בלאט 1 פון 1

דינאזאווערס און וואקסינאציעס

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2020 2:54 pm
דורך אריה
ס'איז באקאנט אז איינער פון די שטערקסטע ראיות אז די היינטיגע מאדערנע סייענטיסטן ווייסן נישט וואס זיי רעדן, איז דאס אז זיי גלייבן אין דעם פרי-היסטארישן עקזיסטענץ פון דינאזאווערס, און אונז ווייס מיר דאך אז די באשעפעניש האט קיינמאל נישט עקזיסטירט ווייל ס'שטייט דאך נישט אין די תורה.

וואס ס'איז נישט אזוי באקאנט איז אז די זעלבע ארגומענט ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אויך בנוגע וואקסינאציעס.

לאמיר כאפן א דוגמה, יענע מעשה, וואס זיי רופן קענסער, אדער די פלו, וויירוסעס, און אזויפיל אנדערע אזוי גערופענע מחלות, וואס די אלע פרייע דאקטוירים גלייבן נעבעך באמונה שלימה אז ס'איז עכט דא אזעלכע זאכן, פרעג א חדר אינגל פון צען יאר אלט וועט ער דיר גלייך זאגן אז ס'שטייט נישט אין די תורה אזא זאך, אונזערע חכמים האבן דאך געקענט די אלע חכמות הרפואות און זיי האבן נישט געוואוסט פון די מאדנע נעמען, שלמה המלך דער חכם מכל אדם איז נאך געווען אזוי פארגעשריטן ווי די סי.די.סי. און זייערס גלייכן, וואס די איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז א לויטערע שנאה צום תורה טרייען איד וואס גייט בדרך אבותינו ורבותינו. מי לנו גדול פונעם גרויסן אדלער דעם הייליגן רמב"ם (נאך וועם די אפיקורסים האבן א נאמען געגעבן דעם טרויעריג-בארימטער מיימאנידעס שפיטאל אין הארץ פון חרדישן בארא פארק, רח"ל) וואס האט אונז געלערנט וואו אזוי א איד דארף זיך פירן כדי זיך צו האלטן געזונט. צו קענען זיי זיך פארמעסטן מיט'ן הייליגן חזון איש, וואס האט מעיד געווען אויף זיך אז ער קען גאנץ חכמת הרפואה פון די תורה? און ווי יעדער ווייסט האט ער געהאלפן די דאקטוירים מיט גאר האקעלע אפעראציעס, און די דאקטוירים זענען ארויס פון התפעלות איבער זיין ידיעה אין די ענינים! אט די אויפגעקלערטע מאדערנע פארגעשריטענע דאקטוירים וועלן אונז זאגן וויאזוי זיך צו פירן? זיי זענען די וואס קענען אונז איינטיילן וועלכע וואקסין מיר דארפן נעמען פאר אלע זייערע מחלות אשר לא שערום אבותינו?

ניין, א דאנק! אונז ברויך מיר נישט צוקומען צו ענק! און אויב ווילן ענק קומען אביסל לערנען פון אונזער הייליגער מסורה, דאן לאמיר אנהייבן מיט איין מיטבאסטע"ר: קענסער עקזיסטירט נישט.