דער אינטערשיד פון די עמאנציפאציע אין עגיפטן און פון אמעריקע.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

דער אינטערשיד פון די עמאנציפאציע אין עגיפטן און פון אמעריקע.

הודעהדורך קאך_לעפל » דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 4:20 pm

די וואך גייט פרשת משפטים. דאס אידיש פאלק באשעפטיגט זיך, אין די הארבע הלכות פון האלטן שקאלפן, און פון באפרייען שקאלפן, הלכות וועלכע זענען געווען מערסטייל געווען אקטועל בלויז אין די צייטן וואס דאס אידיש פאלק האט פארמאגט א זעלבסטשטענדיגער קעניגרייך אין ארץ ישראל.

מיר געפונען אין די היסטאריע צוויי פעלער ווען מאכטפולער רעגירונגען האבן געשאנקן עמאנציפאציע פאר אלע שקאלפן אין זייער לענדער. דאס ערשטע איז זיך פארלאפן אין יאר ב''א תמ''ח לפ''ק. און דאס צווייטע אין די צייטן פונעם הייליגן צאנזער רב זי''ע אין יאר ה''א תרכ''ג לפ''ק. דאס ערשטע אינעם ווייטן אפריקע און דאס צווייטע אין די וואונדערליכער לאנד פון קלאמבוס. די אינטערשיד און די נאכפאלגן צווישן די צוויי עמאנציפאציעס זענען גאר אינטערסאנט. לאמיר דאס עטוואס אנעליזירן לויטן היינטיגן פערספעקטיוו.

מיר געפונען אין די תורה אז דאס אידיש פאלק איז ארויס פון מצרים פסח אויף דער נאכט, און אויף א צווייטע ארט אין די תורה געפונען מיר אז די אידן זענען ערשט ארויס פון מצרים פסח אינדערפרי אין מיטן סאמען העלן טאג. אלזא? ווען זענען די אידן ווירקליך ארויס פון מצרים? בייטאג אדער ביינאכט?
ווי עס שיינט האט דער דאזיגער קאנטראסט שטארק געעגבערט פארן הייליגן רמב''ן. אין רעזולטאט האט ער אפגעלערענט די געשענענישן אין מצרים יענעם פארכטיגער נאכט ווי פאלגענד:

פסח ביינאכט זענען משה און אהרן געבליבן נעכטיגן אינעם זעלבען באצירק וואו דער קייזערליכער פאלאץ האט זיך געפונען. ווארום זיי האבן גוט געוויסט אז פרעה וועט קומען צו לויפן צו זיי אין מיטן די נאכט. ווען דער שווארצער שלאק האט באפאלן עגיפטן און אלע ערשט-געבוירענע האבן אנגהויבן מאסנווייז אויסצופייגערן - איז פרעה נאך אנגעקליידעט מיטן ווייסן שלאף קאפל געקומען צו לויפן צו משה און אהרן. פרעה איז געווען היסטעריש ווי קיינמאל פריער. ער האט דארט אויפן ארט פראקאלאמירט עמאנציפאציע און באפרייט די אידן פון שקלאפעריי. עפעקטיוו פון איצט זיי באקומען פולשטענדיגע גלייכבארעכטיגונג - האט דער צושטורמטער פרעה פראקאלאמירט.
משה און אהרן האבן זיך געפונען אין א שטיקל פארגעלעגנהייט, נעמליך, זיי זענען נישט געווען ערלויבט זיך צו דרייען אין די גאסן, ווארום די שווארצע חברה האבן זיך דאן געדרייט אין די עגיפטישע גאסן און געזייעט חורבן און טויט. אלזא וואס טיט מען? ווער וועט גייט אנזאגן פאר די אידן אין גשן די גינסטיגע נייעס איבער זייער עמאנציפאציע? זאגט דער רמב''ן אז משה און אהרן האבן געשיקט א הובער צום באצירק וואו די אידן האבן געוואוינט אין גשן, זיי צו אינפארמירן איבער די העכסט פאזיטיווע אנטוויקלונג.

די אויסטערלישער פרייד וועלכע האט באהערשט די לאנגיעריגע פארשקלאפטע איז זיך גארנישט געווען פארצושטעלן. ביינאכט זענען די אידן טאקע נישט געווען ערלויבט ארוסצוגיין פון זייערע הייזער, זאגאר גלייך אין אינדערפרי ביים בעגינען, נאך איידער דער אויפשיינענדער זון האט זיך באוויזן העכער די מייעסטעטישע פּיראַמידן, האבן זיך די אידן מאסנווייז ארויסגעלאזט אויפן וועג פון גשן קיין רעמסס, און פון דארט זענען זיי גענצליך ארויסגעטריבן געווארן פון לאנד דורך די בייזע עגיפטער...

לויט דעם קומט אויס, אז ביינאכט זענען די אידן באפרייט געווארן פון זייער שקאלפעריי, דאס ווערט פילייכט אויך אנגערופן א יציאת מצרים, זאגאר פארלאזט דאס לאנד האבן זיי ערשט דעם אנדערן טאג אינדערפרי, ביידע פסוקים זענען ריכטיג.

*

מיט איבער דריי טויזנט יאר שפעטער...

פאסירט האט דאס אין יאר תרכ''ג. אמעריקע איז דאן געווען פארוויקלט אין א בלוטיגער בירגער קריג, די דרום און די צפון שטאטן האבן העפטיג געקעמפט צווישן זיך, די לאגע איז טאקע געווען האפענונגלאז, אבער איין מענטש האט נישט פארלוירן זיין האפענונג, דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער אנשטענדיגער אברהם. דער טשיף קאמאנדיר פון די צפון מיליטערישע קרעפטן, פרעזידענט לינקלאן, האט קיינמאל נישט פארלוירן האפענונג, ער האט געהאלטן אז גערעכטיקייט איבער נישט-גערעכטיקייט וועט ענווענטועל זיגן, און אזוי האט טאקע ווירקליך פאסירט.

אין די סאמע ברען פון די שלאכטן האט לינקלאן דורכגעפירט א פרעצעדענטלאזע שריט, ער האט געשאנקן עמאנציפאציע פאר די נאנט צו פיר מיליאן שווארצע שקלאפן אין די פאראייניגטע שטאטן! אין די ווירקליכקייט איז דאס בלויז געווען א סימבאלישע אקט, עס האט נישט געטראגן קיין שום לעגאלן געוויכט. ערשט שפעטער אין יאר תרכ''ה איז עמטליך אריינגעשטעלט געווארן אין די קאנסטעטוציע די פאלגענדע צוויי ענדערונגען:

• נישט קיין שקאלעפריי אדער געצווינגענע קנעכטשאפט, אויסגעשלאסן אלס א שטראף פאר א פארברעך, פאראורטיילט אין איינקלאנג לויטן געזעץ, זאל זיין ערלויבט אין די פאראייניגטע שטאטן. אדער אין א ארט אונטער איר יוריסטריקציע.
• קאנגרעס זאל האבן די מאכט צו אינפארסירן דעם דאזיגען ענדערונג מיט די פאסיגע לעגיסלאציע.

מיט דעם איז שקאלעפריי עמטליך פארבאטן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן, דאס האט באדייט אז אלע שקאלפן זענען לויטן געזעץ באפרייט געווארן. דאס דורכצופירן האט פאר לינקלאן שפעטער געקאסט דאס לעבן. און נישט ווי די עמאנציפאציע אין עגיפטן, זענען די באפרייטע שקאלפן געווען ערלויבט צו פארבלייבן אין לאנד, זיי זענען נישט ארויסגעטריבן געווארן איבערנאכט ווי די באפרייטע שקאלפן אין עגיפטן. ווארום די עמאנציפאציע אין עגיפטן איז דורכגעפירט געווארן אונטער די אויסטערלישער דרוק פון צען מעכטיגע מכות, מכות וועלכע האבן גענצליך פארקריפלט די אקאנאמיע, די טראנפארטאציע, און עס האט אפילו געקאסט מענטשליכע לעבנס, דאקעגן די עמאנציפאציע אין די פאראייניגטע שטאטן איז צושטאנד געקומען צוליב די נאבאלע אידעאלען פון אנשטענדיגער אברהם...

פרעזידענט לינקלאן האט טיף געגלייבט, אז פרייהייט איז א פונדאַמענטאלע רעכט פון א מענטש. פרייהייט קומט פון ג-ט זעלבסט, דערפאר איז נישט פארהאן קיין שום מענטשליכער מאכט אין די וועלט וואס האט די מעגליכקייט דאס צו בארויבן. אפגעזען וואס פאר א קאליר הויט דער מענטש פארמאגט אדער ראסע ער געהערט...
ער פלעגט שטענדיג זאגן: די דאזיגע וועלכע פארלייקענען פרייהייט פאר אנדערע, פאַרדינען עס נישט זעלבסט, און אונטער די פירערשאפט פונעם רעכטיגער ג-ט וועלן זיי עס נישט קענען אנהאלטן פאר לאנג...

ווי הייליג זענען די דאזיגע ווערטער...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1917
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2181 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 21, 2020 10:10 am

פאר די אלע וואס פרעגן וואו דער רמב''ן געפונט זיך, עס געפונט זיך אין פרשת בא, קאפיטאל י''ב פסוק ל''א.

אט האט איר זיין הייליג לשון:

"ויקרא למשה ולאהרן לילה" - מגיד שהיה מחזר על פתחי העיר וצועק היכן משה שרוי היכן אהרן שרוי לשון רש"י והיה זה כי משה ואהרן לנו במצרים בלילה ההוא לקיים דבריו שאמר (לעיל יא ח) וירדו כל עבדיך אלה אלי והשתחוו לי לאמר ובבא פרעה אליהם שלחו מלאכים אל ארץ גשן אשר שם בני ישראל לתת להם רשות לצאת ונאספו כלם ברעמסס והיה יום גדול ומשם נסעו ביד רמה ומשה בראשם כמו שנאמר (במדבר לג ג) ויסעו מרעמסס בחדש הראשון בחמשה עשר יום לחדש ממחרת הפסח יצאו בני ישראל ביד רמה לעיני כל מצרים והכתוב שאמר (דברים טז א) הוציאך ה' אלהיך ממצרים לילה כי מעת שפטרם פרעה יקראו יוצאים וכך אמרו בספרי (ראה קכח) והלא לא יצאו אלא ביום שנאמר (במדבר לג ג) ממחרת הפסח יצאו בני ישראל אלא מלמד שנגאלו מבלילה ובגמרא במסכת ברכות (ט) הכל מודים כשנגאלו לא נגאלו אלא בלילה שנאמר (דברים טז א) הוציאך ה' אלהיך ממצרים לילה וכשיצאו לא יצאו אלא ביום שנאמר ממחרת הפסח יצאו בני ישראל ביד רמה לעיני כל מצרים ויש אומרים שיצאו ממצרים בלילה ומארץ מצרים שהיא רעמסס ביום כי רבים מהם יושבים בעיר מצרים ויצאו בלילה ונאספו עם אחיהם ברעמסס ואינו נכון כי הכתוב אמר (פסוק כב) ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו עד בקר שהיו אסורים לצאת כלל מן הבתים בלילה וכך אמרו במכילתא (פסחא יג) ויקרא למשה ולאהרן לילה ויאמר קומו צאו אמר לו משה כך נצטוינו ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו עד בקר וכי גנבים אנחנו שנצא בלילה לא נצא אלא ביד רמה לעיני כל מצרים ואונקלוס פירש כי הנסים שנעשו להם בלילה יקרא "הוציאך" כי בעבורם יצאו וטעם קומו צאו מתוך עמי מצות מלך שיצאו מיד כי לא אתן לכם רשות לעמוד בתוך עמי כלל כי הם נהרגים עליכם

"גם אתם" - המכים גם בני ישראל כלם תצאו ולא תתעכבו בכאן בשום פנים וזה לקיים גרש יגרש אתכם מזה (לעיל יא א) ואמר לכו עבדו את ה' כדברכם פיוס שירצו לצאת וישמעו אליו כי אתם חפצים ללכת למדבר לעבוד את ה'
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1917
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2181 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 21, 2020 11:07 am

בקיצור, דער רמב״ן עגזיסטירט נישט. און דאס וואס יא, איז בלויז א גמרא וואס דף יומי האבען לעצטענס געלערנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9307
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8826 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 21, 2020 11:16 am

ווייטער נפחעט ער....

כ'האב געברענגט דער לשון פון רמב''ן.

כי משה ואהרן לנו במצרים בלילה ההוא לקיים דבריו שאמר (לעיל יא ח) וירדו כל עבדיך אלה אלי והשתחוו לי לאמר ובבא פרעה אליהם שלחו מלאכים אל ארץ גשן אשר שם בני ישראל לתת להם רשות לצאת ונאספו כלם ברעמסס והיה יום גדול ומשם נסעו ביד רמה ומשה בראשם כמו שנאמר (במדבר לג ג) ויסעו מרעמסס בחדש הראשון בחמשה עשר יום לחדש ממחרת הפסח יצאו בני ישראל ביד רמה לעיני כל מצרים והכתוב שאמר (דברים טז א) הוציאך ה' אלהיך ממצרים לילה כי מעת שפטרם פרעה יקראו יוצאים וכך אמרו בספרי (ראה קכח) והלא לא יצאו אלא ביום שנאמר (במדבר לג ג) ממחרת הפסח יצאו בני ישראל אלא מלמד שנגאלו מבלילה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1917
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2181 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:42 pm

דער רמב״ן רעדט נישט פון שיקען א הובער (וואטעווער דער מיענס), ער זאגט נאר אז זיי האבען געשיקט א מעסעדזש, נישט ווען מ׳האט געשיקט, און נישט אז דאס איז א וויכטיגע חלק פון די באפרייאונג. כלל ישראל׳ס וויסען דערפון מ׳האט גארנישט אויס, וכמו״ש הוא עצמו, אז מ׳האט געהייסען ׳יוצאים׳ פון ווען פרעה האט געשיקט, נישט פון ווען זיי האבען געוואוסט.

דיין ווערטער שטינען אבער מיט דיין מגושמ׳דיגע צושטעל צו די קנעכט אין אמעריקא. פון איינער וואס זעט נישט די תוכן החילוק, איז נישט ער ווערטער צו קענען ליינען א רמב״ן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9307
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8826 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:59 pm

אה... דאס איז די גאנצע? פיין... פיין...

ובבא פרעה אליהם שלחו מלאכים אל ארץ גשן אשר שם בני ישראל לתת להם רשות לצאת ונאספו כלם ברעמסס והיה יום גדול

וואס מיינט דער רמב''ן מיט די ווערטער והיה יום גדול עס איז משמע אז ער רעדט פון די טאג וואס די אידן האבן געהערט אז זיי ווערן באפרייט, דאס איז געווען פאר זיי א גרויסער טאג.
און ביזט גערעכט הובער האך ווארשיינליך נאך דאן נישט עקזעסטירט, און פרעה איז ווארשיינליך אויך נישט געשלאפן מיט א ווייסע שלאף קאפל...

און אויף דיינע ווערטער "דיין ווערטער שטינען אבער מיט דיין מגושמ׳דיגע צושטעל צו די קנעכט אין אמעריקא. פון איינער וואס זעט נישט די תוכן החילוק, איז נישט ער ווערטער צו קענען ליינען א רמב״ן" גיב איך נישט קיין הכנות....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1917
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2181 מאל

Re: דער אינטערשיד פון די עמאנציפאציע אין עגיפטן און פון אמער

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג פעברואר 21, 2020 2:11 pm

@קאך לעפל: האסט פארגעסן פון צדקיהו המלך ווען ירמיהו הנביא איז געקומען צו עם מיט א באפעל פון גאט, אהיים צו שיקן אלע קנעכט און דינסט, אלע אידן האבן טאקע געפאלגט אבער ווי ס'קוקט אויס פון די פסוקים האט עס אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים, קען זיין וועגן דעם האסטו עס נישט אויסגערעכנט.
ירמי' ל"ד פסוק ח'
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 820
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 21, 2020 4:04 pm

איך האב גראדע הנאה, דער וואס ווייסט נישט ווי צו ליינען, איז פונקט פארצופאל א שטיצער פון דער רעפובליקאנער פארטיי. עס איז נישט קיין צופאל, עס גייט אזוי צוזאמען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9307
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8826 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט