קפיצות הדרך שיטת רש''י און רמב''ן.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

קפיצות הדרך שיטת רש''י און רמב''ן.

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:30 am

פילעווענדיג אזוי אינעם חומש'ל דעם פארגאנגענעם וואך, האט איך זיך אזוי אנגעשטויסן אינעם חלום פון יעקב מיטן לייטער. איך טוה מיר אזוי אן די האלבע בריל, און איך שפרייט אויס די נויטיגע מאפעס אויפן טיש, און איך הייב אן שטודירן גענוי דאס ארט וואו לייטער איז געשטאנען, און די גאנצע געשיכטע ווי אזוי יעקב האט זיך דערשלאגן פון באר שבע קיין חרן, און די קפיצת הדרך, אד''ג...

רש''י ארגומענטירט אז אט איז ווי אזוי די געשיכטע איז זיך פארלאפן: יעקב אבינו איז ארויס פון באר שבע און ער איז געגאנגען אן קיין אפשטעל ביז חרן. הארט ביי די טויערן פון חרן האט ער זיך מיטאמאל דערמאנט אז ער איז דורכגעגאנגען דאס ארט וואו זיינע עלטערן האבן געדאווענט – דער הר המוריה, און גיוואלד... ער האט זיך נישט אפגעשטעלט דאווענען. דער צדיק יעקב האט זיך דאס נישט געקענט פארגעבן... ער האט באלד זיך אויסגעדרייט אין געמאכט דעם גאנצן וועג צוריק צום הר המוריה. ווען ער איז אבער אנגעקומען צו די שטאט לוז איז מיטאמאל דער זון אונטערגעגאנגען, און יעקב האט גע'מעריב'ט און געשטעלט נעגל וואסער און זיך געלייגט שלאפן אויף דער ערד. אינדערצווישן האט דער באשעפער געמאכט אז דער הר המוריה זאל זיך ארויסרייסן פון זיין ארט און לאנדן אין די שטאט לוז. ווארשיינליך צו פארשפארן פאר יעקב דער שטיק וועג פון לוז ביז צום הר המוריה.
יעקב הצדיק איז פארזינקען א טיפער שלאף. מיטאמאל חלומט ער זיך ווי א ריזן לייטער שטייט פון די ערד ביז צום הימל, און הימלישע-מלאכים רומפאזשירן ארויף און אראפ אויף דעם דאזיגען לייטער. די פוס פונעם לייטער איז געשטאנען אין באר שבע, דער מיטן פונעם לייטער האט דערגרייכט קעגן הר המוריה, און דער שפיץ פונעם לייטער איז געווען פונקט העכער זיין קאפ אין די שטאט לוז. יעקב דערוועקט זיך פון זיין שלאף און באמערקט מיט וואונדער אז דער הר המוריה געפונט זיך דארט וואו ער איז - אין די שטאט לוז. רש''י עקלערט אז דער קפצה לו הארץ פון וואס די גמרא רעדט אין חולין - מיינט טאקע דאס אז דער הר המוריה איז אים קעגן געשפרינגן.

דער רמב''ן האט אסאך שוועריקייטן אויף רש''י, דערפאר האט ער אין גאנצן א אנדערע גאנג אויף די געשיכטע. אט ווי דער הייליגער רמב''ן שילדערט די געשיכטע: יעקב האט געוואוינט מיט זיין פאטער יצחק אין די שטאט חברון. ווען זיין פאטער האט אים געהייסן לויפן, צוליב דעם וואס זיין ברודער עשיו האט געוואלט מאכן די מעשה מיט אים, איז ער ערשט געלאפן קיין באר שבע. פארוואס באר שבע? ווייל ער האט געשפירט אז דארט אין באר שבע איז עפעס מער געאייגענט אז דער באשעפער זאל זיך באווייזן צו אים און געבן ווייטערדיגע אנווייזונגן. און דארט אין באר שבע האט ער געהאט דעם פארכטיגער חלום. דער לייטער איז געשטאנען אין באר שבע, און זיין שפיץ איז געווען קעגן דעם הר המוריה. דאס האט געצייגט פאר יעקב אז ער איז באשיינפערליך געווען גערעכט מיט זיין אויפפאסונג אז באר שבע איז טאקע מער געאייגענט פאר הימלישע אנטפלעקונגען. און ווען יעקב האט זיך אויפגעכאפט פון זיין שלאף, איז ער מיט קפיצת הדרך גלייך אנגעקומען קיין חרן נאך אינעם סאמע זעלבן טאג. אונטערוועגס האט ער געשטעלט א שטיין אויפן הר המוריה, און לוז און ירושלים זענען ווארשיינליך די זעלבע שטאט...

פון די הויפט ארגומענטן פארוואס דער רמב''ן קריגט אויף רש''י איז צילוב דעם 'קפצה לו הארץ'. דער רמב''ן וויל נישט לערנען ווי רש''י אז דער ערד איז ווירקליך געשפרינגן. ער ברענגט שטארקע באווייזן. אט איז איינע פון זיי: די גמרא זאגט אז בלויז דריי מענטשן האבן געהאט קפיצת הדרך: אליעזר דער קנעכט פון אברהם ביי זיין דראמאטישע שידוך מיסיע פאר יצחק, יעקב אבינו וועט ער איז אנטלאפן פון עשיו, און אבישי בן צרויה. ביי צוויי פון די דאזיגע פעלער איז דער ערד זיכער נישט קעגן געשפרינגן, נאר דער מענטש איז געפלויגן. דעריבער איז דער רמב''ן ביי די מיינונג אז ביי יעקב איז אויך אזוי געווען - דער מענטש איז געפלויגן און נישט די הר המוריה.

ווען האט אבישי בן צרויה געהאט קפיצת הדרך? נעם איך ארויס א גמרא און אט איז וואס די גמרא פארציילט אין סנהדרין:

אין א געוויסער פרייטאג פארמיטאג איז דוד המלך ארויסגעגאנגן שפאצירן אין א דארף מיטן נאמען בזאי. איז געגאנגן דער שווארצער שטן און ער האט זיך פארשטעלט ווי א הערש. דוד המלך זעט ווי א שיינער הערש מיט זיינע מייעסטעטישע הערנער שטייט אים קעגן די אויגן, ער האט באלד אנגעצויגן דעם בויגן צו כאפן דעם הערש. ווארשיינליך האט דוד געוואלט עסן דעם הערש פרייטאג צו נאכטס ביים טיש. דער פייל האט אבער נישט דערגרייכט איר ציל און דער הערש איז אנטלאפן, דוד המלך האט זיך באלד ארויסגעלאזט אויף א ווילדן יאגד צו פאנגען דעם הערש. זייענדיג אזוי אין גאנצן אריינגעטאן אינעם יאגד, האט זיך דוד המלך מיטאמאל דערזען אין פיינטליכע טעראטאריע, ער דערזעט זיך מיטאמאל אין לאנד פלשתים, אין די שטאט נוב. ס'איז אים באלד נישט גוט געווארן. און נאך איידער ער האט זיך געקענט אריענטירן וואס צו טאן ווייטער, זעט ער שוין פאר זיך שטיין זיין שוועסטערקינד דער מעכטיגער ריז ישבי. ישבי איז געווען א ברודער פון גלית. די ברודער גלית און ישבי און נאך צוויי ברודער זענען אלע געווען קינדער פון ערפה די יונגערע שוועסטער פון דוד'ס באבע פרינצעסן רות. ווען ישבי האט דערזען דעם דוד איז אים די בלוט באלד פארלאפן אין קאפ. דער יונג האט דאך דער'הרג'ט מיין ברודער גלית דורכאויס דעם עמק האלה שלאכט - האט ער בייזערהייט ארויסגעזידט צווישן זיינע פארקרימטע ציין. ישבי האט געגעבן א כאפ דעם דוד און ער האט אים אריינגעווארפן אונטער א אויל-פרעס, און דער ברייט-ביינערדיגער ישבו האט זיך זעלבסט ארויפגעזעצט אויפן שווערן באלקן וואס מען נוצט צו פרעסן די מאסלינעס. דער באנדיט האט געוואלט פארוואנדלן דוד המלך צו א הויפן צודרוקטע קארטאפאל. דער גוטער באשעפער האט אבער ווייעך געמאכט די ערד און ס'איז באשאפן געווארן אזא גרובל - וואס האט באשוצט דוד המלך פונעם שווערן געוויכט פונעם באלקאן און ישבי.

אין די זעלבע צייט וואס דער לעבן פון דוד איז געווען אין אויסטערלישע געפאר ווייט ווייט אין א פיינטליך לאנד אין פלשתים, האט דער לעגענדארער אידישער פעלד מארשאל דער גיבור דער העלד אבישי בן צרויה, דער ברודער פונעם קריגס מיניסטער יואב, זיך געפונען ביי זיך אינדערהיים אין ירושלים עיר הקודש. ער האט זיך דאן געגרייט מקבל צו זיין דעם הייליגן שבת מיט א הייליגער ציטער. ער האט פונקט דאן געהאלטן אינמיטן זיך אויסצוואגען דעם קאפ לכבוד שבת. מיטאמאל האט ער צו זיין שרעק באמערקט טראפן בלוט אינעם בעקן וואסער, מאנכע זאגן גאר אז א טויב האט זיך גענומען שרעקליך יאמערן. אבישי האט באלד פארשטאנען אז דער קעניג געפונט זיך אין א אויסטערלישער געפאר. ער האט זיך באלד געוואנדן צום פאלאץ פון קעניג, און דארטן האט מען אויך נישט געוויסט צו זאגן וואו אהין דער קעניג איז מיטאמאל פארשוואונדען געווארן.

אבישי האט ספאנטאן געוואלט כאפן דעם קעניגס מוילאייזל און גיין אפיר זוכן דעם פארלוירענעם קעניג איידער עס איז חלילה צו שפעט... אבער מיטאמאל האט ער זיך דערמאנט אז לויט די פארשריפטן איז פארבאטן פאר ציווילע מענטשען זיך צו באנוצען מיטן מוילאייזל פונעם קעניג. ווי א פייל פון א בויגן איז אבישי געלאפן צום יוסטיץ מיניסטעריום - מער באוויסט אלס די סנהדרין, און ער האט דריגענד פארלאנגט א צייטווייליגער ערלויבעניש צו רייטן אויפן קעניג'ס מוילאייזל. די סנהנדרין וועלכע האבן באנומען די ערנסטקייט פון די סיטואציע האבן אים באלד געשאנקן ערלויבעניש. אבישי האט זיך נישט געזוימט קיין מינוט, ער האט זיך אין איילעניש ארויפגעזעצט אויפן קעניג'ס מוילאייזעל, און ביז א אויגן בליק איז ער שוין געווען אין לאנד פלישתים. ער האט געהאט קפיצת הדרך.

אנקומנדיג אין פלשתים האט זיך אבישי פונקט אנגעטראפן מיט ערפה די מאמע פון ישבי. זי איז געזיצן אין איר הויף און געוועבט א קלייד. ווי נאר ערפה האט געזען דעם בארימטער אידישן פעלד מארשאל שטיין פאר אירע אויגן, האט זי באלד געכאפט דאס וועב-ברעט און עס געווארפן פאר אבישי אין קאפ אריין. דער געשולטער פעלד מארשאל האט זיך אבער בליץ שנעל אוועק געדרייט דעם קאפ, און דער שווערער ברעט איז געפאלן צו זיינע פוס. יונגערמאן! גיבט מיר זייטשע צוריק מיין וועב -ברעט האט זיך ערפה געוואנדן צו אבישי, זיכער זאגט אבישי. ער כאפט דעם שווערן ברעט און שמעטערט עס איר גלייך אין קאפ אריין מיט קראפט, ערפה איז אויפן ארט געפאלן טויט. אבישי איילט זיך צום ארט וואו דוד המלך האט זיך געפונען, אנקומענדיג אהין איז אים באלד פינצטער געווארן די אויגן.

ווען ישבי האט געזען ווי דער דוד האט איבערגעלעבט זיין ברוטאלע באהאנדלונג, האט ער א כאפ געטאן דוד המלך און אים ארויפגעשליידערט הויך אין די לופטן, און ער האט אונטערגלייגט זיין שפיז אזוי אז דוד זאל חלילה פאלן אויף זיין אויסגעשארפטער שפיז. אין יענע קריטישע מאמענט האט זיך אבישי באוויזן אויפן ארט. אבישי האט באלד ארויסגעזאגט א הייליגע שם און דוד המלך איז געבליבן שוועבן צווישן הימל און ערד. אבישי האט דאן נאכאמאל געזאגט א שם און דאס האט געהאלפן דוד המלך אראפקומען צוריק צו דער ערד פרידליך. די צוויי דוד און אבישי האבן זיך באלד גענומען אנטלויפן פון ארט ווען דער גערעגטער ישבי לויפט גלייך אונטער זיי. אנקומענדיג צום דארף קובי האבן זיך די צוויי אבישי און דוד אפגעשמיעסט צו שטעלן א העפטיגער ווידערשטאנד און אומשעדליך מאכן דעם ישבי. און ווען זיי זענען אנגעקומען צום דארף בי-תרי האבן זיי געזאגט מיט צוויי פיילן לאמיר הרג'נען א לייב. אבישי מיט דוד האבן דאן ספאנטאן זיך אויסגעדרייט צו ישבי און אים געזאגט: ישבי, גיי טרעף דיין מוטער ערפה טויט אין איר קבר! ווי נאר ישבי האט געהערט די נאמען פון זיין באליבטע מוטער ערפה איז ער באלד גענצליך אפגעשוואכט געווארן. דוד מיט אבישי האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט און אים גע'הרג'עט צום טויט.

נאך די דאזיגע שרעקעדיגע געשענעניש האבן די מיליטער לייט פון דוד הייס געשוואוירן, אז דוד המלך זאל מער קיינמאל נישט אנטייל נעמען אין קיין שלאכטן. אזוי אז דער ליכט פון כלל ישראל זאל חלילה נישט פארלאשן ווערן...

דער קפיצת הדרך פון אבישי איז זיכער געווען אז דער מענטש איז געפלויגן, און נישט אז פלשתים איז געשפרינגן צו ארץ ישראל.

ווי עס שטעלט זיך ווירקליך ארויס זענען פארהאן צוויי סארט קפיצות הדרך. רש''י קפיצות הדרך, און רמב''ן קפיצות הדרך. איז מיין פראגע מיט וועלכע פון די צוויי קפיצות הדרך באנוצן זיך די חסידישע רבי'ס? מיט רש''י אדער מיטן רמב''ן? מיר האבן אראפגעשארט פון די פארשטויבטע פאליצעס די מחניים און די מנחם מענדל ביכלעך, און מיר האבן געפונען געשיכטעס פון ביידע - סיי רש''י קפיצות הדרך און סיי רמב''ן קפיצות הדרך. איינער זאגט מיר אז די טשערנאבילער דינאסטאציע האט זיך אין אלגעמיין באנוצט מיט רש''י קפיצות הדרך, און דאקעגן די רוזשענער דינאסטאציע האט זיך מער-ווייניגער באנוצט מיט רמב''ן קפיצות הדרך... איך מיין אז יענער טרייבט קאטאוועס פון מיר... אלענספאלס וואס איז זיכער איז זיכער אז דער בעל שם הקדוש האט זיך בלויז באנוצט מיט רמב''ן קפיצות הדרך... ווי מיר זען אין די דראמאטישע מוצאי שבת אלעקסיי געשיכטעס...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1781
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט