דער אינטערשיד פון די עמאנציפאציע אין עגיפטן און פון אמעריקע.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער אינטערשיד פון די עמאנציפאציע אין עגיפטן און פון אמעריקע.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די וואך גייט פרשת משפטים. דאס אידיש פאלק באשעפטיגט זיך, אין די הארבע הלכות פון האלטן שקאלפן, און פון באפרייען שקאלפן, הלכות וועלכע זענען געווען מערסטייל געווען אקטועל בלויז אין די צייטן וואס דאס אידיש פאלק האט פארמאגט א זעלבסטשטענדיגער קעניגרייך אין ארץ ישראל.

מיר געפונען אין די היסטאריע צוויי פעלער ווען מאכטפולער רעגירונגען האבן געשאנקן עמאנציפאציע פאר אלע שקאלפן אין זייער לענדער. דאס ערשטע איז זיך פארלאפן אין יאר ב''א תמ''ח לפ''ק. און דאס צווייטע אין די צייטן פונעם הייליגן צאנזער רב זי''ע אין יאר ה''א תרכ''ג לפ''ק. דאס ערשטע אינעם ווייטן אפריקע און דאס צווייטע אין די וואונדערליכער לאנד פון קלאמבוס. די אינטערשיד און די נאכפאלגן צווישן די צוויי עמאנציפאציעס זענען גאר אינטערסאנט. לאמיר דאס עטוואס אנעליזירן לויטן היינטיגן פערספעקטיוו.

מיר געפונען אין די תורה אז דאס אידיש פאלק איז ארויס פון מצרים פסח אויף דער נאכט, און אויף א צווייטע ארט אין די תורה געפונען מיר אז די אידן זענען ערשט ארויס פון מצרים פסח אינדערפרי אין מיטן סאמען העלן טאג. אלזא? ווען זענען די אידן ווירקליך ארויס פון מצרים? בייטאג אדער ביינאכט?
ווי עס שיינט האט דער דאזיגער קאנטראסט שטארק געעגבערט פארן הייליגן רמב''ן. אין רעזולטאט האט ער אפגעלערענט די געשענענישן אין מצרים יענעם פארכטיגער נאכט ווי פאלגענד:

פסח ביינאכט זענען משה און אהרן געבליבן נעכטיגן אינעם זעלבען באצירק וואו דער קייזערליכער פאלאץ האט זיך געפונען. ווארום זיי האבן גוט געוויסט אז פרעה וועט קומען צו לויפן צו זיי אין מיטן די נאכט. ווען דער שווארצער שלאק האט באפאלן עגיפטן און אלע ערשט-געבוירענע האבן אנגהויבן מאסנווייז אויסצופייגערן - איז פרעה נאך אנגעקליידעט מיטן ווייסן שלאף קאפל געקומען צו לויפן צו משה און אהרן. פרעה איז געווען היסטעריש ווי קיינמאל פריער. ער האט דארט אויפן ארט פראקאלאמירט עמאנציפאציע און באפרייט די אידן פון שקלאפעריי. עפעקטיוו פון איצט זיי באקומען פולשטענדיגע גלייכבארעכטיגונג - האט דער צושטורמטער פרעה פראקאלאמירט.
משה און אהרן האבן זיך געפונען אין א שטיקל פארגעלעגנהייט, נעמליך, זיי זענען נישט געווען ערלויבט זיך צו דרייען אין די גאסן, ווארום די שווארצע חברה האבן זיך דאן געדרייט אין די עגיפטישע גאסן און געזייעט חורבן און טויט. אלזא וואס טיט מען? ווער וועט גייט אנזאגן פאר די אידן אין גשן די גינסטיגע נייעס איבער זייער עמאנציפאציע? זאגט דער רמב''ן אז משה און אהרן האבן געשיקט א הובער צום באצירק וואו די אידן האבן געוואוינט אין גשן, זיי צו אינפארמירן איבער די העכסט פאזיטיווע אנטוויקלונג.

די אויסטערלישער פרייד וועלכע האט באהערשט די לאנגיעריגע פארשקלאפטע איז זיך גארנישט געווען פארצושטעלן. ביינאכט זענען די אידן טאקע נישט געווען ערלויבט ארוסצוגיין פון זייערע הייזער, זאגאר גלייך אין אינדערפרי ביים בעגינען, נאך איידער דער אויפשיינענדער זון האט זיך באוויזן העכער די מייעסטעטישע פּיראַמידן, האבן זיך די אידן מאסנווייז ארויסגעלאזט אויפן וועג פון גשן קיין רעמסס, און פון דארט זענען זיי גענצליך ארויסגעטריבן געווארן פון לאנד דורך די בייזע עגיפטער...

לויט דעם קומט אויס, אז ביינאכט זענען די אידן באפרייט געווארן פון זייער שקאלפעריי, דאס ווערט פילייכט אויך אנגערופן א יציאת מצרים, זאגאר פארלאזט דאס לאנד האבן זיי ערשט דעם אנדערן טאג אינדערפרי, ביידע פסוקים זענען ריכטיג.

[center]*[/center]
מיט איבער דריי טויזנט יאר שפעטער...

פאסירט האט דאס אין יאר תרכ''ג. אמעריקע איז דאן געווען פארוויקלט אין א בלוטיגער בירגער קריג, די דרום און די צפון שטאטן האבן העפטיג געקעמפט צווישן זיך, די לאגע איז טאקע געווען האפענונגלאז, אבער איין מענטש האט נישט פארלוירן זיין האפענונג, דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער אנשטענדיגער אברהם. דער טשיף קאמאנדיר פון די צפון מיליטערישע קרעפטן, פרעזידענט לינקלאן, האט קיינמאל נישט פארלוירן האפענונג, ער האט געהאלטן אז גערעכטיקייט איבער נישט-גערעכטיקייט וועט ענווענטועל זיגן, און אזוי האט טאקע ווירקליך פאסירט.

אין די סאמע ברען פון די שלאכטן האט לינקלאן דורכגעפירט א פרעצעדענטלאזע שריט, ער האט געשאנקן עמאנציפאציע פאר די נאנט צו פיר מיליאן שווארצע שקלאפן אין די פאראייניגטע שטאטן! אין די ווירקליכקייט איז דאס בלויז געווען א סימבאלישע אקט, עס האט נישט געטראגן קיין שום לעגאלן געוויכט. ערשט שפעטער אין יאר תרכ''ה איז עמטליך אריינגעשטעלט געווארן אין די קאנסטעטוציע די פאלגענדע צוויי ענדערונגען:

• נישט קיין שקאלעפריי אדער געצווינגענע קנעכטשאפט, אויסגעשלאסן אלס א שטראף פאר א פארברעך, פאראורטיילט אין איינקלאנג לויטן געזעץ, זאל זיין ערלויבט אין די פאראייניגטע שטאטן. אדער אין א ארט אונטער איר יוריסטריקציע.
• קאנגרעס זאל האבן די מאכט צו אינפארסירן דעם דאזיגען ענדערונג מיט די פאסיגע לעגיסלאציע.

מיט דעם איז שקאלעפריי עמטליך פארבאטן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן, דאס האט באדייט אז אלע שקאלפן זענען לויטן געזעץ באפרייט געווארן. דאס דורכצופירן האט פאר לינקלאן שפעטער געקאסט דאס לעבן. און נישט ווי די עמאנציפאציע אין עגיפטן, זענען די באפרייטע שקאלפן געווען ערלויבט צו פארבלייבן אין לאנד, זיי זענען נישט ארויסגעטריבן געווארן איבערנאכט ווי די באפרייטע שקאלפן אין עגיפטן. ווארום די עמאנציפאציע אין עגיפטן איז דורכגעפירט געווארן אונטער די אויסטערלישער דרוק פון צען מעכטיגע מכות, מכות וועלכע האבן גענצליך פארקריפלט די אקאנאמיע, די טראנפארטאציע, און עס האט אפילו געקאסט מענטשליכע לעבנס, דאקעגן די עמאנציפאציע אין די פאראייניגטע שטאטן איז צושטאנד געקומען צוליב די נאבאלע אידעאלען פון אנשטענדיגער אברהם...

פרעזידענט לינקלאן האט טיף געגלייבט, אז פרייהייט איז א פונדאַמענטאלע רעכט פון א מענטש. פרייהייט קומט פון ג-ט זעלבסט, דערפאר איז נישט פארהאן קיין שום מענטשליכער מאכט אין די וועלט וואס האט די מעגליכקייט דאס צו בארויבן. אפגעזען וואס פאר א קאליר הויט דער מענטש פארמאגט אדער ראסע ער געהערט...
ער פלעגט שטענדיג זאגן: די דאזיגע וועלכע פארלייקענען פרייהייט פאר אנדערע, פאַרדינען עס נישט זעלבסט, און אונטער די פירערשאפט פונעם רעכטיגער ג-ט וועלן זיי עס נישט קענען אנהאלטן פאר לאנג...

ווי הייליג זענען די דאזיגע ווערטער...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר