תצוה/פורים - פארוואס פארשטעלן מיר זיך?!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

תצוה/פורים - פארוואס פארשטעלן מיר זיך?!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

פרשת תצוה רעדט זיך פון די בגדי כהונה. דער באשעפער הייסט פאר משה רבינו: וְעָשִׂיתָ בִגְדֵי קֹדֶשׁ לְאַהֲרֹן אָחִיךָ לְכָבוֹד וּלְתִפְאָרֶת, וְאַתָּה תְּדַבֵּר אֶל כָּל חַכְמֵי לֵב אֲשֶׁר מִלֵּאתִיו רוּחַ חָכְמָה וְעָשׂוּ אֶת בִּגְדֵי אַהֲרֹן לְקַדְּשׁוֹ לְכַהֲנוֹ לִי - "דו זאלסט מאכן הייליגע קליידער פאר דיין ברודער אהרן, פאר כבוד און פאר שיינקייט. און דו זאלסט רעדן צו די קלוגע לייט וואס איך האב זיי אריינגעגעבן א גייסט פון קלוגשאפט און זיי זאלן מאכן די בגדים פון אהרן אים צו הייליגן אלס א כהן פאר מיר."

לאמיר זיך פארטיפן און פרובירן צו פארשטיין דער גאנצער ענין פון די ספעציעלע בגדים פאר'ן כהן גדול. דער עיקר פון דעם מענטש איז דאָך דער פנימית, די קליידער איז נישט מער ווי א חיצוניות'דיגע זאַך. דערווייל זעהן מיר אז די תורה איז גאר לאנג מאריך ביי די קליידער פונעם כהן, און די תורה רופט זיי אָן בגדי קודש. אזוי אויך דארף מען פארשטיין פארוואס דער באשעפער זאגט אז מען דארף האבן ספעציעלע קלוגע מענטשן וואס זאלן מאכן די קליידער. וואס איז די באזונדערע קלוגשאפט וואס מען דארף פארמאגן כדי צו מאכן שיינע קליידער פאר'ן כהן גדול?

שטייענדיג ביים שוועל פונעם גרויסן טאג פון פורים, לאמיר אריינקוקן אין מגילת אסתר, וועלן מיר זיך איבערצייגן אז די בגדים שפילן א גרויסע ראלע אין די געשיכטע פון פורים. ביים סעודה פון אחשורוש געפינען מיר ווי דער גאנצער זאל איז געווען אויסגעלייגט מיט הערליכע, טייערע סחורה: חוּר כַּרְפַּס וּתְכֵלֶת אָחוּז בְּחַבְלֵי בוּץ וְאַרְגָּמָן עַל גְּלִילֵי כֶסֶף וְעַמּוּדֵי שֵׁשׁ - פירהענג פון אלע קאָלירן וועלכע זענען געווען
אנגעבינדן מיט שטריק אויף זילבערנע שטאַנגען און מארמויערנע זוילן. אזוי אויך געפינען מיר אין מדרש אז אחשורוש האט זיך אָנגעטון די בגדים פון כהן גדול ביי דער סעודה.

שפעטער זעען מיר אז מרדכי הצדיק האט אָנגעטון א זאַק אויף די פלייצעס: וַיִּלְבַּשׁ שַׂק וָאֵפֶר וַיֵּצֵא בְּתוֹךְ הָעִיר וַיִּזְעַק זְעָקָה גְדֹלָה וּמָרָה. אסתר המלכה זאגט אים אז ס'פאַסט נישט צו גיין אזעלכע קליידער, אבער מרדכי טרויערט. דערנאך זעט מען אז אחשורוש הייסט אז מרדכי זאל אָנטון דעם קעניגליכן לבוש און המן זאל אים ארומטראגן אויפ'ן פערד. שפעטער נאכדעם וואס מען האט אויפגעהאָנגען המן און די גרויסע נס פורים איז צושטאנד געקומען, זעען מיר נאכאמאל דעם דגוש אויף די קליידונג: וּמָרְדֳּכַי יָצָא מִלִּפְנֵי הַמֶּלֶךְ בִּלְבוּשׁ מַלְכוּת תְּכֵלֶת וָחוּר וַעֲטֶרֶת זָהָב גְּדוֹלָה וְתַכְרִיךְ בּוּץ וְאַרְגָּמָן וְהָעִיר שׁוּשָׁן צָהֲלָה וְשָׂמֵחָה.

דער ענין פון בגדים שטעלט זיך נישט אָפ ביי דער מגילה, נאר עס איז א גרויסער טייל פון דער פרייליכער יום טוב פורים, ווען קינד און קייט טוט זיך אָן אינטערעסאנטע בגדים זיך צו פרייליך מאכן. די קינדער פארשטעלן זיך מיט מאַסקעס און פארשטעלונגען, און די ערוואקסענע פארציכטן אויך נישט אויף די מצוות היום, און מען טוט זיך אָן א זיסן היטל אדער א קאלירפולע בעקישע זיך פרייליך צו מאכן. כאטש וואס מיר ווייסן אז פורים איז גאר א הייליגע טאג, און אין א גרויסן טאג גייען מיר אידן מיט בכבוד'דיגע מלבושים, זעען מיר אז מען מאכט זיך פרייליך מיט די בגדים, הלא דבר הוא.

לאמיר אָנהייבן מיט א מעשה'לע. עס איז אמאל געווען א שטעטל אין דרום אמעריקע וואו די איינוואוינער זענען געווען באקאנט אלס רואיג און צופרידן, דאס שטעטל האט זיך געפינען צווישן די בערג, און עס האט געהערשט א רואיגע און פרייליכע אטמאספער. אבער אין די לעצטע יארן האט זיך דער שטעטל דראסטיש געטוישט צום שלעכטן. צוליב אַן אומבאשטימטע סיבה זענען די פארברעכנס געשטיגן, די אטמאספארע איז צוביסלעך געווארן עפעס ווילדער, די איינוואוינערס מער אומגעדולדיג און נערוועז, ממש אז ס'האט זיך פאר א באזוכער כמעט געקענט דאַכטן אז ער געפונט זיך גאר אין דעם פארטומלטן ניו יארק. די ערוועלטע רעגירונגס פירער און איינגעשטעלטע האבן זיך געבראכן קאָפ, זוכנדיג א לעזונג צום וואקסנדן פראבלעם. נאך עטליכע זיצונגען איז מען געקומען צו די החלטה אז מ'וועט אריינברענגן פראפעסיאנעלע עקספערטן וואס זאלן מיט א געניט אויג אפשאַצן און זיך דורכגרינטעווען צו טרעפן גענוי וואס דער פראבלעם איז און פון וואו ס'שטאמט.

מען האט אויפגענומען עטליכע מומחים, בארימטע פסיכאלאָגן און סאציאלאגן, וועלכע זאלן אפשאצן דעם מצב. נאך א שטיק צייט זענען די פאָרשער צוריקגעקומען מיט א קורצן אבער גרונטליכן אנאליז פון וואו ס'האט זיך ארויסגעוויזן דעם קלאָרן בילד. עס איז לעצטנס געווען א שווערע עקאנאמיע, ווען אסאך מענטשן זענען געווארן שוואכע פארדינערס, און דאס האט אריינגעברענגט א צובראכנקייט ביי מענטשן. אויך זענען די לעצטע יארן געווען לענגערע ווינטערס מיט אסאך מער פארוואלקנטע טעג. דאס אלעס האט אריינגעברענגט שטארקע געפילן פון יאוש און פארנאכלעסיגקייט, דער מאראל און
זעלבסטזיכערקייט פונעם באפעלקערונג איז צוביסלעך געפאלן, וואס דאס האט צוגעברענגט די אלע שווערע נאכווייען פון פארברעכנס וכדומה.

נאכפאלגנדיג דעם אנאליז, האבן די פירער אריינגעקלערט ווי אזוי מען קען דאס טוישן, און זיי זענען געפאלן אויף א פלאן. מען האט באשלאסן איינצושפאנען ספעציעלע קוואליפיצירטע יוגנטליכע אין א פראגראם וואס מען האט גערופן "דער שמייכל פראיעקט" וואס וועט שוין אריינגיין אין קראפט. די מיטגלידער פון דעם פראיעקט וועלן זיך ארומדרייען צווישן דעם עולם, זיי העלפן מיט אנווייזונגען, אריינווארפן אפאר דאלער אויב ס'פעלט זיך אויס, אבער בעיקר וועלן זיי ענטפאנגען יעדן איינעם מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט, מיט א קלאַפ אויף די פלייצע, אלעס וואס מען קען טוען צו העלפן דעם עולם האבן א געשמאקערע טאג, און צוביסלעך וועט דאס צוריק הייבן די מאראל און אריינברענגן א פאזיטיווער ווינט ביים עולם, און אזוי וועט דאס שטעטל זיך צוריקקערן צו איר אמאליגן גלאַנץ און שטאָלץ.

צוויי-דריי יאר זענען אריבער, און דער מצב איז טאקע אסאך בעסער געווארן. יעדן סוף יאר האבן די סטאטיסטיקס געוויזן אז אלעס ווערט רואיגער און די אמאליגע חן פונעם שטעטל קומט צוריק. אבער שטייענדיג ביים סוף פונעם דריטן יאר איז דער מצב צוריקגעפאלן צום אלטן. די קעפ האבן זיך צוריק אראפגעלאזט, דעפרעסיע און צוקלאפטקייט האט ווידער איבערגענומען קאנטראל אויפן שטעטל, און צום צווייטן מאל האבן זיך צוזאמגעזעצט די קארפן קעפ פון שטאט אויף א דרינגנדע זיצונג און זיך געוואונדערט וואס איז געשען. דער מצב איז דאך שוין געווארן פיל בעסער, וואס האט איצט פאסירט?
נאכ'ן שטודירן די זאַך איז מען דערגאנגען אז ס'איז ענטשאנען א פראבלעם. די שמייכל גרופע זענען טאקע יעדן טאג ארויס אויף די גאסן, אבער האלטנדיג נאך עטליכע יאר האבן זיי פארלוירן דעם חשק צו דער ארבעט. ווען מען האט אנגעהויבן דעם פראיעקט זענען זיי געווען א גרופע פרייליכע יוגנטליכע, יעצט האבן זיי שוין זייערע אייגענע דאגות, און ס'איז זיי מער נישט אינטערעסאנט ארומצוגיין שמייכלען צו פרעמדע מענטשן. נאכמער, זיי אליין האבן זיך ארומגעדרייט אין שטעטל פארזויערט, און זיי האבן שוין אליין געקענט נוצן א גרופע וואס זאלן זיי לעבעדיג מאכן. די חברה האבן פארגעסן זייער ציל און תכלית, נישט נאר האבן זיי נישט געהאלפן, נאר זיי האבן אפילו ערגער געמאכט, ווייל זיי האבן פשוט פארגעסן זייער ריכטיגער תפקיד.

די שטאט באאמטע האבן אריינגעטראַכט פארוואס דאס איז געשען, און זיי האבן פארשטאנען אז די שמייכל גרופע מיטגלידער האבן זיך נישט געזען אלס א באזונדערע טייל פון די מענטשן, מיט א ספעציעלע תפקיד, און זיי זענען געווארן א חלק פון דעם המון עם. דעריבער זענען זיי געפאלן אויף א פלאן: מען איז אויפגעקומען מיט א ספעציעלן אוניפארם פאר די מיטגלידער, און מען האט זיי גערופן "שמייכל סקוואַד". מען האט פאבריצירט פאר זיי א ספעציעלע היטל, און אויפ'ן העמד איז געווען אויסגעמאלן א גרויסן שמייכל. די מיטגלידער האבן אנגעטון דעם אוניפארם, און פון יעצט און ווייטער האבן אלע גוט געוואוסט אז די מענטשן באלאנגען צו די ספעציעלע גרופע וואס מאכט פרייליך מענטשן, און זיי אליין האבן אויך געשפירט אז זיי פארמאגן א באזונדערע תפקיד.

טייערע ברידער, מיר, דאס הייליגע פאלק ישראל, זענען ווי דער שמייכל גרופע. אונזער תפקיד איז צו זיין א אור לגויים, צו באלייכטן די וועלט און זיין א ממלכת כהנים וגוי קדוש - א פאלק פון פירערס און א הייליג פאלק וואס וועט זיך ארומדרייען אין דער וועלט צו פארשפרייטן די ליכטיגקייט פון די שכינה הקדושה. ווען אלע פעלקער האבן נישט געוואלט נעמען די תורה זענען מיר אידישע קינדער ארויס געקומען מיט שטארקייט און געזאגט נעשה ונשמע - מיר ווילן טוען, הערן, לעבן און מקיים זיין די תורה. מיר האבן זיך ארויס געשטעלט אלץ דער 'שמייכל סקוואד' צוריקצוברענגען די וועלט צו איר ריכטיגע תיקון, מיר האבן זיך ארויס געשטעלט צו זיין דער עם הנבחר, דאס אויסגדערוועלט פאלק וואס אלע וועלן אויף איר ארויפקוקן, ונברכו בך כל משפחות האדמה.

צומאל דרייען מיר זיך ארום דא אויף דעם וועלטל, און מיר פארגעסן זיך אונזער שליחות. מיר פארגעסן אז מיר זענען אויף א מיסיע אויסצופירן דעם הייליגן שליחות און פלאַן. מיר ווערן אויסגעמישט און נשפע פונעם סביבה און צוביסלעך ווערן מיר פארכאפט אין דער אלגעמיינער וועלט מיט אירע דאגות און שוועריגקייטן און איר חיצוניות. דער מענטש כאפט זיך אפילו נישט, אבער אזוי אומבאמערקט ווערט ער א טייל פון די גאנצע באפעלקערונג און ער געדענקט שוין אפילו נישט אז ער איז דא מיט א ספעציעלע ציל.

דערפאר האבן מיר באקומען די געוואלדיגע מתנה פון השי"ת וואס רופט זיך דער אידישער לבוש. די הייליגע קליידער זענען דא אונז אפצוטיילן פון די וועלט צו ווייזן אז מיר זענען די ספעציעלע סקוואַד. דער באשעפער האט אונז געהייסן גיין אנגעטון ציצית און תפילין, כדי מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען אפגעשיידט פון דער וועלט, ווי די תוה"ק זאגט: וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה', אז דורך די ציצית געדענקט דער איד דעם באשעפער, און אויך ביי די תפילין והיה לאות על ידך ולטוטפות בין עיניך - ס'איז א צייכן אז איך בין א איד, ווי אויך א צייכן פאר די וועלט, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך - אלו תפילין שבראש. כדי די פעלקער פון דער וועלט זאלן זען דעם איד ווי א הייליגער כלי, א שליח פון הקב"ה אריינצוברענגען רוחניות אין דער וועלט, גייט ער אנגעטון מיט א ספעציעלע מערקבארע מלבוש וואס שיידט אים אפ פון זיין ארומיגע סביבה.

דער אידישער לבוש וואס מיר גייען – א קאַפל, פיאות, און ציצית, איז נישט סתם א חיצוניות'דיגע זאך. אזוי אויך די אידישע טעכטער, וועלכע גייען מיט א אייגנארטיג בצניעות, ס'איז טאקע פונדרויסן, אבער ס'ווייזט אויף א טיפע פנימיות'דיגע טיפע חילוק וואס פינאנדערשיידט דעם איד פון דער אלגעמיינער וועלט, און ברענגט ארויס זיין אייגנארטיגקייט. ווען א איד טוט זיך אן זיינע בגדים ברענגט דאס מיט זיך א דערמאנונג: "איך בין א חלק פון עם ישראל, איך בין א קינד פון בורא כל העולמים, איך בין ארומגענומען מיט מצוות און מעשים טובים, איך בין דא צו פארשפרייטן השי"ת'ס ליכטיגקייט פאר זיך, פאר מיין משפחה און פאר די וועלט". להבדיל אין די אלגעמיינע וועלט פארשטייט מען דאס זייער גוט. פירמעס געבן אויס מיליאנען דאלארן פאר ספעציעלע אוניפארמען פאר זייערע ארבעטער, מען זאל זען אז זייערע ארבעטער "באלאנגען" צו דער פירמע. אזוי אויך זעט מען אז די ריכטערס אין סעקולערע געריכטן גייען מיט שווארצע מלבושים, צו ווייזן זייער ערנסקייט, אז זיי זענען עפעס מורם מעם, און נישט קיין חלק פון די אלגעמיינע באפעלקערונג.

דער משך חכמה פרעגט, מיר ווייסן אז ווען כלל ישראל איז געווען אין די שווערסטע מצב ביי גלות מצרים, זיי האבן געדינט די מצרי'שע עבודה זרה און געווען פארזינקען אין די טומאה, זאגן אונז חז"ל אז זיי האבן זיך אפגעהיטן אין די דריי זאכן, זיי האבן נישט פארטוישט זייער נאמען, שפראך, און קליידער. לכאורה פרעגט זיך – וואס איז די אויפטו אז מען טוט זיך אָן אידישע בגדים און אז מען רעדט נישט אַן אנדערע שפראך, אויב מען היט נישט די עיקרי האמונה? זאגט דער הייליגער משך חכמה אז יא, נסיונות זענען פארהאן, אבער ווען א מענטש לייגט אויף זיך א גדר, ווען מיר בלייבן מיט די פשוטע חיצוניות'דיגע זאכן, דער נאמען, דער מלבוש – וועט עס צום סוף האבן אן השפעה, ס'וועט אונז בעזר ה' דערמאנען און ערוועקן. אבער ביים גלות בבל האט מען טאקע אפגעהיטן די עיקרי התורה, אבער זיי האבן געטוישט די נעמען און דעם שפראך, און דערפאר זענען זיי געפאלן גאר נידריג.

דערפאר איז באקאנט פון חסידישע ספרים אז דער אידישער לבוש איז משפיע אויף די פנימיות, ווי הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע שרייבט אין א בריוו צו זיינע חסידים אין ארץ ישראל (נדפס בספר דברי אהרן עמ' ע"ה): "אזוי ווי מיר האבן געהערט אז ס'איז דא וואס ווילן טוישן די מלבושים פון זייערע עלטערן, איז מיר א גרויסער חידוש אז א איד זאל וועלן טון אזא זאך… איך וויל אנווארענען אלעמען אז מען זאל גארנישט טוישן אין דעם לבוש, ווייל דער לבוש טוישט דער פנימיות פונעם מענטש."

א יונגערמאן האט פארציילט, ער איז ליידער אנגעקומען אין תפיסה, וואו ער האט געדארפט פארוויילן במשך עטליכע יאר. ווי פארשטענדליך איז דאס גאר א שווערע עסק, זיצנדיג אין א פארשפארטע פלאץ צוזאמען מיט רויבער און פארברעכער. דער יונגערמאן האט מורא געהאט צו ציען צופיל אויפמערקזאמקייט, האט ער זיך באהאלטן די פיאות אונטער די אויערן, מען זאל נישט זען אז ער איז אנדערש און מען זאל אים נישט טשעפען. ווי באקאנט איז אין יעדע תפיסה פארהאן א גענג פירער וואס יעדער ציטערט פון אים. איינמאל האט דער גענג פירער באמערקט אז דער איד באהאלט זיינע פיאות, האט ער אים צוגערופן און געזאגט, "זאלסט וויסן אז אויב דו פרובירסט זיך צו באהאלטן טוסטו נישט גוט. אדרבה, דו דארפסט אראפלאזן דיינע פיאות, ווייזן אז דו ביסט א שטאלצער איד, און דאס וועט ברענגען מען זאל דיך שעצן און קיינער וועט דיך נישט טשעפען!"

דאס איז דער וויכטיגקייט פון דעם "אידישן לבוש", ווייל אָן דעם קען דער איד חלילה פארשלאפן ווערן. ווען מיר גייען ארויס אין גאס מיט'ן קאפל אויפ'ן קאפ, און דער איד שפירט ווי אלע קוקן אויף אים, דארפן מיר געדענקען אז מיר פארמאגן א ספעציעלער אוניפארום ווייל מיר פארמאגן א ספעציעלער תפקיד אויף דער וועלט. דאס זאגט א מעסעדזש: איך בין א איד, א קינד פון דער באשעפער און איך בין אויף א שליחות צו פארשפרייטן כבוד שמים און ברענגן א תיקון פאר די וועלט.

דאס איז דער טיפקייט פון די קליידער פונעם כהן גדול וואס מיר לערנען אין אונזער פרשה. די כהנים זענען די שליחים פון כלל ישראל, און זיי פארמאגן א ספעציעלער תפקיד צו טון די עבודה. דער כהן גדול איז דער העכסטער פערזאן אין די עבודה צווישן כלל ישראל און הקב"ה; זיי געפינען זיך אויפ'ן הייליגסטן פלאץ אויף דער וועלט, מחנה שכינה, קיין שום מענטש אויסער משה רבינו טאר נישט דארט אריינטרעטן, און אינעם קדשי קדשים טאר קיין מענטש בכלל נישט אריינטרעטן, אפילו דער כהן גדול מעג נאר איינמאל א יאר יום כפור, דערפאר האבן די כהנים געהאט גאר ספעציעלע קליידער, וואס דאס האט זיי כסדר דערמאנט וואו זיי געפונען זיך און וואס זייער תפקיד איז.

דערמיט גייען מיר אריבער צו דער מגילה. לאמיר אריינטראכטן, וואס האט דער אחשורוש געוואלט? ווי מיר ווייסן האט זיך עס אנגעהויבן מיט'ן גרויסן סעודה וואס דער תכלית און ציל איז געווען צו פארשלעפן כלל ישראל און זיי מאכן פארגעסן זייער אידענטיטעט. די אידן זענען געווען אין גלות בבל, און אחשורוש האט געהאפט אז די גאולה וועט חס ושלום נישט קומען, און זיי וועלן שוין בלייבן צווישן די גויים. ער האט געוואלט דער איד זאל פארגעסן זיין שורש און ווערן אויסגעמישט מיט דער פערסישער באפעלקערונג. ווי דער פסוק זאגט קלאר: וַיֹּאמֶר הָמָן לַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד מְפֻזָּר וּמְפֹרָד בֵּין הָעַמִּים בְּכֹל מְדִינוֹת מַלְכוּתֶךָ - און ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרים הק' "מפוזר ומפורד בין העמים", מיינט אז זיי זענען שוין נישט א באזונדערע פאלק, נאר זיי זענען אויסגעשפרייט צווישן אלע פעלקער און חלילה אסימילירט צווישן זיי, ווייל זיי ווייסן שוין נישט ווער זיי זענען...

נו, ווי אזוי מאכט מען זיי זאלן אינגאנצן פארגעסן זייער אפשטאם? זאגן אונז חז"ל, מען ווארפט א גרויסע פארטי, און דארט טוט מען פארשעמען די הייליגע בגדים, ווי חז"ל זאגן אונז (מסכת מגילה דף יב.) אז דער רשע האט אנגעטוען די הייליגע בגדים, ווי צו זאגן פארן כלל ישראל: לאז דיך אפ, די קליידער מיינען גארנישט. אמאל האבן די בגדים אפגעשיידט דעם כהן גדול פונעם פאלק, אבער יעצט האט דאס דער גוי'אישער קעניג גענומען פאר זיך. ער האט געוואלט אוועקמאכן דאס גאנצע מציאות אז אידן זענען אַן אפגעזונדערט פאלק, דערפאר האט ער גענוצט די בגדי כהונה, ווייל ער ווייסט גאנץ גוט אז
דאס איז איינע פון די שטערקסטע כוחות וואס כלל ישראל פארמאגט, ס'האלט אונז, ס'שרייט אויס אונזער אידענטיטעט!

מרדכי הצדיק איז געקומען און געוואלט ראטעווען די אידן. די ערשטע זאך האט ער אנגעטון ספעציעלע בגדים, דער זאַק און די אש אויפ'ן קאפ, און איז ארויס אין שטאט אלארמירן דעם גאנצן ציבור. די בגדים וואס דערמאנט אונז און זאגט אונז דער מצב פון כלל ישראל, קליידער וואס זאגן פאר כלל ישראל אז ס'איז אן עת צרה – ס'טוט אונז דערמאנען תשובה און תפילה. און ווי מיר זעען איז כלל ישראל נתעורר געווארן דערפון, און איבעראל וואו עס איז אנגעקומען די בריוון פונעם קעניג האבן אלע געטרויערט און זיך אנגעטון זעק אויף די פלייצעס.

דערפאר זעען מיר טאקע אז די ישועה איז אויך געקומען מיט די בגדים, המן האט געמוזט אנטון פאר מרדכי די קעניגליכע מלבושים. און ביי די גרויסע ישועה איז מרדכי הצדיק ארויס מיט די הערליכע קעניגליכע בגדים און גאנץ שושן האט זיך געפרייט מיט די גרויסע נס. ווי דער פסוק זאגט: בִּלְבוּשׁ מַלְכוּת תְּכֵלֶת וָחוּר וַעֲטֶרֶת זָהָב גְּדוֹלָה וְתַכְרִיךְ בּוּץ וְאַרְגָּמָן, וואס די אלע זאכן זענען מרמז אויף די בגדים פון כהן גדול, די תכלת, די ארגמן, די גאלד, און אזוי ווייטער. ווייל מרדכי האט פארשטאנען די געוואלדיגע אייגנארטיגקייט פון דעם אידישן פאלק און ווי וויכטיג דאס איז. ער האט געקעמפט פאר'ן אידישן אידענטיטעט.

דערפאר איז אויך פארשטענדליך פארוואס מען דארף האבן ספעציעלע חכמי לב וואס זאלן פאבריצירן די בגדים. מען מוז האבן קלוגע מענטשן וואס פארשטייען אז די תכלית פון די בגדי כהונה איז נישט סתם אז די כהנים זאלן גיין שיינע בגדים, נאר אז זיי זאלן ווערן ארויסגעהויבן און אפגעשיידט פונעם פאלק. ס'איז עפעס וואס מיר דארפן זיך דערין פארטיפן און עס פארשטיין.

אבער אויב אזוי פרעגט זיך, פארוואס דווקא פורים טוען מיר זיך אָן אלע סארטן בגדים, און מיר ווייזן נישט אונזער אייגנארטיגקייט? נאר ברידער, דאס איז טאקע די נקודה. פורים האבן מיר איינגעזען אז די בגדים איז נישט דער תכלית, נאר דער עיקר איז אז מיר פארשטייען און געדענקען אונזער אידענטיטעט. לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און דערהערן אז ס'איז באמת פארהאן א פלאץ אין אונזער עבודה וואו ס'איז מלא כל הארץ כבודו, די געדאנק פון הדר קבלוה מאהבה, מען איז מקבל די תורה מתוך אהבה, פון אנערקענען אז די גאנצע בריאה איז אנגעפילט מיט ג-ט, וועלכער גיבט אריין חיות און לעבעדיגקייט אין יעדע זאך, און ווען מען לעבט ממש דבוק אין באשעפער דארף מען באמת נישט קיין ספעציעלע לבוש, ווייל מען זעט קלאר ווי די גאנצע בריאה שרייט אנכי ה' אלקיך.

אבער אנצוקומען צו דעם פלאץ דארף מען אריבער גיין די טעגליכע עבודה פון לעבן אין דעם וועלט וואס איז פיל מיט שוועריגקייטן און נסיונות, מיר דארף אריבער גיין דעם טעגליכן בירור ווי דער איד דארף זיך כסדר דערמאנען אז ה' הוא האלוקים און אין עוד מלבדו, די טעגליכע עבודה ווי מיר ארבעטן שווער צו בלייבן שטארק און פעסט, און מיר געדענקען וואס איז אונזער תפקיד און אידענטיטעט.

פורים איז איין טאג א יאר וואס דער איד קומט אָן צו א פלאץ וואס ער קען זיך אנטון סיי וועלכע בגדים. טאקע ווייל מרדכי האט אנגעטוען די הייליגע קליידער און דערמאנט פאר כלל ישראל ווער מיר זענען, האבן מיר זוכה געווען צו דעם נייעם הדר קבלהו וואס ברענגט כלל ישראל צו דעם דערהויבענעם פלאץ פון עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, עס איז נישטא קיין איד אדער א גוי, נישטא קיין מענטשן און חיות, ווייל מען אנערקענט אז די גאנצע בריאה איז בלויז א חיצוניות'דיגע לבוש פאר דעם אין סוף, און מען זעט בחוש ווי אלעס איז רוחניות און אלעס איז איין שורש און איין אפשטאם, עס פעלט מער נישט אויס זיך צו באצייכענען אויף דעם אופן אדער אויף יענעם אופן. מען כאַפט עפעס א היטל און א גלעזער און מען טוט עס אָן און דערמיט שרייט מען אויס: כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ - אין עוד מלבדו. אבער ווען די וויין לאזט נאך, ווען די טעגליכע נסיונות קומען צוריק, דארפן מיר צוריקגיין צו די געווענליכע עבודה.

מיר זעען טאקע אין ספרים אז פורים איז די בחינה פון יום כיפור. אבער ס'איז טאקע כפורים, ווייל פורים אליין איז די העכסטע מדריגה, ווען דער איד אנערקענט אין די געוואלדיגע אור וואס שיינט דורך די גאנצע בריאה און קען נישט ווערן פארשטעלט אויף קיין שום אופן, אבער יום כפור דארף מען האבן דעם כהן גדול מיט זיינע ספעציעלע בגדים, און דער איד טוט זיך אָן א קיטל מיט א טלית צו ווייזן די ספעציעלקייט פונעם טאג. ווייל דעמאלט דארפן מיר יא האבן דעם ענין פון ווייזן אז מיר זענען אנדערש און מיר זענען ספעציעל.

טייערע אידן, ווען עס קומט פורים, לאמיר געדענקען דעם געוואלדיגן יסוד אז מיר פארשטעלן זיך, מיר טוען זיך אָן אלע סארטן בגדים, מען פירט זיך אויף אנדערש ווי א גאנץ יאר, נישט ווייל מיר זענען צולאזט און מיר טראכטן נישט וואס מיר טוען, נאר עס קומט פון א טיפע פלאץ פון אנערקענען ווי גרויס דער אור פון דעם רבונו של עולם איז און ווי נישטיג די חיצוניות'דיגע זאכן זענען. פונקט ווי אין פרשת תצוה טרעפן מיר דעם אז די בגדים פארמאגן א געוואלדיגע טיפקייט און קלוגשאפט אונטער זיך, אזוי אויך פורים דארפן מיר וויסן אז דאס אנטון אלע סארטן מאדנע בגדים פארמאגט אונטער זיך א טיפקייט, און ס'איז נישט סתם א צעלאזנקייט. פורים שיקט אונז א מעסעדזש פאר א גאנץ יאר, אז מיר זאלן וויסן אז דער תכלית פון דעם חיצוניות'דיגן אויסזען איז אז עס זאל משפיע זיין אויפ'ן מענטשן פון אינעווייניג, דאס איז דער אמת'ער ציל. און אז נישט האט מען גארנישט אויפגעטון מיט'ן גיין ספעציעלע בגדים, דער עיקר איז אז דאס זאל ארויסהייבן און ארויסברענגען ווער דער מענטש איז, ווער דער איד איז, און וואס ער באדייט פאר דער וועלט. זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן טאקע געדענקען אונזער וויכטיגער תפקיד און אונזער ארט אויף דער וועלט, אזוי אז מיר זאלן קענען וויסן וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל, און ווי אזוי מיר זאלן באמת דינען דעם באשעפער אין א בחינה פון עד דלא ידע, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת המשיח, ווען ס'וועט זיין מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

לסיכום געדענק:
• דאס אידישע לבוש - טוט אונז כסדר אפטיילן פון די וועלט ארום אונז.
• דאס אידישע לבוש - איז אונזער דערמאנונג ווער מיר זענען און וואס אונזער תפקיד אויף די וועלט איז.
• דאס אידישע לבוש - איז וויכטיג ווייל עס טוישט אונזער פנימיות און דאס איז דער ציל דערפון.

א לעכטיגע שבת קודש און א פרייליכע פורים!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום א שעפעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר