פרשת וישב - חנוכה - לאמיר קוקן אויף דעם גרויסן בילד!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

פרשת וישב - חנוכה - לאמיר קוקן אויף דעם גרויסן בילד!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

עס איז באַקאַנט א הייליג ווארט פונעם בעל שם הקדוש: תורת ה' תמימה - די תוה"ק איז גאַנץ און אומבאַרירט. דאס מיינט אז וויפיל מיר זענען זוכה צו לערנען און פארשטיין דער תורה, טוען מיר נישט אָנרירן די טיפקייט וואס ליגט אין די לעכטיגע אותיות התורה, אט דעם געפיל נעמט אונז ארום ווי נאר מען כאפט א בליק אויף די וואכעדיגע פרשה. ס'איז קלאר אז עס פארמאגט גאר יסודות'דיגע לימודים, און צו די זעלבע צייט שפירט מען גאנץ קלאר אז אלעס איז טיפער פון טיף.

לאמיר פרובירן צוזאמען זיך אביסל פארטיפן אין די ענינים פון דער פרשה, און מיר זאלן מיט סייעתא דשמיא זוכה זיין צו פארשטיין כאטש עפעס פון די גרויסע אורות. איידער מיר הייבן אָן אונזער שמועס, לאמיר זיך דערהייבן און כאַפן א בליק פון דער הייך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאַנט דורכאויס אונזער גאנצע פרשה:
1. וַיֵּשֶׁב יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מְגוּרֵי אָבִיו... אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב יוֹסֵף וכו' - יעקב אבינו האט זיך באזעצט אין ארץ כנען, און די תורה דערציילט אונז איבער דאס ליבשאפט וואס יעקב האט געהאט צו יוסף הצדיק.
2. וַיַּחֲלֹם יוֹסֵף חֲלוֹם וַיַּגֵּד לְאֶחָיו וַיּוֹסִפוּ עוֹד שְׂנֹא אֹתוֹ – די תורה דערציילט אונז איבער די חלומות וואס יוסף האט געהאט איבער זיין צוקונפטיגע מלוכה, און די ברידער האבן אים פיינט געהאַט דערוועגן.
3. וַיֵּלְכוּ אֶחָיו לִרְעוֹת אֶת צֹאן אֲבִיהֶם בִּשְׁכֶם... וַיִּשְׁמַע רְאוּבֵן וַיַּצִּלֵהוּ מִיָּדָם... לְכוּ וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים – די ברידער זענען געגאנגען פאשען די שאָף פון זייער פאָטער אין שכם, און פלוצלינג קומט יוסף צוגיין וְעַתָּה לְכוּ וְנַהַרְגֵהוּ וְנַשְׁלִכֵהוּ בְּאַחַד הַבֹּרוֹת. – ראובן זאגט פאר די ברידער: לאמיר אים אריינוואַרפן אין טיפן גרוב, און יהודה זאגט: לאמיר אים פארקויפן, און די שבטים האבן אים טאקע פארקויפט פאר די ישמעאלים.
4. וַיְהִי בָּעֵת הַהִוא וַיֵּרֶד יְהוּדָה מֵאֵת אֶחָיו וכו' – די תוה"ק דערציילט אונז איבער די מעשה פון יהודה און תמר.
5. וְיוֹסֵף הוּרַד מִצְרָיְמָה וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר וכו'– יוסף געפינט זיך אין מצרים, ער ווערט דער איש מצליח אין דעם שטוב פון פוטיפר, און ער גייט אריבער די שווערסטע נסיונות.
6. וַיְהִי שָׁם בְּבֵית הַסֹּהַר – יוסף הצדיק זיצט אין תפיסה מיט'ן שר המשקים און דעם שר האופים. ער איז זיי פותר חלום און דער שר המשקים פארגעסט פון יוסף'ס בקשה אים צו דערמאנען פאר פרעה.

אז מען באטראכט די פרשה איז פארהאן אזוי פיל צו שמועסן. לאמיר זיך אפשטעלן אויף קליינע נקודות און זיך ריכטיג פארטיפן א. בפשטות ווען מען בליקט אדורך די פרשה זעט אויס ווי עס רעדט פון באזונדערע געשעענישן. לאמיר זיך אבער פארטיפן און זיך פרעגן: איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן די עניני הפרשה? און אויב יא, וואס איז עס? בפרט איז אביסל שווער פארוואס האַקט מען איבער די מעשה פון יוסף הצדיק מיט די פרשה פון יהודה און תמר? ב. רש"י הקדוש גלייך ביים אנפאנג פרשה ברענגט: פירש לך ישובי יעקב ותולדותיו בדרך ארוכה כל גלגולי סבתם, לפי שהם חשובים לפני המקום להאריך בהם – לאמיר זיך פארטיפן אין די הייליגע ווערטער פון רש"י און פרובירן צו פארשטיין, פארוואס איז די תורה אזוי מחשיב די מאַטערנישן און וואַנדערנישן פון יעקב אבינו און די שבטים? ג. רש"י ברענגט דעם מדרש (בראשית רבה פד ג): ביקש יעקב לישב בשלוה, קפץ עליו רוגזו של יוסף. צדיקים מבקשים לישב בשלוה, אומר הקב"ה לא דיין לצדיקים מה שמתוקן להם לעוה"ב, אלא שמבקשים לישב בשלוה בעוה"ז. - יעקב אבינו, ווען ער איז אָנגעקומען צום וואוין אָרט פון זיין טאטע, האט ער געהאָפט צו זיצן מיט א רואיגקייט אָן קיין זארג, אבער דער פאקט איז נישט אזוי געווען, נאר די מעשה מיט יוסף איז אויף אים ארויפגעקומען. צדיקים ווילן זיצן מיט רואיגקייט, זאגט הקב"ה: נישט גענוג פאר די צדיקים אז ס'איז פאר זיי צוגעגרייט דער קומעדיגער וועלט, נאר זיי ווילן זיצן מיט רואיגקייט אויך אויף די וועלט. לאמיר פארשטיין מיט א טיפקייט, פארוואס וויל נישט דער אויבערשטער אז צדיקים זאלן לעבן מיט א רואיגקייט אויף דער וועלט?

פארשטייט זיך אז אין יעדע אות און נקודה אין דער פרשה ליגט אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באַגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די לעבנס פון אונזערע הייליגע
אבות, אמהות און שבטי קה. לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

אין ירושלים איז געווען א מיידל וועלכע איז געווען א יתומה. זי האט ליידער פארלוירן איר טאטע אין א יונגן עלטער. זי האט געהאט א גוטע חבר'טע רבקה וואלעס און זי פלעגט כסדר אריבערגיין צו זייער שטוב פארברענגן און חזר'ן אויף טעסטס, וכדו'. די צוויי מיידלעך זענען געווען זייער באַפריינדעט.

ווען דאס מיידל איז עלטער געווארן, איז זי ב"ה א כלה געווארן. איין נאכט איז זי אריבערגעקומען צו איר חבר'טע, און די מאמע מרס וואלעס האט באמערקט אז די יתומה איז זייער פאר'דאגה'ט. זי האט איר אריינגערופן אין שטוב און געפרעגט וואס גייט פאָר? אין אנהויב האט זי נישט געוואלט דערציילן, אבער ענדליך האט זי זיך אנגעהויבן אויסצורעדן ..."כ'בין א כלה, און איך דארף חתונה האבן, מיין מאמע האט נישט קיין פרוטה צו די נשמה, און זי ווייסט נישט ווי אזוי מ'וועט דא גיין אונטער דער חופה".

מרס וואלעס איז געווארן זייער איבערגענומען פון דעם מצב, און זי האט איר געוואָלט העלפן. זי האט אָנגעהויבן אָנרופן דעם און יענעם, אבער אלע האבן זיך ארויסגעדרייט. בלית ברירה האט זי באשלאסן אז זי וועט ארומגיין מיט די כלה, טיר ביי טיר, און אידן וועלן זיכער געבן צדקה פאר הכנסת כלה. זי האט אנגעהויבן ארומגיין איבער די הייזער, אבער זיי האבן נישט געזען קיין גרויס הצלחה. אסאך מענטשן האבן בכלל נישט געעפנט דעם טיר, און די וואס האבן יא געעפנט האבן קוים געגעבן אפאר שקל. מרס וואלעס איז געווען זייער פארלוירן, נישט וויסנדיג וואס צו טון דא ווייטער. זי קען דאך נישט אהיימשיקן די כלה מיט אזעלכע בזיונות. האט זי באשלאסן אז זי וועט כאטש פרובירן אויפצולעבן אביסל דאס מיידל. זי האט גענומען דאס מיידל און מ'האט זיך ארויפגעזעצט אויף א באָס קיין טבריה, און מען איז ארויסגעפארן צום ציון פון רבי מאיר בעל הנס צו מתפלל זיין און זיך אויסוויינען.

אויפ'ן באס איז געווען א גרופע פון קינדער וועלכע האבן ליידער נאך נישט זוכה געווען צו אַן ערליך אידיש לעבן, זיי האבן ארומגעלאכט און גערעדט נישט איידל. מרס וואלעס האט פרובירט זיי בעטן צו זיין אביסל שטילער, אבער ס'האט נישט גארנישט געהאלפן. בלית ברירה האט זי געזאגט פאר'ן דרייווער אז זי קען נישט בלייבן אויפ'ן באס. דער דרייווער האט זיך פרובירט איינצובעטן אז מען קומט שוין באלד אָן, אבער די פרוי האט געשפירט אז זי קען נישט דא בלייבן, נאכדערצו מיט א יונגע מיידל א כלה. דער דרייווער האט געעפנט דעם טיר און זיי זענען אראפ פונעם באס.

שטייענדיג אויפן גאס האבן די צוויי נישט געוואוסט וואס צו טון ווייטער. פארלוירענעהייט האבן זיי אנגעהויבן גיין צופוס, פלוצלינג שטעלט זיך נעבן זיי אפ א קאר און א אידישע פרוי פרעגט זיי "אנשולדיגט איר ווייסט אפשר ווי מען פאָרט צום קבר פון רבי מאיר בעל הנס". מרס וואלעס און דאס מיידל האבן זיך זייער געפרייט, און פארשטייט זיך אז אלע דריי זענען זיי געפארן צום הייליגן ציון. אנגעקומענדיג צום ציון פון דעם הייליגן תנא האבן זיי זיך ביידע אויסגעגאסן זייערע ווייטאגליכע הערצער, און מ'האט מתפלל געווען אז דאס מיידל זאל קענען גיין צו די חופה בדרך כבוד און אויפשטעלן א בית נאמן לשם ולתפארת.

נאכ'ן מתפלל זיין האט די פרעמדע פרוי געפרעגט: איר האט א וועג אהיים? ווען זיי האבן געענטפערט אז 'ניין', האט זי זיך אָנגעטראָגן ...איר קענט קומען מיט מיר קיין ירושלים. זיי האבן זיך אריינגעזעצט אינעם קאר, און אינמיטן וועג האט זיך פארפירט א שמועס, און די דרייווער האט געפרעגט, "זאגט נאר, פארוואס זענט איר ארויסגעקומען קיין טבריה היינט?" מרס וואלעס האט אנגעהויבן דערציילן די גאנצע מעשה, אז דא זיצט א כלה א יתומה, און זיי האבן פרובירט צוגיין נאך געלט אבער ס'איז נישט געגאנגען, און יעצט זענען זיי געקומען זיך אויסוויינען ביים תנא. די פרוי איז ארויס פון התפעלות, זי האט אפגעשטעלט דעם קאר און האט זיך אנגערופן, "איר זאלט וויסן אז איך האב יעצט צוגעזאגט ביים ציון פון רבי מאיר אז איך וועל העלפן חתונה מאכן א יתומה. איר דארפט אייך גארנישט זארגן, איך וועל אייך העלפן מיט אלעם." דאס מיידל און די פרוי זענען געווארן נבהל ונשתומם פון די געוואלדיגע השגחה פרטית, ווי פון הימל האט מען צוגעפירט אז זיי זאלן זיך טרעפן, און זי איז טאקע געגאנגען צו דער חופה בשעה טובה ומוצלחת.

טייערע ברידער און שוועסטער, די מעשה לערנט אונז אסאך, בפרט אין דעם כח פון אמונה און השגחה פרטית, לאמיר אבער צולייגן קאפ צו נאך א נקודה וואס מען באמערקט נישט אזוי שנעל. וויפיל מינוטן אין דער קליינער מעשה זענען פארהאן, וואס ווען מיר זאלן אפשטעלן דעם מעשה דארט וואלט געווען א חורבן חלילה... וויפיל מאל האט מרס וואלעס געשפירט ווי זי איז דורכגעפאלן און אלע אירע פעולות האבן גארנישט אויפגעטון. וויפיל מחשבות האט זי געהאט וואס האבן געשריגן "ווער האט דיר געבעטן זיך אונטער נעמען גיין נאך געלט? פארוואס דארפסטו פארן מיט א כלה קיין טבריה"? לאמיר זיך פארשטעלן וואסערע הרגשה האט זי געהאט זיצנדיג אויף דעם באס און ווערנדיג געצווינגן אראפצוגיין אינמיטן וועג? אבער ניין, זי האט נישט אויפגעגעבן, נאר כסדר געטון וואס מען האט געדארפט אין יענע מינוט, און צום סוף האט דער אויבערשטער געהאלפן און געוויזן אז יעדע קליינע טריט איז געווען קריטיש וויכטיג פאר דעם הערליכן גרעסערן מעשה.

טייערע אידן, וויפיל מאל אין לעבן שפירן מיר אז מיר פרובירן אזוי שטארק, מיר שטרענגען זיך אָן מיט אלע כוחות, און מיט דעם אלעם געלונגט אונז נישט צו עררייכן דאס וואס מיר האבן ערוואַרטעט? צו זאל עס זיין אין עבודת ה', פרנסה, חינוך. א מענטש קען שפירן אזוי שלעכט, דא טו איך די בעסטע וואס איך קען, און עס קומען שטרויכלונגען פון אלע זייטן! צומאל זענען מיר זוכה צו דעם הראנו ה' חסדך, מינוטן ווי הקב"ה ווייזט אונז קלאר אז די שוועריגקייטן וואס מיר האבן געהאט שטעלט זיך ארויס אז ס'איז גאר געווען זיס און גוט פאר אונז. אבער אמאל זעען מיר עס נישט פאר די אויגן, און ס'קוקט אויס ווי די גאנצע הארעוואניע גייט לטמיון, ס'איז גארנישט ווערד, אלעס גייט מיט'ן פיטום אראפ, און מען פארלירט דעם חשק זיך אנצושטרענגען און אויפטון פאר זיך, פאר די שטוב, פאר עבודת ה'...

די געשיכטע פון יעקב אבינו און פון די הייליגע שבטים לערנט אונז אבער אז עס איז נישט קיין חילוק וויפיל שטרויכלונגען און שוועריגקייטן מיר באגעגענען זיך, דער עיקר וואס מען פארלאַנגט פון א איד איז אז מיר זאלן טון וואס איז ריכטיג אין יענע מינוט, שטארקערהייט קעמפן מיט אלע כוחות אויף איעדע נסיון וואס קומט אונטער. ווען דער מצב איז אומקלאר, מ'ווייסט נישט צו מ'האט געטון ריכטיג אדער נישט, אדער צומאל שפירט מען אז מען האט קלאר געמאכט א טעות וכדומה דעמאלט איז די צייט וואס מ'דארף זיך שטארקן און זיך מחזק זיין אין אמונה אז אלעס איז מיט די גרעסטע השגחה פרטית, יא אמת אז מיר דארפן תשובה טוען און פרובירן מתקן זיין דאס בעסטע וואס מיר קענען אבער צו דער זעלבע צייט גלייבן באמונה אז אלעס וואס האט פאסירט איז א חלק פון א גרעסערע בילד וואס הקב"ה טוט באגלייטן אויף טריט און שריט. און כאטש אז ס'קען אמאל אויסקוקן ווי מיר שטרענגען זיך אָן איינמאל און נאכאמאל און עס טוט גארנישט אויף. דער אמת איז אבער אז מיר האבן נישט דעם גאנצן בילד, מיר זענען נאר א גאר קליינע חלק דערפון. אונזער עבודה דא אויף דער וועלט איז צו טון אונזער חלק, באלייכטן און אריינשיינען דאס בעסטע וואס מיר קענען לויט אונזערע כשרונות און מעגליכקייטן.
דאס זעען מיר אין די איצטיגע פרשיות. ביז פרשת וישב האבן יעקב אבינו און די הייליגע שבטי קה אסאך געקעמפט פאר כבוד שמים. זיי זענען אריבער נסיונות מיט לבן הארמי, עשיו הרשע, דער שר פון עשיו, די בני שכם, און נאך. אבער בדרך כלל ווען ס'קומט צו די סארט נסיונות מיט די שונאי ישראל און דער שטן, זענען זאכן גאנץ קלאר, מיר ווייסן ווער מיר זענען און ווער אונזערע קעגנערס זענען.
אנדערש איז אבער ווען מיר קומען צו פרשת וישב - ביקש יעקב לישב בשלוה – יעקב אבינו האט געוואָלט דינען הקב"ה מיט קלארקייט, מיט אַן עבודה וואס איז קריסטאל קלאר פאר די אויגן, און מען ווייסט וואו מען האלט און וואו מען שטייט און וואס מען האט צו טון. אבער הקב"ה ווייסט פאר יעקב און פאר אלע דורות אז אויף דער וועלט איז אונזער עבודה ממש דאס פארקערטע – דינען הקב"ה אפילו מען איז אין א נעפל, זיך אריינווארפן אין די הענט פון השי"ת און אויסשרייען: "טאטע, מיר זענען גרייט אויף אלעם! נאר דו פיר מיך אויף טריט און שריט." אפילו ווען עס ווערט שטארק פארוואָלקנט אדער גאָר טונקל, און מען זעט נישט קיין שום לעכטיגקייט און קיין שום וועגווייזער. דאס זאגט רש"י: לא דיין להם לצדיקים שמתוקן להם עולם הבא - אויף יענע וועלט איז אלעס 'מתוקן', אלעס איז צוגעגרייט זיך צו מתענג זיין מיט די שכינה הקדושה אויף נצח נצחים; דארטן איז די העכערע קלארקייט און אמת'דיגקייט, און מען דינט דעם באשעפער מיט מנוחה און שלוה. אבער ווי לאנג מיר זענען אויף דער וועלט איז אונזער עבודה צו דינען השי"ת אין יעדן מצב וואס מען שיקט אונז פון הימל, און די חשוב'סטע עבודה איז טאקע ווען עס איז נישטא קיין קלארקייט און לעכטיגקייט, און מען דראַפעט זיך אויף די גראדע ווענט כדי צו קענען אנגיין.

יעצט ווען מיר כאפן א בליק אין אונזער פרשה ווערן מיר איבערגענומען מיט איין גרויסע נעפל. מיר שטייען ביי דעם אויסגעווארטן מינוט, ווען יעקב איז צוריקגעקומען מיט די אמהות און די שבטים נאך לאנגע צוואנציג יאר פון וויילן ביי לבן. יעקב קומט שוין אָן מיט די גאנצע משפחה, און באזעצט זיך בארץ מגורי אביו. פלוצלינג געבט זיך דער הערליכער בילד א טויש, אזש ס'גלייבט זיך פשוט נישט. לאמיר איבערבליקן די פרשה און צוזאמען דורכגיין:
1. וַיֵּשֶׁב יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מְגוּרֵי אָבִיו... אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב יוֹסֵף וכו' - יעקב אבינו האט זיך באזעצט מיט א רואיגקייט, און די תוה"ק דערציילט אונז איבער דאס ליבשאפט וואס יעקב האט געהאט צו יוסף הצדיק, אבער פלוצלינג שפרייט זיך אויס א געדעכטע נעפל אויף משפחת שבטי קה – ווי פריער געשמועסט.
2. וַיַּחֲלֹם יוֹסֵף חֲלוֹם וַיַּגֵּד לְאֶחָיו וַיּוֹסִפוּ עוֹד שְׂנֹא אֹתוֹ – די תורה דערציילט אונז איבער די חלומות וואס יוסף האט געהאט און געטוען דערציילן פאר די ברידער. – דער גאנצער ענין פון חלומות איז אַן אומקלארקייט. כאטש אלע ווייסן אז ס'איז פארהאן עפעס טיפערס אין די הייליגע חלומות, דאך איז פארהאן א צומישעניש, ואביו שמר את הדבר...
3. וַיֵּלְכוּ אֶחָיו לִרְעוֹת אֶת צֹאן אֲבִיהֶם בִּשְׁכֶם... וַיִּשְׁמַע רְאוּבֵן וַיַּצִּלֵהוּ מִיָּדָם... לְכוּ וְנִמְכְּרֶנּוּ לַיִּשְׁמְעֵאלִים – די ברידער זענען געגאנגען פאַשען די שאָף פון זייער פאטער אין שכם, און פלוצלינג קומט יוסף צוגיין - וְעַתָּה לְכוּ וְנַהַרְגֵהוּ וְנַשְׁלִכֵהוּ בְּאַחַד הַבֹּרוֹת. – ראובן זאגט פאר די ברידער: לאמיר אים אריינוואַרפן אין טיפן גרוב. יהודה זאגט: לאמיר אים פארקויפן קיין מצרים. ס'נעמט ארום א הרגשה וואס לאָזט זיך נישט באשרייבן ווען מיר לערנען די הייליגע פסוקים... די שבטים קומען צוריק מיט'ן בלוטיגן כתונת פסים, יעקב אבינו איז צובראכן, די שבטים זענען צובראכן, ווי דער מדרש זאגט אז ווען ראובן וואלט געוואוסט אז עס וועט שטיין אין די תורה וועגן מכירת יוסף וואלט ער גענומען יוסף אויף זיין פלייצע און צוריק געברענגט צום טאטן, אלע זענען צובראכן אויף שברי שברים.
4. וַיְהִי בָּעֵת הַהִוא וַיֵּרֶד יְהוּדָה מֵאֵת אֶחָיו וכו' – די תוה"ק דערציילט אונז איבער די מעשה פון יהודה און תמר. רש"י ערקלערט אז יהודה איז אראפ פון זיין פירערשאפט צווישן די ברידער... רבי ר' בונם זצ"ל לייגט צו אז יהודה האט אזוי חרטה געהאט אויף זיין טייל אין מכירת יוסף, אז ער האט געשפירט ווי זיין איינציגע וועג פאר א תיקון איז צו חתונה האבן און האבן א קינד, וועלכער וועט אנהייבן פונדאסניי. וואס דאס ווייזט אונז ווי צובראכן יהודה איז געווען...
5. וְיוֹסֵף הוּרַד מִצְרָיְמָה וַיִּקְנֵהוּ פּוֹטִיפַר וכו'– יוסף געפינט זיך אין מצרים, א לאנד וואס איז פארפעסטעט מיט טומאה און עבודה זרה. ער ווערט דער איש מצליח אין דעם שטוב פון פוטיפר, ער גייט אריבער דאס שווערסטע וואס מיר קענען ניטאמאל משיג זיין, לאמיר פרובירן טראכטן ווי אזוי האט ייוסף געשפירט זייענדיג אין דעם שרעקליכן מצב, קומענדיג פון טאטענס שטוב, זייענדיג זיין חברותא ביז א מצב פון בית פוטיפר. פשוט אומבאשרייבלעך.
6. וַיְהִי שָׁם בְּבֵית הַסֹּהַר – יוסף הצדיק זיצט אין תפיסה מיט'ן שר המשקים און דעם שר האופים, און דער שר המשקים פארגעסט יוסף... די פסוק ענדיגט צו מיט דעם לשון 'וישכחהו'. יוסף איז א פארגעסענער. – ענדליך האט שוין יוסף געהאט עפעס האפפענונג און דא פלוצלינג ווערט ער גענצליך פארגעסן, ס'איז פשוט נישט מעגליך זיך פרובירן פארשטעלן וואס דארט האט זיך אפגעשפילט.
בסך הכל טרעפן מיר אז די גאנצע משפחה פון אונזער הייליגע שבטי קה גייען אריבער א נעפל, א שווערע אומקלארקייט וואס צעמישט און לאָזט נישט זען מיט א ריכטיגן בליק דעם מציאות.

ברידער! ס'איז באקאנט דאס ווערטל פון א פרוי וואס האט געליינט די צאינה ראינה, און יעדעס יאר פרשת וישב, ווען ס'איז אנגעקומען צו די פסוקים וואו יוסף גייט צו די ברידער, האט זי געוויינט. איין יאר האט זי אפגעמאכט, גענוג געווען, זי גייט מער נישט וויינען, ווייל יוסף ווייסט דאך שוין פון פאראיאר וואס ס'גייט פאסירן, און מיט דעם אלעם גייט ער אהין…

דאס איז טאקע א ווערטל, אבער עס ליגט אביסל אמת דערין. ווען יוסף איז געגאנגען צו די ברידער און ס'האט זיך אפגעשפילט מכירת יוסף, האבן זיי נאך דעמאלט נישט געקענט וויסן וואספארא וויכטיגע געשעענישן עס שפילן זיך דא אפ. אבער די תורה הק' גיבט אונז דעם גאנצן בליק, מיר זענען זוכה צו לערנען און זען די גאנצע מעשה פון אנהויב ביז'ן סוף, און מיר פארשטייען ווי אזוי הונדערטער יארן שפעטער איז זיך אלעס צוזאמגעקומען און יעדער האט געקענט פארשטיין פארוואס יוסף האט געמוזט אנקומען קיין מצרים. ווי יוסף הצדיק זאגט שפעטער: כי למחיה שלחנו, איך בין געשיקט געווארן פאר די חיות פון כלל ישראל. אלעס איעדע קלענסטע פרט פון דער הייליגע מעשה איז א קריטישע שטיקל צו דעם עתיד פון כלל ישראל.

אין מדרש שטייט א מורא'דיגע נקודה. עס איז דאך באקאנט אז פון יהודה און תמר איז שפעטער ארויסגעקומען דוד המלך, וואס פון אים וועט ארויסקומען משיח צדקנו. שטייט אין מדרש: רבי שמואל בר נחמן פתח (ירמיה כט, יא): "כי אנכי ידעתי את המחשבת", שבטים היו עסוקין במכירתו של יוסף, ויוסף היה עסוק בשקו ובתעניתו, ראובן היה עסוק בשקו ותעניתו, ויעקב היה עסוק בשקו ובתעניתו, ויהודה היה עסוק לקח לו אשה, והקדוש ברוך הוא היה עוסק בורא אורו של מלך המשיח." - בשעת עס איז פארגעקומען מכירת יוסף, און ראובן האט געקלאגט, און יעקב האט געקלאגט און געפאסט, און יהודה האט פרובירט נאכאמאל חתונה צו האבן און אויפשטעלן א שטוב… וואס האט דער אויבערשטער געטון? ער האט צוגעגרייט די ליכטיגקייט פון דעם מלך המשיח…

"אין דעם געדיכטן נעפל, ווען פאר דעם הייליגן טאטע יעקב אבינו איז געווען אזוי טונקל, און די שבטים זענען געווען צובראכן און צושאסן, און יוסף הצדיק איז געווען פארוואָרפן אין א גויא'ישע טמא'נע לאנד, איינער אליין, דווקא אין די מינוטן האט דער אויבערשטער צוגעגרייט משיח. ווייל ווי די גמרא זאגט, אין בן דוד בא אלא בהיסח הדעת. דער כח פון משיח איז אז אין גלות, ווען מיר פארמאגן נישט דעם ריכטיגן 'דעת' און פארשטאנד צו דינען דעם אויבערשטער, טראגט יעדע פעולה און יעדע מחשבה א געוואלדיגע חשיבות אין הימל, און דאס וועט ברענגען משיח צדקנו".

ברידער שטייענדיג ביים שוועל פונעם הייליגן יו"ט, לאמיר זיך אפשטעלן און באמערקן אט דעם זעלבע ענין, די הלכה איז אז די הייליגע חנוכה לעכט דארף מען צינדן ווען עס איז שוין טונקל - משתשקע החמה. די זון גייט אונטער און ס'איז פינסטער. פארוואס קען מען נישט צינדן ווען ס'איז שיין לעכטיג אינמיטן טאג? ערקלערן די ראשונים אז אינמיטן טאג איז נישטא קיין פרסום הנס. דער ענין פון חנוכה איז דאך צו פארשפרייטן די געוואלדיגע ניסים פון באשעפער, און אז ס'איז לעכטיג, יעדער קען זען, באמערקט מען נישט אז ס'איז דא א קליין ליכטל וואס שיינט. אבער אז די נאכט פאלט צו, ס'ווערט טונקל, דעמאלט איז יעדער פארלוירן און דערשראקן. מען גייט מיט פארזיכטיגע טריט, און פלוצלינג, אט זעט מען א ליכטל! א ליכטל וואס א אידיש קינד האט אנגעצינדן צו פייערן די גרויסע ניסים, בימים ההם בזמן הזה. אט דאס איז א ריכטיגע פרסום הנס!

לאמיר זיך אביסל פארטיפן אין דער נקודה פון די חנוכה ליכט:

הדלקת המנורה - והדליקו נרות בחצרות קדשך.
דער זכות פון אנצינדן די הייליגע מנורה ליגט ביי די הייליגסטע טייל פון עם ישראל, די כהנים. דער פלאץ וואו די מנורה שטייט איז אינעם היכל פונעם בית המקדש, וואו ס'איז פארהאן די גרעסטע מאס השראת השכינה. חנוכה געבט אונז השי"ת די געלעגנהייט צו זיין ווי דער כהן גדול אליין,יעדער איד באקומט די מעגליכקייט צו טון די הייליגע עבודה פון הדלקת המנורה, און כאטש אז ליידער האבן מיר נישט אונזער הייליגער בית המקדש, נאר מיר געפינען זיך אינעם שווערן גלות וואו ס'איז טונקל און קאלט, דאך באקומען מיר א געוואלדיגן כח אין די לאנגע ווינטער נעכט. ווען דער נאכט פאלט צו - עד שתכלה רגל מן השוק, דער איד איז צובראכן און צוקלאפט - ס'איז למטה מעשרה טפחים, און ווי די גמרא זאגט, מעולם לא ירדה שכינה למטה מעשרה טפחים, ס'איז א נידריגע פלאץ. מיט דעם אלעם טוט זיך דער אידעלע שטארקן און שטעלט זיך אָנצינדן די הייליגע לעכטעלעך, ווייל חנוכה קומט השי"ת צו יעדן איד אין שטוב, נישט קיין חילוק וואס דער מצב איז. ווען מען צינדט אָן די הייליגע לעכט ברענגט עס אריין א געוואלדיגע השראת השכינה, דער איד איז זוכה צו גרויסקייט. און געדענקט אז מצות חנוכה נר איש וביתו, דער חיוב ליגט אויף זיך און אויף די גאנצע שטוב ארום. איין ליכטל באלייכט די גאנצע שטוב, און געדענק אז ווי טונקל און קאלט ס'זאל נאר זיין, האט דער איד אייביג די מעגליכקייט צו זיין א כהן גדול אין זיין אייגענע שטוב, און זיין שטוב האט די מעגליכקייט צו זיין א בית המקדש!

הלל והודאה - להודות ולהלל לשמך הגדול.
חנוכה איז די צייט וואס מיר דאנקן השי"ת אויף די געוואלדיגע ניסים וואס הקב"ה האט מיט אונז געמאכט, און כאטש עם ישראל איז אין אונזער היסטאריע אריבער אסאך שווערע תקופות, זענען די ימי הלל והודאה מיט אונז אייביג פארבליבן. אידן האבן געדאנקט השי"ת אין די שווערסטע אומשטענדן, פרעגט אייך נאך ביי אונזערע עלטערן און זיידעס, און זיי וועלן אייך דערציילן ווי זייענדיג אין מצבים פון סכנת נפשות האבן זיי די הייליגע לעכטעלעך אנגעצינדן און מיט פרייד געדאנקט און געלויבט השי"ת. על הניסים האבן זיי געזינגן און געטאנצן, כאטש זיי האבן עס נישט געזען פאר די אויגן, ווייל א אידיש הארץ דאנקט און לויבט. דער איד זעט כסדר נאר די פאזיטיווע געשעענישן, די גוטס וואס השי"ת טוט מיט אים, און אפילו ווען ס'גייט אויף אונז אריבער א שווערע צייט לאזט מען זיך נישט פאלן, נאר מען כאפט זיך שטארק אָן אין די פילע טעגליכע ניסים וואס הקב"ה טוט מיט אונז, און מען טוט דאס הארץ דערפרייען מיט חיזוק אז דער מלך העולם וואס האט אונז געהאלפן ביז אהער וועט אונז זיכער העלפן ווייטער, עד הנה עזרונו רחמיך... ואל תטשנו לנצח. ויה"ר אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק!
• לאמיר צינדן לעכטעלעך - טאקע אין דעם טונקעלן און פינסטערן גלות...
• מיר פארלאזן זיך שטענדיג אויף אבינו שבשמים, אפילו ווען אלעס גייט שווער און ס'איז שטארק פארנעפלט.
• מיר ווייסן אז דווקא אין דעם גלות הדעת ווערט באשאפן אורו של משיח!

א פרייליכער שבת און א לעכטיגע חנוכה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר