תרומה - ס'איז חודש אדר, לאמיר טראַכטן גרויס!!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

תרומה - ס'איז חודש אדר, לאמיר טראַכטן גרויס!!

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 9:28 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

איידער מיר פאנגען אָן דעם שמועס דארף מען צום אלעם ערשט באגריסן די חברים מיט א לעכטיגע און פרייליכע חודש. שטייענדיג אין דעם גרויסן חודש פון אדר, וואס חז"ל זאגן אונז "משנכנס אדר מרבים בשמחה", ליגט דאָך אויף אונז א חוב זיך אָפצושטעלן און ריכטיג אָפלערנען די הייליגע ווערטער. וואס איז דער ענין פון מרבים בשמחה און ווי אזוי טוט מען דאס? פארשטייט זיך אז ס'איז פארהאן אסאך וועגן און מהלכים. לאמיר אבער אריינקוקן אין די וואכעדיגע פרשה און פרובירן אויסשמועסן איין געדאנק וואס וועט אונז זיכער ברענגן א לעכטיגע שמחת החיים, וואס זאל מיט אונז פאַרבלייבן.

די גאנצע פרשה רעדט זיך וועגן דעם משכן וואס די אידן גייען בקרוב בויען. הקב"ה הייסט משה רבינו ער זאל זאגן פאר אלע אידן אז זיי זאלן אפשיידן פון זייערע פארמעגנס צו געבן פאר'ן משכן: מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי… וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם. כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה אוֹתְךָ, אֵת תַּבְנִית הַמִּשְׁכָּן, וְאֵת תַּבְנִית כָּל כֵּלָיו, וְכֵן תַּעֲשׂוּ - פון יעדן מענטש וואס זיין הארץ באַגערט אים צו געבן, זאלסטו נעמען מיין אפשיידונג... און זיי זאלן מאכן פאר מיר א 'מקדש' און איך וועל רוען צווישן זיי. אזוי ווי איך ווייז דיך, דעם געשטאלט פונעם משכן און דעם געשטאלט פון די כלים, און אזוי זאלט איר טון.

לאמיר זיך אפשטעלן און פרעגן: וואס עפעס דארף די הייליגע בנין המשכן געבויעט ווערן דורך נדבות, פארוואס קען מען נישט מחייב זיין יעדן איינעם צו געבן א געוויסע סכום פאר'ן משכן, אזוי ווי מען האט געטון ביי די שקלים, וואו מען זעט אז 'העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט'. פארוואס איז עס אַן ענין פון נדבת הלב – וויפיל מען וויל און וואס מען וויל? און אויב מען פארלאזט זיך אויף נדבות, פארוואס רעדט מען צו גאנץ כלל ישראל, "כל איש אשר ידבנו לבו" - בפשטות וואלטן מיר געטראכט אז מען גייט בויען אזא גרויסע פראכטפולע בנין זאל מען גיין בלויז צו די נגידי העם.

די פרשה הייבט זיך אָן מיט דעם פלאן צו בויען א משכן, אבער באלד דערנאך רעדט מען פון אלע הייליגע כלי המקדש, דער ארון, שלחן און די מנורה. חז"ל פרעגן שוין פארוואס דער באשעפער האט קודם באפוילן צו מאכן די כלי המקדש און דערנאך צו בויען דעם משכן, לכאורה וואלט דאך געקומען פארקערט?

און בכלל איז אביסל שווער פארוואס די תורה איז אזוי מאריך אין אלע אנווייזונגען איבער די פרטים פון די כלי המקדש און ווי אזוי עס וועט אויסזען, וועלכע זענען גאר קאמפליצירט. פארוואס קען מען נישט ווארטן אויף שפעטער, ווען דער משכן וועט זיין אויפגעבויט, צו דערציילן פונקטליך ווי אזוי עס זעט אויס?

טייערע ברידער, די ספרים הקדושים זענען מאריך אז דער משכן איז נישט בלויז אַן איינמאליגע געשעעניש, נאר דערין ליגט גאָר גרויסע סודות. די גאנצע בריאה, דער גוף פונעם מענטש, ווי אויך אונזער עבודה אויף דער וועלט איז געווען קאנצענטרירט מיט טיפע סודות אין דעם הייליגן משכן. זעלבסטפארשטענדליך אז מיר קענען נישט פארשטיין אפילו אפס קצהו, לאמיר אבער זיך פארטיפן לויט אונזער מדריגה און ארויסנעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טעגליכן לעבן.

לאמיר אריינטראכטן אין די ווערטער כְּכֹל אֲשֶׁר אֲנִי מַרְאֶה אוֹתְךָ. דער באשעפער זאגט פאר משה רבינו: "מען זאל מאכן דעם משכן אזוי ווי איך צייג דיך." רש"י זאגט אז דער מראה איז געווידמעט אויף די שפעטערדיגע דורות, מיר זאלן האבן א פונקטליכע וויזיע ווי אזוי צו בויען דעם בית המקדש שפעטער. ווייל כדי מען זאל קענען בויען א מקדש דארף מען האבן א בלו פרינט, א תבנית, א וויזיע ווי אזוי דער הייליגער ארט וועט געבויט ווערן.

די וועלט דערציילט אז הגאון הרב יוסף שלמה כהנמאן זצ"ל, ראש ישיבת פאנעוויזש, פלעגט שטיין ביים בארג פון דער ישיבה איידער עס איז געבויט געווארן, און ער האט גערעדט וועגן דעם גרויסן ישיבה וואס מען גייט דא בויען גענוי ווי אין דער ליטע. איינער האט געהערט איבער דעם רב'ס גרויסארטיגע פלענער און האט אים געזאגט, "רבי, איר חלומ'ט." האט אים הרב כהנמאן געענטפערט: "איך חלום טאקע, אבער איך שלאף נישט." מיר ווייסן אלע די ענדע פון דער מעשה - דער חלום פון הרב כהנמאן איז היינט א פשוט'ע רעאליטעט.

יעדער מענטש וואס זוכט צו עררייכן עפעס מוז אָנהייבן מיט א וויזיע, וועלכע איז אפטמאל ווי א חלום. עס קוקט אויס ווי מען קען דאס נישט עררייכן. אז א מענטש וועט אריינגראבן טיף ביי זיך אין הארץ, וועט ער אנטדעקן פילע חלומות און וויזיעס וואס ער האט שוין געהאט אין זיין לעבן, בפרט אין די יונגערע יארן. יעדעס קינד טוט טרוימען און חלומ'ען איבער אלע זיינע עררייכונגען ווען ער ווערט ערוואקסן. און ווי מיר ווייסן אלע, ווען מען ווערט ערוואקסן און מען שטויסט זיך אָן אין שוועריגקייטן, פארלירט מען די וויזיעס און חלומות און מען פאַלט אריין אין טאג טעגליכן פלאָג.

לאמיר אריינטראכטן, פארוואס איז עס טאקע אזוי אז א קינד טרוימט און חלומ'ט איבער א פאַנטאסטישע עתיד, בעת ווען אַן ערוואקסענער מענטש מאַכט עס גרינג אוועק?

דער ענטפער איז גרינג צו פארשטיין. אַן ערוואקסענער מענטש פירט זיין לעבן, בדרך כלל, לויט שכל און לאָגיק. ער פארשטייט אז די וועלט פירט זיך לויט א סיסטעם און מען קען עס נישט אזוי גרינג דורכברעכן, דערפאר מאכט ער אוועק גרויסאַרטיגע חלומות וואס שטימען נישט מיט רעאליטעט. א קינד, פון די אנדערע זייט, טראכט מיט האַרץ און געפיל. ער פארשטייט נאכנישט אזוי גוט ווי אזוי די וועלט פונקציאנירט, אבער ער ווייסט זייער גוט ווי אזוי ער שפירט און וואס ער האט ליב און וואס ער וויל זיין.

א קינד האט אויך א גרעסערער כח הדמיון. אז מען זאל פרעגן א קינד: "שעפעלע, וואס ווילסטו זיין פארשטעלט דעם פורים?" וועט ער גלייך וויסן וואס ער וויל זיין. ער האט שוין הונדערט מאל געטראכט פון דעם און ער האט א גרייטער ענטפער: איך וויל זיין א פייערלעשער! איך וויל זיין א פאליס! אז מען וועט אים פרעגן וואס ער וויל זיין ווען ער וואַקסט אויף, וועט ער באלד ארויסגעבן זיינע גרויסע חלומות. איינער וויל אויסוואקסן א רב, א צווייטער וויל זיין א גרויסער ביזנעס מאַן. יעדעס קינד מיט זיינע פאנטאזיעס.

אבער אז מען וועט פרעגן אַן ערוואקסענער מענטש, "וואו פלאנסטו צו זיין אין צען יאר ארום?" וועט ער בדרך כלל אָנהייבן דרייען מיט'ן צינג. ער ווייסט נישט פונקטליך וואס וועט זיין אין צען יאָר ארום, ער האט גענוג דאגות וועלכע פלאָגן אים יעצט, און בכלל האט ער שוין אביסל אויפגעגעבן צו קענען דערגרייכן עפעס א ווייטערע שטאַפל. ער שפירט ווי זיין לעבן גייט פארביי זיינע אויגן און ער קען נישט צופיל טון עס צו טוישן.

יעדער מענטש איז אמאל געווען א קינד, און יעדעס קינד הייבט אָן זיין אדער איר לעבן מיט א וויזיע. אבער ווי עלטער מיר ווערן פאַנגען אָן די חלומות נעלם צו ווערן, די טאָג טעגליכע דאַגות נעמען איבער דעם ארט פון די קינדערישע פאַנטאַזיעס, און מיר ווערן צוגעוואוינט דורכצושטופן דעם טאג און דער וואָך און דעם יאר אזוי ווי עס גייט און שטייט. דער שכל נעמט איבער און דער שכל זאגט אז א מענטש טאָר נישט האבן צו גרויסע חלומות ווייל ס'איז דא טויזנט סיבות פארוואס זיי גייען נישט מקויים ווערן.

דער זעלבער קינד וואס האט אמאל געטרוימט פון אויסוואקסן א רב, דארף זיך היינט מוטשען אָנצוהאַלטן א טעגליכער שיעור. דער זעלבער קינד וואס האט גע'חלומ'ט צו ווערן אַן עושר, מוטשעט זיך יעצט צו צאָלן די חודש'ליכע בילס און קען אפילו נישט טראכטן פון אויפקומען מיט נייע געדאנקען זיך צו רוקן פאָראויס אין זיין פרנסה. א קינד פאַרמאָגט נישט דעם שטארקן לאָגיק פון אַן ערוואקסענעם, דערפאר ערלויבט ער זיך צו פאנטאזירן. אבער ווי עלטער מען ווערט אלס מער חשבונות מאכט מען, ווי דער פסוק זאגט: עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר וְהֵמָּה בִקְשׁוּ חִשְּׁבֹנוֹת רַבִּים, און די חשבונות זאגן אז זיין קינדערישע וויזיע איז ווערדלאז און וועט קיינמאל נישט צושטאנד קומען.

לאמיר זיך פארשטעלן א געווענליכע סצענע אין א אידישע שטוב. א טאטע לאזט וויסן די גאנצע משפחה פרייליכע נייעס: "קינדער טייערע, קומענדיגע יאר וועלן מיר זיך אריבערציען אין א נייע הויז!" ווען דאס קינד הערט אזעלכע ווערטער ווערט ער באלד אנגעפילט מיט עקסטאז, ער הייבט אָן טראכטן פון דעם נייעם הויז, פון זיין נייער צימער און זיין בּאָנק בעט און ווי געשמאק עס וועט זיין. דערווייל איז אבער דער טאטע פארנומען מיט אנדערע דאגות. ווי אזוי וועט מען נעמען דאס געלט? וואו שאַפט מען א מארטגעדזש? ווער איז א גוטער בויער?

דעם קינד'ס מוח איז באפרייט פון לאָגישע קאמפליצירטע חשבונות, דערפאר קען ער טראכטן גרויס און ברייט. זיין התלהבות'דיגע שמחה מאכט דעם פרייליכן עתיד לעבעדיג פאַר זיינע אויגן, און ער זעט זיך שוין שלאפן אין זיין פריוואטע בעט אין דעם נייעם הויז. דער טאטע טראכט אבער מיט שכל און לאָגיק, דערפאר האט ער נישט אזויפיל פלאץ אין זיין קאפ זיך אויסצו'משל'ן די נייע הויז מיט אלע אירע פאַרבן און קאָלירן, ער דארף זיך אפגעבן מיט אלע טעכנישע און לאָגישע דעטאלן פון דעם פראצעדור, און אנשטאט ער זאל זיך פרייען אז מען גייט זיך אריבערציען אין א נייע דירה, וועט ער מסתמא זיין מער אָנגעצויגן ווי געווענליך פון די פילע דאגות.

נאך א זאך וואס א קינד האט איז א חשק און א רצון. וויפיל מאל זעען מיר אז א קינד וויל עפעס גאר שטארק און ער לאָזט נישט נאך ביז ער באקומט עס? וויפיל מאל וועט א קינד וויינען און פארפירן ווייל ער האט נישט באקומען וואס ער וויל? וויפיל מאל זעען מיר אז א בחור'ל נעמט זיך מיט א פרישקייט און טוישט זיין דרך החיים אין א בעסערע ריכטונג? ביי אַן ערוואקסענער מענטש איז דאס אסאך מער זעלטן. ער איז שוין מער צוגעוואוינט צו זיין לעבן, ער פארמאגט נישט דעם סאָרט אייזערנעם רצון וואס קען שטופן דעם מענטש צו דערגרייכן עפעס וואס קוקט אויס צו שווער אדער צו ווייט פאר אים.

דער סך הכל איז אז א מענטש ווערט נאטורליך געבוירן מיט א חשק און א רצון צו דערגרייכן. ער פארמאגט א נאַטורליכע מעגליכקייט צו קענען טראכטן גרויס, זיך פארשטעלן א ווייטע מציאות, און קוקן מיט ווייטע אויגן. אבער ווי עלטער מען ווערט, פארלירט מען דעם סארט חשק און וויזיע, און עס זעצט זיך אריין א שטילע יאוש, א פארמאטערט קול וואס זאגט פאר'ן מענטש, "ס'איז א שאד צו פרובירן טוישן רעאליטעט, די בעסטע וואס מען קען האָפן איז דורכצומאכן דעם טאג".

פאריגע וואך האבן מיר ארומגערעדט איבער דעם חילוק צווישן דינען דעם באשעפער ווי אַן עבד אדער ווי א בן, ווי א קנעכט אדער ווי א קינד. מיר האבן אויסגעשמועסט ווי א מענטש קען נישט שטייגן אין עבודת ה' אויב ער נעמט נישט אויף זיך דעם עבדות, דער גרייטקייט צו פאָלגן און טון אפילו ס'איז שווער און ביטער. מען מוז זיך אראפבינדן צו מקיים זיין יעדן פרט ופרט. אבער גלייכצייטיג טאָר מען נישט פארגעסן אז מיר זענען בנים למקום - מיר זענען קינדער צום באשעפער. א קינד מעג טראכטן און חלומ'ען ווייט אויסער זיינע מעגליכקייטן. א קינד מעג האבן שאיפות און רצונות אפילו ס'קוקט אויס אוממעגליך אין רעאליטעט.

פרשת משפטים שטעלט אראפ די חוקים און דינים צו וועלכן א איד מוז זיך האַלטן. פרשת תרומה שטעלט אראפ די הייליגע וואוינאָרט, די וואַרימע היים וואו מיר אידן קענען זיך שיצן אונטער דעם שאָטן פון דעם גרויסן באשעפער וועלכער רוהט צווישן אונז. דערפאר איז פארשטענדליך אז מיר טרעפן אזא הערליכע באריכות'דיגע וויזיע פון דעם משכן, מיט אלע פרטים, מיט יעדן שטיקל גאלד און זילבער, מיט יעדן בלומעלע און מיט יעדן פאדעם. די תורה בויט אויף דעם כח הראי' פון דעם מענטש, ער זאל קענען זען דעם הערליכן בנין נאך איידער עס איז געבויט געווארן. דער באשעפער וויל מיר זאלן קענען זען פאר די אויגן די מנורה, דעם שולחן, און דעם ארון, די הייליגע כלים פאר'ן עבודת המקדש, נאך איידער מיר רעדן וועגן דעם פאַקטישן משכן. דערפאר איז פארשטענדליך פארוואס די תורה הייבט אָן מיט די כלי המשכן. דער באשעפער וויל מיר זאלן זען דעם משכן גענוי ווי עס וועט שטיין מיט'ן פולסטן פראַכט, ווי דאס קינד וואס טראכט שוין פון זיין צימער און זיין בעטל נאך איידער דאס הויז שטייט אפילו.

דער באשעפער וויל אז "כל איש אשר ידבנו לבו", יעדער מענטש וואס זיין האַרץ בּאַגערט זאל קענען האבן א טייל אין דעם משכן. ווייל דער משכן ווערט געבויט מיט הארץ, געפיל און רצון. יעדעס אידיש קינד וואס האט א רצון זאל קענען געבן לויט זיין געפיל; וואס ער וויל און וויפיל ער וויל. ס'איז נישט קיין התחייבות, ס'איז נישט קיין עבדות, ס'איז א נדבה - א האַרציגע געשאנק פון א קינד צום טאטן. מיר זעען טאקע בדרך רמז אז די תורה הייבט אָן מיט'ן ארון וועלכע האט פארמאגט אויף זיך די כרובים וואס האבן אויסגעזען ווי צוויי קינדער.

דער שפת אמת פרעגט: מיר געפינען אז משה רבינו האט נישט געקענט מאַכן די מנורה אליין, האט אים דער אויבערשטער געהייסן אריינווארפן דאס גאלד אין פייער, און עס איז געשען א נס און ס'איז ארויסגעקומען די מנורה. לכאורה איז שווער צו פארשטיין, אויב עס איז סייווי געווען צו שווער פאר משה רבינו צו מאכן די מנורה, פארוואס האט אים דער באשעפער אויסגעלערנט אלע אנווייזונגען ווי אזוי צו מאכן די מנורה?

ענטפערט דער שפת אמת, דער באשעפער האט געוואלט אויסלערנען פאר משה רבינו פונקטליך ווי אזוי צו בויען די מנורה, וויבאלד אזוי האט ער משתוקק געווען און געהאָפט אז ער גייט דאס קענען מאַכן. און אט דעם רצון האט געהאלפט אז ווען ער האט אריינגעווארפן די גאלד אינעם פייער, איז געשען א נס און א מנורה איז ארויסגעקומען. "שהיה צריך לדעת מה לרצות, ואל מה להשתוקק" - ער האט געמוזט וויסן וואס ער וויל און אויף וואס ער האפט. "שהכל תלוי ברצון האדם, וע"י רצונו בלב ונפש באמת, מכח זה נגמר מעצמו הכל מה שלא היה באפשרותו לעשות." - ווייל אלעס איז אָנגעוואָנדן אינעם רצון פון דעם מענטש, און א דאנק זיין אמת'ע רצון, איז אלעס געענדיגט געווארן, כאטש ס'איז נישט געווען מעגליך פאר אים עס צו מאכן.

דורכאויס די ביטערע מלחמה, ווען מיליאנען אידן זענען נעבעך אומגעקומען אין אייראפע, האבן זיך געפינען אין אמעריקע הגאון רבי אלי' מאיר בלאך זצ"ל, ראש ישיבת טעלז, און זיין תלמיד הגאון ר' מרדכי גיפטער זצ"ל, דער שפעטערדיגער טעלזער ראש ישיבה אין אמעריקע. זיי זענען צוזאמען ארומגעגאנגען איבער'ן איסט סייד אין מאנהעטן, ווען זיי זענען אנגעקומען צו א ספרים געשעפט. זיי זענען אריין אין געשעפט, און א איד מיט א ווייסע בארד האט זיי העפליך ענטפאנגען און זיי געפרעגט וואס זיי זוכן.

"איר האט אפשר א קצות החושן?" האט רבי אליה מאיר געפרעגט.

דער ספרים געשעפט אייגענטומער האט זיך ארומגעקוקט. דער לומדי'שער ספר קצות החושן לערנט מען בעיקר אין ישיבות און דורך אנדערע לומדים. אמעריקע אין יענע יארן איז געווען א מדבר שממה, און עס זענען געווען ווייניג אידן וואס האבן בכלל געלערנט, אָפגערעדט פון אזא לומד'ישער ספר ווי קצות החושן. אבער דער אייגנטימער האט געזוכט און גענישטערט, ביז ענדליך האט ער ארויסגעצויגן א פאַרשטויבטע קצות פון א פאַרשטופטער ווינקל, און עס דערלאנגט פאר די צוויי גאונים.

ביים אהינגעבן דעם קצות האט דער ספרים געשעפט אייגנטימער געזאגט מיט א קרעכץ, "דאס איז דער לעצטער קצות וואס ווערט פארקויפט אין אמעריקע."

רבי אליה מאיר האט גארנישט געענטפערט און איז ארויסגעגאנגען צוזאמען מיט זיין תלמיד ר' מרדכי. אויפ'ן וועג ארויס האט רבי מרדכי גיפטער געפרעגט זיין רבי'ן, "פארוואס האט דער
ראש ישיבה אים גארנישט געענטפערט?"

און רבי אליה מאיר האט געענטפערט: "לויט א שכל'דיגע בליק איז ער גערעכט. ס'קוקט נישט אויס ווי עס וועלן נאך זיין צופיל קונים פאר א קצות אין אמעריקע. אבער תורה בויט זיך נישט לויט לאָגישע חשבונות! מען דארף בויען ישיבות און אריינברענגען א גייסט פון תורה אין אמעריקע, אפילו אויב עס קוקט אויס ווי דא איז נישט קיין פלאץ וואו אידן וועלן זיצן און הארעווען אויף תורה."

זעלבסטפארשטענדליך אז רבי מרדכי גיפטער האט שפעטער אויפגעשטעלט די גרויסע טעלזער ישיבה אין אמעריקע, און זינט דאַן זענען שוין בלע"ה פארקויפט געווארן צענדליגער טויזנטער קצות'ן איבער גאנץ אמעריקע. ווייל די תורה איז העכער יעדע מענטשליכע חשבון און יעדע לאָגישע סברא. און דאס איז נישט נאר ביי לימוד התורה, נאר ביי יעדע רוחניות'דיגע דערגרייכונג.

טייערע ברידער, אויב ווילן מיר דערגרייכן עפעס אין לעבן, מוזן מיר האבן פאר די אויגן א וויזיע, א תבנית, א פלאן און א שאיפה. מיר דאַרפן אריינברענגען אין שטוב גרויסע חלומות און גרויסע פלענער פאַר'ן צוקונפט, און נישט דערשראקן ווערן ווען זאַכן פאָרן נישט ווי געפלאַנט. דער באשעפער איז העכער יעדן לאָגישן חשבון. מיר דארפן געדענקען איין זאך: האלטן די וויזיע פאר די אויגן. זעהן אונזער גאנצע הצלחה אין אונזער מחשבה, נישט פארגעסן ווי ווייט מיר קענען אנקומען און וואספארא גרויסע עררייכונגען מיר קענען ערפילן. די גרעסטע שמחה פאר א מענטש איז צו האבן עפעס א פלאַן און עתיד אויף וועלכן ער קען ארויסקוקן. ווער נישט מיואש און ווער נישט פארלוירן, ווייל אין הימל איז דא א גרויסער באשעפער וועלכער קען מאַכן אז יעדער חלום זאל צושטאנד קומען. ער וויל בלויז אז מיר זאלן נאָכפאָלגן דעם 'מראה', דעם בילד, דעם וויזיע וואס מיר זעען פאר די אויגן. בפרט אין די יעצטיגע ימי פורים, טעג פון ביטול הדעת לאמיר אביסל אוועק ווארפן אלע לאגיקע חשבונות און פארבלייבן מיט אַן אפענעם הארץ, לאמיר אריין ברענגן אונזערע חלומות ביי זיך אין הארץ און ביי די בני בית און אזוי וועט מען קענען אנקומען צו א שמחה אמיתית און א פרייליך לעבן פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• דער משכן ווערט געבויט דורך א תבנית, א וויזיע וואס מיר קענען זען אין מחשבה.
• מיר טאָרן זיך נישט פארלירן פון שוועריגקייטן נאר האלטן דעם אויג אויף די ענדגילטיגע וויזיע.
• עבודת ה' איז העכער יעדע סאָרט לאָגיק און שכל'דיגע חשבונות, ווען מיר האבן פלענער און שאיפות ברענגט עס אונז די גרעסטע שמחה.

א לעכטיגע שבת קודש!!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 9:29 pm

א שעפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט