דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

דער ראציאנאל פונעם זינד פון דור הפלגה.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די משנה זאגט אין סנהדרין פרק חלק – "דור הפלגה אין להם חלק לעולם הבא". דער מענטשן פונעם דור הפלגה האבן נישט קיין טייל אין עולם הבא, זיי פאלן אריין אין די קאטאגאריע פון דאס ארגסטע פון די מענטשהייט - וואס צוליב זייער גרוילטאטן האבן זיי נישט בלויז באקומען זייער שטראף אויף דער וועלט, נאר זיי האבן אויך גענצליך אנגעוואוירן זייער זייער טייל אינעם אייביגן וועלט.

ווען מ'נעמט אפיר דאס חימוש'ל און מען פראבירט זיך צו דערגרינטעווען וואס דער זינד פון די הפלגה לייט איז געווען, טאפט מען ממש א וואנט. אט איז וואס דער חימוש פארציילט אונז:

ס'איז געווען נאכן מבול. נאך דער גרעסטער הימלישער-האליקאסט אין די מענטשליכע געשיכטע, דער גאנצע וועלטליכע פאפולאציע איז טראגיש אראפגעווישט געווארן פון די מאפע, ס'איז קיינער נישט פארבליבן בלויז נח און זיינע דריי זון, וועלכע האבן באוויזן איבערצולעבן דעם שרעקליכן האליקאסט אויף א וואונדערליכער אופן. זיי האבן זיך ארויסדערשלאגן פונעם האלצענעם שאכטל אין וועלכע זיי האבן זיך אויפגעהאלטן, און אנגעהויבן זיך צו ווידמען. די קינדער האבן זיך פארמערט און פארמערט ביז די וועלטליכע פאפולאציע האט זיך ווידער אנגעהויבן איינצושטעלן. אלע מענטשן האבן דאן געוואוינט אינאיינעם אויף איין ארט הארט לעבן ווי דער פארלאזטער תיבה איז געשטאנען. די מענטשן האבן געלעבט אינאיינעם מיט הארמאניע און ביסלעכווייז פראבירט צוריק איינצושטעלן א פרישע וועלטס ארדענונג, ווי ס'איז געווען איידער דער שרעקליכער האליקאסט האט אלעס טראגיש פארניכטעט. די מענטשן האבן אלע גערעדט די זעלבע שפראך דערפאר האט טאקע געהערשט צווישן זיי א פולשטענדיגע פארשטענדעניש.

מיט די צייט האבן די מענטשן באשלאסן ענדליך זיך אוועק צו ציען פון די הררט בערג וואס געפונט זיך אין טערקיי, דאס ארט וואו תיבה איז געבליבן געשטאנדעט נאכן מבול. די מענטשען האבן געוואנדערט ווייטער דרום וואו ס'האט זיך געפונען די מעסאָפּאָטאַמיאַ ראיאן. זיי זענען אנגעקומען צו א טאל וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן שנער און זיי האבן זיך דארט באזעצט. שנער איז טאל וואו עס איז נישט פארהאן קיין שטיינער. דערפאר האבן זיי אנגעהויבן צו ברענען ציגל און זיי האבן אויך גלייכצייטיג פאבריצירט ליים. זיי האבן אנגעהויבן בויען א שטאט וואו צו וואוינען. אינעם צענטער פון שטאט האבן זיי אויפגעבויעט א ריזן טורעם וואס האט דערגרייכט ביז צום הימל. פארוואס האבן זיי געבויעט אזא ריזן טורם? ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט צושפרייטן – זיי האבן געוואלט בלייבן אלע אינאיינעם אלס איין שטארקע צוויליזאציע. און דער הויכער-טורעם האט געדינט אלס א סיגנאל פאר די מענטשן זיך נישט צו דערווייטערן צו ווייט פונעם שטאט.
דער באשעפער האט זיך צוגעקוקט וואס די מענטשן טוען – און ער האט געזען דאס שטאט און די טורעם וואס די מענטשען האבן אויפגעבויעט. האט דער באשעפער געזאגט, נעמליך, די מענטשן זענען איין פאלק און רעדן אלע איין שפראך, איז דען דאס א וואונדער פארוואס זיי ווילן דאס טאן? לאמיך אראפ גיין און צומישן זייער שפראך - אזוי אז זיי זאלן זיך נישט פארשטיין איינעם דעם צווייטן. אין רעזולטאט האבן זיך מענטשן פארשפרייט און זיי האבן אויפגעהערט צו בויען דעם שטאט. דערפאר ווערט דאס ארט אנגערופן בבל ווייל דארט האט דער באשעפער צומישט די שפראכן און פון דארט האט דער באשעפער זיי אויסגעשפרייט אויף די גאנצע וועלט.

וואס האבן די מענטשן שלעכסט געטאן? וואס האט געארט פארן באשעפער אז די מענטשן וואוינען אינאיינעם מיט הארמאניע? און פארוואס קומט זיך זיי אזא גראנדיעזע שטראף אז זיי זאלן נישט האבן קיין טייל אין עולם הבא? דור המבול און סדום שטייט דייטליך ארויסגעשריבן אין די תורה הק' אז זיי זענען געווען שלעכטע לייט! אבער די דור הפלגה? פארוואס שטייט נישט אין תורה הק' וואס זיי האבן געטאן?

די גמרא לערנט ארויס מיט א דרוש אז זיי האבן געוואלט דינען ע''ז, און די רמב''ן און דער אור החיים הק' זאגן ביידע אז דער זינד איז געווען אזא סארט קבלה-זינד. אז זיי זענען געווען מקצצי בנטיעות... צוויי זאכן: איינס אין מקרא יוצא מידי פשוטו. און צווייטנס די תורה טייטשט מען אפ בפרד''ס. בדרך דרוש ורמז ווייסן מיר שוין אז דער זינד איז געווען ע''ז, בדרך קבלה ווייסן מיר שוין אויך אז זיי זענען געווען מקצצי בנטיעות... אבער וואס טיט זיך מיטן פשט? ע''פ פשט וואס פאר א זינד איז דער דור הפלגה באגאנגן? און נאך מער לאמיר שוין זאגן ע''ז, דאן פארוואס אין להם חלק לעולם הבא? האבן דען די אידן נישט געדינט ע''ז בזמן שבית המקדש היה קיים? האבן זיי דען אויך נישט קיין טייל אין עולם הבא?

אין בין אינגאנצן צומישט... עמיצער קען אריינקומען קלאר?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר