פרשת וישלח - מיר שפירן 'אליין' – וואס טוט מען?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

פרשת וישלח - מיר שפירן 'אליין' – וואס טוט מען?!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 2:01 am

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

די הערליכע פרשיות גייען אזוי איינס איינס פארביי… חז"ל לערנען אונז אז מעשה אבות סימן לבנים - די לעבן און געשיכטעס פון די הייליגע אבות הקדושים דינען אלס א וועג ווייזער פאר
אונז, זייערע קינדער. לאמיר פרובירן זיך דערקוויקן און זיך אָנזאַפן דאס מערסטע וואס שייך.

לאמיר זיך דערהייבן און כאַפן א בליק פון דער הייך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאַנט דורכאויס אונזער גאנצע פרשה:
1. וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל עֵשָׂו אָחִיו וכו' - יעקב אבינו שיקט מלאכים צו זיין ברודער עשיו, מען גרייט זיך מיט דורון - מתנות, תפילה און מלחמה.
2. וַיִּוָּתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ עַד עֲלוֹת הַשָּׁחַר – יעקב אבינו בלייבט אליין, און פלוצלינג שלאָגט זיך דער מלאך מיט אים.
3. וַיִּשָּׂא יַעֲקֹב עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה עֵשָׂו בָּא וְעִמּוֹ אַרְבַּע מֵאוֹת אִישׁ – נאך 34 יאר טרעפט זיך יעקב מיט עשיו און זיי טיילן זיך אין וועג.
4. וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה אֲשֶׁר יָלְדָה לְיַעֲקֹב לִרְאוֹת בִּבְנוֹת הָאָרֶץ - דינה די טאכטער פון לאה גייט ארויס און זי ווערט פארכאפט.
5. וַיֹּאמֶר לוֹ אֱלֹקִים שִׁמְךָ יַעֲקֹב לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל – הקב"ה באווייזט זיך צו יעקב אבינו און זאגט אים: דיין נאמען וועט מער נישט זיין 'יעקב' נאר 'ישראל'.
6. וַתָּמָת רָחֵל וַתִּקָּבֵר בְּדֶרֶךְ אֶפְרָתָה הִוא בֵּית לָחֶם – רחל אמנו איז נפטר געווארן, און אט ווערט בנימין געבוירן.

אז מען באטראכט די וואכעדיגע פרשה פרעגט זיך עטליכע שאלות:
א. בפשטות ווען מען בליקט אדורך די פרשה זעט אויס ווי עס רעדט פון באזונדערע געשעענישן. לאמיר זיך אבער פארטיפן און זיך פרעגן: איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן די עניני הפרשה און אויב יא וואס איז עס? ב. ווען די מלאכים זענען צוריק געקומען צו יעקב אבינו האבן זיי געזאגט: עשיו איז אויפ'ן וועג, וְאַרְבַּע מֵאוֹת אִישׁ עִמּוֹ – מיט פיר הונדערט חברה. אויך שפעטער אין די פרשה ווערט דערמאנט דער ציפער 400, וואס לכאורה דארף מען זיך אפשטעלן און באטראכטן וואס ליגט אין דעם נומער. בפשטות וואלט דער פסוק געקענט זאגן אז עשיו קומט מיט א גאנצע מחנה? ג. יעקב אבינו גרייט זיך קעגן עשיו און פלוצלינג באגעגנט ער זיך מיט'ן מלאך. לאמיר פארשטיין, ווי קומט די מעשה מיט'ן מלאך פונקט אינדערמיט פון די באגעגעניש צווישן יעקב און עשיו?

פארשטייט זיך אז אין יעדע אות און נקודה אין דער פרשה ליגט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די הייליגע אבות ואמהות, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה - ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס לאמיר דערהערן און אויסשמועסן א יסוד פון אחדות און חברותא. אַן אמת'ע און ריכטיגע אחדות איז נישט אז מען האלט זיך צוזאמען ווייל איינער אליין איז גארנישט ווערד, און דערפאר מוז מען האבן א צווייטן. נאר פונקט פארקערט, "ווייל איך דערהער דאס שיינקייט פון מיר, און וויל איך פארשטיי אז אין מיר ליגט א חלק אלוק ממעל, א הערליכע געשמאַקע זאַך, דערפאר וויל איך עס מיטטיילן און ארויסברענגען צוזאמען מיט אנדערע". דווקא וויבאלד איך האב א ישות און א חשיבות און יענער האט אויך די זעלבע חשיבות, וויל איך ארבעטן צוזאמען מיט יענעם. ווען מען קומט זיך צוזאם אויף דעם אופן ווערט עס אַן אמת'ער כח הרבים.

לאמיר זיך אויסשמועסן: אַן עלטערער איד, א מלחמה איבערלעבער, איז אוועק פון דער וועלט. ביי די שבעה איז געקומען א פרעמדער מענטש, און ער האט געזאגט פאר די אבלים, די קינדער פונעם נפטר: "איר זאלט וויסן אז איך בין שולדיג פאַר אייער פאטער דאס גאנצע לעבן מיינע." די קינדער האבן זיך זייער געוואונדערט, וויבאלד לויט זייער באקאנטשאפט האט זייער טאטע נישט געהאט קיין שום שייכות מיט דעם איד. אבער ער האט באלד ערקלערט וואס ער מיינט, און דער איד האט אנגעהויבן אויפוויקלען זיינע זכרונות:

"איך בין געווען אין לאגער עטליכע יאר, און מיר האבן זיך צוזאמגעזען די ערגסטע וואס א מענטש קען זיך נאר פאָרשטעלן. ווען עס איז געקומען צום סוף פון דער מלחמה, האב איך נישט געהאט קיין שום מוהט זיך אויפצושטעלן און אָנהייבן א נייעם לעבן. מיין טאטע, מיין מאמע, מיינע געשוויסטער, מיינע קרובים חברים און ידידים זענען אלע געווארן אומגעברענגט דורך די נאציס ימ"ש. איך האב נישט געהאט קיין שום לעבנס מוהט.

"עס איז געקומען דער גליקליכער טאָג ווען די אמעריקאנער קרעפטן האבן באפרייט דעם לאַגער. אלע ארעסטאנטן האבן זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן ארויסגיין, אבער איך בין געבליבן זיצן איינער אליין. איך האב נישט געהאט קיין שום האפענונג און קיין שום ערוואַרטונג אויף א נייעם לעבן, און איך בין געווען גענצליך איינגעזינקען אין יאוש און דעפרעסיע.

דער איד האט ווייטער דערציילט זיין געשיכטע: "דעמאלט איז צוגעקומען אייער טאטע, און מיך געפרעגט, 'פארוואס גייסטו נישט ארויס?' האב איך געענטפערט: 'איך בין איינער אליין, איך האב נישט צו וועמען צו גיין.' האט אייער טאטע געענטפערט אויפ'ן ארט: 'דו ביסט נישט אליין, דו האסט מיך! און איך האב דיך! לאמיר זיך ביידע צוזאמען מחזק זיין און ארויסגיין פון דא.'
"די ווערטער האבן אריינגעבלאָזן א פרישן גייסט אין מיר," האט דער איד דערציילט מיט טרערן אין די אויגן. "איך האב זיך אויפגעהויבן פון ארט, פארלאזט דעם לאגער, און אנגעהויבן א נייעם לעבן און אויפגעשטעלט א פרישע שטוב. אלעס אין זכות פון דעם טרעפליכן חיזוק פון אייער טאטן. איך וועל דאס קיינמאל נישט פארגעסן!" האט דער איד אויסגעפירט.

ברידער! ביי יעדן מענטש מאַכט זיך אמאל וואס מיר שפירן אליין און איינזאם. ס'איז אמת אז צומאל מיינט עס אז מיר האבן נישט קיין חברים און מיר זענען פיזיש אליין, אבער אמאל קען זיך מאכן אז מיר געפינען זיך אין א גרויסע חתונה זאל ארומגענומען מיט גאר אסאך מענטשן, אבער דער מענטש האט אַן אינערליכער געפיל פון איינזאמקייט, מיר שפירן זיך 'אליין'...
די היינטיגע וועלט פון טעכנאלאגיע האט אונז גאר ווייניג צוגעהאלפן אין דעם נקודה. פון איין זייט העלפט עס טאקע פארבינדן מענטשן פון די אנדערע עק וועלט, אבער פון די אנדערע זייט זעט מען פונקט דאס פארקערטע. בלויז געציילטע יארן צוריק, ווען מענטשן פלעגן זיצן צוזאמען, האט מען נישט געהאט ווער ס'זאל אוועקנעמען די אויפמערקזאמקייט, און מען האט זיך צונויפגעשמועסט. אבער היינט זיצט מען ביי א שמחה, דער הערט עפעס אין זיין אויער, דער קוקט, דער רעדט אויפ'ן טעלעפאן. און אזוי ווייטער. און דערנאך שיקט יעדער בילדער פון יעדן טריט און שריט פון דאס לעבן, און דאס קען ברעגנען אז מען זאל שפירן ווי מען פארפאסט עפעס וויכטיג, מיר ווערן ארויסגעלאזט און אזוי ווייטער.

די עצה דערויף איז צום ערשט: געדענקען אז מיר דארפן א חברה! א מענטש קען נישט לעבן אליין. די ארומיגע גאס שטעלט אונז פאר אזויפיל שוועריגקייטן און נסיונות, מיר קענען דאס נישט אליין בייקומען. מיר דארפן טוען וואס יעקב אבינו האט געטוען - מאכן א חברה! און אמאל דארפן מיר האבן מער ווי איין גרופע פון חברים. די טעגליכע נסיונות זענען גאר שווער און גרויס, און אָן א פעסטע חבורה איז שווער זיך צו האלטן פעסט אקעגן דעם שטראם פון טעגליכע שטרויכלונגען. כאיש אחד בלב אחד – אזוי האבן מיר די הייליגע תורה הקדושה באקומען, און ווי די גמרא זאגט (ברכות סג ע"ב): עשו כתות כתות ועסקו בתורה, לפי שאין התורה נקנית אלא בחבורה. "מאכט פאראייניגטע חבורות צו לערנען תורה, וויבאלד מען קען נישט קונה זיין די תורה נאר מיט א חבורה."

פון די צווייטע זייט, אויב מאכט זיך אז מיר טרעפן זיך אמאל אליין; אויב מאכט זיך ח"ו אז דער איד שפירט עלנד, איינזאם, און פארלאזט, דארפן מיר געדענקן מיט א קלארקייט אז יעדער איינציגער איד האט דעם כח פון 'ישראל'. יעדער איד, אפילו אויב ער איז אפגעזונדערט אין דער אנדערער עק וועלט, איז א טייל פון 'עם ישראל', דאס אויסדערוועלט פאלק פון באשעפער, און דערפאר איז א איד קיינמאל נישט אליין. אמת, ס'איז שווער און ביטער, אבער מיר טאָרן נישט פארגעסן אז מיר האבן די כוחות צוריקצוקעמפן, ווייל מיר זענען א טייל פון דעם גרעסערן בילד.

אין פרשת וישלח זעען מיר ווי יעקב אבינו האט זיך געשטארקט אויף זיינע שווערע נסיונות, און ער איז בייגעקומען זיין ברודער וואס האט אים געוואלט הרג'ענען. אבער גלייכצייטיג זעען מיר ווי הקב"ה ווייזט פאר יעקב אבינו אז א איד איז למעלה מדרך הטבע, און אפילו ווען ער איז אליין האט ער די גרעסטע און שטערקסטע כוחות איבערצוקומען אלעס אין די וועלט, ווי מיר איבערצייגן זיך אין די פסוקים פון דער פרשה.

1. וַיִּשְׁלַח יַעֲקֹב מַלְאָכִים לְפָנָיו אֶל עֵשָׂו אָחִיו וכו' - יעקב אבינו כאפט א פחד, דוקא ווייל ער הערט אז עשיו קומט מיט 400 באנדיטן. עשיו האט זיך צוזאמגענומען מיט א גאנצע חברה, בשעת יעקב אבינו קומט צוגיין מיט זיינע פרויען און קינדערלעך, אַן איינצלנער מענטש מיט זיין משפחה. כדי צו זיין שטערקער פון עשיו, איז יעקב געגאנגען און צוטיילט זיינע מענטשן אין צוויי 'מחנות', ווייל דורך דעם וואס עס וועט זיין צוויי חבורות, וועט ער זיין טאפלט פון עשיו, ווייל דער כח פון א איד איז אז ער איז אין א חבורה, אינאיינעם מיט זיינע ברידער און שוועסטער.
דער הייליגע שפת אמת לייגט צו אַן אינטערעסאנטע נקודה: פארוואס האט יעקב צעטיילט זיינע מענטשן אין צוויי מחנות, וואס וועט אים דאס העלפן? נאר יעקב אבינו האט מורא געהאט פון צוויי זאכן, ווי דער פסוק זאגט: הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד "אָחִי" מִיַּד "עֵשָׂו" ער האט מורא געהאט סיי אויב עשיו וועט וועלן ווערן נענטער צו אים און ווערן זיין גוטער "ברודער", און סיי אויב עשיו וועט אים פיינט האבן און מלחמה האלטן קעגן אים. דערפאר האט ער געשאפן צוויי מחנות, כדי צו מלחמה האלטן אויף ביידע אופנים, און דאס רופט ער אָן "חסד ואמת." פון איין זייט האט יעקב געוויזן אז ער וויל נישט קעמפן קעגן עשיו, און פון די צווייטע זייט האט ער נישט מורא געהאט צו ווייזן "אמת" און שטארקייט אז ער וויל נישט זיין דעם גוטן פריינט פון עשיו.

2. וַיִּוָּתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ עַד עֲלוֹת הַשָּׁחַר – אינמיטן וועג בלייבט יעקב אבינו אליין, און פלוצלינג שלאגט זיך מיט אים די מלאך. מאכט זיך אמאל אז דער איד מיינט אז 'נאר' מיט א חבורה, נאר מיט דעם כח פון יעקב וואס נעמט זיך צוזאם אין קהילות און חבורות, קען מען זיך שלאגן קעגן דעם שונא, לערנט אונז די תוה"ק אז 'ניין' – דער איד איז קיינמאל נישט אליין, און מען קען באקעמפן די נסיונות אפילו ווען ס'קוקט אויס ווי מ'האט קיינעם נישט צו הילף. און דערפאר נאכ'ן זיך שלאגן מיט'ן מלאך און אים באזיגן, באקומט יעקב א נייער נאמען - ישראל. ווייל דער כח פון ישראל איז אז אפילו א איד איז איינער אליין, איז ער א טייל פון עם ישראל און פארמאגט די גרעסטע כוחות.

3. וַיִּשָּׂא יַעֲקֹב עֵינָיו וַיַּרְא וְהִנֵּה עֵשָׂו בָּא וְעִמּוֹ אַרְבַּע מֵאוֹת אִישׁ – נאכ'ן זיך שלאגן מיט דעם מלאך און אים באזיגן איינער אליין, האט יעקב אבינו באקומען דעם כח פון 'ישראל', און יעצט ווייסט ער אז ער פארמאגט אן אמת'ע כח הרבים, ווייל אלע זיינע מענטשן זענען א טייל פון א גרעסערן בילד פון עם ישראל. אבער ביי עשיו איז עס געווען 400 'איש' – פיר הונדערט איינצעלנע מענטשן. זיי גייען טאקע צוזאמען אינאיינעם מלחמה האלטן, אבער יעדער פאר זיך האט נישט קיין שום כח! (דער אות 'ת' – 400 איז דאס ווייטסטע פון דעם אות 'א'-אחדות, זיי זענען פיר הונדערט באזונדערע איינצעלע מענטשן).

4. וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה אֲשֶׁר יָלְדָה לְיַעֲקֹב לִרְאוֹת בִּבְנוֹת הָאָרֶץ - דינה די טאכטער פון לאה גייט ארויס און זי ווערט פארכאפט צווישן די גויים ר"ל. באלד נאכדעם וואס מיר האבן געזען אז א איד איז קיינמאל נישט אליין, לערנט אונז די תורה די וויכטיגקייט פון זיך האלטן צוזאמען, און חלילה אויב גייט מען אליין איז מען אין א כסדר'דיגע סכנה, טאקע ווייל א איד האט אזא גרויסער כח, דארף ער זען שטענדיג זיך צו האלטן באחדות, ווייל – לא טוב היות האדם לבדו. און אלץ תיקון דארף מען טאקע די הייליגע שבטי קה, צוויי ברידער אינאיינעם, שמעון מיט לוי צוזאמען...

5. וַיֹּאמֶר לוֹ אֱלֹהִים שִׁמְךָ יַעֲקֹב לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל – הקב"ה באווייזט זיך צו יעקב אבינו און זאגט אים דיין נאמען וועט מער נישט זיין 'יעקב' נאר 'ישראל'. שמך יעקב – וַיֹּאמֶר לוֹ אֱלֹקִים שִׁמְךָ יַעֲקֹב לֹא יִקָּרֵא שִׁמְךָ עוֹד יַעֲקֹב כִּי אִם יִשְׂרָאֵל יִהְיֶה שְׁמֶךָ וַיִּקְרָא אֶת שְׁמוֹ יִשְׂרָאֵל כאטש מיר רופן אים ווייטער יעקב אבינו, ווייל ער בלייבט מיטן נאמען 'יעקב' וואס דאס ווייזט אויף דעם כח פון צוזאמנעמען מחנות און קהילות, וואס דאס איז די עבודה פון א איד צו פרובירן מיט אלע כוחות צו מאכן, בויען און פארמאגן א הייליגע חברה אבער צו דעם האט ער באקומען א נאמען ישראל – אז אויב טרעפט מען זיך אליין איז פארהאן כוחות אין אונז - ווייל ביידע כוחות ליגן אינעם איד!

6. וַתָּמָת רָחֵל וַתִּקָּבֵר בְּדֶרֶךְ אֶפְרָתָה הִוא בֵּית לָחֶם – רחל אמנו איז נפטר געווארן, און אט ווערט בנימין געבוירן. מאמע רחל פארלאזט די וועלט, און מען באהאלט איר אינמיטן וועג, איינער אליין. אבער ווי מיר ווייסן איז דער תכלית פון דעם קבר רחל געווען אז אידישע קינדער זאלן קענען קומען אויף די הייליגע מאמע'ס קבר און זיך אויסוויינען און אויסבעטן, כֹּה אָמַר ה' קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים רָחֵל מְבַכָּה עַל בָּנֶיהָ מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל בָּנֶיהָ כִּי אֵינֶנּוּ. – מאמע רחל ליגט גרייט פאר אונז אירע טייערע קינדערלעך.

לערנענדיג די פסוקים כאפט א ציטער, ווען ס'באמערקט זיך אז צומאל ווען מיר מיינען אז מיר זענען אליין, צומאל ווען מיר שפירן פארלאזט, דארפן מיר וויסן און גלייבן אז ס'איז פארהאן עפעס מער און גרעסטער אונזער הייליגע מאמע האט צוויי קינדער, יוסף און בנימין וואס ביידע זענען געבליבן אָן א מאמע, און דערנאך זענען זיי געווען אליין פאר לאנגע יארן, ווען יוסף איז געווען אין מצרים אפגעזונדערט פון זיין משפחה, און בנימין איז געבליבן אָן קיין מאמע און אָן זיין ליבער ברודער יוסף. ווי באקאנט ווערן ביידע אנגערופן מיט'ן טיטל 'צדיק', יוסף ווערט אפט אזוי אנגערופן, און בנימין ווערט אנגערופן בנימין הצדיק אין גמרא יומא (יב ע"א), וואו די גמרא זאגט אז בנימין הצדיק האט זוכה געווען אז די שכינה זאל רוען אין זיין נחלה, ווייל די קודש הקדשים איז געווען אין חלק פון בנימין.

די גרויסקייט פון א צדיק איז אז ער צייכנט זיך אויס אין דעם כח פון "ישראל", און כאטש ס'פארלאנגט זיך א חבורה אויב מאכט זיך אז מען טרעפט זיך אליין פלאמט אויף דעם דעם טיפן אידישן פייער און "קאנעקשאן" וואס מיר אלע פארמאגן. דער צדיק איז מאחד כלל ישראל און ער קען אויף דער אייגענער האנט צוגרייטן דעם באדן פאר אנדערע אידן, ווי מיר זעען אז יוסף האט צוגעגרייט מצרים, און די הייליגע בית המקדש וואס איז מאחד כלל ישראל איז געווען אין חלק פון בנימין.

לאמיר מסיים זיין מיט א הארציגע מעשה. ס'איז געווען א גדול אין ירושלים וועלכער איז געגאנגען באזוכן א איד אין תפיסה. נאך א שעה זענען די שומרים אים געקומען זאגן ראבינער ס'איז צייט צו גיין. 'ניין' האט דער גדול געזאגט איך וועל נישט ארויסגיין איידער איך טו באגריסן אלע אידישע ארעסטאנטן, בלית ברירה האבן זיי אים געגעבן רשות, דער גדול האט אנגעהויבן ארומצוגיין און יעדן ארעסטאנט האט ער ווארעם באגריסט און ארומגענומען. צום סוף איז איין ארעסטאנט צוגעקומען און געבעטן, "רבי, אפשר קענט איר מיך נאכאמאל באגריסן און ארומנעמען." דער גדול האט אים טאקע ארומגענומען און אים נאכאמאל געזאגט א גוט ווארט. ווען דער ארעסטאנט האט דאס געהערט האט ער געזאגט, "ווען איינער זאל דאס טון צו מיך איידער איך בין אנגעקומען אין תפיסה, וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אהער…"

הייליגע ברידער! דער כח פון אחדות איז געוואלדיג גרויס. איבעראל דרייען זיך ארום אידישע קינדער וואס שפירן זיך איינזאם און פארלוירן, און מיט א גוט ווארט, א שמייכל, קען מען זיי מאכן שפירן אז זיי זענען נישט אליין. דער גוטער געפיל אז זיי פאַרמאָגן אנדערע אידישע ברידער מיט זיך איז אומשאַצבאַר, און קען אָפראטעווען דורות. יעדע קלייניגקייט קען בויען דורות און וועלטן, אויב ווייסן מיר פון אַן עלנדער חבר, אַן עלנדער מענטש, אדער אפילו א אייגענע זיידע-באבע, פעטער אדער מומע, וואס קען אמאל שפירן איינזאם, מאכט זיכער אויפצוהייבן א טעלעפאן און לאזן יענעם וויסן אז זיי זענען נישט אליין – אונזער אייגענע כוחות שיינען אויף ווען מיר טוען זיך צוזאם שטעלן מיט א ברידער, ס'איז אונזער פליכט און חוב קדוש צו מאכן זיכער אז יעדער באלאנגט, אין הארץ איז פארהאן פלאץ פאר אלע, און ווען ס'איז פארהאן פלאץ און הארץ... ברידער, אויב מאכט זיך חלילה פאר עפעס א סיבה אז מיר שפירן עלענד אליין, דארפן מיר געדענקן אז א איד איז קיינמאל נישט אליין, אבינו שבשמים איז מיט אונז אויף טריט און שריט, און מיר פארמאגן אויסטערלישע כוחות, דער כח פון 'ישראל'. ויה"ר אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו דאס בענקשאפט פון בנימין און דער בנין בית המקדש זאל געבויעט ווערן בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק!
● דער כח פון יעקב איז אז מען האלט זיך צוזאמען בחבורה, כאיש אחד בלב אחד.
● אין פרשת וישלח באקומען מיר א נייעם כח פון 'ישראל', וואס זאגט אונז אז מיר זענען שטענדיג א טייל פון עם ישראל.
● רחל אמנו, יוסף און בנימין דערמאנען אונז אז כאטש עס קוקט אויס ווי מיר זענען אמאל איינזאם, איז אבער דער איד קיינמאל נישט אליין.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 2:02 am

א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט