פרשת בא - נצחון אדער חינוך?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

פרשת בא - נצחון אדער חינוך?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה בֹּא אֶל פַּרְעֹה כִּי אֲנִי הִכְבַּדְתִּי אֶת לִבּוֹ וכו' וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אֲשֶׁר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם וְאֶת אֹתֹתַי אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בָם וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' - השי"ת זאָגט פאר משה רבינו: קום צו פרעה ווייל איך האב שווער געמאכט זיין הארץ וכו' כדי דו זאלסט דערציילן אין די אויערן פון דיין קינד און קינד'ס קינד, אלעס וואס איך האב באוויזן אין מצרים און די וואונדער וואס איך האב מיט זיי געטון - איר זאלט וויסן אז איך בין השי"ת. ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען די פרשה באמערקט מען צום ערשטן מאל דעם ענין, אז די מכות וואס הקב"ה
שלאָגט די מצריים איז מיט'ן תכלית אז מיר זאָלן דערציילן פאר אונזערע קינדער די אלע גרויסע וואונדער וואס הקב"ה האט געוויזן.

נאכמער ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים, אז די מכה פון 'ארבה' איז מרמז אויף דעם געוואלדיגן ברכה וואס הקב"ה האט געזאגט פאר אברהם ביי די עקידה: כִּי-בָרֵךְ אֲבָרֶכְךָ, וְהַרְבָּה 'אַרְבֶּה' אֶת-זַרְעֲךָ כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם, וְכַחוֹל אֲשֶׁר עַל-שְׂפַת הַיָּם וכו' - איך וועל דיך בענטשן און פארמערן דיינע קינדער ווי די שטערן פון הימל און ווי די זאַמד ביים ברעג ים.

אזוי זעט מען טאקע במשך די גאנצע פרשה, איבעראל טרעפט מען אז די קינדער שפילן א הויפט ראלע דערין. ווען פרעה זאגט פאר משה: (שמות י ח) לְכוּ עִבְדוּ אֶת ה' אֱלֹקֵיכֶם מִי וָמִי הַהֹלְכִים - ווער גייט ארויסגיין דינען דעם באשעפער, זעען מיר אין פסוק: וַיֹּאמֶר משֶׁה בִּנְעָרֵינוּ וּבִזְקֵנֵינוּ נֵלֵךְ בְּבָנֵינוּ וּבִבְנוֹתֵנוּ בְּצֹאנֵנוּ וּבִבְקָרֵנוּ נֵלֵךְ כִּי חַג ה' לָנוּ. וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם יְהִי כֵן ה' עִמָּכֶם כַּאֲשֶׁר אֲשַׁלַּח אֶתְכֶם וְאֶת טַפְּכֶם… לֹא כֵן לְכוּ נָא הַגְּבָרִים וְעִבְדוּ אֶת ה' כִּי אֹתָהּ אַתֶּם מְבַקְשִׁים וַיְגָרֶשׁ אֹתָם מֵאֵת פְּנֵי פַרְעֹה - פרעה זאגט, וואס דארפט איר די קינדער? זאלן נאר די מענער גיין און שעכטן קרבנות פאר'ן באשעפער.

שפעטער אין די פרשה טרעפט מען דער ענין פון קרבן פסח, וואס די גאנצע מצוה איז א שטוב מצוה, ווי דער פסוק זאגט: וְיִקְחוּ לָהֶם אִישׁ שֶׂה לְבֵית אָבֹת שֶׂה לַבָּיִת – יעדער מענטש זאל זיך נעמען איין שעפעלע פאר יעדן שטוב, דאס מיינט די טאטע און די קינדער. און ווי דער הייליגער רמב"ם אין הלכות קרבן פסח פסק'נט: וכן קטן שהגדיל בין שני פסחים חייבין לעשות פסח שני ואם שחטו עליו בראשון פטור - אויב א קינד איז געווארן א גדול צווישן פסח ראשון און פסח שני, דארף ער מאכן א קרבן פסח, אויסער אויב מען האט אים צאמגעציילט ביים ערשטן פסח, און דאס איז אַן ענין וואס מען טרעפט נישט ביי קיין שום אנדערע מצוה אז מען זאל האבן יוצא געווען עפעס אלץ קטן – וואס זאגט אונז נאכאמאל אז אלעס דרייט זיך ארום דעם ענין פון אונזערע קינדער און זיי זענען א טייל פון די מצוה.

דער פסוק פירט טאקע אויס (שמות יב כו): וְהָיָה כִּי יֹאמְרוּ אֲלֵיכֶם בְּנֵיכֶם מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם: וַאֲמַרְתֶּם זֶבַח פֶּסַח הוּא לַה' אֲשֶׁר פָּסַח עַל בָּתֵּי בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּמִצְרַיִם בְּנָגְפּוֹ אֶת מִצְרַיִם וְאֶת בָּתֵּינוּ הִצִּיל וַיִּקֹּד הָעָם וַיִּשְׁתַּחֲווּ – ווען די קינדער וועלן פרעגן וואס איז די עבודה? זאל מען זאגן אז דאס איז א קרבן פסח פאר'ן באשעפער, וועלכער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער. און אזוי אויך ביים סוף פרשה, ביי יציאת מצרים, זאגט דער באשעפער אז מיר זאלן אָנהאַלטן די אלע מצוות פון עסן מצה און פדיון הבן, ווייל - וְהָיָה כִּי יִשְׁאָלְךָ בִנְךָ מָחָר לֵאמֹר מַה זֹּאת וְאָמַרְתָּ אֵלָיו בְּחֹזֶק יָד הוֹצִיאָנוּ ה' מִמִּצְרַיִם מִבֵּית עֲבָדִים - אז דיין קינד וועט דיך פרעגן וואס איז דאס, זאלסטו ענטפערן אז דער באשעפער האט אונז ארויסגעצויגן פון קנעכטשאפט. און אזוי טרעפט מען אין אונזער פרשה פיל נאך. עס איז דעריבער כדאי מיר זאלן זיך ריכטיג מתבונן זיין אין דעם ענין פון אונזערע 'קינדערלעך' און בעזר ה' ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכע לעבן.

נאך א אינטערעסאנטע ענין וואס טרעפן מיר אין אונזער פרשה וואס איז גאר כדי זיך אָפצושטעלן און באטראכטן:
משה רבינו קומט צו פרעה און וואָרנט אים מיט די לעצטע און שווערסטע מכה: כֹּה אָמַר ה' כַּחֲצֹת הַלַּיְלָה אֲנִי יוֹצֵא בְּתוֹךְ מִצְרָיִם: וּמֵת כָּל בְּכוֹר בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבְּכוֹר פַּרְעֹה הַיּשֵׁב עַל כִּסְאוֹ עַד בְּכוֹר הַשִּׁפְחָה אֲשֶׁר אַחַר הָרֵחָיִם וְכֹל בְּכוֹר בְּהֵמָה - דער באשעפער זאגט, ביי חצות הלילה וועל איך ארויסגיין אין מצרים און יעדער בכור וועט שטארבן. ברענגט רש"י די באַקאנטע גמרא אין מסכת ברכות דף ד', משה רבינו האט געזאגט 'כחצות' - בערך ביי חצות, נישט 'בחצות' - ביי חצות, כאטש דער באשעפער ווייסט די פונקטליכע צייט פון חצות, נאר אויב פרעה און זיינע שטערנזעער וועלן מאכן א טעות און מיינען אז דאס איז נישט די ריכטיגע צייט פון חצות זאל ער נישט קענען זאגן 'משה איז א ליגנער' (ח"ו).

לכאורה איז שווער דערויף צוויי קשיות:
א. ווי איז מעגליך אז די שטערן זעערס פון פרעה זאלן זיך קימערן מיט אַזאַ סאָרט טעות, צו ווייסן זיי דען נישט ווער משה רבינו איז?! זיי האבן דאך שוין געכאַפט ניין מכות. מצרים איז חרוב ונחרב, וואס וועלן זיי יעצט זאגן, אז משה רבינו איז א ליגנער חלילה, אונזער רבי האט דאָך שוין אזויפיל באוויזן?
ב. און אויב די מצריים וועלן טאקע אזוי האלטן, אדרבה אפשר איז בעסער זיי זאלן נישט וויסן די ריכטיגע צייט, זאלן זיי מיינען אז משה רבינו זאגט ליגנט, און קורץ דערנאך וועלן זיי כאַפן זייער ביטערער טעות, און אלע וועלן זען אז די מכה איז אנגעקומען אין די גענויע שעה. זיי וואלטן געווען אסאך א גרעסערע דורכפאל און דאס וואָלט געווען נאָך א גרעסערע קידוש השם. לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אָפלערנען דעם ענין לויט אונזער מדריגה.

לאמיר כאַפן א שפאַציר אין מצרים און אביסל באטראכטן די מצב.
פרעה און קליפת מצרים זענען מרמז אויף א מציאות פון שלעכטס לשם שלעכטס, א מציאות פון גאווה, שקר, און מידות רעות. דער פרעה און זיינע חברה כאַפן מכות פון השי"ת, דם, צפרדע, כינים, ער זעט אז עס איז פארהאן א מלך וואס קעניגט אויף די וועלט, די וועלט האט א בעל הבית, אבער ער מאכט זיך בלינד, זיינע שלעכטע מידות לאזן אים נישט איינזען אז ער דארף זיך מכניע זיין פאר'ן באשעפער, און אנשטאט זיך צו בייגן פאר דעם גרויסן כח, ווערט ער אלץ מער פאר'עקשנ'ט ביי זיך. דאס איז "הכבדת הלב", א מענטש וואס ווייסט דעם אמת, ער ווייסט אז ער איז נישט אויף דעם ריכטיגן דרך, אבער ער לאָזט זיך נישט מתקן זיין, זיינע מידות לאָזן נישט.

אין אזא פאל וועט דער מענטש זיך געבן אלע סארטן נארישע תירוצים אויפצואווייזן פארוואס ער איז 'יא' גערעכט. דער מענטש ווערט פאַרהאַנקערט אויף קליינע נארישע דיעטאַלן און דארט פארלירט מען זיך. פלוצלינג ווערט מורא'דיג וויכטיג צו מ'האט געזאגט 'כחצות' אדער 'בחצות' און מען טרעפט אלע סארטן הסברים פארוואס מען איז יא גערעכט. מען דערהערט נישט אז איין מינוט אלע בכורים גייען שטארבן... "די גאוה און כח פון אויספירן - די נצחון שטערט מענטשן פון איינזען דעם אמת".

ברידער, מיר לאַכן פון פרעה'ס שטערנזעער, אבער וויפיל מאָל מאַכט זיך אז מיר ווערן אריינגעכאַפט און דעם זעלבן פלאָנטער, איינער קען אונז קומען זאגן א קלוגע זאך, די עלטערן, די מאַן, א גוטער חבר, און יענער האט גוטע נקודות, אבער וויבאלד מיר ווילן עס נישט ארייננעמען אין קאָפ און איינזען אז מיר מאכן א טעות, וועלן מיר ווערן שטעקן אויף די קלענסטע און נארישסטע נקודה, און אויפווייזן פארוואס יענער איז נישט גערעכט. יענער איז מסביר און געבט אונז עפעס א וויכטיגע מעסעדזש, און דער מח ווערט פארהאַנקעט אין עפעס א חילוק צווישן בחצות און כחצות. אט דאס לערנט אונז די תוה"ק, יא אפילו מ'האַלט ביי א מצב וואס די גאנצע לאנד איז חרוב און דער מציאות שרייט אין פנים, אבער צוליב געוויסע נגיעות פון כבוד, און צוליב דעם אהבת הנצחון, דעם חשק אויסצופירן און בלייבן גערעכט, הערט מען נישט עפעס וואס איז גאר קריטיש וויכטיג.

דערפאר האט משה רבינו זיך באוואָרנט און געטוישט דאס וואָרט כדי פרעה זאל דאס נישט קענען נוצן אלס אַן אויסרייד. ער זאל נישט נוצן דעם לעכל צו שטעקן ווערן דערין. אבער דא האבן מיר זיך פריער געוואונדערט, פארוואס טאקע, - זאָל דער פרעה מיינען אז ער קען ח"ו באזיגן משה רבינו און אזוי וועט ער בעסער אריינפאלן אין א נעץ?

נאר משה רבינו, דער הייליגער רבי פון כלל ישראל, איז להבדיל אלף אלפי הבדלות פונקט דאס פאַרקערטע ווי פרעה הרשע. ער ווייסט אז אלעס וואס מען זעט אויף די וועלט איז נאר צו ברענגען דעם מענטש נענטער צום מלך העולם, יעדער מעסעדזש וואס הקב"ה שיקט דארף דערהערט ווערן – דערפאר, ווען משה רבינו געבט איבער דעם דבר ה', טוט ער עס אויף אַן אופן וואס האט נישט קיין משהו גאוה אדער 'איך' אריינגעמישט. ער זוכט נישט אז דער מצרי זאל האבן א דורכפאַל, פאר אים אינטערעסירט נאר איין זאך: "איך האב א שליחות איבערצוגעבן דעם דבר ה', און איך מוז דאס איבערגעבן אויפ'ן בעסטן און קלאָרסטן אופן וואס איז שייך." ווייל כדי צו אויסרייסן די גאוה און שלעכטס פון מצרים, מוז מען עס טון אויף די גרעסטע דרגא פון אמת און ריינקייט, אָן קיין שום נגיעות, און דער איינציגסטער ציל דארף זיין צו ברענגן דאס וועלט צו א בעסערע פלאץ.

אויב זאגן מיר עפעס מיט א געפיל פון נצחון, מיט א חשק פון 'אויפווייזן' און אוועקמאכן יענעם, ווערט דאס מעסעדזש נישט דערהערט. אויב ווילן מיר אז עפעס זאל דערהערט ווערן, פאַרלאַנגט זיך אז מיר זאלן ארויסנעמען אונזערע נגיעות און זאגן נאר וואס פאַרלאַנגט זיך פאר די תועלת. די מצריים ווערן פאַרהאַנקערט אויף קליינליכע נגיעות, אבער משה רבינו איז ממש דאס היפך; ווען מען ברענגט דעם דבר ה' ברענגט מען עס מיט דעם גאנצן אמת. אויב איז דא א צד רחוק אז דער מצרי וועט נישט דערהערן דעם ריינעם דבר ה', געבט אונזער הייליגער רבי אכטונג דעראויף.

ווען מיר דערהערן דעם יסוד פון אונזער הייליגער רבי, קענען מיר דא טרעפן א לימוד פאר אונזער גאנצער עבודת ה' בכלל און אונזער עבודת החינוך בפרט. וויפיל מאל מאכט זיך אז מיר, אלץ טאטעס אדער מאמעס, בעלי בתים אדער מחנכים, חברים אדער שותפים, ווילן געבן פאר א צווייטן מעסעדזש. אבער אנשטאט מיר זאלן זיך קאנצענטרירן אויף דעם תועלת, הייבן מיר אָן טראכטן פון אונז, ווי אזוי מיר קענען בלייבן גערעכט און אויפווייזן פאר יענעם ווי פאַלש ער איז. דאס קומט ארויס אין אזעלכע מעסעדזשעס ווי למשל: "כ'האב דיך געזאגט!" אדער: "נו, זעסטו, ווער איז גערעכט?" "וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן?" "ווען וועסטו שוין איינזען אז כ'בין גערעכט?"

די אלע לשונות ברענגען אז דער מעסעדזש קומט ארויס מיט נגיעות און גאוה, און טוען נישט אויף דעם ריכטיגן ציל. אפילו ווען מען וויל זיך מתווכח זיין מיט איינעם און אים אויפווייזן לתועלת, אויב טוט מען עס מיט אַן אהבת הנצחון, מיט דעם געפיל אז "איך גיי יענעם איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן ווי פאלש ער איז", וועט דאס קיינמאל נישט אַרבעטן, ווייל דו ווילסט דאך אז יענער זאל פארקוקן אויף די אייגענע נגיעות, און איינזען דיין צד, איז ווי אזוי איז מעגליך דאס צו באווייזן ווען דו ביסט אליין פארנומען מיט דיינע אייגענע נגיעות און תאוות הנצחון? דאס איז בטוח אז עס וועט גארנישט אויפטון.

אסאך מאל קען זיין אז א טאטע זאגט מוסר פאר א קינד, און דאס קינד נעמט עס נישט אָן און ער פאָלגט נישט. אבער אנשטאט דער טאטע זאל נאכאמאל רעדן צום קינד און אים איבערצייגן אז ער טוט נישט ריכטיג, וועט דער טאטע עס פארוואנדלען אין א פערזענליכע קאמף. דאס קינד האט 'מיך' בא'עולה'ט, ער האט 'מיך' נישט געפאלגט. אין אזא פאל ווערט א גרויס חלק פון די מוסר פארלוירן, און אַנשטאָט ווערט דאס סתם א מחלוקת וואס ברענגט נישט קיין גוטע רעזולטאטן, און איז אָפגערוקט פונעם אמת.

ברידער, ארויסצוברענגן דעם נקודה טוען מיר מיטטיילן א מעשה וואס מיר האבן פרעזענדליך מיטגעלעבט. אין ישיבה האט אמאל פאסירט אז פאר אַפאָר בחורים האט זיך פאַרגלוסט זיך צו לאָזן וואוילגיין און דרייוון א קאר, ווי דער סדר פון יונגע בחורים וואס האבן א מורא'דיגע תאוה צום רעדל. מען איז געגאנגען און אפגעטון אַן אַקציע, מען האט געטראפן דעם מגיד שיעור'ס שליסלען פון דעם קאר, און מען האט 'געבאָרגט' זיין קאַר פאר א קורצע צייט. איינער פון די בחורים האט עס אנגעצינדן און אנגעהויבן דרייוון, און נאך אפאר מינוט האט ער געמאכט א שטיקל עקסידענט…

פארשטייט זיך אז אלע בחורים זענען געווארן שרעקליך אָנגעצויגן. דער רעדל פון דעם קאַר איז געווען צעבויגן און צע'מזיק'ט און מען האט נישט געקענט פאָרן דערמיט. נאכמער, די בחורים האבן געוואוסט אז יענעם פאַרטאָגס דארף דער מגיד שיעור פאָרן צום לופטפעלד כאַפן א פליגער, און וואס וועט דא זיין? דער קאַר וועט נישט פאָרן און ס'איז גרויסע צרות.
עס איז נישט געווען קיין ברירה, און דער בחור וואס האט געדרייווט דעם קאַר האט געמוזט באַהאַלטן די בושות זיינע און זיך גיין מתוודה זיין צום מגיד שיעור. ער איז געשטאנען און אפגעווארט דעם מגיד שיעור ביז ער קומט ארויס פון שטוב אין די פריע פארטאגס שעה'ן, בשעת די אנדערע בחורים קוקן ביים פענסטער און ווארטן צו זען וואס דא גייט זיך אויסלאזן.
5:00 פארטאגס ווען דער מגיד שיעור איז ארויסגעקומען איז דער בחור שוין געשטאנען מיט די שליסלעך אין די הענט, און דער צע'מזיק'טער קאר איז געשטאנען אין זייט. דער מגיד שיעור האט תיכף געכאַפט וואס דא איז פארגעקומען, אבער צו יעדנס ערשטוינונג האט ער נישט געזאגט קיין ווארט. ער האט געגעבן א פרעג דעם בחור צו ער ווייסט ווי אזוי מען קען נעמען א טעקסי, און אזוי האט ער זיך אַן עצה געגעבן און אפגעפארן צום לופטפעלד אָן דעם קאַר זיינע.

יארן שפעטער האבן מיר געהאט די זכיה צו האבן א נאנטע קשר מיט דעם מגיד שיעור, און ביי א געלעגנהייט האבן מיר דערמאנט די מעשה און געפרעגט, ווי אזוי איז מעגליך אז דער מגיד שיעור האט זיך איינגעהאלטן און נישט געזאגט קיין וואָרט, בשעת מיר זענען געווען זיכער אז דא קומט א שווערע פסק אדער אפילו א עונש פאר אזא הארבע עוולה פון 'בארגן' א מגיד שיעור'ס קאר?

האט דער מגיד שיעור געענטפערט מיט א מורא'דיגע געדאנק: "עס איז דא אמאל א צייט ווען מען זעט אז איינער איז באַגאַנגען א טעות, צו א תלמיד, אדער א קינד, אדער אַן ארבעטער וכדו', און יענער ווייסט שוין וואספארא עוולה ער האט געטון. ער האט שוין טויזנט מאל חרטה געהאט און זיך פאָרגענומען אז ער גייט דאס קיינמאל מער נישט טון. ער האט זיך שוין פארגענומען הייסע קבלות און אפילו געגעבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס."

אין אזא פאל, האט דער מגיד שיעור אויסגעפירט, "איז א שאָד צו שרייען און זאגן מוסר. ווייל מען וועט נאר שרייען פון כעס און עס וועט בלויז צוקלאַפן דעם מענטש, און מיט דעם וועט מען חרוב מאכן די אלע קבלות און חרטה געפילן וואס דער מענטש האט שוין סייווי. די בעסטע עצה איז: והמשכיל בעת ההוא ידום. מען שווייגט און מען לאזט יענעם אליין אנערקענען די עוולה און וויסן אז מען דארף דאס מתקן זיין."

דער בעסטער וועג פון מדריך זיין א צווייטן איז דורך לאזן יענעם אליינס אנערקענען און פארשטיין וואס ער דארף וויסן. דערפאר זעען מיר די סיפור פון יציאת מצרים פסח ביינאכט דארף צוגיין בדרך שאלה ותשובה. דער טאטע מאכט דעם קינד נייגעריג, און דאס קינד ענטפערט. והיה כי ישאלך בנך מחר - וועלכע קינד פרעגט דען נישט קיין שאלות פון די עלטערן? און וויפיל מאל האבן מיר ליידער נישט אזויפיל געדולד צו ענטפערן די שאלות… דער באשעפער וויל אז דער סיפור יציאת מצרים זאל זיין א קשר צווישן טאטן און קינד, דאס קינד ווערט נייגעריג, ער פרעגט א שאלה, דער טאטע ענטפערט מיט א זאַפטיגקייט און ברייטקייט, און אזוי ווערט אריינגעבאקן די אמת'ע אמונה אין הארץ.

עס שטייט אין די ספרים אז דערפאר שטייט 'בא' אל פרעה, נישט 'לך' אל פרעה, ווייל בא מיינט קום, בלשון רכה, ווי איינער זאגט, "קום מיין קינד, איך בין שוין דא. דארפסט זיך נאר מיטכאפן מיט מיר." אזוי אויך ווייטער זעען מיר: "למען תספר באזני בנך", אז דער באשעפער וויל אריינגעבן אמונה אין די אידישע קינדער, טוט ער עס מיט א סיפור, א מעשה וואס ברענגט ארויס חביבות און נאנטשאפט. יעדער טאטע זאל זאגן פאר'ן קינד: קינד מיינס, מיר זענען צוזאמען דורכגעגאנגען די איבערלעבענישן פון מצרים, און אזוי ווייסן מיר אז מען דארף דינען דעם באשעפער. מען רעדט די פשוט'ע מציאות, אויף א צוציענדע אופן, און דאס ברענגט אַן אפענקייט און אמת'דיגקייט און דאס קינד ווערט צוגעצויגן צו עבודת ה'. דאס קינד וויל שוין אליינס וויסן און פארשטיין די וואונדער פון דעם גרויסן באשעפער.

ווי יעדע טאטע אדער מאמע ווייסט, איז נישט פארהאן קיין זאך וואס א קינד האט מער ליב ווי דערציילן א מעשה. אז מען זעצט זיך אוועק אינאיינעם דערציילן א מעשה ווערט תיכף אויפגעבויט א ליבליכע קשר אין דער גאנצער משפחה, ס'ווערט א 'שה לבית', פאר די גאנצע פאמיליע. און מען געט עס איבער מיט נאָנטשאַפט און אינטערעסאַנטקייט. א מעשה טראגט נישט מיט זיך קיין נגיעות און פערזענליכע אינטערעסן. ס'איז א געשיכטע, די געשיכטע פון אונזער פאלק. מיר געבן איבער די געשיכטע פון יציאת מצרים פון טאטע צו קינד, ווייל דאס איז דער אמת און דאס איז די מציאות, נישט ווי א באפעל וואס מען הייסט, נאר ליבערשט ווי א געשמאקע מעשה. ווייל דער תכלית פון יציאת מצרים איז וידעתם כי אני ה' – מיר דארפן איבערגעבן א מעשה וואס האט נישט קיין שום זייטיגע אגענדע, ס'איז נישט קיין געשיכטע פון נצחון אדער איבערקלוגן, נאר ס'איז א געשיכטע פון וויסן אז ס'איז דא א גרויסער באשעפער אויף דער וועלט.

דאס לשון איז וידעתם – איר וועט וויסן. 'ביידע צוזאמען', דער טאטע און דאס קינד, וועלן אינאיינעם געוואויר ווערן כי אני ה'. ווייל דורכדעם וואס מיר רעדן פון הארץ און דערציילן פאר די קינדער, ווערט די אמונה שטערקער ביי זיך אין הארץ. דאס געבט אונז אליין די גרעסטע און שענסטע אידישקייט, מיר ווערן איבערגענומען פון די ריינקייט און תמימות פון די קינדער וואס הערן אויס די מעשה פון יציאת מצרים, און מיר אליין ווערן געוואר אז ה' הוא האלוקים, און 'צוזאמען' מיט אונזערע קינדער טוען מיר שטייגן און וואקסן און נענטער ווערן צו אבינו שבשמים.
און ווען מיר דערהערן דעם יסוד פארשטייען מיר געוואלדיג דעם המשך הדברים. פרעה שרייט אז די יונגווארג גייט נישט ארויסגיין, איך לאז ארויס די גרויסע אבער די קליינע בשום אין אופן. משה רבינו זאגט צוריק: פונקט פארקערט, מען פאנגט אָן מיט די קינדערלעך, ווייל כלל ישראל אָן די קינדער איז גארנישט. דערפאר זעען מיר אז משה רבינו זאגט 'בנערינו ובזקננו נלך', ער הייבט אָן מיט די קינדער, ווייל דער עיקר איז אריינצוגעבן פאר אונזערע קינדער (מהרי"ד מבעלזא). כי חג ה' לנו, מיר גייען נישט סתם ארויס, עס גייט זיין א יום טוב, א הערליכע צייט פאר אונזער גאנצע משפחה ווען מיר וועלן זיך אינאיינעם פרייען און עסן פלייש, און דאנקען דעם באשעפער. ס'גייט זיין א פרייליכע און לעכטיגע אידישקייט, א אידישקייט פון 'נלך', וואס מיר גייען אלע צוזאמען טריט ביי טריט.

ברידער שטייענדיג יעצט אין חודש שבט, דער חודש פון די לעכטיגע זיסע פירות אִילָן אִילָן בַּמֶּה אֲבָרֶכְךָ, די גרעסטע און שענסטע פירות זענען אונזערע קינדערלעך, לאמיר זיך אָפשטעלן און זיך פרעגן וויפיל קאָפ און מח לייגן מיר אריין צו מאַכן זיכער אז אונזערע פירות זאלן וואַסקן ווי ס'דארף צו זיין? וויפיל טוען מיר באַגיסן און באוואַסערן איעדעס איינציג קינד?! לאמיר געדענקן די אחריות וואס מיר טראגן, לאמיר זיך אראפלאזן צו אונזערע קינדער און פארברענגן און דערציילן דעם הערליכן אידישן מעשה, לאמיר מקיים זיין דעם הייליגן מצוה פון למען תספר און מיט די גרעסטע ליבשאפט און געפיל אריינפלאַנצן אמונה און בטחון אין זייערע ריינע הערצער, און אויב דארף מען אמאל מעורר זיין און זאגן עפעס א שטיקל מוסר זאלן מיר אכטונג געבן און 'נישט זיכן צו זיין גערעכט נאר טוען דאס וואס איז ריכטיג', לאמיר מאכן זיכער און געבן פלאץ פאר איעדן קינד צו וואקסן און שטייגן... כי חג ה' לנו – לאמיר מאכן זיכער אז אין שטוב איז א יום טוב'דיגער אטמאספערע פארהאן ווייל ס'איז א אידיש שטוב און דארט ווי ס'איז לעכטיג איז פאר קיין טונקלקייט קיין פלאץ נישט פארהאן. ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין צו זעהן לעכטיגע אידישע נחת פון אונזערע פירות עדי נזכה צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• די גאוה און כח פון אויספירן - די נצחון שטערט מענטשן פון איינזען דעם אמת.
• מיר האבן א שליחות איבערצוגעבן דעם דבר ה', און מיר דארפן דאס איבערגעבן אויפ'ן בעסטן און קלאָרסטן אופן וואס איז שייך.
• לאמיר מקיים זיין דעם למען תספר און מיט ליבשאפט און געפיל אריינפלאַנצן אמונה און בטחון אין זייערע ריינע הערצער.

א לעכטיגע שבת קודש!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר