לאמיר נישט זיין פארלוירן, ס'איז שבת אויף די וועלט!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

לאמיר נישט זיין פארלוירן, ס'איז שבת אויף די וועלט!

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מערץ 20, 2020 2:38 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אין די וואכעדיגע פרשה גרייטן מיר זיך אויף די ענדגילטיגע ציל, ווען מיר גייען אויפבויען דעם הייליגן משכן ה'. דער פסוק זאגט: וַיַּקְהֵל מֹשֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם: אֵלֶה הַדְבָרִים אֲשֶׁר-צִוָּה ה' לַעֲשֹׂת אֹתָם. שֵׁשֶׁת יָמִים, תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה, וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן ה' וכו' – משה רבינו האט איינגעזאמלט די אידישע קינדער און ער האט געזאגט צו זיי, די דאזיגע זאכן (די משכן) האט השי"ת באפוילן זיי צו מאכן. זעקס טעג מעג געטוען ווערן אַן ארבעט אבער אין דעם זיבעטן טאג זאל זיין פאר אייך הייליג שבת שבתון לה'.

לאמיר פארשטיין: א. די תוה"ק האלט אינמיטן איבערגעבן די אלע פרטים פונעם בנין המשכן און דער פסוק האַקט איבער מיט עטליכע פסוקים פון שבת קודש, און אז מען האלט חשבון באמערקט זיך אז לעצטע וואָך אין די פרשה, נעבן די פסוקים וואס רעדן איבער די בנין המשכן איז אויך פארהאן עטליכע פסוקים פון שבת קודש: ושָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֶת הַשַּׁבָּת, לַעֲשׂוֹת אֶת הַשַּׁבָּת לְדֹרֹתָם בְּרִית עוֹלָם, בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אוֹת הִוא לְעֹלָם וכו' וואס דאס זאגט אונז קלאר אז ס'איז פארהאן עפעס א שטאַרקע שייכות צווישן משכן און שבת, ווי פארשטענדליך דארפן מיר עס ריכטיג אפלערנען. ב. חז"ל זאגן אונז אז אויף דעם הייליגן טאג פון שבת קודש האט מען דעם משכן נישט געמעגט בויען. פרעגט זיך, פארוואס טאקע האט מען שבת נישט געבויעט, ס'האַנדלט זיך דאך פון די הייליגסטע אויף דער וועלט - דעם בית ה'? ג. די ל"ט (39) מלאכות וואס זענען אסור צו טון אום שבת לערנט מען ארויס פון די ל"ט מלאכות וואס די אידן האבן געדארפט טוען כדי צו קענען בויען דעם משכן, וואס דאס לאזט אונז איבער אריינצוטראכטן, וואס עפעס דוקא די ל"ט מלאכות וואס זענען גענוצט געווארן ביים משכן זענען די זאכן וואס זענען אסור בשבת? בפשטות וואלט געדארפט זיין 'אלע' מלאכות אסור, אבער די תוה"ק זאגט אונז, ניין – נאר די ל"ט מלאכות וואס מען האט געטון ביים משכן טאר מען נישט טון שבת. ד. ווי באקאנט זענען די אלע הלכות שוין געזאגט געווארן איינמאל, פארוואס טוט די תוה"ק עס איבער'חזר'ן? לאמיר זיך פארטיפן.

סוף פרשה איז פארהאן א גאנצע ענין מיט דער ענין פונעם וואלקן – משה רבינו דערנאך וואס ער האט שוין געהאט געענדיגט בויען דעם גרויסן הייליגן בנין און אט וויל מען דערין אריינגיין אבער פלוצלינג לאזט זיך אראפ א וואלקן וואס טוט אנפילן דעם הייליגן בנין המשכן ווי די פסוק זאגט וַיְכַס הֶעָנָן אֶת אֹהֶל מוֹעֵד וּכְבוֹד ה' מָלֵא אֶת הַמִּשְׁכָּן: וְלֹא יָכֹל משֶׁה לָבוֹא אֶל אֹהֶל מוֹעֵד כִּי שָׁכַן עָלָיו הֶעָנָן וּכְבוֹד ה' מָלֵא אֶת הַמִּשְׁכָּן - לאמיר זיך פארטיפן און פרובירן פאָרשטעלן, נאכן ענדיגן בויען דעם פראַכטיגן בנין המשכן מיט אזוי פיל הארץ און מסירת נפש קען משה רבינו נישט אריינגיין וואס איז די עומק הענין און וואס ליגט דערין פאר אונז?

פארשטייט זיך טייערע ברידער אז ס'איז איבריג צו זאגן אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די הייליגע ענינים פון די פרשה, אויך האבן מיר נישט קיין שום השגה אין די גרויסע פאסירונג וואס טוט זיך אויסשפילן איבער די וועלט, בשעת ווען אונזערע מחשבות זענען אנגעפילט מיט כל מיני מחשבות ברוחניות ובגשמיות, לאמיר פרובירן אריינקוקן אין די וואכעדיגע פרשה און זיך צוזאמען שטארקן און מחזק זיין בסייעתא דשמיא.

דער שבת'דיגער טאג איז ספעציעל געווידמעט אָפצולאזן אלע מלאכות און טאג טעגליכע באשעפטיגונגען, ווייל א שבת באדייט אז "דער איד רופט אויס אז אלעס אויף די וועלט איז פון הקב"ה." א איד קען האבן א פארנומענער פרייטאג וואס איז אנגעצויגן און פארנומען עפעס האט פאסירט ביי א בנין זיינע אדער סיי וועלכע זאך קען פאסירן אבער ווען דער פייף פונעם שבת בעל רופט אויס אז ס'איז שבת שטעלט זיך אלעס אָפ, ס'איז דער מינוט וואס דער איד שרייט אויס פאר זיך און פאר די וועלט אז ס'איז אין עוד מלבדו הקב"ה פירט און מאכט, א גאנצע וואך זעט עס עפעס אויס ווי מיר ארבעטן און מאכן געשעפטן שטעלט זיך מיט דעם שבת ארויס אז ס'איז אינגאנצן נישט אונז בכלל, מיר זענען נאר א חלק פון דעם גרויסן וועלט וואס זענען דא צו טוען דעם רצון ה'.

שבת קודש איז דער טאג וואס דער איד שטעלט אָפ אלע זיינע אקטיוויטעטן, און מיט דעם טוט ער אנערקענען אז הקב"ה איז דער וואס געבט אים אלעס. ס'איז א צייט וואס דער איד מאכט אַן אמת'ע חשבון הנפש, ס'איז דער מינוט וואס דער איד שטעלט זיך אָפ און געבט א טראכט: וויפיל בין איך שולדיג פאר'ן בורא עולם? וויפיל גוטס האב איך זוכה געווען במשך די זעקס טעג פון דער וואך? מען דאנקט דעם באשעפער און מען בעט הילף אויף ווייטער, ס'איז דער טאג וואס גלייך נאכן זאגן שלום עליכם רופט א איד אויס: ''מודה אני לפניך, ה' אלוקי ואלוקי אבותי, על כל החסד אשר עשית עמדי, ועל כל החסד אשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי'' און ווי דער בעל שם טוב זאגט אז דערפאר זאגן מיר הודו ערב שבת ווייל יעדער איד איז אריבער אָן א שיעור נסים במשך די גאנצע וואך, און דער קאפיטל פון הודו ברענגט ארויס דעם ארבעה צריכין להודות.

נו, אז מיר דערהערן דעם געוואלדיגן יסוד אז שבת קודש איז דער צייט וואס דער איד איז זיך מתבונן, ס'איז דער צייט וואס דער איד שטעלט אלעס אָפ און טוט אנערקענען די אלע מתנות טובות וואס הקב"ה געבט אונז כסדר פארשטייען מיר געוואלדיג די שייכות צווישן די מקום המקדש און שבת קודש. שבת קודש איז דער 'זמן' מיוחד פון השראת השכינה, די הייליגע משכן איז דער 'מקום' מיוחד פון השראת השכינה, שבת איז דער טאג וואס ברענגט מיט זיך די השפעה פון קדושה און הייליגקייט אויף די וועלט, דער משכן איז דער פלאַץ פון קדושה און אפענע התגלות פון כבוד שמים אויף די וועלט. אט די צוויי פארמאגן ביידע דעם יסוד פון מחשבה און התבוננות. שבת ווייסן מיר אז ס'איז מלאכת מחשבת אסרה תורה, און דער משכן ביי די הייליגע קרבנות דרייט זיך עס ארום דער ענין פון מחשבה - מחשבת פיגול וכדומה.

דערמיט דערהערן מיר געוואלדיג פארוואס די צוויי זענען געקניפט און געבינדן ווייל באמת איז שייך אז דער מענטש זאל אריינפאלן אין א פלאץ און פארגעסן אז דער גאנצער בנין המשכן איז עפעס וואס פארלאנגט מחשבה. מיר קענען בויען דאס הייליגסטע און בשעת'ן בויען זאלן מיר פארגעסן וואס איז דער ציל און תכלית דערפון, דערפאר דערמאנט אונז משה רבינו כסדר דער ענין פון שבת – טייערע קינדער, געדענקט בשעת'ן בויען אז דער תכלית איז שבת קודש – וואס דאס מיינט אז דאס גאנצע בויען איז בבחינת שבת. מיר בויען מיט מחשבה און בויען פאר הקב"ה, מיר בויען מיט התבטלות, ס'איז נישט אונז וואס בויען אדער מאכן און טוען ס'איז אלעס דער יד ה' וואס שטייט צום האנט פונעם איד.

ס'איז באקאנט א כלל אין חז"ל, בפרט ביי דער ענין פון קדשים, 'שנה עליו הכתוב לעכב' כאטש בפשטות מיינט עס אז יעדע הלכה אין קרבנות וואס ווערט דערמאנט צוויי מאל איז מיט'ן ציל צו זאגן פארן מענטש אז אויב איז עס נישט געטון געווארן איז עס מעכב דעם גאנצן קרבן. אבער בדרך רמז קען מען זאגן אז יעדע זאך וואס די תורה זאגט צוויי מאל קומט 'אפצושטעלן' דעם מענטש און אים מאכן טראכטן: איין מינוט, וואס טו איך? וואס בוי איך? פאַר וועמען בוי איך? און וואס איז דער תכלית דערפון? אט דאס איז די סיבה פארוואס שבת און דער הייליגער משכן זענען געקניפט און געבינדן. אט דאס איז די סיבה פארוואס ביידע פון די ענינים זענען דערמאנט צוויי מאל, די תוה"ק טוט איבער'חזר'ן סיי דאס בויען די משכן און סיי דער ענין פון שבת קודש אין די לעצטע פרשיות, ווייל פונקט ווי שבת איז א צייט פון התבוננות, אזוי איז אויך דער משכן געבויט געווארן מיט מחשבה און התבוננות... מיר דארפן זיך אפשטעלן און מתבונן זיין, אריינאטעמען די שבת'דיגע לופט.

ווי מיר קומען צום סוף פרשה זעען מיר א וואונדערליכע זאך. אונזער הייליגער רבי ענדיגט בויען צוזאמען מיט כלל ישראל דעם הייליגן בנין המשכן און פלוצלינג זאגט אונז דער פסוק אז מען קען דארט נישט אריינגיין, וויבאלד עס איז 'כבוד ה' מלא את המשכן' דעם כבוד פון רבונו של עולם פילט אָן דעם גאנצן משכן. וואס ליגן אין די הייליגע ווערטער?

כדי צו פארשטיין לאמיר זיך פארטיפן אין די ווערטער פון רבי'ן רבי בונם פון פרשיסחא זי"ע. דער פסוק זאגט: וְהַמְּלָאכָה הָיְתָה דַיָּם... וְהוֹתֵר. דער מדרש דערציילט (שמו"ר נ"א) אז משה רבינו איז אריינגעקומען צו בצלאל און ער האט געזען אז עס איז איבערגעבליבן נדבות וואס אידן האבן געברענגט פאר'ן משכן, און מ'האט שוין נישט געדארפט האבן אזוי פיל, האט משה רבינו געפרעגט פונעם אויבערשטער, רבונו של עולם וואס זאלן מיר טון מיט די איבריגע נדבות וואס אידן האבן מנדב געווען צום בויען דער משכן, האט דער אויבערשטער געזאגט, "גיי מאך טאקע דעם משכן מיט די נדבות." און די מפרשים וואונדערן זיך שוין צו פארשטיין פשט אינעם מדרש, ווייל מ'רעדט דאָך דא פון וואס איז 'איבערגעבליבן' נאכדעם וואס מ'האט שוין אלעס געהאט וואס מ'האט געדארפט צום בויען די משכן, און וואס גייט מען טון מיט די איבערגעבליבענע נדבות וואס האבן זיך נישט אויסגעפעלט צו בויען דער משכן.

זאגט דער הייליגער רבי ר' בונם, וויבאלד עס האט געברענט אין די אידישע הערצער א געוואלדיגע ליבשאפט צום אויבערשטער און א השתוקקות צו בויען דעם משכן, יעדער האט געוואלט זיין א חלק דערפון און ברענגען וואס מער צו קענען בויען דעם משכן, דעריבער האבן זיי זיך פשוט נישט געקענט אפשטעלן פון ברענגען נאך און נאך נדבות פאר'ן משכן, "ווייל אין זייער הארץ האט געפלאקערט א ווילן צו ברענגען". קומט אויס אז די 'שיריים' וואס מ'האט שוין נישט געדארפט האבן פאר'ן בויען דער משכן האט געהאט אין זיך א באזונדערע חשיבות, וויבאלד דאס זענען געווען אזעלכע נדבות וואס זענען געקומען פון די פייערדיגע תשוקה פון די אידישע הערצער, וואס זיי האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן פון ברענגען אפילו מ'דארף עס שוין נישט האבן. דעריבער האט דער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו אז דַוְקא די נדבות זאלן גענוצט ווערן צו בויען מיט זיי דער משכן, ווייל דאס ווייזט אויף די גרויסע ליבשאפט פון די אידן צום אויבערשטער.

דאס זאגט אונז אז דער גאנצע בנין איז געבויעט געווארן מיט הארציגע נדבות וואס איז געווען פול מיט מחשבות, התבונוות, געגועים, רצונות, שאיפות, הארץ און געפיל. אט אזוי בויעט מען דעם משכן, און ווען דער בנין איז פערטיג געווארן איז געווען א צד אז אט וועלן מיר פשוט אריינשפאצירן אין דעם בנין וואס 'מיר' האבן געבויעט, טוט השי"ת אויסשפרייטן א וואָלקן וואס שטעלט אָפ דעם אידעלע און דערמאנט אים: איין מינוט, דער הייליגער געצעלט איז דער בית ה', אריינצוקומען צו דעם פלאץ פארלאנגט זיך הארץ און געגועים, ס'פארלאנגט זיך אז מיר זאלן גליסטן און וויסן קלאר אז מען קען נישט אריין גיין מיט א פשטות, אט דאס איז די גרעסטע כבוד ה', ס'איז די גרעסטע מדריגה פון כבוד ה' אז מיר דערהערן אז מיר זענען אינדרויסן פשוט אנצופילן דאס הארץ מיט בענקשאפט און מחשבה אנצוקומען אהין, און ווען מיר דערהערן דעם יסוד שרייט דער אידעלע אויס דעם חזק חזק ונתחזק! אט דאס איז אונזער גרעסטער חיזוק ווען מיר דערהערן אז איבעראל איז פול מיט כבוד ה'...

ברידער טייערע, דאס איז דער מציאות העולם אויף דער מינוט וואס הקב"ה האט פלוצלינג אויסגעשפרייט א מצב פון שבת קודש איבער דער גאנצער וועלט. פלוצלינג האט זיך די גאנצע וועלט אפגעשטעלט פון איר טעגליכע געלויף און מקבל געווען שבת! די גאנצע וועלט, ווי ווייט מען זאל נאר זיין, איז מען פלוצלינג איבערגענומען מיט משחבות פון התבוננות און התבודדות, און דער אידעלע פרעגט זיך: וואס האב איך צו טון? וואס איז מיין עבודה אין די יעצטיגע מינוטן? דער מענטש באמערקט פלוצלינג אז וואס איז פריער געווען גאר וויכטיג איז פלוצלינג אינגאנצן נישט, וואס עטליכע טעג צוריק האט פארנומען א וויכטיגע פלאץ איז אינגאנצן נישט נוגע בכלל, אט דאס איז דער מצב אין דער גאנצע וועלט.

בפרט ביי אונז טייערע ברידער און שוועסטער, ווען מיר באמערקן פלוצלינג אז אלע אונזערע הייליגע בתי מדרשים און מוסדות התורה פון איבער דער וועלט זענען געווארן - ס'זאגט זיך שווער - אָפגעשפאַרט, נעמט דאך אונז ארום א געפיל כאילו מיר זענען אויסגעשפארט פון קירבת אלקים, ווי מיר זענען דערווייטערט פון רבונו של עולם. אבער באמת, טייערע ברידער, איז עס מרומז אין די וואכעדיגע פרשה ווי משה רבינו האט נישט געקענט אריינגיין און דאס איז געווען די גרעסטע כבוד שמים, ווי דער פסוק זאגט איבער און איבער אז דער וואלקן איז געווען א כבוד שמים און אט דער כבוד שמים האט אונז נישט אריינגעלאזט.

אט דאס שפילט זיך אויס יעצט אין אונזערע טעג, ס'איז עפעס א וואָלקן וואס מיר קענען נישט זען אדער אנטאַפן וואס האט אנגעפילט אונזערע הייליגע בנינים, אבער מיר דארפן געדענקן אז דער תכלית דערפון איז כבוד שמים, ס'איז צו ערוועקן דעם איד אריינצוטראכטן, רבש"ע מיר בענקן צוריק, מיר האבן בכלל נישט באמערקט ווי געבענטשט מיר זענען אויף א טעגליכע פארנעם, גיין צו א שמחה איז כמעט ווי געווארן א אָפקומעניש, אנקומען צום נאכט שיעור אדער דאווענען מיט א קביעות'דיגע מנין איז געווארן א גאנצע מדריגה און פלוצלינג בענקט דאס הארץ צוריק, דאס הארץ גייט אויס צו קענען נאכאמאל אָנגיין מיטן פשוטע געבענטשטע לעבן, זיך צו קענען באגעגענען מיט חברים און פארברענגן צוזאמען מיט ליבשאפט! יעצט ווען אלעס שטעלט זיך אָפ איז א צייט וואס מען טראכט אריין אין די פילע גוטס וואס מיר פארמאגן.

עס איז דא א משפחה וואס זייער עלטערע מאמע איז אין א נוירסינג האום און זיי האבן זיך איינגעטיילט צו גיין באזוכן כסדר. אבער יעצט ווען די מגיפה האט אויסגעבראָכן האט מען מער נישט געקענט צוגיין צו זייער עלטערע מאמע, און דעריבער האבן זיי געבעטן פון א שכן וואס וואוינט קעגנאיבער זיי זאלן קענען קוקן פונדערווייטנס און כאטש זען זייער טאטע. די מעשה זאגט אסאך, אבער בעיקר טוט עס אונז איבערצייגן אז א זאַך וואס איז אפשר אמאל געווען א עול און א מצוה פון כיבוד אב, איז יעצט געוארן עפעס וואס מיר לעכצן און מיר בענקן דערויף און מיר ווארטן שוין אז מיר זאלן עס קענען נאכאמאל טון כהוגן.

אבער ברידער, שטארקט אייך, ווייל ווי נאר מיר דערהערן דעם יסוד ענדיגט זיך טאקע ספר שמות, דער ספר פון גלות מצרים, און אט גייען מיר אריין אין ספר ויקרא, דער ספר וואס איז די אלף בית פון יעדן אידיש קינד, און ווי פאנגט זיך עס אָן: "וַיִּקְרָא אֶל משֶׁה וַיְדַבֵּר ה' אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד לֵאמֹר." אָט פון דעם פלאץ וואס א קורצע צייט פריער האבן מיר נישט געקענט אריינגיין, טאקע פון יענעם פלאץ ווערן מיר גערופן מיט ליבשאפט...!

ברידער, מיר זענען זיכער אז בעזר ה' וועלן מיר בקרוב אריבערגיין דעם שווערן צייט, אבער אינצווישן פארלאנגט זיך אז מיר זאלן בלייבן שטארק, פול מיט התבטלות צום כבוד ה'. מיר דארפן בלייבן שבת'דיג ווען מיר זיצן אין אונזערע שטובער ארומגענומען מיט אונזערע קינדערלעך, לאמיר נישט לאזן אז די טעגליכע נייעס זאל אריין ברענגן אין אונז אזא חילול שבת'דיגע מצב, לאמיר אויפמאכן די אויגן און טיף אריין אטעמען דעם שבת'דיגע אטמאספערע און אויסרופן פאר זיך און פאר די וועלט: טאטע, דו ביסט דער בעל הבית – דו האסט א פונקטליכער פלאַן פאר אלע פון אונז, טאטע מיר דערהערן דעם רוף אז ס'פארלאנגט זיך פון אונז מער התבוננות, מער הארץ, מער געפיל, מער הכרת הטוב, מער ביטול, און מיר נעמען אויף זיך אז דער יעצטיגער מצב וועט מיט אונז פארבלייבן און ווען אלעס וועט בעז"ה אריבערגיין וועלן מיר צוריק לויפן אין אונזערע בתי מדרשים, אט וועט גיין צו א אידישע שמחה זיין אנדערש, און בעיקר וועט אונזער געבן שלום פאר א חבר זיין עפעס וואס מיר וועלן אסאך מער הארץ אריינלייגן, ס'וועט זיין אָנגעפילט מיט מחשבה, ווי געבענטשט זענען מיר אז מיר קענען זיך וואונטשן מזל טוב, ווי געבענטשט זענען מיר אז מיין אינגעלע/טאכטער גייט אין חדר מיט א שמייכל און קומט אהיים געזונטערהייט.

יעצט ווען מיר זיצן איינגעשפארט אינדערהיים, איז די צייט וואס מיר קענען זיך אפגעבן מיט די קינדער און בני בית. מען דארף נעמען די צייט זיך צו מאַכן פרייליך, שמועסן און פארברענגען צוזאמען באחוה וריעות, מען דארף זיכער מאכן אז מען זאל זיך נישט פארלירן אין עצבות און אָנגעצויגנקייט, ווייל יעצט דארפן מיר אנערקענען ווי וויכטיג אונזער משפחה און קרובים זענען. און אט וועלן מיר זוכה זיין אז טאקע פון די אלע ליידיגע בנינים וועט זיין דעם ויקרא אל משה. הקב"ה וועט אונז רופן מיט ליבשאפט: קומט מיינע קינדערלעך, מאכט א 'ויקהל משה את כל עדת בני ישראל', זאמלט אייך איין צוזאמען. פון די 14 איינגעשפאַרטע טעג וועט קומען גוטע צייטן ווען מיר וועלן ארויסגיין מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה, און אין זכות פון דעם וואס מיר היטן אפ דעם שבת קודש און מיר פירן זיך מיט שמחה און עונג שבת כאטש מיר קענען ליידער נישט מקיים זיין די מצוות פון תפילה בציבור און קריאת התורה כהלכתן, וועט מקויים ווערן דעם מאמר חז"ל אלמלא שמרו ישראל 'שתי שבתות' כהלכתם מיד היו נגאלים, און מיר וועלן זוכה זיין צו גיין אקעגן משיח צדקינו בב"א...

לסיכום געדענק:
• עבודת ה' פארלאנגט זיך התבוננות און מחשבה מיט הארץ און געפיל.
• אפטמאל דארף מען צוקומען צו א מצב וואס "מען טוט גארנישט" כדי צו האבן די נויטיגע התבוננות.
• ווען ס'קומט צו אזא מצב, לאמיר זיך שטארקן און מכיר טובה זיין אויף אלעס גוטס, דאנקן און לויבן אָן אויפהער.

א לעכטיגע פרייליכע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

הודעהדורך א שעפעלע » פרייטאג מערץ 20, 2020 2:39 pm

א שעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט