און זעמיר נישט בקי אין די מציאות'דיגע חילוקים פון נדה ביז זבה פארדעם איז מען חושש ביי יעדע נדה כאילו זי איז א זבה. דאס איז נישט קיין 'גזירה' וואס מ'קען זאגן אויף דעם גזירה לגזירה וכו' דאס איז א געהעריגע ספיקא דאורייתא לחומרא. דאס זעלביגע איז בנוגע דעם פולטת סוף יום ג'.בן חכמוני האט געשריבן:די גאנצע זאך אז אונזערע בנות זענען דינם כזבים איז דאך נאר זייער אייגענע חומרא וואס מ׳האט שפעטער געמאכט הלכה פסוקה.
לא פלוג רבנן אין דעם קאנטעקסט מיינט נישט אז די יעצטיגע רבנים וואס פסק'נען זענען נישט מפליג. ער מיינט צו ציטירן דער כלל וואס איז פון כללי הפסיקה און ווערט אפטמאל באניצט אין הלכה ווייל ער האלט אז אויף דעם פאל איז שייך דעם כלל פון לא פליגי און ממילא איז עס אסור, דעס אז דער מחבר האלט נישט אז ס'איז פאסיג דא טוישט נישט דעם הלכה'דיגן כלל פון לא פליגי.בן חכמוני האט געשריבן:ה, איין סעקונדע. נישט ממש יעדע פרוי דארף ווארטן שטייצעך, נאר אזא איינער וואס האט משמש געווען פאר זי איז געווארן טמא. אויב אבער האט זי משמש געווען א צייט פארן טמא ווערן דאן דארף זי נישט ווארטן. איוואר? ראנג! שרייבט דער הייליגער רמ״א נישט קיין חילוק יא משמש געווען נישט משמש געווען, יעדער ווארט! איי פארוואס? ״לא פלוג רבנן״ ערקלערט ר׳ שבתי כהן ז״ל. ווער די ״רבנן״ זענען איז נישט קלאר ווען דער מחבר, דעם רמ״א׳ס בן-דורו, מאכט יא דעם חילוק.
"ר' משה איסרליש" המכונה רמ"א/הגה וואס הערט נישט אויף צוברענגען אלערליי מנהגים וואס זענען נאר נוגע להלכה, האט געשריבן שוין 400 יאר צירוק אז מיר דענקן נישט פונקטליך וויאזוי מ'האט זיך געפירט צו וואשן באופן ס'זאל נישט בלייבן קיין ש"ז, די דענקסט יא? אדרבה ברענג עס צו דא דער עולם וועט אייך שטארק מכיר טובה זיין.בן חכמוני האט געשריבן:וואס ווייסן מיר אונז אבער, שרייט ר׳ משה איסערליש! אונז זעמיר דען בקי מיטן זיך וואשן, אונז ווייס מיר דען וואס עס באדייט זיך אפצעוואשן עס זאל גענוג זיין נישט מטמא צו זיין מער?? גארנישט העלפט נישט! נישט קיין וואשן, נישט קיין גיין, גארנישט! יעדע פרוי וואס זעהט א משהו דם דארף ווארטן פינף און זיבן בלי שום יוצא מן הכלל
קענסט פליז איבערזעצן אויף אידיש?בן חכמוני האט געשריבן:מען האט איינמאל עובר געווען אויף לא תגרעו און אויסגעריסן לא תוסיפו אזוי אז די איז פעלד אפן פאר יעדן חסיד שוטה. דערוואגן זאלסטעך זאגן אנדערש.
די כבר!
וכשבא רבי וראה שנתמעטה החכמה בעולם ואין החכמים בקיאין במראות הדמים וכי הנשים היו נוהגות בדין תורה, שהיו מונות ימי הנידה לנידה וימי זיבה לזיבה, חשש לדבר. שמא לפעמים תראה האשה דם שהוא מן התורה טהור ומפני שלא תמצא חכם שיכיר בו, תחוש לו מן הספק ותשב עליו. ואם אתה מנהיגה בדין תורה, הרי שתהיה מונה מאותו יום שתתחיל לראות שבעה ימים, ובליל שמיני אף על פי ששפעה כל שבעה, אם פסקה ביום שביעי טובלת לערב כמו שאמרנו למעלה. ונמצא לפעמים שבאים עליה לידי איסור כרת, כי יש לחוש שמא כל הדם שראתה כל ששה ימים הוא דם טהור ושל יום השביעי היה דם טמא. והיא התחילה למנות שבעת ימי נדות מיום ראשון שראתה, והיה לה להתחיל ולמנותם מיום שביעי כי הוא התחלת נדותה, שהיה דם טמא. ועל ידי טעות זו באה לטעות הרבה פעמים מנדה לזבה ומזבה לנדה, שתהא סבורה להיות בימי נדות ותהא בימי זיבות.
לפיכך עמד רבי ותקן (נידה סו.) שכל אשה שרואה יום אחד תשב ששה ימים נקיים, וכן אם ראתה שני ימים תשב גם כן ששה נקיים. שכל זמן שאינה רואה יותר משני ימים, כשהיא יושבת עליהן ששה ימים נקיים אין בהן מקום ספק מעתה, שאם אותן הימים שניהם בימי נדה הם, לסוף שבעה טהורה היא. ואם שניהן בימי זיבה הם, לא היתה צריכה אלא יום אחד. ואפילו הראשון בימי זיבה והשני בימי נדה, אין בכך כלום שהרי היא יושבת אחר מכן ששה נקיים, והאחד מאותן ששה נקיים עולה לאותו יום של זיבה ואף על פי שכלן בימי נדה הן, שהלכה היא ימי נידה שאינה רואה בהן עולים לימי זיבה. ואם ראתה שלשה ימים, תיקן הוא שתהא יושבת שבעה נקיים מפני שיש לחוש שכל השלשה בימי זיבה היו, והרי היא זבה גדולה שצריכה לישב שבעה נקיים מדין תורה.
זאת היתה תקנתו של רבי. ועם תקנה זו לא נשאר שום ספק בענין. ואחר תקנה זו הוסיפו עוד בנות ישראל והחמירו על עצמן (דף סו.) שאפילו רואות טיפת דם כחרדל, כלומר אפילו בראיה אחת, היו יושבות שבעה נקיים, שלא רצו לחלק בין רואה דם יום אחד או שנים לרואה שלשה ימים. ואין ענין החומרא שהחמירו הם משום דם מועט כחרדל, כי מדין תורה אין חילוק לענין ימי נדות בין דם מועט לדם מרובה, כי לעולם צריכה לישב שבעת ימים רצופים כמו שאמרנו. אבל החומרא היא שעשו עצמן כזבות אפילו בראיה אחת.
בן חכמוני האט געשריבן:זלזול?
בן חכמוני האט געשריבן:(אויפן רמא) אזוי אז די איז פעלד אפן פאר יעדן חסיד שוטה. דערוואגן זאלסטעך זאגן אנדערש.
די כבר!
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.
קאך_לעפל האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.
שוין ווייטער... ווען גיייט זיך שוין דאס מינות און אפיקורסת ענדליך אפשטעלן? באשעפער העלף שוין!
האלטן אז וואס? אז מען קען איגנארירן די פינף טעג?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז די אלע חומרות און חששות זענען נאר געמאכט פאר די וועלכע ענדשויען זיך צו פאטשקען אין די זאכן, אלע אנדערע טוען דאך סייווי וואס זיי ווילן. די רחמנות איז נאר אויף די תמימות'דיגע פרויען וועלכע מיינען באמת אז די אלע משוגעת'ן זענען תורה מסיני, זאל זיך דער הייליגער באשעפער מרחם זיין.
שוין ווייטער... ווען גיייט זיך שוין דאס מינות און אפיקורסת ענדליך אפשטעלן? באשעפער העלף שוין!
איך ווייס נישט מיט וועלכע תלמידי חכמים און דיינים דו ביזט אין קאנטאקט, אבער די וועלכע איך בין באקאנט מיט האלטן אויך בערך אזוי, כ'זאג בכלל נישט קיין אייגענע ווערטער.
אישתישבי האט געשריבן:ביסט גערעכט מיט דיינע טענות, איך ווייס נישט פארוואס טאקע די אשכנזים האבן אזוי מחמיר געוועהן אין דער ענין, און עס איז נישטא קיין אמת'ע תירוץ אויף דעם אויך נישט לפי ידיעתי.
דער טיפת דם פין ר' זירא איז שוין א שוועריקייט ווייל אפילו אפאר פרויען נעמען זיך פאר א חומרא דארף עס נישט ווערען א נחלת הכלל, בפרט אז עס ווערט נישט געברענגט א סיבה דערצו.
(אסתר ט כז) האט געשריבן:קִיְּמוּ וקבל [וְקִבְּלוּ] הַיְּהוּדִים עֲלֵיהֶם וְעַל זַרְעָם וְעַל כָּל הַנִּלְוִים עֲלֵיהֶם וְלֹא יַעֲבוֹר לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת שְׁנֵי הַיָּמִים הָאֵלֶּה כִּכְתָבָם וְכִזְמַנָּם בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דארט האט זיך עס אנגעפאנגען מיט אפאר פסוקים פריער ווען מרדכי האט געמאכט די נייע מצווה דרבנן פון פורים, און וויבאלד א תקנה וואס ווערט נישט אנגענומען ביים ציבור ווערט בטל פון זיך אליינס (אזויווי טבילת עזרא), אויף דעם ארויף שטייט אז דעם מצווה האט מען יא אנגענומען.
real fake news האט געשריבן:כהאב גערעדט מיט מיין ווייב איבער די נושא, זאגט זי מיר אז איר האט מען אויסגעלערנט אז די פינף טעג איז ווייל על פי רוב איז די ווסת בערך פינף טעג, סאו אויב סהאט זיך געענדיגט פריער זאל מען ווארטן ביז פינף אלס חשש אז אפשר וועט נאך קומען.
האט איינער אמאל געהערט פון דאס אדער סאיז סתם ׳מן הארצות׳?
real fake news האט געשריבן:כהאב גערעדט מיט מיין ווייב איבער די נושא, זאגט זי מיר אז איר האט מען אויסגעלערנט אז די פינף טעג איז ווייל על פי רוב איז די ווסת בערך פינף טעג, סאו אויב סהאט זיך געענדיגט פריער זאל מען ווארטן ביז פינף אלס חשש אז אפשר וועט נאך קומען.
האט איינער אמאל געהערט פון דאס אדער סאיז סתם ׳מן הארצות׳?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט