פרשה זו סתומה, די חיזוק פון ספר בראשית!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פרשה זו סתומה, די חיזוק פון ספר בראשית!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

די פרשה פאַנגט זיך אָן וַיְחִי יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם שְׁבַע עֶשְׂרֵה, רש"י ברענגט גלייך פרשה זו סתומה, וואס דאס מיינט אז ס'איז נישט פארהאן קיין פלאץ צווישן די צוויי פרשיות ויגש און ויחי, "נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד שהתחילו לשעבדם" – אבער טראץ דעם וואס ס'איז סתומה טרעפן מיר אז ס'רופט זיך 'ויחי' – א לשון פון חיות/לעבן, און ווי חז"ל לערנען אונז: יעקב אבינו לא מת, יעקב אבינו איז נאך מיט אונז. נאכמער, מיר ווייסן אז בדרך כלל געפאַלט פרשת ויחי אין די טעג פון עשרה בטבת, די צייט וואס דער ענין פון גלות פאַנגט זיך אָן, אבער מיט דעם אלעם רופט זיך די פרשה 'ויחי', לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אָפלערנען וואס איז דער פשט אז פון איין זייט רופט זיך עס 'ויחי' און פון די צווייטע זייט איז עס א פרשה
'נסתם'. בפרט ווען מען קוקט סוף פרשה טרעפן מיר דעם חזק חזק ונתחזק, אבער פון דעם איד פרעגט זיך ווי ליגט דער חיזוק? וואס איז אונזער חיזוק אין די וואכעדיגע פרשה?

אין די פרשה זעט מען עפעס אַן אויסטערלישע חילוק צווישן יעקב אבינו און יוסף הצדיק. סיי יעקב און סיי יוסף בעטן אז מען זאל זיי ארויפטראגן נאכ'ן פטירה קיין ארץ ישראל. יעקב בעט פון יוסף: אִם נָא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ שִׂים נָא יָדְךָ תַּחַת יְרֵכִי וְעָשִׂיתָ עִמָּדִי חֶסֶד וֶאֱמֶת אַל נָא תִקְבְּרֵנִי בְּמִצְרָיִם. וְשָׁכַבְתִּי עִם אֲבֹתַי וּנְשָׂאתַנִי מִמִּצְרַיִם וּקְבַרְתַּנִי בִּקְבֻרָתָם וַיֹּאמַר אָנֹכִי אֶעְשֶׂה כִדְבָרֶךָ. וַיֹּאמֶר הִשָּׁבְעָה לִי וַיִּשָּׁבַע לוֹ וַיִּשְׁתַּחוּ יִשְׂרָאֵל עַל רֹאשׁ הַמִּטָּה. – טו מיט מיר א חסד און דו זאלסט מיך נישט באגראָבן אין מצרים, נאר דו זאלסט מיך טראגן צו די פלאץ פון מיינע עלטערן. און יוסף זאגט: איך וועל טוהן אזוי ווי דיין רעדונג, און יעקב אבינו בעט פון יוסף א שבועה. לאמיר זיך אפשטעלן און אריינטראכטן: פארוואס בעט נישט יעקב פון אלע ברידער דעם בקשה, אדער כאָטש בעטן פון יוסף ווען אלע ברידער זענען צוזאַמען – אזוי ווייסן אלע קלאר די הייליגע רצון פונעם טאטען? דערנאך וואס יוסף ענטפערט גלייך אז 'יא איך וועל עס טוען' פארוואס בעט יעקב אבינו א שבועה?

יעצט סוף פרשה טרעפן מיר ממש דאס פארקערטע, וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו אָנֹכִי מֵת וֵאלֹקִים פָּקֹד יִפְקֹד אֶתְכֶם וְהֶעֱלָה אֶתְכֶם מִן הָאָרֶץ הַזֹּאת אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר נִשְׁבַּע לְאַבְרָהָם לְיִצְחָק וּלְיַעֲקֹב. וַיַּשְׁבַּע יוֹסֵף אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם וְהַעֲלִתֶם אֶת עַצְמֹתַי מִזֶּה וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם: יוסף הצדיק בעט פון די ברידער זאלן אים נישט ארויף טראָגן קיין ארץ ישראל נאר ביים זמן פון גאולה, דערנאך וואס מען וועט פון גלות ארויסגיין, דעמאלט זאל מען אים ארויפטראגן, אבער נישט באלד נאכ'ן שטאַרבן. אזוי אויך טרעפן מיר אז ער בעט נישט פון זיינע קינדער דעם בקשה, נאר ער בעט פון די ברידער. וואס איז דער חילוק צווישן יעקב און יוסף? און פארוואס וויל יוסף נישט טוען אט די זעלבע פון זיין הייליגע טאטע יעקב?

נאר טייערע ברידער שטייענדיג ביים סיום פון ספר בראשית איז כדי זיך אפצושטעלן און זיך אביסל מתבוננן זיין, פארשטייט זיך אז אין יעדע אות און נקודה אין דעם הייליגן ספר ליגט אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די הייליגע אבות, אמהות און שבטי קה, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה מאכן עפעס א קליינע שטיקל סך הכל, וואס מיר האבן געלערנט אלעס מיטן ציל מיט-צונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

אברהם אבינו איז דער מידת החסד - מיט זיין מידת החסד האט ער אַנערקענט דעם רבונו של עולם און אָנגעהויבן פארשפרייטן כבוד שמים, און מפרסם געווען אלוקות איבער דער וועלט.
יצחק אבינו – איז דער מידת הגבורה. יצחק איז דעם כח פון צמצום, און ער טוט אונז לערנען אז אין יעדער איד איז פארהאן געוואלדיג אסאך. ער האט אויפגעגראבן די קוועלער און געוויזן אז ביי יעדן איד איז דא א קוואַל, מיר פארמאגן אויסטערלישע כוחות.

יעקב אבינו – איז דער מידת תפארת – יעקב שטעלט אוועק דאס הערליכע אידישע שטוב. ווי מיר האבן געשמועסט זענען רוב פון יעקב אבינו'ס נסיונות בנוגע א אידישע שטוב און וויפיל מסירת נפש ס'פארלאנגט זיך אוועקצושטעלן א שטוב. קודם ביים אנטלויפן פונדערהיים, צוואנציג לאַנגע יאָר בבית לבן, רחל און לאה, מען פאַרכאַפט דינה אין שכם, דערנאך ווערט זיין באליבטער יוספ'ל פארלוירן פאר גאנצע צוויי און צוואנציג יאר - א צער וואס מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן. בסך הכל איז אלעס בנוגע אוועקשטעלן א שטארקע יסודות'דיגע אידישע שטוב.

יעקב אבינו'ס עבודה איז די אידישע שטוב – אוועק צושטעלן און מאַכן זיכער אז ס'איז דא א פעסטע יסוד, און דאס האט ער איבער געגעבן פאר זיינע הייליגע קינדער די צוועלעף שבטי קה. און אט דעם זעלבן ענין טרעפן מיר לעצטע וואך אין די פרשה ווען ס'איז געקומען צודעם אז די משפחת יעקב אבינו דארף זיך אריבער צוען קיין מצרים, שיקט יעקב יהודה פאראויס אויפשטעלן דעם הערליכן ישוב גושן, ווייל דער איד דארף א שטארקע שטוב, א בית המדרש, מוסדות התורה מ'דארף וואוינען צוזאמען און זיך כסדר מחזק זיין איינער דעם אנדער'ן אינאיינעם. און דערפאר האט בלעם געזאגט: מה טובו אוהליך יעקב, ווייל דעם כח פון א אידישע שטוב קומט פון יעקב... א שטוב דארף שטיין אויף פעסטע הייליגע יסודות!

פון די צווייטע זייט האט אבער יעקב אבינו א לעכטיג קינד. אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב יוֹסֵף ס'ווערט געבוירן דער צדיק, וואס מידת היסוד דאס איז יוסף הצדיק. ביי אים זעט מען די ערשטע מאל א בחינה וואס איז בהשקפה ראשונה ממש דאס פארקערטע, ביי אים זעט מען די מידה אז מ'קען זיין ווייט אוועק, אינדרויסן פון שטוב, פאַרוואָרפן אין ערוות הארץ, און דאך בלייבט מען שטארק און ערליך, "יוסף ווייסט מיט א קלארקייט אז ס'איז פארהאן א בורא עולם איבעראל", און דערפאר כאטש די ברידער גייען וואוינען קיין מצרים און באזעצן זיך אין גושן, בלייבט יוסף
הצדיק אין הויפט שטאט, וואו ער וואוינט ביים 'בית' פרעה.

קען זיך דאָך פאר'ן איד דאַכטן אז ס'איז פארהאן צוויי עבודות, ס'איז פארהאן א מהלך פון יעקב און גאר עפעס א צווייטע מהלך פון יוסף, לערנט אונז די תוה"ק אז ניין, די צוויי יעקב און יוסף גייען צוזאמען געקניפט און געבינדן, וואס דאס מיינט: "ווייל יוסף איז געקומען פון אזא לעכטיגע שטארקע יסודותדיגע שטוב, טאקע דערפאר האט ער געקענט זיין ווייט אוועק אינדרויסן איינער אליין און בלייבן מחוזק שטארק", ווי די תוה"ק זאגט אונז אז ווען יוסף איז געשטאנען ביים שווערסטן מינוט אין לעבן, ביים גרעסטן נסיון, ראה דמות דיוקנו של אביו – ער האט געהאט דעם טאטנ'ס צורה, שטייענדיג הונדרעטע מיילן אוועק, אין דעם וויסן לאנד מצרים האט ער געקוקט אויף זיין הייליגע שטוב, ער האט געשפירט די אלע כוחות וואס דער טאטע האט אריינגעפלאנצט אין אונזער שטוב, און אט דאס האלט אים, און אנדערע ווערטער: ס'קען נאר זיין א יוסף'ל אין מצרים וואס האלט זיך פעסט און ערליך - ווען ער קומט פון א שטארקע פעסטע יסודות'דיגע אידישע שטוב, און ווען דער נסיון קומט אונטער פארבינדט מען זיך צוריק צום יסוד פון אונזערע הייליגע אבות הקדושים.

חז"ל לערנען אונז אז דער בית המקדש ווערט אנגערופן בית, א הויז, וויבאלד יעקב אבינו האט גערופן דעם מקום המקדש מיט'ן נאמען בית אל: (ילקוט שמעוני מיכה פרק ד') לא כאברהם שכתוב בו בהר ה' יראה, ולא כיצחק שקראו שדה שנאמר ויצא יצחק לשוח בשדה, אלא כיעקב שקראו בית שנאמר ויקרא למקום אל בית אל: די בית המקדש ווערט אָנגערופן על שם יעקב אבינו – פארוואס? חז"ל זאגן אונז יעקב איז דער וואס רופט די פלאץ פון השראת השכינה א 'בית', ווייל יעקב איז די בחינה פון א אידישע שטוב/הויז. ביי יוסף הצדיק טרעפן מיר אז אין זיין חלק איז געבויט געווארן דעם הייליגן משכן שילה, און חז"ל זאגן אונז אַן הלכה וואס מען טרעפט נאר דארט, אז ביי קדשים האט מען געקענט עסן די פלייש פון די קרבנות בכל הרואה, אפילו אויב מען איז געשטאנען ווייט פונעם משכן – ווילאנג מ'האט געקענט זעהן דעם מקום קדוש פונדערווייטנס, ווייל אט דאס איז יוסף הצדיק, דער בחינה פון זיין פארבינדן צום שורש אפילו ווען מען געפינט זיך פונדערווייטנס. אבער דער שורש – דער מקום קדוש מוז זיין פעסט אוועק געשטעלט.

ווען מיר דערהערן אט די צוויי יסודות מאכט זיך אויף א לעכטיגע פרשה. די יסוד ווערט געברענגט אין עטליכע ספרים הקדושים בפרט אין ספרי חב"ד, ויחי יעקב, אמת אז ס'איז פארהאן סתומה, ס'איז א פינסטערע צייט, אבער צו די זעלבע צייט, לערנט אונז די פרשה חיות און חיזוק. יעקב אבינו גייט ליגן אין ארץ ישראל, פארוואס? זאגט יעקב אבינו פאר יוסף, כדי דו זאלסט האבן וואו זיך צו פארבינדן, כדי דו זאלסט האבן וואו צו בענקן און וואו צו צילן און האבן א יניקה, דארף איך זיין דארט ביים 'בית ה'', דארט ווי ס'איז עיני ה' אלוקיך בה... כדי די זאלסט האבן א דמות דיוקנו דארף איך דארט זיין. און דערפאר בעט יעקב פון יוסף, ווייל נאר ביי יוסף איז דאס נישט קיין פשוטע נושא, ווייל נאר מיט אים איז פארהאן א צד אז יוסף זאל בעטן, "טאטע בלייב מיט אונז אין גלות, מיר דארפן דיין הייליגע גוף" – טאטע פונקט ווי איך דיין יוסף'ל בין יארן דא געווען איינער אליין און געטוען גרייטן די באדן פון מצרים פאר די גאנצע משפחה אט לאז דיין הייליגע גוף דא אין מצרים, כדי די אידישע קינדער זאלן האבן עפעס א כח, עפעס א קבר פון א צדיק וואס זאל זיי האלטן און פאר זיי משפיע זיין... דערפאר בעט יעקב: "קינד מיינס, שווער מיר אז דו גייסט מיך ארויפפירן, ווייל כדי די אידישע קינדער זאלן קענען אנגיין אין גלות דארף מען האבן ווי צו בענקן און צילן, דער איד דארף כסדר האבן געגועים אהיים צו כלל ישראל'ס שטוב. - דער ציל פון כלל ישראל איז ארץ ישראל אט דארט ווי אונזערע הייליגע אבות זענען, אין אנדערע ווערטער יעקב זאגט פאר יוסף קינד מיינס איך פארשטיי אז די וועסט דא בלייבן, אבער דערהער דעם יסוד אז די קענסט נאר בלייבן ווען דער שטוב איז אוועקגעשטעלט, און דער שטוב איז אין ארץ ישראל – ווען אלע אבות הקדושים זענען צוזאמען אין ארץ ישראל..."

יעקב אבינו רופט יוסף און נישט די אנדערע ברידער, דוקא ווייל יעקב אבינו וויל גיין קיין ארץ ישראל, ער וויל גיין צו זיין "בית", און ער ווייסט אז יוסף האט א פארקערטע דרך. אבער יוסף אליין וויל טאקע בלייבן מיט די אידישע קינדער ביז זיי גייען ארויס פון מצרים. והעליתם את עצמותי מזה אתכם, יוסף האט געזאגט פאר די ברידער, ווי לאנג מ'איז דא אין גלות וועל איך
זיין מיט אייך, אבער ווען עס קומט די צייט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל זאלט איר מיך מיטנעמען.

יוסף איז דער צדיק יסוד עולם וועלכער איז מגין אויף כלל ישראל אין די שווערסטע מצבים, דערפאר וויל ער פארבלייבן מיט כלל ישראל אין דעם טונקעלן גלות אין מצרים. דער מדרש זאגט אז דער ים סוף האט זיך געשפאלטן, מה ראה? ראה ארונו של יוסף. דער ים האט דאך גע'טענה'ט אז די אידן זענען עובדי עבודה זרה, אבער ווען עס איז אנגעקומען דער 'ארונו של יוסף', דער געוואלדיגער כח פון יוסף וואס ער שטייט מיט כלל ישראל אפילו אין די נידריגסטע מצב, האט זיך אלעס גערוקט אין א זייט.

דערפאר לערנען אונז חז"ל (יומא ל"ה:) יוסף מחייב את הרשעים. יוסף האט דאך געהאט אזא גרויס נסיון, און ער איז עס בייגעשטאנען, איז דאס א חיוב אויף נישט ערליכע אידן אז זיי זאלן אויך ביישטיין די נסיונות. אלע פרעגן, עס איז דאך נישט קיין פארגלייך, יוסף איז געווען א צדיק יסוד עולם, ער האט געהאט אזא גרויסן טאטן, ווי קען א פשוט'ער מענטש זיך צוגלייכן? ערקלערט הרה"ק רבי משה מקוברין, אז יוסף הצדיק ביים זיך מתגבר זיין אויף זיינע ביטערע שווערע נסיונות האט ער אויפגעטון אז יעדער איד קען יעצט גרינגער צוברעכן און איבערקומען זיינע תאוות און שוועריגקייטן. "והוא שיבר את הכל בגודל קדושתו, ועשה פתח לכל לשבר את התאוה. ועל כן יוסף מחייב רשעים שהרי שברה מכבר."

עס איז געווען א איד א נגיד וועלכער איז געווען אַן עוסק בצרכי ציבור, ער איז כסדר געווען פארנומען מיט זיינע געשעפטן און מיט עסקנות פאר'ן ציבור. איינמאל האט זיך געמאכט אז ער איז עפעס פארפלאנטערט געווארן מיט'ן געזעץ, און ליידער האט ער געמוזט אנקומען אין א פעדעראלע תפיסה, וואו ער איז געזעסן פארשפארט עטליכע חדשים.

ווי פארשטענדליך איז געווען א גרויסע צער פאר דעם איד און פאר אלע זיינע פריינט און משפחה מיטגלידער. די קינדער פלעגן אים כסדר גיין באזוכן, און אין די שטרענגע פעדעראלע טורמע איז אלעס געגאנגען זייער שטרענג, א באזוכער האט בלויז געקענט קומען און זיצן און פארברענגען עטליכע שעה און דערנאך אהיימגיין.

האט דערציילט א זון: איין גוטע זאך וואס איז ארויסגעקומען פון די גאנצע תפיסה פרשה: אז איך האב צייט צו פארברענגען מיט מיין טאטע… מיין טאטע איז שטענדיג געווען אזוי פארנומען מיט זיינע געשעפטן און מיט זיין עסקנות אז כ'האב קיינמאל נישט געהאט קיין פינעף מינוט מיט דעם איד, יא מיר האבן געהאט א שטוב וואס ס'האט זיך געגאסן געלט און עסן און וואס נישט אבער א טאטע געדענק איך נישט האבן. יעצט האב איך יעדע וואך פיר-פינף שעה וואס איך גיי אים באזוכן און מיר טוען גארנישט, אויסער זיצן איינער קעגנאיבער דעם צווייטן און פארברענגען, שמועסן און בויען אונזער ליבליכע קשר. און דער זון האט צוגעלייגט: אז א גאנצע וואך חלום איך פון מיין טאטע, וואס גיי איך שמועסן? וואס וועל איך אים דערציילן? איך בין אין א געוויסע בחינה מער פארבינדן מיט מיין טאטע ווי סיי ווען...

די מעשה איז א פחד'דיגע! ווייל וויפיל פון אונז גייען אריבער טאג טעגליך און מיר פארגעסן אז כדי אונזערע קינדערלעך זאלן זיך קענען האלטן ווען זיי זענען אינדרויסן פארלאנגט זיך אז זיי זאלן קומען פון א שטארקע יסודת'דיגע שטוב, מיר פארגעסן אז אונזערע קינדער דארפן אונזער גאנצע קאפ, מח, הארץ און נשמה, צומאל גייט אריבער גאנצע וואכן און דער קינד באקומט נישט קיין פינעף ריינע מינוטן מיטן טאטע/מאמע ה"י, ווען ער דערציילט האלט מען אינמיטן רייניגן, ווען ער זינגט איז מען אויפן טעלעפאון וכדומה?!?! ברידער אין א וועלט וואס איז גאר אפען, אין א וועלט וואס מען קען אין איינצעלע מינוטן זיין מיילן אוועק בערוות הארץ ממש דארפן מיר אריינלייגן די גרעסטע כוחות און מאכן זיכער אז ווי ווייט אונזערע קינדער זאלן נאר נישט זיין ה"י האבן זיי כסדר צו-וואס צוריק צוקוקן, דעם ראה דמות דיוקנו של אביו איז קלאר, טאטי און מאמי'ס הארץ און ליבשאפט ליגט געקריצט אין הארץ און דער קינד האט צו-וואס צוריק צובענקן און זיך צוריק פארבינדן ווען ער שטייט פאר א נסיון...

אט דאס לערנט אונז יעקב אבינו אז דער שטוב/בית דארף זיין פעסט און שטארק אוועק געשטעלט, ס'דארף זיין א פלאץ וואס איז פיל מיט אמונה, בטחון און ווארעמקייט, א אידישע שטוב דארף זיין אנגעפילט מיט תורה און תפלה און בעזר ה' ווען מיר טוען אונזער חלק וועט מען פון הימל שיקן די השגחה און סייעתא דשמיא אז אויב די קינדער זאלן זיך צומאל טרעפן עפעס אביסל ווייט פונעם שטוב ברחניות צו בגשמיות וועלן זיי אייביג קענען צוריק קוקן און האבן די שטארקקייט זיך מתגבר צו זיין ווייל ס'איז ראה דמות דיוקנו של אביו – כ'ווייס וואס מיין טאטע וואלט געטוען, כ'ווייס וואס מיין מאמע וואלט אין אזא צייט געזאגט וכדומה...

פון די אנדערע זייט האבן מיר די געוואלדיגע חיזוק פון יוסף. דער צדיק יסוד עולם לערנט אונז אז ווען דער איד שפירט זיך אליין אין גלות, ווען מיר שפירן אז מיר קענען מער נישט דארף זיך דער איד מתבונן זיין אז אפשר 'איך' אליין קען נישט אבער באמת זענען מיר נישט אליין דער צדיק איז מיט אונז, די 'עצמות' יוסף – די עצמיות פונעם צדיק בלייבט מיט די אידישע קינדער אין גלות, ער בלייבט מיט אונז ביז מיר קומען צוריק אָן קיין ארץ הקודש - שטייט ער אונז געטריי, און געבט אונז כח זיך צו שטארקן אויף דאס שווערסטע... אפילו ווען מיר זענען גאר ווייט האט דער איד די כח צו זיין פארבינדן אין עסן קדשים דאס איז די כח וואס דער צדיק געבט אונז... ווען מיר דערהערן אט די יסודות ווערט דאס הארץ פול מיט חיזוק אז יא אמת פון איין זייט פאנגט זיך יעצט אָן גלות מצרים, ס'איז אויך די טעג פון עשרה בטבת אבער פון די צווייטע זייט ווערט דער איד געוואר אז מיר זענען קיינמאל נישט אליין, דער צדיק יסוד עולם איז מיט אונז און געבט אונז די כח צוריק צוקומען אהיים צו אונזער שטוב/בית וואס יעקב אבינו און די הייליגע אבות הקדושים שטעלן פאר אונז אוועק, דער איד האט אייביג האפפענונג און צו וואס צובעטן... ויה"ר אז ס'זאל שוין מקוים ווערן דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג ווי דער פסוק זאגט וְהָיָה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים נָכוֹן יִהְיֶה הַר בֵּית ה' בְּרֹאשׁ הֶהָרִים וְנִשָּׂא מִגְּבָעוֹת וְנָהֲרוּ אֵלָיו כָּל הַגּוֹיִם. וְהָלְכוּ עַמִּים רַבִּים וְאָמְרוּ לְכוּ וְנַעֲלֶה אֶל הַר ה' "אֶל בֵּית אֱלֹהֵי יַעֲקֹב" בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק!
● מען דארף אויפבויען א אידישע שטוב מיט א פעלזן פעסטע יסודות ווי יעקב אבינו.
● יוסף הצדיק האט אריינגעגעבן א כח אז אפילו ווען מ'איז אפגעזונדערט קען מען זיך פארבינדן צום דמות דיוקנו של אביו.
● אפילו ווען מען איז אוועקגעריסן אויף א טונקעלע פלאץ האבן מיר דעם כח פון יוסף הצדיק וואס פארבינדט אונז צו אונזער הייליגע הויז. און מיר קענען דאס נוצן זיך צו מחזק זיין.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר