היה דעתם בבנות העיר והמגדל, שאם טעמם הוא בפרט מפרטי הכפירה לא נודע אופן הכפירה גם לא היה ה' מספיק להענישם בהפיץ אותם לבד ועוד צריך לדעת אומרו לא יבצר מהם, כי ח"ו כמעט יבא הטועה לטעות בזה ג ועוד מה היא כוונת הכתוב שכתב לנו ענין בנין העיר בפרטים המגונים, והלא אמרו רבותינו ז"ל (אדר"נ פי"א) כי מרצון ה' היה שיתעסקו בבנין העולם:
ואפשר כי להיות שכאשר ברא הקב"ה עולמו בראו שיהיה שליש ישוב ושליש מדבר ד, ותמצא הן היום כמה מקומות של ישוב שאם תסמוך אותם אחת אל אחת לא יהיה אפילו חלק ממאה בשליש ישוב הנזכר ויהיה הכל מדבר, אלא להיות שהעיירות והכרכים בין עיר לעיר חלק חרב ובני העולם עוברים ושבים מזו לזו, בזה יחשב הכל בין העיירות בין מה שביניהם ישוב ובצירוף הכל תמצא שליש ישוב:
ולזה נאמר (היתה) [ויהי] כל הארץ שפה אחת ודברים אחדים, רצו שיהיו כולם מקובצים במקום אחד ולא יתפזרו אנה ואנה ושיהיה מקום אחד ישוב דוקא, ולזה בנו העיר להם פירוש עיר אחת לכולם, ולחששת שמא יתפזרו באורך העולם וילך אחד מהם אנה ואנה עשו המגדל להיות להם לסימן שזהו מקומם אשר נקרא שמם עליו, וגם להכיר המקום מרחוק אשר יהיה שם ובא יבא לאות המגדל, וזהו אומרו (פסוק ד) פן נפוץ על פני כל הארץ, שלא רצו להיותם נפזרים וכלים זעיר שם זעיר שם:
ולזה אמר ה' כי הדבר הזה איננו נכון בעיניו, והוא דבר שיכולים להשיגו להיותם בעלי בחירה ורצון במעשה הגשמי, ולזה גזר אומר להפר עצתם ולבלול שפתם שאז בהכרח יהיו נפרדים וכל אחד יבקש לו מקום, וזהו שאמר הכתוב ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ, וזה הוא עד נאמן לפירושנו שכוונת ה' שיהיו ממלאים כל העולם, ובזה נעשה שליש העולם ישוב לסיבה נודעת לו יתברך שמו ויש בזה סוד כידוע ליודעי חן וכמעט יהיה דומה למקצץ בנטיעות ומפנים השפעה ממקום למקום ור


האסט מזל. איך האב א חברותא וואס איז א ליטוואק (א האלבע), און ער האט אן עלטערע טאכטער, ווייל ער איז א ליטוואק. און איינער האט איהם געזאגט אז עס איז א סגולה צו לערנען אוה"ח, האט ער מיר געבעטן מיר זאלען צולייגען אוה"ח צום סדר. און פון דעם ווייס איך דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8388 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 3:21 pm

כ'האב עס פריער ציטירט...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1996 מאל

Re: דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 4:02 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ליטוואק דארף ברענגן דער אוה"ח?!

אוה"ח בראשית יא, א האט געשריבן:(א) ויהי כל הארץ שפה אחת וגו' יש לתת לב לתור בענין דור הפלגה מה היה דעתם בבנות העיר והמגדל, שאם טעמם הוא בפרט מפרטי הכפירה לא נודע אופן הכפירה גם לא היה ה' מספיק להענישם בהפיץ אותם לבד ועוד צריך לדעת אומרו לא יבצר מהם, כי ח"ו כמעט יבא הטועה לטעות בזה ג ועוד מה היא כוונת הכתוב שכתב לנו ענין בנין העיר בפרטים המגונים, והלא אמרו רבותינו ז"ל (אדר"נ פי"א) כי מרצון ה' היה שיתעסקו בבנין העולם:
ואפשר כי להיות שכאשר ברא הקב"ה עולמו בראו שיהיה שליש ישוב ושליש מדבר ד, ותמצא הן היום כמה מקומות של ישוב שאם תסמוך אותם אחת אל אחת לא יהיה אפילו חלק ממאה בשליש ישוב הנזכר ויהיה הכל מדבר, אלא להיות שהעיירות והכרכים בין עיר לעיר חלק חרב ובני העולם עוברים ושבים מזו לזו, בזה יחשב הכל בין העיירות בין מה שביניהם ישוב ובצירוף הכל תמצא שליש ישוב:
ולזה נאמר (היתה) [ויהי] כל הארץ שפה אחת ודברים אחדים, רצו שיהיו כולם מקובצים במקום אחד ולא יתפזרו אנה ואנה ושיהיה מקום אחד ישוב דוקא, ולזה בנו העיר להם פירוש עיר אחת לכולם, ולחששת שמא יתפזרו באורך העולם וילך אחד מהם אנה ואנה עשו המגדל להיות להם לסימן שזהו מקומם אשר נקרא שמם עליו, וגם להכיר המקום מרחוק אשר יהיה שם ובא יבא לאות המגדל, וזהו אומרו (פסוק ד) פן נפוץ על פני כל הארץ, שלא רצו להיותם נפזרים וכלים זעיר שם זעיר שם:
ולזה אמר ה' כי הדבר הזה איננו נכון בעיניו, והוא דבר שיכולים להשיגו להיותם בעלי בחירה ורצון במעשה הגשמי, ולזה גזר אומר להפר עצתם ולבלול שפתם שאז בהכרח יהיו נפרדים וכל אחד יבקש לו מקום, וזהו שאמר הכתוב ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ, וזה הוא עד נאמן לפירושנו שכוונת ה' שיהיו ממלאים כל העולם, ובזה נעשה שליש העולם ישוב לסיבה נודעת לו יתברך שמו ויש בזה סוד כידוע ליודעי חן וכמעט יהיה דומה למקצץ בנטיעות ומפנים השפעה ממקום למקום ור


האסט מזל. איך האב א חברותא וואס איז א ליטוואק (א האלבע), און ער האט אן עלטערע טאכטער, ווייל ער איז א ליטוואק. און איינער האט איהם געזאגט אז עס איז א סגולה צו לערנען אוה"ח, האט ער מיר געבעטן מיר זאלען צולייגען אוה"ח צום סדר. און פון דעם ווייס איך דערפון.
כ'האב נישט געוויסט אז ליטאים נעמען אויך אנטייל אין סגולות, שוין, די ליטאים זענען פערטיגע חרדים אן אינטערשיד. שיק עם צו קערעסטיר דערצייל עם וועגן לייגן בייגן סגולות זאג עם אז ס'גרויסע סגולה צו פארציילן בעש"ט מעשיות מוצאי שבת איבערן פרישן געבראטענע קנאבל ברויט, וועט ער כאטשיג זעהן אז סגולות קען זיך אויך ארום דרייען קאלאריעס אויך און נישט נאר אין ס'מעדריש איבערן אוה"ח
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 754
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל

הודעהדורך real fake news » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 6:06 pm

איך זעה נישט די פראבלעם דא, דו רעדסט פון פשט, ווי אין פסוק ווערט דערמאנט א ווארט וועגן שטראף און זינד?
סאיז קיינמאל נישט געווען קיין זינד, און זיי זענען קיינמאל נישט געשרטאפט געווארן.

איך זעה נאר אין פסוק אזוי, די עולם האט זיך גענומען בויען א ציגל פעקטערי, פאר סאם ריזען איז גאט נישט געפאלן די אחדות צו קענען מאכן פראדזעקטס צוזאמען, האט ער זיי צומישט און פארזייט און אפגעהאקט די קאמיוניקעישין.

יעצט איז מיר שווער אפאר קשיות, וואס איז געווען די געבויאכץ, און וואס איז געווען גאטס פראבלעם etc.
אבער איך זעה נישט דא נישט קיין זינדיגעריי און נישט קיין שטראפעראציעס.
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 7:45 pm

שכח רעב קאך לעפעל און נהורא נפישא און ליטוואק פאר די שיינע הסברים.
דאכט זיך די פשוטע פשט איז מפורש אין פסוק:
וַיֹּאמֶר ה' הֵן עַם אֶחָד וְשָׂפָה אַחַת לְכֻלָּם וְזֶה הַחִלָּם לַעֲשׂוֹת וְעַתָּה לֹא יִבָּצֵר מֵהֶם כֹּל אֲשֶׁר יָזְמוּ לַעֲשׂוֹת
נעמליך גאט האט נישט געוואלט אז די מענטשהייט זאל זיין צו מאכטפול ווייל דעמאלטס וועלן זיי קענען טון וואס אומער זיי ווילן. סאיז געווען אזא באלאנס אוו פאוער אקט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1068
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 8:49 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 1:04 pm

לולקע באנוצער האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:חימוש


איך גלייך נישט צו פארריכטן גרייזן, אבער ווען קאך שרייבט און ס'גיסט זיך דאס זאפט ווי שטענדיג און א טעות פאלט אריין איז עס ממש א שאד נישט צו פארריכטן.
@קאך_לעפל: חומש איז די ערשטע פינף בענדער פונעם ביבל. חימוש וואלט לכאורה געמיינט באוואפענען אדער עפעס אזוי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


א טעות בכוונה איז נישט א טעות.
די טעותים זענען צומאל געמאכט צו טיילען מאלטיפעל ניקס.
זיינע טעותים זענען מערקבאר אז זיי זענען דוקא.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2185
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 6 געסט