פרשת בשלח - MUST READ - פארוואס לעב איך מיט ספיקות?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

פרשת בשלח - MUST READ - פארוואס לעב איך מיט ספיקות?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

לאמיר אָנפאַנגן אונזער שמועס און זיך דערהייבן, כאַפן א בליק פון דער הייך אויף די ראשי פרקים פון די ענינים וואס ווערן דערמאַנט דורכאויס אונזער גאנצע פרשה:

1. וַיְהִי בְּשַׁלַּח פַּרְעֹה אֶת הָעָם... וַיֵּהָפֵךְ לְבַב פַּרְעֹה וַעֲבָדָיו... – פרעה האט ענדליך ארויסגעשיקט די אידן, אבער ס'נעמט נישט לאנג און ער האט חרטה און ער לויפט נאך זיי.

2. וַיִּירְאוּ מְאֹד וַיִּצְעֲקוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל ה'. וַיֹּאמְרוּ אֶל משֶׁה הֲמִבְּלִי אֵין קְבָרִים בְּמִצְרַיִם לְקַחְתָּנוּ לָמוּת בַּמִּדְבָּר מַה זֹּאת עָשִׂיתָ לָּנוּ לְהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרָיִם. – כלל ישראל זעט ווי פרעה לויפט זיי נאך, עס נעמט
זיי איבער א שרעקליכע פחד און זיי שרייען צום באשעפער און אין זייער קלעמעניש האבן זיי טענות צו משה רבינו פאר'ן זיי ארויסנעמען פון מצרים. אבער משה רבינו בארואיגט כלל ישראל, זארגט אייך נישט, דער באשעפער וועט מלחמה האַלטן פאר אייך און איר קענט זיין רואיג.

3. וַיָּבֹאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּתוֹךְ הַיָּם בַּיַּבָּשָׁה וְהַמַּיִם לָהֶם חוֹמָה מִימִינָם וּמִשְּׂמֹאלָם… אָז יָשִׁיר משֶׁה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשִּׁירָה הַזֹּאת לַה'. - די אידישע קינדער גייען אריין אין ים סוף און דער ים שפאַלט זיך פאר זיי… זיי זינגען שירה און דאַנקען פאר די גרויסע ניסים.

4. וַיֹּאמְרוּ אֲלֵהֶם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִי יִתֵּן מוּתֵנוּ בְיַד ה' בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם בְּשִׁבְתֵּנוּ עַל סִיר הַבָּשָׂר בְּאָכְלֵנוּ לֶחֶם לָשׂבַע כִּי הוֹצֵאתֶם אֹתָנוּ אֶל הַמִּדְבָּר הַזֶּה לְהָמִית אֶת כָּל הַקָּהָל הַזֶּה בָּרָעָב. וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה הִנְנִי מַמְטִיר לָכֶם לֶחֶם מִן הַשָּׁמָיִם. - די אידן רעדן זיך אָפ אז זיי האבן נישט וואס צו עסן אין מדבר, זיי טענה'ן אין מצרים איז גאר בעסער געווען, און דער באשעפער שיקט מן פון הימל.

5. וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה כְּתֹב זֹאת זִכָּרוֹן בַּסֵּפֶר וְשִׂים בְּאָזְנֵי יְהוֹשֻׁעַ כִּי מָחֹה אֶמְחֶה אֶת זֵכֶר עֲמָלֵק מִתַּחַת הַשָּׁמָיִם. - עמלק קומט מלחמה האלטן מיט די אידן, און משה רבינו באזיגט זיי. דער באשעפער הייסט מען זאל געדענקען אויף שטענדיג די מלחמה מיט עמלק.

די פרשה פאַרמאָגט עטליכע פון די וויכטיגסטע היסטארישע געשעענישן אין כלל ישראל, קריעת ים סוף, די הימלישע מן, די מלחמה מיט עמלק. אויבנאויף זענען זיי אלע באזונדערע ענינים וואס האבן פאסירט איינס נאכ'ן צווייטן. לאמיר זיך אבער פארטיפן און אריינטראַכטן: וואס איז דער שייכות צווישן זיי פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די טיפע הויכע ענינים נאר אביסל אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

לאמיר אנפאנגן אונזער שמועס און זיך פארטיפן אין דעם אנהייב פון די פרשה. די תוה"ק זאגט אונז וַיֵּהָפֵךְ לְבַב פַּרְעֹה וַעֲבָדָיו פרעה'ס הארץ איז געווארן איבערגעדרייט. וואס דאס מיינט: ער האט חרטה געהאט פאר'ן ארויסשיקן די אידן, און דאס האט אים געברענגט און געפירט צו זיין גרויסע מפלה. פרעה הרשע האט באמת גענייגט צו שלעכטס, אבער להבדיל אלף הבדלות, ביי אונז קען זיך אויך מאכן דער סארט קליפה פון 'ויהפך לבב פרעה'.

אין אונזער טעגליכער לעבן מאַכט זיך אפט אז מיר מאכן א החלטה, מיר טוען א זאַך, און באלד נאכדעם קומט אריין דער בעל דבר און מאכט זיך באקוועם אין די קעמערלעך פון מענטשנ'ס מוח, און הייבט אָן צו פאַרדרייען א קאָפ. האב איך גוט געטון אדער נישט? האב איך עס געדארפט זאגן אדער נישט? און אזוי קען מען זיך ארומדרייען פארצווייפלט און פאר'דאגה'ט.

ווער רעדט נאך ווען עפעס לאזט זיך אויס אנדערש ווי מען האט ערווארטעט. דעמאלט הייבט מען זיך אָן אויפעסן מיט שולד געפילן. פארוואס האב איך עס געטון? פארוואס האב איך געטון דעם שידוך? פארוואס האב איך אנגעהויבן א נייע ביזנעס? פארוואס האב איך דאס געקויפט? "ווען איך וואלט געטון אזוי און אזוי וואלט דאך געווען אסאך בעסער!" אזוי לאזט נישט דער יצר הרע מנוחה און ער צורייסט דעם מענטש מיט הארץ ווייטאג און חרטה געפילן, וואס בארויבן זיין מנוחה. ער הייבט זיך אָן ארומדרייען מיט ענקזייעטי און אָנגעצויגנקייט וד"ל.

ווען דער מענטש הייבט אָן ליגן אין ספיקות און חרטה געפילן, פארלירט ער זיין טראסט אין זיך אליין, און ער באקומט דעם שווערן געפיל אז ער קען נישט מאכן קיין גינסטיגע החלטות. דאס פירט אים אריין אין א פאניק און אין א גרויסע אומזיכערקייט, יעדע באשלוס קוקט אויס ווי א בארג, און יעדע ספק ברענגט ארויף א פרישע פאַניק, אזוי קען דאס ממש אריינפירן דעם מענטש אין א מרה שחורה און חלילה ערגערס.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז מיר רעדן נישט דא פון א חשבון הנפש, פון אַן אמת'דיגע מינוט וואס א מענטש איז זיך מתבונן און טראכט איבער זיינע שריט, אדער ער קלערט אז ער האט געטון אן עוולה וואס מען דארף פאררעכטן. אין אזא פאל איז פארקערט; דאס ברענגט דעם מענטש צו א בעסערע פלאץ און עס מאכט אים מער צופרידן. מיר רעדן דא פון זיך ארומדרייען מיט ספיקות און אנגעצויגענקייט אויף נארמאלע טאג טעגליכע באשלוסן, אדער אויף אלגעמיינע טעותים וואס יעדער מענטש מאכט אין לעבן. אבער זיך כסדר פרעגן און פאָרהאלטן? לעבן מיט דעם ווען איך וואלט ווען? ווען כ'וואלט ווען געלעבט אנדערש? אנדערע פלאץ? אנדערע שידוך? און אנדערע מוסד און אזוי ווייטער עסט עס אויף דעם מח פונעם מענשט, צורייסט דאס גאנצע רואיגקייט...

ברידער! דער אמת איז אז ענקזייעטי און ספיקות איז נישט א היינטיגע זאך. די ספרים הקדושים זאגן אונז אז דאס וואָרט עמלק איז בגימטריא 'ספק', דער עמלק צומישט דעם איד און טוט אים אָפשוואַכן מיט פראגעס פון "ווער זאגט?!" עמלק איז אויך בגימטריא 'מר' - ביטער, "ווייל די אלע ספיקות ברענגט דעם מענטש צו א דערביטערטקייט". די אלטע קליפה פון עמלק, דער 'אשר קרך בדרך' וואס איז אונז געקומען אפשוואכן און אפקילן, 'ווער זאגט?' 'פון וואו ווייסטו?!' ס'איז דער עמלק וואס האט אריינגעברענגט אין די וועלט דעם מושג פון קיינמאל נישט זיין זיכער מיט זיך און לעבן צומישט; ס'איז דער עמלק וואס האט פון אונז אוועקגענומען דער רואיגער פאַרזיכערטער געפיל וואס די וועלט האט פאַרמאָגט.

עס איז געווען א יונגערמאן וועלכער האט פארלוירן זיין פרנסה. ער האט פרובירט צו זוכן א נייע פרנסה אבער דערווייל איז עס אים נישט געגאנגען. ער איז געגאנגען פרעגן זיין רבי'ן וואס צו טון, און זיין רבי האט אים געזאגט אז דערווייל האט ער געטון וואס ער האט געקענט, "האסט יוצא געווען די חיוב השתדלות" און ער זאל זיך זעצן לערנען און פון הימל וועט מען עפעס בעזר ה' צושיקן. דער יונגערמאן האט זיך געשטארקט און ער האט זיך בארואיגט, אבער פארשטייט זיך אז נאך א קורצע צייט האט ער אנגעהויבן קווענקלען, אפשר דארף ער פרובירן טון נאך השתדלות. אינמיטן האט ער אָנגעטראָפן א חבר, און יענער האט אים געגעבן א גאנצע דרשה, אז ער איז פויל און ער דארף אריינלייגן אסאך מער כוחות און השתדלות און בעסער זוכן א נייע דזשאַב. על כל פנים, דער יונגערמאן האט זיך ארומגעדרייט
מיט ספיקות און דאגות איבער זיין קומענדיגע שריט.

במשך די טעג וואס ער האט נישט געהאט קיין ארבעט, האט זיך פונקט געמאכט אז זיין זון האט געמאכט א מסיבה אין חדר, מען האט זיך פארהערט א מסכתא און אלע טאטעס זענען געלאַדנט געווארן צום סיום. אזוי ווי ס'איז געווען אינמיטן טאג, האבן נישט אלע עלטערן געקענט קומען. דער יונגערמאן האט זיך געפרייט אז א גוטע זאך איז כאטש ארויסגעקומען אז יעצט קען ער גיין צו זיין זון'ס סיום. ער איז טאקע געגאנגען און געשעפט נחת פון זיין קינד, און ער האט ווייטער געהאפט אויפ'ן בעסטן.

יענע נאכט איז ער געווען ביי א געוויסן עושר, וועלכער האט פארמאגט א גרויסער ביזנעס, און דער עושר האט אים אינטערוויואירט צו זען אויב ער וויל אים אויפנעמען אין זיין ביזנעס. באלד ווי ער איז אריינגעקומען האט דער ביזנעס מאַן געגעבן א זאג אז ער זיצט שוין אין אפיס א גאנצן טאג, און ער האט נאך אפילו נישט געגעסן קיין נאכטמאל. זיי האבן אנגעהויבן רעדן וועגן די ארבעט, און אינמיטן שמועסן האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער עושר האט א זון וועלכער גייט אין די זעלבע קלאס ווי דעם יונגערמאן'ס זון. דער יונגערמאן האט זיך אנגערופן: "איך האב טאקע געזען אייער זון היינט, ער האט פיין געקענט ביים פארהער."

דער עושר האט זיך געגעבן א כאפ ביים קאפ און זיך אנגערופן, "יא, ס'איז טאקע געווען א סיום היינט, איך האב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל גיין אדער נישט גיין. איך האב היינט געהאט א ביזנעס מיטינג מיט איינעם און א גאנצן טאג האב איך געהאט דעם ספק צו איך זאל ענדערש גיין צום סיום, למעשה בין איך געבליבן ביים מיטינג."

דער עושר האט אויסגעפירט: "ווען איך ווייס ווען פון פאראויס וואס יענער האט געוואלט וואלט איך מסתמא יא געגאנגען צום סיום…"

ווען דער יונגערמאן איז ארויס פון דעם עושר האט ער זיך מתבונן געווען: דער ביזנעס מאן טוט אין מסחר א גאנצן טאג, ער האט שיין פרנסה, און פונדעסטוועגן דרייט ער זיך ארום מיט ספיקות אז ער טוט 'צופיל' השתדלות. פון די אנדערע זייט, איך דריי זיך ארום מיט ספיקות אז איך טו 'נישט גענוג' השתדלות. לאמיר אויפגעבן מיינע ספיקות און חשבונות און לעבן נאר מיט'ן אויבערשטן, וועט אלעס גוט זיין…
און ווי אזוי איז מען מנצח דעם עמלק? די עצה איז צו ארבעטן אויף דאס פארקערטע פון ספיקות: "אמונה און בטחון". די זיכערע אמונה אז 'אין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד שמכריזין עליו מלמעלה' – א מענטש קלאַפט נישט זיין פינגער ביז מען רופט עס אויס פון אויבן. די בטחון אז אלעס וואס פאסירט ווערט געפירט דורכ'ן מלך מלכי המלכים, מיר קענען גארנישט טוען אליין. אז מען לעבט אויף דעם אופן פארשטייט מען אז ספיקות האט נישט קיין ארט, ווייל ס'איז נישט פארהאן וואס מיר וואלטן געקענט טוען אנדערש. פאר'ן טון א זאַך איז פארהאן א בחירה וואס הקב"ה האט אונז געגעבן, אבער נאכ'ן טון האט פונקטליך אזוי געדארפט זיין!

ווען דער מענטש גייט אריבער שוועריגקייטן אין די אלע ענינים וואס מיר שמועסן דארף מען טוען וואס איז ריכטיג, נאכ'ן מאכן די ריכטיגע השתדלות, וואס דאס מיינט רעדן צו די וואס פארשטייען, אריינטראכטן מיט דעם אייגענעם שכל, איבער רעדן מיט א דעת תורה און אזוי ווייטער. אבער בעיקר דארפן מיר גלייבן אין אונזער גרויסער טאטע אז ער וועט אונז צופירן צו מאכן דעם ריכטיגן באשלוס. מען דארף וויסן און געדענקען אז ס'איז סייווי נישט אין אונזערע הענט, ווייל אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכקייט פון אויבן. אויב מען לעבט אזוי, פאַרשפאָרט מען זיך פילע ספיקות און הארץ עסענישן.
דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה. לעצטע וואך סוף פרשה געפינען מיר אז פרעה האט שוין ענדליך געטוען עפעס א גוטע זאך, אנגעפאנגן ביי מכת ארבה, ווען ער האט מודה געווען אז "ה' הצדיק" און דערנאך ביי מכת בכורות, ווען בלית ברירה שיקט ער ארויס די אידן. פרעה וואלט יעצט געדארפט זיין רואיג און וויסן אז ער האט זיך ענדליך געשטארקט און געטון די ריכטיגע זיך. אבער ווי נאר מען כאפט א בליק אין אונזער פרשה, זעט מען ווי עס פאנגען זיך אָן די ספיקות ביי אים אין הארץ: ויהפך את 'לבב' פרעה. ווען מען דרייט איבער דאס ווארט 'לבב' איז עס 'בלל' א לשון פון צומישעניש.
קוקנדיג אויף צוריקוועגס, האט פרעה פארגעסן די אלע אותות ומפותים, און דער יצר הרע האט אים געשטופט צו באַגיין די נאַרישע שריט און נאָכלויפן די אידן, און מיר ווייסן אלע וואספארא ביטערער סוף ער האט געהאט. ווייל ווען דער מענטש לאזט זיך ווערן צומישט, און ער לאזט זיך פירן פון ספיקות. ער טראכט איבער און שפעקולירט 'וואס וואלט געקענט זיין?' ענדיגט ער אין ים אריין...

אבער פון די אנדערע זייט, להבדיל אלף הבדלות, ביי די אידשע קינדער טרעפט מען אויך דעם פראבלעם. די אידישע קינדער זענען געשטאנען ביים ים סוף, זיי האבן שוין פארלאזט דעם שרעקליכן לאנד מצרים, אבער יעצט ווען עס קומט אָן א נסיון הייבן זיי פלוצלינג אָן טראכטן אויף צוריק. אוי וויי, וואס האבן מיר דא געטון? מיר האבן זיך פארטשעפעט מיט פרעה, ער גייט אונז יעצט אומברענגען… אזוי זענען דורכגעלאפן די אלע ווילדע מחשבות ביי די אידן. אנשטאט מען זאל בלויז מתפלל זיין צום באשעפער האבן זיי חרטה געהאט אויף די גאנצע יציאת מצרים.

משה רבינו ענטפערט אונז אבער: ה' יִלָּחֵם לָכֶם, דער זעלבער באשעפער וואס האט אונז ארויסגענומען פון מצרים וועט ווייטער מלחמה האלטן פאר אונז. אבער וְאַתֶּם תַּחֲרִשׁוּן די אידן מוזן שווייגן, מען טאָר נישט זאגן אזעלכע סארט מחשבות אז ס'וואלט געדארפט זיין אנדערש. און די אידן האבן עס טאקע אנגענומען און זיי שפרינגען אריין אינעם וואסער, און אט האט זיך דער וואסער געשפאלטן.
דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי די מן, די אידן האבן נישט געהאט וואס צו עסן, און זיי האבן אנגעהויבן אריינקלערן, אין מצרים איז געווען בעסער, וואס האט אונז געפעלט דארט? דאס איז ווייטער געווען א חסרון אין אמונה. כאטש וואס די אידן האבן שוין מיטגעהאלטן אזויפיל גרויסע ניסים, וואס די וועלט האט נאך קיינמאל נישט געזען, פונדעסטוועגן האט דער בעל דבר זיי פרובירט צו פארמישן מיט ספיקות און קשיות. דאס איז ממש א מעשה יצר וועלכער קען נישט צוקוקן ווי דער איד לעבט מיט אמונה און בטחון.

דערמיט קומען מיר צום לעצטן ענין אין אונזער פרשה: עמלק, די קליפה פון ספק, קומט מלחמה האלטן מיט די אידן. ער וויל אריינברענגען ביי די אידישע קינדער א קאלטקייט און א פארלוירנקייט, זיי זאלן חלילה פארלירן זייער אמונה און נישט זיין זיכער אין דעם באשעפער. און אויף דעם האט משה רבינו באקעמפט מיט אלע כוחות, און דער באשעפער האט געזאגט אז מען דארף שטענדיג געדענקען אויסצומעקן דעם עמלק. מען דארף אים עלימינירן, פונקט ווי פרעה אין ים אריין, ווייל ספיקות און צומישעניש ענדיגט זיך אין חורבן ה"י!

פרעגט זיך א איד, נו, ווי אזוי זענען מיר זיך טאקע מתגבר קעגן די אלע שווערע ספיקות און חרטה געפילן? ווי אזוי קען מען ארויסגיין פון דעם פלאץ פון אומזיכערקייט און זיך שטארקן אין אמונה? אויף דעם דארפן מיר אביסל צוריקקוקן אין די פרשה. נאכ'ן נס פון קריעת ים סוף האבן די אידן ספאנטאן אויסגעבראכן אין א געזאנג. אָז יָשִׁיר משֶׁה וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, און ווי עס איז באקאנט די רש"י אין ערכין (י"א): אין אדם שר שירה אלא מתוך שמחה וטוב לבב - א מענטש קען נישט זינגען שירה נאר אויב ער איז פרייליך און צופרידן.

א חסרון אין אמונה חלילה ברענגט ספיקות. ספיקות ברענגט הארץ עסענישן און מרה שחורה. אמונה ברענגט זיכערקייט און רואיגקייט אין מענטש. און דאס ברענגט דעם מענטש צו זיין פרייליך און צופרידן. אז מען וויל פארגעסן פון די ספיקות דארף מען זינגען צום באשעפער, אים לויבן און דאנקען אויף אלע חסדים, און זיך דערמאנען ווי דער אויבערשטער נעמט אונז ארויס פון יעדן פראבלעם אין דעם עבר און ער וועט אונז ווייטער העלפן אין דער עתיד.

שירה, לויב און דאנק, ברענגט אריין א פרייליכקייט און צופרידנקייט אין דעם מענטש. און דאס איז מבטל אלע ספיקות און דאגות. אז א איד געוואוינט זיך איין שטענדיג צו דאנקען און זינגען שירות ותשבחות פאר'ן באשעפער, איז נישטא מער קיין ארט פאר ספיקות און צעמישעניש. ווי רש"י ברענגט אויפ'ן פסוק אז ישיר: מכאן תחיית המתים מן התורה. מיט'ן כח פון שירה קען מען מחיה מתים זיין, מ'קען אויפוועקן פארלאשענע נשמות און טויטע הערצער. ווען מיר דרוקן אויס אונזערע דאנק געפילן צום באשעפער, ווערן מיר א חלק אלוק ממעל, און ביים רבונו של עולם זענען נישט פארהאן קיין שום ספיקות און אומזיכערקייטן.

הגה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע שרייבט מורא'דיגע ווערטער (צדקת הצדיק, אות קנ"ד): כשם שצריך אדם להאמין בהשם יתברך, כך צריך אח"כ להאמין בעצמו - פונקט ווי א מענטש דארף גלייבן אין באשעפער, אזוי אויך דארף ער גלייבן נאכדעם אין זיך אליין. ער דארף גלייבן אז דער באשעפער איז זיך מתעניג מיט אים און האט א נחת רוח פון אים. רבי צדוק פירט אויס אז דאס איז מרומז אין פסוק "וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ", ווייל ווי באקאנט איז 'משה' מרמז אויף גאנץ כלל ישראל (ווי עס שטייט אין ספרים אז משה רבינו האט געהאט א נשמה כללית פון אלע זעקס הונדערט טויזנט אידן צוזאמען), דאס זאגט דער פסוק: די אידן האבן געגלייבט אין באשעפער און אין זייער אייגענעם כח.

ביי קריעת ים סוף האבן די אידן אויסגעבויט זייער אמונה אין באשעפער, און איינמאל די אמונה אין באשעפער איז געווען פעלזן פעסט, האבן זיי גלייכצייטיג אָנגעהויבן גלייבן אין זיך אליין. דערמיט האט זיך אנגעהויבן די גרויסע עבודה פון כלל ישראל, פטור צו ווערן פון פון די ספיקות און חרטה געפילן, און צו אנערקענען אין דעם גרויסן כח וואס א אידישע נשמה פארמאגט.

הרה"ג ר' אלימלך בידערמאן שליט"א האט דערציילט אז אין ירושלים איז געווען א איד וואס האט געהייסן ר' ישראל'קע גלויבערמאן, וועלכער איז געווען א פייערדיגער קארלינער חסיד, א תלמיד פון הרה"ק רבי ישראל מקארלין, באקאנט אלס דער ינוקא, אדער ווי מען רופט אים אין קארלין, 'דער פראנקפורטער'. איינמאל האט זיך געמאכט עפעס א קאמפליקאציע אין זיין פוס, און די דאקטוירים האבן געזאגט אז מען וועט מוזן אראפנעמען דעם פוס. עס איז נישט געווען קיין ברירה, און מען האט אריינגעפירט ר' ישראל'קע צו די אפעראציע און אראפגענומען דעם פוס ה"י.

נאך די אפעראציע האט דער דאקטאר צוגערופן איינעם פון די קינדער און געזאגט, "עס טוט מיר לייד צו מודיע זיין, אבער מיר זענען יעצט איבערגעגאנגען אלע רעקארדס, און עס קוקט אויס אז עס איז געווען אינפארמאציע וואס מיר האבן נישט געוואוסט. ווען מיר וואלטן דאס געוואוסט באַצייטנס וואלט מען נישט געדאַרפט אראפנעמען דעם פוס."

מען קען זיך פארשטעלן וואספארא צער דאס איז. ר' ישראל'קע איז געווארן אַן אינוואליד און עס האט אפילו נישט אויסגעפעלט. איינער פון די קינדער האט זיך ארויסגעכאפט און געזאגט פאר ר' ישראל'קע אז דער דאקטאר זאגט אז ווען מען וואלט געוואוסט געוויסע זאכן וואלט מען נישט אראפגענומען דעם פוס.

ווען ר' ישראל'קע האט דאס געהערט איז ער געווארן אויפגעקאָכט און אנגעהויבן שרייען, "מיינע אויערן האבן געהערט פון דעם הייליגן פראנקפורטער אז 'ווען' און 'וואלט' איז אפיקורסות…"

ברידער יעצט אין די ימי השובבי"ם, ווען מען ארבעט אויף תשובה, דארף מען וויסן אז איינע פון די תכסיסי מלחמה פון דעם יצר הרע איז אריינצוברענגען ספיקות און הארץ עסענישן אין דעם מענטש, אלעס אז מיר זאלן ווערן צובראכן ביי זיך און פארלירן אונזער שטארקייט און זיכערקייט. דערנאך ווערט פארן מענשט ביטער און ווען ס'איז פארן איד ביטער איז שוין גאר גרינג פארן יצר צו פארכאפן דעם אידישע נשמה, אבער ווען מיר לערנען די וואכעדיגע פרשה און דערהערן דעם יסוד אז מיר דארפן כסדר ארבעטן מיט אלע כוחות אוועקצושטיין פון ספיקות, אויסמעקן דעם מציאות און ווי אזוי טוט מען דאס? זאגט אונז די תוה"ק מיט שירה, מיר זינגן און לויבן. דער איד פאנגט אן לעבן מיט א אמתע אמונה און בטחוןף מיט געזאנג, ווי מיר גייען און שטייען שרייט זיך ארויס דעם כי טוב ה' – ווייל דער אייבישטער איז גוט, דער איד לעבט מיט הכרת הטוב ברענגט דאס אונז צום נעקסטן שטאפל פון גלייבן אין זיך, ווי דאס לשון פון רבי צדוק, "חייב אדם להאמין בעצמו", און דאס געבט די שטארקייט צו גיין ווייטער און זיך אויפהייבן פון שוועריגקייטן און אריינטאנצן אינעם גרויסן ים אן קיין מורא און אט צו די גרעסטע וואונדער טוט זיך די ים שפאלטן, לאמיר אנפילן אונזערע שטיבער און הערצער מיט געזאנג לויבן און דאנקן, לעבן פיל מיט דאנקבארקייט און פרייליכקייט און אזוי ארום מאכן זיכער אז דער עמלק-ספק/מר ווערט אפגעמעקט פון די וועלט, און מיר גרייטן צו דעם באדן צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א...

לסיכום געדענק:
• ספיקות און הארץ ערגערנישן צוברעכט דעם מענטש און ברענגט ביטערקייט אויף די וועלט.
• די עצה קעגן ספיקות איז אמונה און בטחון, וויסן אז אלעס ווערט געפירט מיט די גרעסטע פונקטליכקייט פון אויבן.
• די בעסטע מיטל צו אמונה איז שמחה, זינגען שירה און לויבן הקב"ה און זיך פרייען אויף אלעם וואס מיר פארמאגן.

א לעכטיגע שבת קודש!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר