שמות - שובבי"ם - מיין קינד איך בין אייביג מיט דיר!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

שמות - שובבי"ם - מיין קינד איך בין אייביג מיט דיר!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:11 am

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

ספר שמות! אט פאַנגט זיך אָן איינע פון די שווערסטע קאפיטלעך וואס כלל ישראל איז אריבער "גלות מצרים", וְאֵלֶּה שְׁמוֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל הַבָּאִים מִצְרָיְמָה וכו' יעקב אבינו מיט די קינדער זענען אַראָפ קיין מצרים און אמת טאקע אז זיי זענען אָנגעקומען מיט כבוד און פאראד, געלעבט א לעבן מיט די העכסטע מאָס רואיגקייט, האט עס אבער נישט לאַנג גענומען, און נייע צייטן האבן זיך אָנגעפאַנגען.

ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען ספר שמות באמערקט זיך אז מיר גייען פון א משפחה מיט עטליכע נפשות און אט פלוצלינג ווערן מיר א 'פאלק' ישראל, וואס דאס איז באמת דער גאנצער תכלית פון דעם אריבערגאנג, אנצוקומען צו דעם מינוט פון ווערן דעם הייליגן עם הנבחר, ווי ס'שטייט אין פסוק פאר קבלת התורה: אַתֶּם רְאִיתֶם אֲשֶׁר עָשִׂיתִי לְמִצְרָיִם וָאֶשָּׂא אֶתְכֶם עַל כַּנְפֵי נְשָׁרִים וָאָבִא אֶתְכֶם אֵלָי. וְעַתָּה אִם שָׁמוֹעַ תִּשְׁמְעוּ בְּקֹלִי וּשְׁמַרְתֶּם אֶת בְּרִיתִי וִהְיִיתֶם לִי סְגֻלָּה מִכָּל הָעַמִּים כִּי לִי כָּל הָאָרֶץ. וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ וכו'.

פרשת שמות האט גאר אסאך נקודות זיך אָפצושטעלן און אויסצושמועסן, לאמיר כאפן א בליק טאקע אויף דעם ערשטן התגלות וואס אונזער הייליגער גרויסער רבי משה רבינו האט
געהאט: די תוה"ק דערציילט אונז ווי דער מלאך ה' האט זיך באוויזן אין דעם פלאם פייער, פון אינעווייניג אינעם דאָרן בוים, און כאטש די דאָרן בוים האט געברענגט האט זיך עס נישט פארברענגט. פון אינעווייניג אינעם דארן בוים האט אים הקב"ה גערופן: וַיֹּאמֶר משֶׁה משֶׁה - וַיֹּאמֶר הִנֵּנִי וכו'.

און הקב"ה האט געזאגט: וַיֹּאמֶר ה' רָאֹה רָאִיתִי אֶת עֳנִי 'עַמִּי' אֲשֶׁר בְּמִצְרָיִם וְאֶת צַעֲקָתָם שָׁמַעְתִּי מִפְּנֵי נֹגְשָׂיו כִּי יָדַעְתִּי אֶת מַכְאֹבָיו - דער באשעפער זאגט אז ער האט געזען די פייניגונגען פון זיין פאלק און זייערע ווייטאגן. - וַיֹּאמֶר משֶׁה אֶל הָאֱלֹקִים מִי אָנֹכִי כִּי אֵלֵךְ אֶל פַּרְעֹה וְכִי אוֹצִיא אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם. משה רבינו פרעגט מיט עניוות, "ווער בין איך דען אז איך זאל גיין צו פרעה?" וַיֹּאמֶר כִּי אֶהְיֶה עִמָּךְ וְזֶה לְּךָ הָאוֹת כִּי אָנֹכִי שְׁלַחְתִּיךָ בְּהוֹצִיאֲךָ אֶת הָעָם מִמִּצְרַיִם תַּעַבְדוּן אֶת הָאֱלֹקִים עַל הָהָר הַזֶּה. דער באשעפער ענטפערט אים: "איך וועל זיין מיט דיר." וַיֹּאמֶר משֶׁה אֶל הָאֱלֹקִים הִנֵּה אָנֹכִי בָא אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתִּי לָהֶם אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵיכֶם שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם וְאָמְרוּ לִי מַה שְּׁמוֹ מָה אֹמַר אֲלֵהֶם. משה רבינו פרעגט, ווען די אידן וועלן פרעגן וואס איז דער נאמען פון באשעפער, וואס וועל איך זיי ענטפערן?

אט דא איז די ערשטע מעסעדזש וואס הקב"ה זאגט פאר משה רבינו צו זאגן פאר דעם הייליגן פאלק ישראל: וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים אֶל משֶׁה אֶהְיֶה אֲשֶׁר אֶהְיֶה וַיֹּאמֶר כֹּה תֹאמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶהְיֶה שְׁלָחַנִי אֲלֵיכֶם. - דער באשעפער זאגט פאר משה: "איך וועל זיין ווער איך וועל זיין". זאג פאר די אידן אהי' האט מיך געשיקט צו אייך.

רש"י ברענגט די בּאַקאַנטע חז"ל וואס קומט פון גמרא ברכות ט: א"ל הקב"ה למשה: לך אמור לישראל: "אני הייתי עמכם בשעבוד זה ואני אהיה עמכם בשעבוד מלכויות". אמר לפניו: ריבונו של עולם, דיה לצרה בשעתה. אמר לו הקב"ה: לך אמור להם: אהיה שלחני אליכם. - דער באשעפער האט געזאגט פאר משה, "איך בין יעצט מיט אייך אין דעם שעבוד, און איך וועל זיין מיט אייך אין די שפעטערדיגע שעבוד מלכיות". האט משה רבינו געענטפערט, ס'איז גענוג פאר די צרה ווען עס קומט אָן, וואס דארף מען יעצט רעדן פון די שפעטערדיגע צרות, האט דער באשעפער געזאגט: זאג זיי אז אהי' וואס דאס איז מרמז אויף הקב"ה וואס איז מיט זיי אין דעם גלות האט מיך געשיקט צו אייך און דערמאן טאקע נישט די אנדערע גלות'ן.
ברידער לאמיר זיך אפשטעלן און באמערקן: א. ווען מען זאל אפלערנען די פסוקים 'פשוט' טייטשט, ווי וואלט מען געטייטשט אין חדר די הייליגע ווערטער? אהי' אשר אהי' - "איך וועל זיין וואס איך וועל זיין" – לאמיר זיך דערין מתבונן זיין, וואס איז די פשוטע אפטייטש פון די ווערטער? וואס מיינט און ליגט אין 'איך וועל זיין וואס איך וועל זיין'? ב. אז מען קוקט צוריק אין פסוק יב שטייט הקב"ה זאגט פאר משה 'כִּי אֶהְיֶה עִמָּךְ' - איך וועל זיין מיט דיר. – אט פון דעם פסוק דערהערן מיר דעם יסוד פון דעם פריעדיגן מאמר חז"ל אז אויך דא מיינט דער אהי' אז הקב"ה וועט זיין מיט כלל ישראל, אבער לכאורה פרעגט זיך, אויב אזוי פארוואס שטייט נישט בפירוש אין פסוק אהי' 'עמכם' אשר אהי' 'עמכם'?

נאך אַן אינטערעסאנטע שאלה, אין מדרש אָנהייב פרשת ויקרא ווערט געברענגט אז משה רבינו האט צען נעמען. אבער מען טוט אים רופן אויפ'ן נאמען וואס בתיה בת פרעה האט אים געגעבן. לכאורה איז שווער, פארוואס טאקע? פארוואס זאלן מיר רופן אונזער הייליגער רבי מיט'ן נאמען וואס דער טאכטער פון פרעה האט אים געגעבן?

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס ווילן מיר מקדים זיין אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די אלע טיפע ענינים, בפרט ווי דער הייליגער אור החיים ברענגט אז אין די פסוקים פון אהי' אשר אהי' ליגט באהאלטן די סודות פון שמות הקדושים. מיר לערנען נאר אויף אונזער מדריגה כדי צו קענען ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.
צו פארשטיין דער ענין פון אונזער שמועס פאַרלאַנגט זיך צוריק צו טרעטן און באטראכטן אונזער הערליכע פרשה. ווי נאר דער אידעלע שטעלט זיך אָפ באמערקט זיך אז די ערשטע התגלות פון הקב"ה צו משה רבינו איז געווען אין דעם סנה, – זאגט אונז רש"י: מתוך הסנה – "ולא אילן אחר משום עמו אנכי בצרה". דער באשעפער האט זיך דווקא באוויזן אין א דאָרן בוים – וואס איז שטעכעדיג און ווייטאגליך – כדי צו ווייזן אז הקב"ה כביכול איז מיט אונז און שפירט מיט, דער מלך העולם געפינט זיך אין א דאָרן בוים. דער איד גייט נישט אריבער זיינע צרות און שוועריגקייטן אליין הקב"ה דער קעניג פון די וועלט כביכול איז אויך אין א טיפע בחינה בצער צוזאמען מיט זיינע קינדערלעך די הייליגע פאלק ישראל. און רש"י הקדוש איז ממשיך שפעטער: "כי ידעתי את מכאוביו… כלומר כי שמתי לב להתבונן ולדעת את מכאוביו ולא העלמתי עיני ולא אאטום את אזני מצעקתם." - איך קען זיינע ווייטאגן… דאס מיינט אז איך האב צוגעלייגט די הארץ זיך צו מתבונן זיין און פארשטיין זייערע ווייטאגן, און איך האב נישט פארהוילן מיינע אויגן און איך וועל נישט פאַרשטאָפן מיינע אויערן פון זייער געשריי."

דאס האַרץ ווערט איבערגענומען מיט געפילן ווען ס'באמערקט זיך אז די גאנצע וועג ווי הקב"ה איז זיך מגלה צו כלל ישראל דעם ערשטן מאל איז נישט מיט גרויסקייט, שטארקייט און מעכטיגקייט. הקב"ה איז זיך מגלה: קינד מיינס, איך בין מיט דיר, איך שפיר ווי דו שפירסט, איך זעה דיין צער, כביכול איך גיי אויך אריבער יסורים, הקב"ה לייגט צו דאס הארץ און איז זיך מתבונן אין זיינע קינדערלעך'ס ווייטאגן... מיר האבן נישט קיין השגה וואס די זאַכן מיינען אבער דאס איז קלאר אין די פסוקים אז "הקב"ה איז מיט אונז אויף טריט און שריט, דער איד איז קיינמאל אליין", הקב"ה שפירט און לעבט מיט יעדע קלענסטע שוועריגקייט פון א איד. אין סיי וועלכע מצב א איד געפינט זיך שטייט אונזער באליבטער טאטע נעבן זיינע קינדער צו דער האנט...

דערמיט איז געוואלדיג און לעכטיג די המשך הפסוקים, ווען ביים צווייטן מאל זאגט דער באשעפער אהי' אשר אהי'. לאמיר עס ארויסברענגן מיט א קליין משל, פארשטייט זיך אז ס'איז נאר לשבר את האוזן. ווען א קינד זאגט: "טאטי, איך האב מורא צו גיין אליין", און דער טאטע בארואיגט דעם קינד און זאגט, "זארג נישט, איך וועל זיין מיט דיר…" פארשטייט מען אז דער טאטע האט גאר פיין און קלאר געענפערט פארן קינד. וואס זאל אבער זיין אויב דער קינד זאל ווייטער פרעגן, "אבער טאטי, ווי שטאַרק איז דיין כח?" פארשטייען מיר אז ס'איז נישט פארהאן א וועג וואס דער טאטע קען מסביר זיין פאר זיין קינד ווי אזוי ער קען אים באשיצן פון יעדן געפאר, דאס איינציגסטע זאך וואס דער טאטע קען זאגן איז, "קינד מיינס, איך בין דיין
טאטע, איך בין וואס איך בין, און איך וועל טון אלעס אז דו זאלסט זיין פארזיכערט."

דערמיט דערהערן מיר געשמאק: משה רבינו פרעגט פון הקב"ה: "מי אנכי?" און הקב"ה זאגט "איך וועל זיין מיט דיר." אט דא דערהערט זיך דעם אהי' 'עמך' געוואלדיג! אבער קורץ
דערנאך, ווען משה רבינו פרעגט ווייטער "ווען די אידישע קינדער וועלן פרעגן 'ווער ביסטו? וואס איז דעם אויבערשטנ'ס נאמען?' וואס וועל איך זיי ענטפערן?"

אויף דעם ענטפערט דער באשעפער בדרך רמז: אהיה אשר אהיה - "איך וועל זיין וואס איך וועל זיין". ווייל אויף די שאלה ווער הקב"ה איז, און ווי גרויס זיין כח איז – איז קיין ענטפער נישט פארהאן, ווייל קיינער קען דאס נישט משיג זיין, פונקט ווי א קינד קען נישט פארשטיין א טאטן. ס'איז א מציאות אויף דער וועלט וואס איז נישט שייך ארויסגעברענגט צו ווערן. ס'איז העכער פון סיי וועלכע משל, נמשל און תירוץ, דאס איינציגסטע זאך וואס הקב"ה ענטפערט איז "איך וועל זיין וואס איך וועל זיין" ס'איז א מציאות און א פאַקט!

יעצט אז מען טראכט אריין טיפער אין די הייליגע ווערטער ליגט א געוואלדיגע מחשבה, חז"ל זאגן אונז ווי פריער דערמאנט "אהי' איך בין יעצט מיט אייך אין דעם שעבוד, אשר אהי' איך וועל זיין מיט אייך אין די שפעטערדיגע שעבוד מלכיות" וואס דאס מיינט אז דער באשעפער איז שטענדיג מיט כלל ישראל אין יעדן מצב, לפי וואס מיר שמועסן דערהערן מיר געוואלדיג די פשוטע פשט געפלאכטן צוזאמען מיט די ווערטער פון חז"ל, די רבש"ע זאגט פאר משה רבינו איבערצוגעבן פארן כלל ישראל אז פונקט ווי דער מציאות ה' איז עפעס וואס דער מענטש קען נישט משיג זיין און פארשטיין – ס'איז העכער פון סיי וועלכע השגה אט דאס זעלבע איז מיטן מחשבה אז הקב"ה איז אייביג מיטן כלל ישראל! ס'איז א מציאות און א פאקט, אונזער ליבליכער טאטע איז אייביג מיט אונז, ס'איז א קשר און נאנטשאפט וואס קען נישט ארויסגעברענגט ווערן. דער באשעפער זאגט: מיינע קינדערלעך, איר זענט מיינע קינדערלעך און דאס ליבשאפט צו אייך אין יעדן מצב און צרה איז עפעס וואס דער מענטשליכע שכל קען נישט משיג זיין... יא, ס'איז העכערע שמות הקדושים, אבער וואס מיר דערהערן איז אז אין דעם נאמען פון הקב"ה ליגט דעם ענין אז הקב"ה איז מיט אונז גאר נאנט, ווייל די נאנטשאפט און חביבות וואס אונזער ליבער טאטע האט צו אונז איז נישט עפעס וואס קען ווערן ארויסגעברענגט מיט ווערטער, ס'איז נישט עפעס וואס מיר פארשטייען, ווייל הקב"ה איז אייביג מיט א איד.

אין אונזער הייליגע פרשה באמערקן מיר דעם יסוד אויף טריט אין שריט: דער מעכטיגער לאנד מצרים פאָרט אויף רעדער, פרעה הערט א בשורה אז ס'גייט געבוירן ווערן א קינד, דער גרויסער מושיען של ישראל, די שטערן זעער לאזן וויסן פאר פרעה אז עס גייט יעצט אויפוואַקסן א קינד וואס גייט אויסלייזן די אידן פון מצרים. די אידישע מאמעס האבן געבוירן קינדער אויפאמאל - מאכט פרעה א גזירה כָּל הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ יעדע אידיש קינד וואס וועט געבוירן ווערן דארף מען אריינוואַרפן אין טייך, אזוי וועט דער מושיען של ישראל דערטראנקען ווערן חלילה. ס'איז ביטער און טונקל וואס וועט דא זיין?! אבער ווען די ריכטיגע מינוט קומט טוט הקב"ה אָפהיטן דעם קינד, און נישט סתם, נאר די טאכטער פון פרעה הרשע, זי איז די וואס הערט א קינד וויינען און פלוצלינג האט זי רחמנות, ס'האט בכלל נישט קיין פשט, דערנאך טרעפט זיך משה ביי פרעה אין פאלאץ, ביי דעם רשע אויפן שויס. פון אלע קינדער, פון אלע פרויען איז עס פרעה'ס טאכטער וואס טרעפט משה רבינו און געבט אים א נאמען... משֶׁה, וַתֹּאמֶר כִּי מִן הַמַּיִם מְשִׁיתִהוּ.

קיינער ווייסט נישט, קיינער חלומ'ט נישט אז דער מושיען של ישראל – האָדעוועט זיך אויף פרעה'ס שויס... ס'איז חושך און טונקל אויף דער וועלט, כלל ישראל ליגט אין די שווערסטע מצב – אין מ"ט שערי טומאה, אידישע קינדערלעך ווערן אריינגעווארפן אין וואסער, די אידן שטייען ביים שוועל פון צוזאמבראך, קוים וואס כלל ישראל הערט עפעס, אבער הקב"ה טוט פאר זיינע קינדערלעך אָנגרייטן א פלאַן און א ישועה... און טאקע מיט דעם נאמען רופן מיר משה רבינו, צו דערמאנען א איד אז אין די גרעסטע צרה, אויף אן אופן וואס ס'לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל און פארשטאנד, שטייט כביכול אבינו שבשמים און שפירט מיט און טוט פארן איד אנגרייטן און אויספלעכטן ישועות, ווייל מיר זענען א כלל ישראל וואס איז געבויעט מיט ליבשאפט און השגחה פרטית!

אה! אט דאס איז די ערשטע יסוד וואס איד דארף וויסן און געדענקן: ידעתי את מכאוביו – די ערשטע התגלות פון הקב"ה צו אונז איז: קינדערלעך איר זענט נישט אליין, איך בין מיט אייך צוזאמען... דאס געבט אונז א נייע דערהער פון נאנטשאפט וואס ליגט באהאלטן אין דעם אידישן "קרעכץ"! ס'שטייט אין פסוק: וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם "וַיֵּאָנְחוּ" בְנֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעֲבֹדָה וַיִּזְעָקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל הָאֱלֹהִים מִן הָעֲבֹדָה. ווען מען לערנט בפשטות די פסוק מיינט עס אז הקב"ה האט געהערט די אויסגעמאטערטקייט און שווערע ארבעט פון די אידישע קינדער, אבער לויט וואס מיר שמועסן ליגט דא א טיפערע יסוד. ווייל כדי צו הערן א קרעכץ דארף מען שטיין נאָנט – גאר נאנט... הקב"ה זאגט פארן כלל ישראל, מיר זענען גאר נאנט, און דערפאר הער איך אייערע קרעכצן, און ווען מען שטייט נאנט הערט זיך א קרעכץ שטערקער פון סיי וואס. א געשריי קען מען הערן פונדערווייטנס, אבער א קרעכץ איז א שטילע אויסדרוק וואס מען מוז זיין נאנט צו קענען הערן און באמערקן – וואס הקב"ה זאגט פאר כלל ישראל איז: "מיין טייער קינד איך הער דיין קרעכץ – איך שטיי נאנט צו דיר, גאר נאנט".

ווען מיר דערהערן דעם יסוד אז הקב"ה איז אייביג מיט אונז, הקב"ה פילט מיט אונז, איז עס אהי' אשר אהי' – מיט הקב"ה'ס השגות – מיר דארפן איינרייסן און בעטן אָן אויפהער. ווייל דער איד דארף דערהערן אז דער מלך העולם אונזער באליבטע טאטע דער גרויסע כל יכול איז מיט אונז צוזאמען און שטייט אונז צו דער האנט, נו אויב אזוי דארף מען איינרייסן און וויסן מיט א קלארקייט אז הקב"ה קען אלעס העלפן, און עטליכע סעקונדעס קען מען זוכה זיין צו די גרעסטע ישועות... אין גמרא ווערט געברענגט אז ווען משה רבינו איז געקומען צו די אידן און געזאגט זיי זאלן באָרגן פון די מצרים ווייל זיי גייען ארויסגיין מיט א רכוש גדול, האבן זיי זיך געוואונדערט און געזאגט, הלואי זאלן מיר אליינס ארויסגיין. דאס איז א משל צו א מענטש וואס זיצט אין תפיסה און מען זאגט אים, מען גייט דיך מארגן ארויסנעמען פון תפיסה און דיך געבן אסאך געלט, זאגט דער מענטש, איך בעט דיך, נעם מיך היינט ארויס און איך דארף נישט קיין געלט.

פון דעם זעען מיר אז די אידן זענען נעבעך געווען אזוי פארזונקען און מיואש אז זיי האבן נאר געקענט טראכטן פון ארויסגיין, אבער זיי האבן נישט געקענט טראכטן פון דעם רכוש גדול. אבער באמת איז דער באשעפער געווען מיט זיי די גאנצע צייט, און ווען די ריכטיגע מינוט איז אנגעקומען האט דער באשעפער געהערט זייער קרעכצן און נישט נאר זיי ארויסגענומען פון דעם שעבוד נאר געגעבן א רכוש גדול, און א הייליגע תורה, און א הייליג לאנד... די הייליגע פסוקים וואס מיר האבן עפעס א קליין ביסל געטוען אויסשמועסן דארף אנפילן דאס אידיש הארץ מיט שמחה און האפפענונג אז יא אמת אמאל גייען מיר אריבער שוועריגקייטן, יא אמת אז צומאל זעט אונז אויס חושך אבער הקב"ה זאגט אונז קינד מיינס תוך די פינסטערניש פלעכט זיך דעם גרויסן ישועה. ווי מיר געפינען טאקע דא אין אונזער פרשה אז דוקא דארט ווי כלל ישראל גלייבט אז די ישועה וועט זיכער 'נישט' קומען – פון דעם שטוב פון פרעה הרשע אויף זיין שויס אט טאקע דארט האָדעוועט זיך א הערליכע גאולה, ווייל מיר האבן הקב"ה נאנט צו אונז, און מיט אונזער טאטע קען א איד אלעס!!

ביים ראש ישיבה הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל האט זיך אמאל געמאכט אז ס'האט געדארפט קומען א מיטליעריגע פארפאלק וועלכע זענען ביידע ליידער נישט געזונט אויף א קורצע באזוך, נעמען ברכת קדשו. מיר זענען אריין צום ראש ישיבה און דערציילט אז ס'קומט יעצט א פארפאלק וואס לעבט שוין לאנגע יארן מיט שווערע מחלות, און זיי לעבן מיט ניסים און געזאגט ראש ישיבה אט קומען זיי פאר א גרויסע ישועה, אבער דער ראש ישיבה האט געשוויגן און גארנישט רעאגירט. איך האב עס דערציילט איינמאל און נאכאמאל אבער דער ר"י האט גארנישט געענטערפט.

ממש איידער זיי האבן געדארפט אנקומען, האב איך געזען דעם קאר אנקומען, האב איך נאכאמאל געגעבן א זאג פאר'ן ראש ישיבה, דאס פארפאלק איז יעצט דא, זיי לעבן אויף ניסים... פלוצלינג האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן וויינען בדמעות שליש, און געזאגט "ניסים ניסים? ביים אויבערשטן איז נישט דא קיין נס… דאס איז אלעס פאר אונזערע אויגן, ביים באשעפער איז נישטא קיין נס. ס'קען אמאל אויסזעהן פאר אונז אז ס'איז נס – אבער ביים אייבערשטער איז נישט פארהאן א נס, אלעס איז למעלה מן הטבע – אלעס איז א נס"

שפעטער ווען זיי זענען אריינגעקומען, נאך א לענגערע וואערמע שמועס, האט דער ראש ישיבה זיך אנגערופן מיט טרערן, "אמאל מאכט זיך אז א מענטש גייט אריבער פאר לאנגע יארן א שוועריגקייט און דער מענטש ווערט צוגעוואוינט אז דאס איז עס, אזוי גייט עס, אבער טייערע קינדער איר דארפט גלייבן באמונה שלימה אז דער מצב קען זיך טוישן אין איין מינוט - ביים באשעפער איז נישטא אזא זאך אז עפעס קען זיך נישט טוישן. דער באשעפער איז א סומך נופלים, רופא חולים, ער קען אין א רגע איבערדרייען יעדן מצב לטובה…" איי אמאל זעט מען אז מען בעט און דאס מצב בלייבט דאס זעלבע דאס זענען באהאלטענע חשבונות וואס מיר האבן נישט קיין השגה דערין אבער ווען ס'קומט צו אונזערע תפילות דארף מען בעטן און איינרייסן מיט אַן אמונה אז אלעס קען זיך טוישן אין איינצעלע מינוטן ווייל הקב"ה איז א כל יכול – ישועת ה' כהרף עין!

ברידער, יעצט אין די הייליגע ימי שובבי"ם – די צייט וואס איז מסוגל פאַר יעדן איד ארויסצוגיין פון אונזערע פריוואטע גלות'ן, זיך רייניגן און מטהר זיין פון אונזערע מצרישע שוועריגקייטן, דארפן מיר זיך מתבונן זיין און באמערקן אז אט זענען מיר נישט אליין, דער איד איז נישט פאַרפלאָנטערט אין שווערע נסיונות איינער אליין, הקב"ה איז מיט אונז אויף טריט און שריט, שפירט און זעט איעדע ברעקל צער וואס דער איד האט און פארמאגט. הקב"ה האט פאר אונז ישועות, פון אונז פארלאנגט זיך א אמתע הארציגע קרעכץ און געשריי. הקב"ה זעט, הערט און שפירט מיט, און אט וועט ער אונז שיקן אונזער גאולה אויף א וועג וואס מיר קענען בכלל נישט משיג זיין, מיר דארפן אבער גלייבן מיט א קלארקייט אז יא מיר קענען אין איין מינוט זוכה זיין צו גרויסע אורות און לעכטיגקייטן, ווייל מיט הקב"ה קען א איד גיין אין איין מינוט פון די טיפסטע מ"ט שערי טומאה צו קבלת התורה.

לאמיר זיך שטארקן און געדענקן אז מיר זענען קיינמאל נישט אליין, אבינו שבשמים שטייט מיט אונז אויף טריט און שריט צוזאמען אין איעדע מצב וואס זאל זיך נאר נישט מאכן ה"י... מיר האבן די הייליגע ווערטער פון אהי' אשר אהי' - אין יעדע שווערע גלות און שעבוד מלכיות האט אונז הקב"ה ליב מיט א ליבשאפט וואס איז א מציאות און א פאַקט, מיר קענען עס בכלל נישט מסביר זיין אדער פארשטיין... ווען מיר דערהערן די ווערטער ווערט דאס הארץ באַגאָסן מיט א פרישקייט אז אט וועלן מיר זיך נעמען דערצו, אנפאנגן שרייען און בעטן און נישט מוותר זיין און בעטן קלייניגקייטן, נאר בעטן געטרייע טאטע מיר ווילן א גאולה שלימה, לייז אונז שוין אויס בכלליות ובפרטיות... און פונקט ווי אין אונזער פרשה טרעפן מיר אז הקב"ה זאגט פאר משה גלייך ביים אנפאנג, דעמאלט ווען כלל ישראל האט פון א גאולה נאך נישט געחלומ'ט, האט אבער שוין אונזער הייליגער טאטע געזאגט: וְזֶה לְּךָ הָאוֹת – אט אויף דעם בארג סיני וועט געגעבן ווערן די תורה הקדושה ווייל ביי אונזער געטרייער טאטע איז פון די טיפסטע גלות ביז גאולה אלעס גאר נאנט... לאמיר בעטן אבינו שבשמים נעם אונז צוריק אהיים, ברענגט אויף אונז אלע ברכות און השפעות ברוחניות ובגשמיות עדי נזכה לביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
● הקב"ה איז אייביג מיט אונז, אפילו מען שפירט עס נישט – טוט זיך א ישועה פלעכטן מיט לעבשאפט.
● דער באשעפער הערט יעדן קרעכץ פון א איד – און שטייט גאר נאנט צו אונזער האנט.
● מען דארף כסדר בעטן אויף גרויסע זאכן, אפילו מ'איז אין די גרעסטע טונקלקייט – ווייל אט וועלן מיר גיין פון די טיפסטע מ"ט שערי טומאה צו דעם גרויסן מעמד קבלת התורה.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג יאנואר 17, 2020 11:11 am

פי די עף
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 18&gil=172
א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט